וועלכע חלק פונעם 'סיסטעם' שטערט דיר?
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14846
וועלכע חלק פונעם 'סיסטעם' שטערט דיר?
ס'פעלט נישט אויס קיין הקדמות און הסברים, אין דעם אשכול קענסטו אויסרעכענען אלעס וואס ס'געפעלט דיר נישט און סיי וואס דו קענסט נישט פארנעמען פונעם סיסטעם/געזעלשאפט.
לתועלת הענין, וויבאלד נישט אלע ק"ש ליינער געפונען זיך ממש אינעם זעלבן סיסטעם, איז כדאי מקדים צו זיין בערך אין וועלכן סארט סיסטעם מ'געפינטסעך...
די נפיחות ביי שלוש סעודות!
איך געפין מיר אין א סיסטעם וואו מענטשן גייען, און פיש שווימען, עס שטערט מיר אביסל. נאכמער שטערט מיר אז מענטשן קענען נישט פליען ווי פייגל, איך האלט עס וואלט געווען זייער נוצבאר.
נאך חסרונות פון די סיסטעם:
מען דארף ארבעטן צו מאכן געלט.
עס איז נאר דא 24 שעה א טאג.
אביסל צו יומיט אין די זומער.
גרעוויטי איז צו שטארק.
דער בעל תפלה וואס דאווענט שחרית פאר א שעה.
יעקב מעקסוועלאיך געפין מיר אין א סיסטעם וואו מענטשן גייען, און פיש שווימען, עס שטערט מיר אביסל
אינדרויסן פונעם סיסטעם איז דא מענטשן וואס שווימען מער אפטער...
יעקב מעקסוועל
נאך חסרונות פון די סיסטעם:
מען דארף ארבעטן צו מאכן געלט.
ווען נישט דער ׳סיסטעם׳ צו וואס דארפסטו אזויפיל געלט?
יעקב מעקסוועל
נאך חסרונות פון די סיסטעם:
עס איז נאר דא 24 שעה א טאג.
ווען נישט דער ׳סיסטעם׳ וואלסטו געהאט מער צייט אין דיין טאג...
יעקב מעקסוועל
נאך חסרונות פון די סיסטעם:
אביסל צו יומיט אין די זומער.
ווען נישט דער ׳סיסטעם׳ וואלסטו זיך ערלויבט זיך אריבער-צו-ציען צו באקוועמערע און געשמאקערע פלעצער אויף די וועלט
יעקב מעקסוועל
נאך חסרונות פון די סיסטעם:
גרעוויטי איז צו שטארק.
פראביר אנציטון עפעס מער ארגינעל אויפן קאפ לכבוד שבת - עפעס מער ענליך צו דאס וואס דער בעש״ט האט געהאט...
אפשר וועסטו עקספיריענסן גרעוויטי אביסל אנדערש...
ווי אויך, פאר דער גרעוויטי פראבלעם, קען מען איינעמען אדער רייכערן פארשידענס און דעמאלס איז גרעוויטי בטל ומבוטל.
לימודי חול לערנט מען נישט געהעריג.
שידוכים איז כמעט געצווינגען ביי אונז.
סעקסשועליטי איז איין שטיק קאנפיוזשען, שעים, און נעגלעקשען,- ביי קינדער, וואס מ'געט זיי נישט קיין שום סעק-ס עדיוקעישן.
לבוש סיי ביי מענער און ביי פרויען טארן נישט זיין אנדערש אויף קיין שום פאל, נישט מער רעכטס און נישט מער לינקס.
מ'מעג נישט וואוינען און צו סאך געגנטער און שטעט, און נאר טאמער מ'איז חתונה געהאט דארטן, (מ'קען נישט אויפשטיין איין טאג אז מ'מופט פלעין ווייל איך האב ליב א שטאט.)
מ'מעג נישט סתם זיין בעסט פרענד מיט א חבר (ווער רעדט נאך אויב מ'וויל חס ושלום קושן אדער האגן א חבר), און מ'מעג נישט סתם אזוי שחצ'ענען אדער זיך אפשאקלען פון איינעם וואס מ'גלייכט נישט, נאר ס'איז דא באשטימטע אופן ווי גוט און ווי פריינטליך מ'איז איינער צום צווייטן.
