☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס

נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14827
בלאט: 1 2

ששון ושמחה » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 4:58 pm

· #481183
נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
א נייע סומאטאכע קאכט זיך יעצט אין די פּינעקעל בנין אין בארא פארק ווי מ'האט צוגעזאגט פאר די קונים פון די העכערע שטאקן אז זיי וועלן האבן א שבת עלעוועיטאר.

שטעלט זיך יעצט ארויס אז געוויסע רבנים זענען דערקעגן און ווילן צווינגען די בעלי בתים נישט צו מאכן די עלעוועיטאר.
📎 IMG_20210903_165132_278.jpg

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 5:09 pm

· #481188
קרא עליהם רבינו הקדוש הפסוק אם ללצים הוא יליץ..

תוהו ובוהו » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 5:20 pm

· #481192
Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
למעשה איז דא דארט א שבת עלעוועיטער בזמני התפילה..
און ס'הענגט א צעטל אז ס'איז נאר געמאכט פאר חולים און אלטע אידן...

פערינא » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 2:01 am

· #481238
רב זילבער וואוינט אין א בילדונג מיט א שבת עלעוועטער. אויב ס'איז אזא פירצה וואלט ער נישט דארט געוואוינט. טיל עלעוועטער מבין עינך.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 2:12 am

· #481240
ששון ושמחה
א נייע סומאטאכע קאכט זיך יעצט אין די פּינעקעל בנין אין בארא פארק ווי מ'האט צוגעזאגט פאר די קונים פון די העכערע שטאקן אז זיי וועלן האבן א שבת עלעוועיטאר.

שטעלט זיך יעצט ארויס אז געוויסע רבנים זענען דערקעגן און ווילן צווינגען די בעלי בתים נישט צו מאכן די עלעוועיטאר.

די בעסטע געפעלט מיר פון דעם צעטיל "ומי יודע מה יצמח מזה".

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 2:18 am

· #481241
מיר געפעלט בעסער די אנפאנג "נתבקשנו לחוות דעתינו". ווער פינקטליך האט זיי געפרעגט?
נעמען זיך צאם עטליכע תלמידי חכמים און ערקלערן זיך אלץ מנהיגי הדור. קיינער האט זיי נישט אויפגענומען אלץ מנהיגים און טאמער ווילן זיי איבערצייגען אנדערע וויאזוי זיך צו פירן קענען זיי שרייבן תשובות און מברר זיין די הלכה. אבער קיינעם אינטערעסירט נישט זייערע שרעקעדיגע אויסזענדע קול קורא'ס

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 2:50 am

· #481245
שמעון וואלף: און זיי זענען דעמאגאגן און היפאקריטן אויך. ווייל מיט א סאך יארן צוריק איז געווען דער מדובר איבער די שבת עלעוועיטערס אין די פראדזשעקטס. און דער סאטמאר'ע רב, זי"ע בעל דברי יואל האט ארויסגעזאגט זיין מיינונג איבער דעם ענין אז להלכה איז עס מותר. ער האט נאר געבעטן אז נאר עלטערע מענטשן און פאר וועם ס'איז שווער צו גיין אויף די סטעפס זאללן זיך באנוצן מיט דעם...!

דערהויבענע איד » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 4:43 am

· #481252
אין א"י דוכט זיך מיר איז דא געהעריג שבת עלעוועיטער'ס אין יעדע גרויסע בנין...

זופ מיט מאנדלען » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 8:11 am

· #481254
איך מיין אז דער איסור איז היפש פארשטענדליך למעשה איז עס א עובדה דחול, א געהעריגע מאשין נאר אנע לעקטער. די חותמים זענען תלמידי חכמים און האבן נאך א רעכט צו זאגן זייער הלכהדיגע שטעלונג אין הלכות שבת, ווער סהאלט נישט פון זיי איז בארעכטיגט צו גיין צו זיין אייגענעם דיין.

תוהו ובוהו » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 8:33 am

· #481257
Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
זופ מיט מאנדלען
איך מיין אז דער איסור איז היפש פארשטענדליך למעשה איז עס א עובדה דחול, א געהעריגע מאשין נאר אנע לעקטער.

