מזל טוב בערל! 10,000 לייקס!
א הארציגע מזל טוב זיידע בערל! די חשוב'ע בעל עגלה איז איבערגעגאנגען 10,000 לייקס!
אפילו דו מיינסט יעדער איגנארירט דיר... נאכאלס ביסטו אנגעקומען צו אזא מספר עצום, ס'נאר דא 3 ניקס מיט מער לייקס ווי דיר (שמעקעדיג, אנאנים, אנאנים).
לערן דיר אויס איינמאל פאר אלעמאל, קיינער איגנארירט דיר נישט, מען לייקט דיר אינגרויסן. אפשר איז אויסגעלאשן דיינע נאטעפעקאציעס צו ווערן נאטיפירט ווען דו באקומסט א לייק? אדער ביסטו שוין צו אלט פאר אזעלכע סארט זאכן? איך שיהיה, זאלסט האבן אסאך נחת פון אלע קינדער, אייניקלעך, אור אייניקלעך און אור אור אייניקלעך און זוכה זיין צו ביאת עוד עשר אלפים לייקס במהרה בימינו.
מזל טוב זיידי, ביז די 180 געזונטערהייט!
Re: מזל טוב בערל! 10,000 לייקס!
מזל טוב, מזל טוב, יעצט איז צייט פאר דיר צו טוישן ניק כדוגמת אנאנים ואנאנים. טו עס אבער בצנעה כדי די ווינדער זאל זיין גרעסער.
איי לאוו יו זיידי! איי רילי דו.[emoji3590]
(נאכן זיך אנארבעטן יארן פאר 10,000 לייקס ביזטו גרייט אלעס אויפצוגעבן און זיצן מיט טוביה מאיר אין גיהנום? טראכט זיך איבער!)
יעקב מעקסוועלא הארציגע מזל טוב זיידע בערל! די חשוב'ע בעל עגלה איז איבערגעגאנגען 10,000 לייקס!
אפילו דו מיינסט יעדער איגנארירט דיר... נאכאלס ביסטו אנגעקומען צו אזא מספר עצום, ס'נאר דא 3 ניקס מיט מער לייקס ווי דיר (שמעקעדיג, אנאנים, אנאנים).
לערן דיר אויס איינמאל פאר אלעמאל, קיינער איגנארירט דיר נישט, מען לייקט דיר אינגרויסן. אפשר איז אויסגעלאשן דיינע נאטעפעקאציעס צו ווערן נאטיפירט ווען דו באקומסט א לייק? אדער ביסטו שוין צו אלט פאר אזעלכע סארט זאכן? איך שיהיה, זאלסט האבן אסאך נחת פון אלע קינדער, אייניקלעך, אור אייניקלעך און אור אור אייניקלעך און זוכה זיין צו ביאת עוד עשר אלפים לייקס במהרה בימינו.
אמן...! דו האסט געהערט דעם הילכיגן אמן...! ס'קלינגט נאך העכער ווי טוביה מאיר'ס ראבא קאללס...! לאל...!
בן ישימזל טוב זיידי, ביז די 180 געזונטערהייט!
אמן...! ייש"כ. אי"ה ביי דיר אויף שמחות...!
פאליטיקאנטמזל טוב, מזל טוב, יעצט איז צייט פאר דיר צו טוישן ניק כדוגמת אנאנים ואנאנים. טו עס אבער בצנעה כדי די ווינדער זאל זיין גרעסער.
איי לאוו יו זיידי! איי רילי דו.[emoji3590]
(נאכן זיך אנארבעטן יארן פאר 10,000 לייקס ביזטו גרייט אלעס אויפצוגעבן און זיצן מיט טוביה מאיר אין גיהנום? טראכט זיך איבער!)
פאליטיקאנט: צוערשט. א הילכיגן...
אמן...! פאר די גוטע ווינטשן...! אויך א הילכיגן ...
לאל...פאר מיך אפרעדן פון גיין אין דעם זעלבן גיהינום וואס טוביה מאיר איז...!
פאליטיקאנט: צווישן אונז גערעדט. וועט ער דען גיין אין גהינום...?! א איד וואס איז גרייט צו ליידן בזיונות אבי צו העלפן אנדערע, צובראכענע אידן איז זייער חשוב אין הימל. ויהי חלקי עימהם...!
פאפס, ווי לאוו יו.
-די גאלדבערגס
נאך א מעלה פון זיידי בערל אז ער ניצט נישט די משוגענע טאפאטולק ווי חדשים מקרוב באו די היינטיגע יונגווארג און ווען ער לייקט עפעס קען מען פשוט זען וואס ער האט געלייקט.
רימון: ייש"כ. שפתיים ישק דברי נכוחים...!
רימוןנאך א מעלה פון זיידי בערל אז ער ניצט נישט די משוגענע טאפאטולק ווי חדשים מקרוב באו די היינטיגע יונגווארג און ווען ער לייקט עפעס קען מען פשוט זען וואס ער האט געלייקט.
אינטערסאנט
איך פלעג מיך טאקע ווינדערן ווי די לייקס ווערן מיר פארשווינדן, יעצט כאפ איך וואס די זאך איז....
טעפעטאלק איז גוט פאר העיליגע אידן וואס רעדן זיך איין אז זיי דינען דעם באשעפער. זיי האבן נישט קיין קאמפיוטער אדער אינטערנעט אין זייער היים. אבער דעם סעל-פאון מיט טעפעטאלק האקט מען א גאנצע צייט וואס מ'איז פארמשפ'ט צו יושב'ן. ב"ה מ'האט עפעס צו טון. אויסער רייכערן ציגארעטלעך. און 'מאיז נאך אן אפגעהיטענער איד...!
נתבקשתי מאחד מחשובי הניקים עס ארויפצושטעלן:
זיץ איך ביי קידוש אין שול ווי איך דאווען פון צייט צו צייט, אזא דרך אגב קידוש ביי די שוין שאלאשידעס אנגעגרייט טישן, זיץ מיר דריי אינגעלייט מיט אפאר קינדער און בחורים, מ׳פארזוכט דאס איבריגע וויסקי און פיש וואס די קידוש מאכערס ביים ליינען האבן איבערגעלאזט, אינדערמיט ווערט אראפגעגלייגט אן עלטערער טעצל קעיק פון פריזער, צווישן די באטייליגטע שיינט ארויס לעכטיגער סאלידער איד, קוקט אויס צו זיין אין די הויעכע זעכציגער יארן, ער דערציילט עטליכע איבערלעבנישן, אינמיטן דערציילט ער איבער זיין קאריער אלץ א לאנגיעריגע באס דרייווער, און ווארפט אזוי אריין אינמיטן איך הייס דאך בערל בעל עגלה, פרעג איך אים איר זענט פון אריגווי, ענטפערט ער יא, דער בערל פון קאווע שטיבל בין איך. מ׳האמיר ווייטער געשמועסט, און זיך געשיידט ווען בערלס אייניקל איז אים געקומען זאגן אז דער איידעם וויל שיין אנהייבן די סעודה.
ונבנתה העיר: ייש"כ. ס'איז אלץ אמת ויציב. נאר מיט די לעצטע שורה האסטו ביי מיר אריינגעברענגט א (גאר) שטארקן פארדאכט אז דו ביסט גאר א נאנטער קרוב צו מיר. דו דאוונסט אין מיין ביהמ"ד. און דו באטייליגסט זיך אין דעם קידוש/שלש"ס נאכ'ן שפעט ענדיגן דאס דאוונען (בערך 2 נ.מ.)...לאל