אפגעטיילט מענער מיט פרויען ווי צודרייט.
שרעקליך פרימעטיוו, מ'מוז האלטן אז דער וואס גלייבט גלאובעל ווארעמינג איז זיכער א כופר, און איינער וואס האלט אז די פסיכילאגן זענען גערעכט אז ס'איז דא אזא זאך ווי געי איז סתם א בעל עבירה.
דערהויבענע אידסעקסשועליטי איז איין שטיק קאנפיוזשען, שעים, און נעגלעקשען,- ביי קינדער, וואס מ'געט זיי נישט קיין שום סעק-ס עדיוקעישן.
באופן כללי האסטו ארויסגעברענגט גאר שטארקע נקודות. אויף דער מינוט ווילעך זיך אפשטעלן ביי דעם נקודה.
כ׳בין נישט קלאר צו כ׳פארשטיי וואס דו ווילסט זאגן. לגבי ׳אביוז׳ וואסיז פיל בעסער געווארן, בינעך שטארק מסופק צו ערגעץ אנדערש איז סאך בעסער... אבער כ׳מיין דו רעדסט פון עפעס אנדערש, ביטע ערקלערן וויפיל ס׳שייך.
בְּתוֹךְ עַמִּידערהויבענע אידסעקסשועליטי איז איין שטיק קאנפיוזשען, שעים, און נעגלעקשען,- ביי קינדער, וואס מ'געט זיי נישט קיין שום סעקס עדיוקעישן.
באופן כללי האסטו ארויסגעברענגט גאר שטארקע נקודות. אויף דער מינוט ווילעך זיך אפשטעלן ביי דעם נקודה.
כ׳בין נישט קלאר צו כ׳פארשטיי וואס דו ווילסט זאגן. לגבי ׳אביוז׳ וואסיז פיל בעסער געווארן, בינעך שטארק מסופק צו ערגעץ אנדערש איז סאך בעסער... אבער כ׳מיין דו רעדסט פון עפעס אנדערש, ביטע ערקלערן וויפיל ס׳שייך.
כ'רעד נישט נאר פון אביוז, נאר בכלל אז קינדער און בחורים זאלן זיך פילן גוט און קאנפידענט מיט זיך אליין, נישט זיין קאנפיוזד אדער אנדערע נעגעטיווע געפילן.
לגבי אביוז, איינס פון די שטערקסטע טראמעטייזינג זאכן פון מעלעסטעישן איז אז מ'פילט אז קיינער וועט דיך נישט פארשטיין, א זאך וואס ביי אונז איז ליידער זייער שטארק, אפגעזען וויפיל מאל אן אביוז געשעט.
וואסיז דער עיקר נקודה וואס מ׳דארף אויסלערנען קינדער בכדאי צו פארמיידן די סארט אומאנגענעמליכקייטן? איך פרעג פשוט ווייל איך וויל בעסער פארשטיין וואסערע שוועריקייטן קינדער גייען דורך...
די תקנות הקהלה והמוסד וועלכע וואקסן כסדר ווי שוואמען נאכן רעגן, און אלעס קומט באגלייט מיט טעראר און סטראשעריי פון ווארפן די קינדער.
אפילו זאכן וואס האט נישט מיט אידישקייט, צב"ש פרויען דרייוון, מאכט מען ערגער ווי די ג' חמורות.
די וועג וויאזוי רבנים/מנהיגי הדור ווערן דערקלערט. ווער נעמט זיי אויף, און מיט וואספארא רעכט האלטן זיי אז די ציבור איז מחויב זיי צו פאלגן?
