☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס האט פאסירט אין גור?

וואס האט פאסירט אין גור?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14843

פאלאצ'ינטא » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:33 pm

· #481571
וואס האט פאסירט אין גור?
איך בין נישט פון גור אבער קען מיר איינער אפשר מסביר זיין.

וואס האט פאסירט אין גור? וואס האט זיך אזוי צובלאזען אז ממש מען הרג'ט זיך. משפחות רעדען נישט איינער מיט'ן אנדערע, מען רייסט פאות און בערד מען ווארפט ארויס פון ישיבה. אין ארץ ישראל האט מען אפגעזאגט צוויי לאנג יאהריגע בעלי תפילה ווייל זיי האבן משפחה וועליכע גייען צום ראש ישיבה. מען האט אפגעזאגט דער רב פון בורו פרק אין ארץ ישראל ברעכט מען אויף פאסט קעסטליך און מען גנב'ט ארויס זאכען פון דארט רבש"ע וואס גייט דא פאר?

עס איז שוין ערגער ווי די מחלוקת צווישען די ארונים און זאלונים.

מען מעג נישט טוישן רבי'ס? און וואס איז אז מיין קאזין גייט צו אן אנדערע רבי פאר דעם דארף מען אנשלאגען מיין זוהן? וואס איז דא געשעהן?

איך פארשטיי אז ביי איעדע חסידות זענען דא שווענץ אבער אזעליכע שווענץ?

אינגערמאנטשיקל » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 2:46 pm

· #481572
שוין דא אן אשכול אויף די נושא. דאנקע שיין.

מפיל קינד » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 5:05 pm

· #481586
פאלאצ'ינטא
עס איז שוין ערגער ווי די מחלוקת צווישען די ארונים און זאלונים.

גור אן מחלוקת איז ערגער ווי אין סאטמאר מיט מחלוקת.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 4:06 pm

· #484412
מפיל קינד: ס'איז א שיינער דרש. אבער זיי מסביר וואס דו מיינסט.