☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שווערע עקסידענט אויפן וועג פון אומאן צו קיעוו

שווערע עקסידענט אויפן וועג פון אומאן צו קיעוו

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14835

ששון ושמחה » מיטוואך סעפטעמבער 8, 2021 10:55 pm

· #481383
שווערע עקסידענט אויפן וועג פון אומאן צו קיעוו
באריכטעט קומען אריין אז עס איז געשעהן א שווערע עקסידענט אויף די שאסיי צווישן אומאן און קיעוו אויפן וועג צום עירעפארט צוריק קיין ניו יארק נאך ר''ה.

תרמב » מיטוואך סעפטעמבער 8, 2021 11:59 pm

· #481390
די זאכן זענען קאנפירמד, אדער מ’שיסט סתם אין די וועלט אריין אומבאגרינדעטע שמועות אנצוצוען דעם עולם?

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 12:52 am

· #481392
ביי נאַו איז עס קאנפירמד נעבעך, סיי ביי קול מבשר און סיי ביי די קליפס ווי מען זעהט די רעטונגס לייט זאגן א קדיש...

תחל שנה וברכותיה!

בן-עולם-הבא » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 3:31 am

· #481396
[ציטאט אראפגענומען]

נישט קיין בחור. נעבעך א טאטע פון 10 קינדער. וואינט אין בית-שמש.

בן-עולם-הבא » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 3:35 am

· #481397
זיין נאמען איז אברהם לוי. א צאנזער חסיד.

בעל דרשן » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 6:38 pm

· #481425
א ביטערע טראגעדיע לויט ווי איך פארשטיי איז ער שוין לאנג נישט אין צאנז
ער איז אריבער צו קלוגער פון בית שמש אליינס א געוועזענע צאנזע

תפוח » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 8:15 pm

· #481430
נישט געוואוסט אז קלוגר האט נאך פלייש, א שטיק צייט האט מען געשמועסט אז ער האט געקלאוזד שאפ.

nespresso » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 9:09 pm

· #481432
Re: שווערע עקסידענט אויפן וועג פון אומאן צו קיעוו
תפוח
נישט געוואוסט אז קלוגר האט נאך פלייש, א שטיק צייט האט מען געשמועסט אז ער האט געקלאוזד שאפ.
דער נפטר פלעגט לעצטענס זיין ביי קיוואק

בעל דרשן » מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 10:04 pm

· #481511
למעשה לייגט מען אים אין קרית צאנז נתניה

אישתישבי » מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 10:32 pm

· #481515
גאר שיין פין זיי.

מפיל קינד » מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 10:47 pm

· #481519
וואס הייסט למעשה? וואס האט מתחילה געהייסן?

בעל דרשן » מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 11:04 pm

· #481524
מ'האט געהאט גערעדט אז ער האט זיך נישט געדרייט מער אין צאנז
למעשה זעה איך אז מ'לייגט אים דארט
אזוי צו אזוי קוקט מיר אויס ווי ער איז געווען א חסידישע איד א מבקש ווי מ'רופט עס
זאל ער ריען אין לעכטיגן גן עדן

ישן מלא חדש » מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 11:55 pm

· #481529
בעפאר פארן צו אומאן היי יאר.

מפיל קינד » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 12:33 am

· #481535
מ'זעט טאקע נישט ווי ער דרייט זיך. ער שטייט אויף איין פלאץ.

ווייל אזוי » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 3:14 am

· #481541
א קאמפיין פאר די משפחה <a class="postlink" href="https://www.dryveup.com/al">https://www.dryveup.com/al</a>

תפוח » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 9:28 am

· #481644
C/p

התמונה המצמררת. שבועיים לפני פטירתו. כבקרת רועה עדרו... כן תעביר ותספור ותמנה נפש כל חי. מר''ש מצאנז בירכו אז שיהיה לו נחת פון די גרויסע און די קליינע ולא בירכו א גוט גיבענטשט יאר והיה לו מוזר סגנון הברכה והתקשר לחבר ותהה על פשר הדברים.

און תפוח זאגט: מכאן משמע אז ער איז נישט געווען קיין חסיד, ווען יא קומט ער אהיים און מאכט א גראבן לייף אינשורענס פאליסי. אדער לכה"פ טרעוולינג אינשורענס.

או יאמר: בהמות.

מפיל קינד » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:04 pm

· #481661
און מפיל זאגט אז אויב דער רבי האט רוח הקודש וואלט ער אים געהייסן מאכן א פעטן פאליסי.

תפוח » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:07 pm

· #481662
מפיל קינד
און מפיל זאגט אז אויב דער רבי האט רוח הקודש וואלט ער אים געהייסן מאכן א פעטן פאליסי.
אדער וואלט די רבי געמאכט אויף זיין נאמען.