די שאלת הפתיחה איז טויט נאריש ווייל ס׳איז מתורץ מתוכו, אז דו וועסט זיך אפרעדן אז ס׳שטערט דיר אז פרויען טארן נישט דרייוון וועט מען דיר ענטפערן דרייוו יא, ס׳שטערט דיר אז דו קענסט נישט מופן קיין פענסילוועניע? מוף יא! ס׳שטערט דיר אז מ׳דארף באהאלטן דעם סמארטפאון? באהאלט עס נישט! ס׳שטערט דיר אז יעדעס מאל דו דארפסט רעדן צו א פרוי דארפסטו רעדן קרום און געדרייט? רעד יא נארמאל! ס׳שטערט דיר אז דו קענסט נישט גיין אין קאלעדש? גיי יא! און אזוי ווייטער און ווייטער. איך גיי מיר נישט אפרעדן אויפ׳ן סיסטעם ווייל איך טוה שוין די אלע זאכן, ס׳שטערט מיר טאקע נישט ווייל איך לאך מיך אויס. וואס שטערט מיר יא איז די פרייז וואס איך צאל דערפאר, הגם ס׳איז זיכער ווערד די פרייז טויזענט מאל אבער פארוואס דארף פירן א נארמאלע לעבן קומען מיט א פרייז? דאס איז וואס שטערט מיר.
ס׳טאקע נאריש אויב מיין פראגע איז צו איינער וואסיז שוין נישט אינעם סיסטעם, איך וויל אבער הערן פון די וואס ווילן יא בלייבן אינעם סיסטעם און זיכן צו מאכן דערמיט דאס בעסטע וואס שייך אָן זיך צורייבן מיט זייערע ארומיגע.
אויב פאר די וועלכע וואס זענען נאך יא אינעם סיסטעם ענטפערסטו נישט אזוי ווען זיי האבן טענות האב איך גארנישט געזאגט.
איך אויסטהן נאקעט יעדע צפרי און מקווה בפני כל הקהל הקודש
גיין און א שמיציגע האט טאב ( מקווה) וואס סרוכעט פון מענטשליכע אופפאל
וואקן צעשטיפטרעהייט און איבער געפילטע גאסן וואס זענען צו אלע צרות אויך גוט שמיציג
זעין פרישע קול קורא’ס חידושים לבקורים בכל יום תמיד פמיים באהבה
ועוד רבויתי דעו נא כי רבים מה הזמן יכלה והם לא יכלו
אין וועלכע מקוה גייסטו? מיין מקוה איז הערליך פריש און ריין.
בכלל מקוה האט גארנישט מיטן סיסטעם. סיסטעם איז לכאורה כולל אלעס וואס אונזערע עלטערן האבן נישט געטאן אדער נישט געמוזט טאן, און איז געווארן א נחלת הכלל די לעצטערע יארן ביי הוק אר ביי קרוק. מקוה איז א הייליגער חסידישער מנהג. און אז דו ווילסט נישט, מוזטו נישט גיין. קיינער צווינגט דיר נישט.
וואקן צעשטופטערהייט אויף שמוציגע גאסן גלייב איך איז געווען ערגער אין ווארשא....
ווער זאגט אז איך גיי
די האלטסט אז עס איז נארמאל זיך אויסצוטון אונפארנט פון תינוקות של בית רבים שלא מעמי טעם חטא האלטסט אז עס איז עטיש אויסגעהאלטן מען צהאלט 700 דאלאר א חודיש פאר די האנדא אדעסי אבער מען ערלויבט זיך נישט קיין פראווייטע מיקוואת
שמעקעדיגמקוה איז א הייליגער חסידישער מנהג. און אז דו ווילסט נישט, מוזטו נישט גיין. קיינער צווינגט דיר נישט.
א דאנק שמעקי פאר׳ן פראוון מיין פוינט…
בנוגע שמיציגע מקוואות פארשטיי איך 100% ווייל איך בין א גרויסע מפינוק, איך נעם א שויער ׳נאך׳ די מקוה, אמאל איזעס אפשר א ריסק פון אריינכאפן א פסק בפני כל עם, אבער איך ווייס נישט פון קיין איסור דערויף - אדרבה אויב בינעך זיך טועה ביטע מיר מודיע זיין. און אפילו שבת פראביר איך צו גיין ווען ס׳ליידיג אזוי קענעך זיך אפשווענקן מיט א ביסל ׳קאלט׳ וואסער פונעם שויער נאכ׳ן מקוה, וואס איז קלאר מותר לכתחילה - בצנעה - אבער דער סיסטעם וויל דאס נישט פארשטיין.
