☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס האט איר זיך פארגענומען דעם יום כיפור ?

וואס האט איר זיך פארגענומען דעם יום כיפור ?

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14850

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 1:46 pm

· #481901
וואס האט איר זיך פארגענומען דעם יום כיפור ?
וואס האט איר זיך פארגענומען דעם יום כיפור ? האט מיר א חבר געפרעגט, איך האב אים גענפערט אז איך וועל מיך אנגרייטען נעגעל וואסער ביים בעט. איך בין אהיים געקומען און געפרעגט מיינע קינדער וואס זיי האבן זיך פארגענומען, מיין עלטסטע האט זיך מקבל געווען צו זיין מער פלעקסיבעל, מיין צווייטער צו זיין מער טאלערענט, אן אנדערע האט זיך מקבל געווען צו טראכטן מער פון א צווייטן, און מיין אינגסטע אז זי וועט ווייניגער קוועטשן , אין ענגליש זאגט מען we will wait and see what happens איך וועל אייך לאזן וויסן איבער'ס יאר ווי אזוי עס האט זיך אויסגעארבעט/
איך אלייןי זיך נאך וואס זיך פארצונעמען די יאר צו זיין א בעסערע זיך, איינער האט אן הצעה ? אפשר קענט איר מיטטיילן אייער אייגענע קבלה אזא בחינה ווי ממני ילמדו וכן יעשה.

הקטן » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 1:53 pm

· #481903
בענדזשאמין פרענקלין

איך אלייןי זיך נאך וואס זיך פארצונעמען די יאר צו זיין א בעסערע זיך, איינער האט אן הצעה ? אפשר קענט איר מיטטיילן אייער אייגענע קבלה אזא בחינה ווי ממני ילמדו וכן יעשה.

"זיין א בעסערע זיך " איז אביסל עבסטרעקט, (אנלעס דו ווילסט נישט שערעין מער קאנקריט) וואס מיינט דאס פינטקליך אין למטה מעשרה טפחים ?

לא בשמיים היא גייט דאך ארויף אויף מוצות תשובה

איך האב נאך אויך נישט גארנישט קאנקריט, איך וועל אי"ה מיט טיילן אויב און ווען איך וועל האלטן דארט

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 2:02 pm

· #481905
איך האב מיך פארגענומען זיך מער גארנישט פארצונעמען, איך טוה פשוט וואס א א איד דארף צו טוהן און פערטיג.

ישעיה » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 2:20 pm

· #481906
רביה''ק זי''ע
איך האב מיך פארגענומען זיך מער גארנישט פארצונעמען, איך טוה פשוט וואס א א איד דארף צו טוהן און פערטיג.

וואס דארף א איד צו טוהן?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 2:21 pm

· #481907
האבן דרך ארץ פאר רבינו הקדוש.

מורינו ורבנו » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 2:27 pm

· #481908
איך האב זיך גראדע עפעס פארגענומען. אבער וואס האלט איר, וואס וואלט איך זיך געדארפט פארנעמען?

יאסל ראקאווער » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 4:00 pm

· #481914
איך האב זיך פארגענומען אויסצוגעפינען ווער איך בין. ביז דערווייל ווייס איך וואס מיין טאטע/מאמע/ווייב/קינדער/חברים/מוסדות וכו' טראכטען וועגען מיר און ווילען איך זאל זיין.

ס'איז מיין נייע פשט פון בן ארבעים לבינה. ס'איז די צייט געוואויר צו ווערן ווער יאסל איז און איך וויל אים געבן די עהרע סקומט זיך אים.

יאסל ראקאווער » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 5:15 pm

· #481922
מורינו ורבנו
איך האב זיך גראדע עפעס פארגענומען. אבער וואס האלט איר, וואס וואלט איך זיך געדארפט פארנעמען?


צו שרייבען א צוואה, ממש קליפ און קלאר, אז די קינדער זאלן זיך נישט האבן וואס צו קריגען אויף די בענקל.

וואסארא שרייפעל פעלט אונזער גרויסע רבי'ס אז זיי לעבן און א 😢 וועלט פון מלחמות און איינס ביי איינס הערן נישט אויף פאלן צו די אראלים און די טיפע עלטער אן קיין צוואות.