נישט דא נאך אזא פארנעפלטע מושג ווי 'עובדא דחול', ס'איז א דזשאקער קארטל וואס געווינט אייביג.
זופ מיט מאנדלען

די חותמים זענען תלמידי חכמים און האבן נאך א רעכט צו זאגן זייער הלכהדיגע שטעלונג אין הלכות שבת, ווער סהאלט נישט פון זיי איז בארעכטיגט צו גיין צו זיין אייגענעם דיין.

די חידוש איז וויאזוי זיי זענען אייביג מצליח צו באשמירן זייער א.ג. ''הלכה'דיגע'' דעת תורה, מיט עפעס א טאטאלע נאנסענס ווי ''ובודאי יש למנוע מלדור בבנין שיש שם שבת עלעוועיטער''..

זופ מיט מאנדלען » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 8:40 am

· #481259
אויב "עובדא דחול" איז א פארנעפלטע סוגיא נעמט עס נאך אלס נישט אוועק די רעכט פון די רבנים צו פסקנען.

און אז עטליכע פראמינענטע רבנים פילן אז מען דארף מאכן א גזירה איז עס זייער פולע רעכט, סאיז אויך אונזער פולע רעכט נישט מיטצושטימען מיט זיי אבער אונזער דעה מאכט נישט יענעמס טאהט אדער שטעלע אויס לעגיטים.

היסטאריע » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 8:56 am

· #481262
אויב בארא פארק איז אין די גלילות פין וויליאמסבורג פארשטייט מען פארוואס זיי מישן זיך אריין.

מצפצף » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 9:57 am

· #481266
זופ מיט מאנדלען
איך מיין אז דער איסור איז היפש פארשטענדליך למעשה איז עס א עובדה דחול, א געהעריגע מאשין נאר אנע לעקטער. די חותמים זענען תלמידי חכמים און האבן נאך א רעכט צו זאגן זייער הלכהדיגע שטעלונג אין הלכות שבת, ווער סהאלט נישט פון זיי איז בארעכטיגט צו גיין צו זיין אייגענעם דיין.

בשם גדולי הוראה, אין בידינו לאסור משום עובדא דחול, אלא מה שאסרו חז"ל.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 11:17 am

· #481273
מצפצף: לפי זה איז נעמען א לעפל און עסן אויך אן עובדא דחול. ווייל אינדערוואכן עסט מען אויך מיט א לעפל...לאל.

זופ מיט מאנדלען » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 11:55 am

· #481282
סתם חוזק געמאכט פונעם גאנצן עובדה דחול טערמין. וואס @מצפצף זאגט מאכט סענס אבער צוצוגלייכן שבת עלעוועיטארס צו עסן מיט א לעפל איז ביליג גערעדט.

תוהו ובוהו » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 1:09 pm

· #481286
Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
זופ מיט מאנדלען

און אז עטליכע פראמינענטע רבנים פילן אז מען דארף מאכן א גזירה איז עס זייער פולע רעכט, סאיז אויך אונזער פולע רעכט נישט מיטצושטימען מיט זיי אבער אונזער דעה מאכט נישט יענעמס טאהט אדער שטעלע אויס לעגיטים.


זיכער אזוי

און איך האב די רעכט צוזאגן אז זייער 'דעת תורה' איז נישט געבויעט אויף 'תורה', און זיכער נישט אויף 'דעת'..

זופ מיט מאנדלען » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 1:43 pm

· #481287
די מציאות איז אז דער שבת עלעוועיטאר איז א ערנסטער מחלוקת הפוסקים, גדולים ווי הרב אלישיב און הרב וואזנער האבן עס געאסרט צו נוצן. סאיז נישט מער ווי נארמאל אז רבנים זאלן זעהן דערין א פירצה און עס אסרן מיט א שארפקייט, דאס אז אפאר עמי הארצים פארשטייען נישט דעם חילוק פון דעם און עסן מיט א לעפל און זענען מחליט אן קיין שום הלכהדיגע נימוק אז דער איסור האט נישט קיין דעת אדער תורה איז ממש ראדיקאלע קינדערישקייט.