בנוגע זיין אן קיין לבושים ברבים, בינעך נייגעריג וויפיל האבן דעם פראבלעם, איך וואלט געזאגט אז אזא אומבאקוועמליכקייט איז א תוצאה פון אביוז...
שמעקעדיגמקוה איז א הייליגער חסידישער מנהג. און אז דו ווילסט נישט, מוזטו נישט גיין. קיינער צווינגט דיר נישט.
וואס הייסט ׳קיינער׳ צווינגט דיר נישט? דו ווייסט נישט אין וועלכע סיסטעם ער איז... וואס ווייסטו וויפיל heat ער כאפ אויף דעם...
דאכט זיך אז אדם הראשון האט אויך אונגעטהן די עלי תאינה נישט נאר חוה אפשר צו פראווען די פוינט אז ער איז געווארן אביוזד פון חוה וועגן דעים האט ער געגעסן
עס איז א בושה ווי ווייט מען האלט ווי שטארק מען האט אויסגעריסן די נאטירליכע מידות הבושה עס האט גארניקסט מיט אביוז נאר מיר זענען אביוזט פון די סיסטעם אז מיר בארעכטיגן עוולות און עוונות קעגן די מענטשהייט נון מען פרעגט נאך צו מען איז אביוזד
זאכן וואס ברויך ווי שנעלער געטוישט ווערן ביים היימישן ציבור (און איז בכלל נישט נגד התורה).
1. גיבן א גרעסערע ווארט פארן המון עם בנוגע מנהיגים און תקנות.
2. Education זאל אנטהאלטן לימודים זיכער צו מאכן אז די צוקונפטיגע שטובער זאלן זיך קענען מפרנס זיין בדרך כבוד.
3. צוקונפטיגע חתן כלה זאלן זיך בעסער קענען לערנען בעפארן מאכן די לחיים.
לדעתי, איז אינזער סיסטעם גאנץ גוט, אין זיכער בעסער ווי אסאך אנדערע סיסטעמס. (ווי למשל די אפריקאנער אמעריקאנער מהלך החיים, וואס איך דריי מיך זייער אסאך אין זייערע הייזער עס איז א רחמנות וואס גייט דארט פאר).
די עיקר פראבלעם אין אונזער סיסטעם איז די געזעלשאפט דרוק (פעיר פרעשור), אז אדער ביסטו א חרדיסט למהדרין כמו יפתח בדורו, אדער ביסטו א משכיל, שייגעץ, ציוני (וואס אגב, השכלה און ציונות זענען ביידע געווען א ארויפגעקוקטע אידיע אין יודישקייט, פאר די השכלה באוועגונג, און פאר די פרייע האבן צוגערויבט די ציונות פון די פרומע.)
איך מיין די עצה דערצו איז זיך צי לאזן וואקסען גרעסערע אשכים (עי' רש"י ד"ה מרוח אשך), מען דארף האבן די שטארקייט צו זיין א ערליכע יוד און דאך שטעל איך מיך נישט צי, צו די עקסטרעמע חרדיסטישע באוועגונג.
מען דארף אבער האבן שכל און זיך נישט רייצן מיט די סיסטעם, (וכמאמר החכם, אז מען קטנ'ט נישט קעגן די ווינט ווערט מען נישט נאס).
לסיכום, איז לגבי מוסדות דארף מען ציען די שטריק די מערסטע וואס מען קען, אין אפילו ווען מען ציט איבער די שטריק קען מען נאך על פי רוב תשובה טוהן און חתמ'נען אז מען גייט עס מער נישט טוהן.
לגבי וויאזוי מען גייט דיך אנקוקען דיין משפחה און חברים, דארף מען האבן זעלבסט זיכערקייט און עס וועט דיך נישט שטערן וויאזוי זיי קוקן דיר אן.