איך מיין וויאזוי נעמט זיי ערענסט בכלל אויף עניינים העומדין בין איש לאחיו/ בין איש לאשתו וכו'

מצפצף » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 6:49 pm

· #481932
יאסל ראקאווער
מורינו ורבנו
איך האב זיך גראדע עפעס פארגענומען. אבער וואס האלט איר, וואס וואלט איך זיך געדארפט פארנעמען?


צו שרייבען א צוואה, ממש קליפ און קלאר, אז די קינדער זאלן זיך נישט האבן וואס צו קריגען אויף די בענקל.

וואסארא שרייפעל פעלט אונזער גרויסע רבי'ס אז זיי לעבן און א 😢 וועלט פון מלחמות און איינס ביי איינס הערן נישט אויף פאלן צו די אראלים און די טיפע עלטער אן קיין צוואות.

איך מיין וויאזוי נעמט זיי ערענסט בכלל אויף עניינים העומדין בין איש לאחיו/ בין איש לאשתו וכו'

איך האב אויך אייביג געהאט די טענה אויף די רבי'ס, עד שבא סאדיגורא, והוכיח אז א צוואה העלפט אויך נישט.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש סעפטעמבער 18, 2021 9:22 pm

· #481937
געווענליך ווען מענטשן נעמען זיך עפעס פאר איז עס זאכן וואס זיי האלטן נישט עכט דערביי, ווען זיי האלטן ווען דערביי וואלטן זיי נישט געווארט אויף יום כיפור זיך עס ״פארצונעמען״, און דערפאר קוקט עס טאקע אויס ווי ס׳קוקט אויס.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 1:20 am

· #481961
Re: וואס האט איר זיך פארגענומען דעם יום כיפור ?
גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי! איי וואס וועט זיין מיט קאווע שטיבל??
ראשון לחשבון... שוין עובר געווען!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:45 am

· #481965
דער גאלדענער אדלער: א גוטן. איך ווארט שוין בכליון עיניים אויף דעם ..."אלף'ל"... נאר דו דארפסט געדענקען דעם פשטא קטון..."ואת האלף"...!

דער גאלדענער אדלער » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:54 am

· #481968
Re: וואס האט איר זיך פארגענומען דעם יום כיפור ?
berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: א גוטן. איך ווארט שוין בכליון עיניים אויף דעם ..."אלף'ל"... נאר דו דארפסט געדענקען דעם פשטא קטון..."ואת האלף"...!
יא יא, לעצטענס קארג איך זייער מיט מיינע קאמענטארן, ווייל כ'וויל נישט פארפאסן דעם ואת האלף מיינער מיט דברים של מה בכך, מיט סתם א פשטא קטון נאר ס'זאל זיין מיט אזא אזלא גרש וואס האט זיך צוגעקלינגן אין די לופטן לאחר קאוויד, אדער ווי א לאנגע קוטויהוינתתתי!!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 9:05 am

· #481969
דער גאלדענער אדלער: דאס דערמאנט מיך א מעשה. אין איינס פון די ישיבות וואו איך האב געארבעט איז געווען א גוי וועלכער איז געווען ..."אויסגעקאכט מיט אידן"... ער האט אפילו געקענט עטליכע ווערטער אידיש. ער האט אמאל געהערט ווי איך מאך דעם ..."אזלא גרש... פון קטונתי"... ער האט פרובירט נאכמאכן. וויפיהל ער האט פרובירט און וויפיהל איך האב איהם געלערנט איז עס איהם נישט געגאנגען...!

נ.ב.: איך גיי בלי"נ אויפמאכן אן אשכול איבער..."די מעשיות פון בערל בעל עגלה"... וועלל איך די מעשה'לע אריבערפיהרן דארט אהין...!ן

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 11:13 pm

· #481995
ר' בערל, א חלק פון די חן פון דיינע מעשיות איז אז א געוויסע תגובה "דערמאנט דיר א מעשה". דאס וועסטו נישט קענען האבן אין דיין אייגענע אשכול...

צום קעפל:
איך האב מיר פארגענומען (ביי אל תשליכנו לעת זקנה) צו לייקן מער בערל באלעגאלע'ס תגובות כדי שלא לבייש את מי שאין לו...

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 5:23 am

· #482006
שמעקעדיג: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. ספעציעל מיט די אונטערשטע שורה. וואו דו געסט א נותן טען פאר'ן לייקן...ס'ליגט א געוואלד חכמה אין די פאר ווערטער...!לאל..!