בְּתוֹךְ עַמִּי » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 1:49 pm

· #481288
זופ מיט מאנדלען
אויב "עובדא דחול" איז א פארנעפלטע סוגיא נעמט עס נאך אלס נישט אוועק די רעכט פון די רבנים צו פסקנען.

און אז עטליכע פראמינענטע רבנים פילן אז מען דארף מאכן א גזירה איז עס זייער פולע רעכט, סאיז אויך אונזער פולע רעכט נישט מיטצושטימען מיט זיי אבער אונזער דעה מאכט נישט יענעמס טאהט אדער שטעלע אויס לעגיטים.

דעפענישן ביטע?

איך רעד נישט פון דעם יעצטיגן קול קורא, איך וויל נאר באמת פארשטיין בכלליות וויאזוי און ווען באקומט א רב דעם כח היינט צוטאגס, דארף ער זיין רב און א שול? איז גענוג אז ער זיצט אויבן אן אין א שול וואס ער האט אליין געבויט בבחינת ווער ס׳האט די מאה האט די דעה? דארף ער אויך האבן א לעדער-העד וכו׳?
ווי אויך שרייבסטו ׳עטליכע׳. גיב מיר א פינקטליכע נומער ביטע וויפיל רבנים דארפן חתמ׳נען אויף א צעטל בכדאי ס׳זאל האבן דעם תוקף מחייב צו זיין דעם גאנצן יהדות החרדית.

ביטע אויסקלארן בכדי למנוע מכשול מדורות העתידות...

נ.ב. באמערק איך יעצט ווי דו גיבסט די פולע רעכט נישט מיטצושטימען וכו׳ פארשטיי איך שוין אינגאנצן נישט וואס ס׳איז די חידוש פונעם ׳רעכט׳ מיט וואס דו האסט באשאנקען די רבנים צו מאכן גזירות...

חתן בחור » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 2:11 pm

· #481292
Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
לכאורה איינמאל מ׳הייבט עס אן ניצן אום שבת איז עס מער נישט קיין עובדא דחול.

מצפצף » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 2:55 pm

· #481294
חתן בחור
לכאורה איינמאל מ׳הייבט עס אן ניצן אום שבת איז עס מער נישט קיין עובדא דחול.

אז מען מאכט א שינוי איז אויך נישט דער קיין עובדא דחול, און א שבת עליוועיטאר, אין לך שינוי גדול מזה.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 3:45 pm

· #481299
ועוד: ס'איז אפשר אזוי ווי די מעשה מיט דעם רעבין'ס קוה. כ'האב עס שוין עטליכע מאל דערציילט. מ'איז אמאל שבת אינדערפריה געקומען צו לויפן אין ביהמ"ד דערציילן אז א קוה איז אריינגעפאללן אין א ברונעם. האט מען געפרעגט דעם רב א שאלה אויב מ'מעג ארויסשלעפן די קוה פון די ברונע. האט דער רב געזאגט..."זיכער נישט"...! שפעטער קומט איינער צו לויפן און ער זאגט אז ס'איז דעם רעבין'ס קוה וואס איז אריינגעפאללן. האט די רעבע געזאגט..."שאני"... דאס איז שוין עפעס אנדערש. און מ'מעג...!

אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 4:16 pm

· #481306
איינער ווייסט וויאזוי די שבת עליוועיטערס ארבעטען?

צפור בודד » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 5:05 pm

· #481311
ווען סאטמארע חסידים האבן געדארפט האבן וואו צו וואוינען און מ'האט געבויעט די הויכע פראדזעקטס אין די 60'יגע יארן האט דער רבי זי"ע שוין געוואוסט וואו איין און וואו אויס. מי יגלה עפר...?
📎 Satmar on Shabbos elevators.jpg
פון A Fortress in Brooklyn by Nathaniel Deutsch and Michael Casper

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 10:01 pm

· #481328
אישתישבי: יא. זייער פשוט. ס'איז איינגעשטעלט אז די עלעוועיטארס ארבעטן אינגאנצן פון זיך אליין. אן קיין מענטשליכע הילף. אזוי ווי דרוקן א קנעפל פאר די דירעקציע אדער אויפמאכן און צו מאכן די טירן. אלעס גייט פון זיך אליינס. די עלעוועיטאר סטאפט ביי א יעדע פלאהר. און די טירן מאכן זיך אויף און פארמאכן זיך פון זיך אליין...!