און אויב מען פילט אז מען קען נישט ציען די שטריק אין די מוסד, קומט מען וויטער צוריק צי זעלבסט זיכערקייט, און לייג אריין דיינע קינדער אין א מוסד וואס איז גרינגער זיך צו שפילן מיט די סיסטעם.
עד כאן דברי החכמה מפי קהל'ס נער.
תשובות פאר'ן בחור'ס שאלות אין אמונה איז די יסוד וואס פעלט זיך אויס!
<a class="postlink" href="http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=224842#p224842">http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=224842#p224842</a>
"הדברים הזכירו לי שכאשר בא בחור לר' אברהם ואמר לו שיש לו שאלות גדולות והוא חושש לכפירה, השיבו בפנים מאירות: שאלות אינן כפירה!
תשובות לא טובות, חלקיות, מעוותות, הנחות מוטעות וכיו"ב- הן הן כפירה!"
<a class="postlink" href="https://youtu.be/BHhdLJPDjko">https://youtu.be/BHhdLJPDjko</a>
כפרות עם גוי פורטוגזי תחת תרנגול!!!
אין לך חילול השם גדול מזה
טעות
איך זעה גארנישט ווראנג מיט דעם. מיין טענה איז אויף דער וואס האט עס פובליצירט, דאס איז ריכטיגע התגרות באומות.
דורש אמת
כפרות עם גוי פורטוגזי תחת תרנגול!!!
אין לך חילול השם גדול מזה
כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט, די סיסטעם שלאגט כפרות מיט מיר די לעצטע 20 יאר...
קהל'ס נערלדעתי, איז אינזער סיסטעם גאנץ גיט, אין זיכער בעסער ווי אסאך אנדערע סיסטעמס. (ווי למשל די אפריקאנער אמעריקאנער מהלך החיים, וואס איך דריי מי זייער אסאך און זייערע הייזער עס איז א רחמנות וואס גייט דארט פאר
די טענה הער איך אסאך און עס מאכט נישט קיין טראפ סענס. אן עוולה אדער א פראבלעם ווערט נישט בעסער אויב ס'איז דא ערגער. (מיט דיעיע חשבון איז ביי די שווארצע אויך זייער גוט, ווייל ס'איז סאך ערגער אין מעקסיקא, און אין מעקסיקא איז אויך גארנישט שלעכט, ווייל עס איז פארט בעסער ווי אין נארט קאריע...)
ביזט גערעכט, דער עיקר וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען איז די לעזונג.
דורש אמתכפרות עם גוי פורטוגזי תחת תרנגול!!!
אין לך חילול השם גדול מזה
ווער איז דער צודרייטער רבי'לע ביי וועמען דער מעמד המשוגעים איז פארגעקומען...?!
ס'זעהט אויס ענדערש ווי פורים. לויט ווי דער עולם איז אנגעטון. און זייער מצב רוח...!
דערהויבענע אידקהל'ס נערלדעתי, איז אינזער סיסטעם גאנץ גיט, אין זיכער בעסער ווי אסאך אנדערע סיסטעמס. (ווי למשל די אפריקאנער אמעריקאנער מהלך החיים, וואס איך דריי מי זייער אסאך און זייערע הייזער עס איז א רחמנות וואס גייט דארט פאר
די טענה הער איך אסאך און עס מאכט נישט קיין טראפ סענס. אן עוולה אדער א פראבלעם ווערט נישט בעסער אויב ס'איז דא ערגער. (מיט דעיע חשבון איז ביי די שווארצע אויך זייער גוט, ווייל ס'איז סאך ערגער אין מעקסיקא, און אין מעקסיקא איז אויך גארנישט שלעכט, ווייל עס איז פארט בעסער ווי אין נארט קאריע...)
אוישוויץ איז געווען נאך ערגער…
קהל'ס נערביזט גערעכט, דער עיקר וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען איז די לעזונג.
די עצם זאך אז ס'איז דא אזא זאך ווי א "סיסטעם" איז שוין עקלדיג עביוזעוו און שלעכט.
מענטשן פאקט מען נישט אריין אן א באקס בחייהם. פינטל.