הקטן » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 11:06 pm

· #481335
מיר ליגט אין קאפ דאס ר' מאטעלע האט געהאט אזא עלעוועטער וואס איז געפארן אויף ליפט

[ציטאט אראפגענומען]

איך קען הערן ס'דא רבנים וואס האלטן ס'איז אסור אין יעדן פאל (וואו ר' משה מיטן שבת זייגער)

תוהו ובוהו » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 11:11 pm

· #481336
Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
[ציטאט אראפגענומען]


איך מיין אז די עלעוועיטער דארט ארבעט מיט עלעקטריק אבער פארקערט דהיינו ס'געט אנפאנג פאוער פאר די מאקסימום וואג און ווען די סיסטעם כאפט אז ס'איז דא ווייניגער נידערט ער די קראפט

לייבל שטילער » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 11:28 pm

· #481337
די עלעוועיטער ארבעט מיט לופט מיט די זעלבע טעכניק ווי די סוכה-שלעק אין די רבי'שע הויפן.
וכאן הבן שואל: מאי שנא?
און די תירוץ איז...

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 6, 2021 7:54 am

· #481350
לייבל שטילער
די עלעוועיטער ארבעט מיט לופט מיט די זעלבע טעכניק ווי די סוכה-שלעק אין די רבי'שע הויפן.
וכאן הבן שואל: מאי שנא?
און די תירוץ איז...

דיין שאלה פין מאי שנא איז א גיטער
פין די אנדערע זייט איז אביסעל נאאיוו און קאווע-שטיבעליש צו שרייבן "און די תירוץ איז..."

מצפצף » מאנטאג סעפטעמבער 6, 2021 8:34 am

· #481352
הקטן
לייבל שטילער
די עלעוועיטער ארבעט מיט לופט מיט די זעלבע טעכניק ווי די סוכה-שלעק אין די רבי'שע הויפן.
וכאן הבן שואל: מאי שנא?
און די תירוץ איז...

דיין שאלה פין מאי שנא איז א גיטער
פין די אנדערע זייט איז אביסעל נאאיוו און קאווע-שטיבעליש צו שרייבן "און די תירוץ איז..."

ענטפער דו!

לייבל שטילער » מאנטאג סעפטעמבער 6, 2021 8:41 am

· #481353
זייער פשוט, בשלמא אז די רבי זאל האבן גענוג א גרויסע סוכה אז אלע טויזנטע חסידים זאלן פיטען אוו קענען קלאטשען אויף די פארענטשעס - דאס איז דאך א צורך גדול, נו, קען מען מקיל זיין.
אבער אז א אידישע פרוי מיט 7 קינדער און א דאבל קערידזש זאל זיך דארפן ארויפשלעפן מיט די שטיגן 8 שטאק - דאס איז נישט קיין צורך און מ'דארף מוחה זיין.

תוהו ובוהו » מאנטאג סעפטעמבער 6, 2021 8:58 am

· #481354
Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
דער גאלדענער אדלער
די בעסטע געפעלט מיר פון דעם צעטיל "ומי יודע מה יצמח מזה"


מיר איז זייער אינטערסאנט (נישט ציניש בכלל) צו סיי ווער פון די חותמים האט געטראכט פאר א רגע ''מה יצמח מקול קורא זה''

די רבנים וואס זענען זייער קריעיטיוו אין אויסטרעפן כל מיני חששות אנצוכאפן אידישקייט ביים קארג ס'זאל חלילה נישט ארויסגליטשן פון אונטער די הענט.., איז זיי אמאל בייגעפאלן א מער ריאליסטישע חשש אז זייערע ווערטער ווערן א ליצנות דורך אזעלכע צעטליך.., און לאמיר זאגן אז ער וויל זיינע ווערטער זאל ווערן אנגענומען מיט עפעס ערענסקייט ווען ער אסר'ט 'לעיס פראנט שייטלעך' דאן זאל ער נישט ארויסקומען קעגן 'שירים ושיעורים', אז ער וויל לאזן געוויכט פאר זיינע ווערטער קעגן 'ע''ז שייטלעך' זאל ער נישט נאכטאנצן א ק''ק קעגן 'שמואל ניימאן'.

הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 6, 2021 9:24 am

· #481355
מצפצף
הקטן
לייבל שטילער
די עלעוועיטער ארבעט מיט לופט מיט די זעלבע טעכניק ווי די סוכה-שלעק אין די רבי'שע הויפן.
וכאן הבן שואל: מאי שנא?
און די תירוץ איז...

דיין שאלה פין מאי שנא איז א גיטער
פין די אנדערע זייט איז אביסעל נאאיוו און קאווע-שטיבעליש צו שרייבן "און די תירוץ איז..."

ענטפער דו!

איך בין אזא מחותן וואו לייבל צי ענפערען - איך מאך אבער נישט קיין עסאמשענס
קיינער האט אים נישט געזאגן די היתר ביים סוכה איז צורך גדול וכו'

אגב, די סוכה-שלעק פין וואס לייבל רעדט איז געווען ביי עמך אידן אסך פאר ס'האט געלנדעט אין עפעס א רבי'שע הויף.



דער גאלדענער אדלער
די בעסטע געפעלט מיר פון דעם צעטיל "ומי יודע מה יצמח מזה"

עם, וואס קענען זיי מיינען????

מפיל קינד » מאנטאג סעפטעמבער 6, 2021 10:48 am

· #481359
נישטא קיין עלעוועיטאר וואס ארבעט מיט לופט גענוי ווי די סוכה שלאק. אלע עלעוועיטארס ארבעטן מיט עלעקטריק.

די עלעוועיטאר פון וויזניצע רבי האט מען געדארפט דרייען די שטריק בשעת מעשה, נישט קיין דמיון צו די עלעקטראנישע עלעוועיטארס וואס די רעדע דא איז.

אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 6, 2021 12:45 pm

· #481366
אלע סוכות ארבעטען מיט א קאמפרעסער, דער קאמפרעסאר פילט זיך מיט לופט דורך עלעקטריק ַַ זיי מאכן א שינוי, אז דער עלעקטריק פילט נישט אהן דער טאנק ווען דער טאנק ווערט ליידיג, נאר לויט א זייגער, ממילא ווייסט די נישט אויס די ביסט גורם דער עלעקטריק זאל זיך אנצינדן ַ
ר מאטעלעס קאמפרעסער האט זיך טאקע נישט אנגעפילט דורך עלעקטריק ַ

איז דא איינער וואס ווייסט וויאזוי דער עליוועיטערס אויך לופט ארבעטען? איז דא א בעל מכשיר?

ליב צו וויסן » מאנטאג סעפטעמבער 6, 2021 4:59 pm

· #481373
הקטן
לייבל שטילער
די עלעוועיטער ארבעט מיט לופט מיט די זעלבע טעכניק ווי די סוכה-שלעק אין די רבי'שע הויפן.
וכאן הבן שואל: מאי שנא?
און די תירוץ איז...

דיין שאלה פין מאי שנא איז א גיטער
פין די אנדערע זייט איז אביסעל נאאיוו און קאווע-שטיבעליש צו שרייבן "און די תירוץ איז..."


דיין הערה איז א גיטער
פון די אנדערע זייט איז אביסל נאאיוו און איי-וועלטיש צו פרובירן אטאקירן יענעם פערזענדליך (אנטשולדיגט פארן אטאקירן פערזענדליך... 😂 )

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 8, 2021 11:52 pm

· #481389
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דו ביסט גערעכט. דאס איז דער חילוק פון די ערשט פארשטארבענע גדולי הפוסקים ווי הרה"ג ר' שלמה זלמן אויערבאך און הרב ר' משה האלבערשטאם זצ"ל.פאר זיי האבן ארויסגעגעבן א פסק הלכה איבער א טעכנאלאגישע שאלה האבן זיי אדורכגעארבעט די שאלה פון א טעכנישן שטאנדפונקט מיט ענדזשינירן און אנדערע מומחים אין דעם פעלד. להבחל"ח דער איצטיגער ראב"ד שליט"א הרב משה שטערנבוך לאויט"א טוט די זעלבע. אלע זיינע שאלות באטראכט ער מיט אן עמקות. און ער רעדט זיך אדורך מיט טעכנישע עקספערטן אדער מיט מעדיקל עקספערטן פאר ער ענטפערט אויף אזא מין שאלה.

נאר איך האלט אז דאס איז הא בהא תליא. א רב וואס איז פארנומען מיט פסק'נען שאלות לאמיתה של תורה דער האט נישט קיין צייט פאר די נארישע קול קורא'ס און אנדערע שטותים וואס די העטיעש-פעטיעש אזוי-גערופענע רבנים זענען פארנומען א יעדן שני וחמישי.

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 8:54 am

· #481399
אישתישבי

איז דא איינער וואס ווייסט וויאזוי דער עליוועיטערס אויך לופט ארבעטען? איז דא א בעל מכשיר?

דו זאגסט אז די שבת עלעוועטערס ארבעטען אויך מיט ליפט?
אויב יא ארבעט דאס אויך מיט פיסטאנס פין היידראליק\ליפט דאס דארף אבער האבן זייער א גרויסען ריזערוו טאנק און שטארק קאמפרעסעד צי קענען האלטען מער וואו איין וועג אויף א מאל

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 2:29 pm

· #481413
הקטן: די מערסטע עלעוועיטארס ארבעטן מיט עלעקטריק. ווייל מיט פיסטאן ענדזשינס ברענגט דאס אויף א גאנצן חשש פון עיר פאלושן. נאר אויב דער מאטאר פון עלעוועיטאר איז גענוג גרויס און שטארק (וואס איז דער פאל אין רוב פלעצער) נוצט ער (עפ"י רוב) נישט מער ענערגי ווען ער איז אנגעפולט מיט מענטשן אדער ליידיג...!

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 5:07 pm

· #481420
מיט פיסטאן האב איך נישט געמיינט א קאמבסטשען ענדזשין, וואס דיינע פערד האבן, איך האב גערעט פין א פיסטאן וואס ציט זיך אויס ווען עס ווערט אנגעפילט מיט ליפט אדער אויל
זעה פיסטאן

זיכער ארבעט די ליפט\אויל מיט א קאמפרעסער וואס (קען) ארבעט(ען) עלעקטריק

אישתישבי » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 6:34 pm

· #481423
berlbalaguleh
הקטן: די מערסטע עלעוועיטארס ארבעטן מיט עלעקטריק. ווייל מיט פיסטאן ענדזשינס ברענגט דאס אויף א גאנצן חשש פון עיר פאלושן. נאר אויב דער מאטאר פון עלעוועיטאר איז גענוג גרויס און שטארק (וואס איז דער פאל אין רוב פלעצער) נוצט ער (עפ"י רוב) נישט מער ענערגי ווען ער איז אנגעפולט מיט מענטשן אדער ליידיג...!


נישט די היימישע שבת עליוועיטערס. זי ארבעטען מיט לופט. אין פינאקעל ווייס איך נישט. איך ווארט נאך צו הערען פין איינער וואס איז דארט.

הקטן » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 10:45 pm

· #481437
[ציטאט אראפגענומען]

איך פארשטיי זיי האבן נישט קיין ריין הלכהדיגער פראבלעם, די לשון "ומי יודע מה ילוד יום" געט דאס אוועק

די זעלבע שמוס איז שוין דא בנוגע פארן מיט א שטאטישער טרעין אים שבת וכד'
די נידון איז מער בנוגע זילותא דשבת וואס דאס איז תלי באובנתא דליבא.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 11:01 pm

· #481440
והסרתי את לב האב״ן מבשרכם ונתתי לכם לב בשר..

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 9, 2021 11:16 pm

· #481442
רביה''ק זי''ע
והסרתי את לב האב״ן מבשרכם ונתתי לכם לב בשר..

זאגסט אז דאס איז דאך די זעקסטע נאמען פון די זיבען נעמען פונעם יצה"ר בסוכה נא: און דער מהרש"א זאגט דארט אז די זיבען נעמען זענען קעגן די ז' ימי בראשית ע"ש. והיינו, אז די שם "אבן" דארף נישט צו גרייכן ביז שבת... 🙂

אישתישבי » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 4:05 am

· #481461
ומי יודע מה יצמח מזה, נישט מה יולד יום.

און אויף דעם איז דער תשובה, מצמיח ישועות, אמת מארץ תצמח, ויצמח פורקניה.

הקטן » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 8:31 am

· #481472
מי אני
רביה''ק זי''ע
והסרתי את לב האב״ן מבשרכם ונתתי לכם לב בשר..

זאגסט אז דאס איז דאך די זעקסטע נאמען פון די זיבען נעמען פונעם יצה"ר בסוכה נא: און דער מהרש"א זאגט דארט אז די זיבען נעמען זענען קעגן די ז' ימי בראשית ע"ש. והיינו, אז די שם "אבן" דארף נישט צו גרייכן ביז שבת... 🙂

דערפאר לייגן זיי צי מי יודע מה יצמח מזה, (ס"א מה יולד יום.) - וחול מכין לשבת ומי שטרח בערב שבת וכו, מוסיפים מחול על הקודש - תוספת שבת

ווידער די חכמי השטיבל שרייען וואו די צדוקים: ממחרת השבת - שבת איז נאר מארגען

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 8:42 am

· #481474
שוין ווייטער פארדרייט מען מיינע ווערטער, כ׳האב פשוט געמיינט צו זאגן אז די הערצער פון די גרויסע קארפנקעפ וואס ״פארשטייען״ און האבן ״פונקטליך ארויס״ וואס פארשעמט דעם שבת און וואס קען שפראצן, וואקסן, און געבוירן פון די גרויסע אומגליק אז אידן ענדשויען דאס לעבן פארשטייען נישט גארנישט מער פון מיר און דיר, הבנת הלב אין כאן, אובנתא דליבא יש כאן, א פארשטיינערט הארץ. זה תלוי באובנתא דליבא, ס׳ווענדט זיך אינעם פארשטיינערקייט פונעם הארץ. דעטס אלל.

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 10:49 pm

· #481520
רביה"ק זי"ע: אויך. זיי וויללן א ביסל אטענשן. גארנישט מער...!

הקטן » מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 10:57 pm

· #481521
אישתישבי
berlbalaguleh
הקטן: די מערסטע עלעוועיטארס ארבעטן מיט עלעקטריק. ווייל מיט פיסטאן ענדזשינס ברענגט דאס אויף א גאנצן חשש פון עיר פאלושן. נאר אויב דער מאטאר פון עלעוועיטאר איז גענוג גרויס און שטארק (וואס איז דער פאל אין רוב פלעצער) נוצט ער (עפ"י רוב) נישט מער ענערגי ווען ער איז אנגעפולט מיט מענטשן אדער ליידיג...!


נישט די היימישע שבת עליוועיטערס. זי ארבעטען מיט לופט. אין פינאקעל ווייס איך נישט. איך ווארט נאך צו הערען פין איינער וואס איז דארט.

שבת געזען א ק"ק פין ר' יצחק שטיין רוב פין זיינע טעמים לאיסור איז אויף עלעקטריק (מער עלקטריק, דריקן קנעפליך, עלקטריק טרעין וכו')
קען זיין דאס איז אן הקדמה ארויסציקימען מיט א היתר, וואו @אנאנים האט שוין געשריבן

ששון ושמחה » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 11:43 pm

· #486663
איינער האט עפעס פרישע אפדעיט'ס? ס'איז שטיל געווארן די לעצטע פאר וואכען

תוהו ובוהו » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 11:47 pm

· #486664
Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
ששון ושמחה
איינער האט עפעס פרישע אפדעיט'ס? ס'איז שטיל געווארן די לעצטע פאר וואכען
ס'פארט מער נישט, ס'איז דא א גוי אנשטאט.
#הידור מצוה
בלאט: 1 2