☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14826

אשכול אן א טיטל #14826

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14826

— » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 12:42 pm

· #481153

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

לייבל שטילער » מוצ"ש סעפטעמבער 4, 2021 9:05 pm

· #481210
וואו קען מען ליינען דאס ''הקבוצה השלישית''?

תפוח » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 9:22 am

· #481643
איז דא א מעגליכקייט צו באקומען בלויז דער ארטיקל אלס א pdf?

בעל דרשן » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:03 am

· #481646
איך וואלט אויך געווילט?

תפוח » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:30 pm

· #481656
את חטאי אני מזכיר, איך קויף דער וועקער אבער איך וויל עס נישט נעמען אין ביהמ"ד צו ליינען יוה"כ. די ארטיקל וואלט איך ארויסגעדרוקט צו קענען ליינען יוה"כ בין גברא לגברא.

סעגאל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:49 pm

· #481665
וואס איז די חטא אז די קויפסט דעם וועקער. אדער אז די שעמסט זיך דערמיט?

בת קול » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:13 pm

· #481666
איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל, און זיך באקענען מיט גור.
איך קען נישט קיין פאקטן, אבער געליינט האט זיך עס אמת'דיג.

איך האב נאר געטראכט אויב אזא ארטיקל פאסט זיך מער פאר א פארום אין קאווע שטיבל, ווי אן ארטיקל אינעם היינטיגן וועקער.
פשוט אויב עס פאסט פארן וועקער צו דריקן איבער אזא פארשעמטן מחלוקה.
(אויב עס זעהט אויס גוט פארן וועקער, אדער ווי דער איד אדער די בלאט וואס פלעגט דריקן יעדעם'ס שמוץ.)

איך האב גראדע הנאה געהאט צו ליינען, אבער איך וואונדער זיך וואס איז דעם מיינונג פון אנדערע דעראויף.

תפוח » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:35 pm

· #481668
סעגאל
וואס איז די חטא אז די קויפסט דעם וועקער. אדער אז די שעמסט זיך דערמיט?
אז איך שעהם זיך עס צו ברענגן אין שוהל.

תרמב » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 4:54 pm

· #481691
בת קול
איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל, און זיך באקענען מיט גור.
איך קען נישט קיין פאקטן, אבער געליינט האט זיך עס אמת'דיג.

איך האב נאר געטראכט אויב אזא ארטיקל פאסט זיך מער פאר א פארום אין קאווע שטיבל, ווי אן ארטיקל אינעם היינטיגן וועקער.
פשוט אויב עס פאסט פארן וועקער צו דריקן איבער אזא פארשעמטן מחלוקה.
(אויב עס זעהט אויס גוט פארן וועקער, אדער ווי דער איד אדער די בלאט וואס פלעגט דריקן יעדעם'ס שמוץ.)

איך האב גראדע הנאה געהאט צו ליינען, אבער איך וואונדער זיך וואס איז דעם מיינונג פון אנדערע דעראויף.

יעדער איינער האט א אנדערע שורש נשמה, יעדער האט ליב עפעס אנדערש, א געלונגענע אויסגאבע ווייסט וויאזוי צו באלאנסירן אז יעדער זאל זיין צופרידן, ס’דא וואס גלייכן די מעשה’לעך ס’איז דא וואס גלייכן מיימונ’ס ליסטע פון נעמען וואס האבן געלערנט רפואה און אסטראנאמיע, און ס’דא וואס האבן ליב א גוט שטיקל היימישע חסידישע פאליטיק, מיר האט איינער געזאגט לעצטנס אז ער דארף זעהן די וועקער וועגן די ארטיקל פון ר’ שאול, ווייל ער האט געהאט געלייענט די ארטיקל פון שמואל ווידער ע’’ה און האט זייער שטארק הנאה געהאט, ווייסט ער אז ווען די וועקער האט אזא ארטיקל גייט עס זיין אזאנס און אזעלכס, איך האלט אז די וועקער איז זייער גוט באלאנסירט.

בעל דרשן » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 5:28 pm

· #481694
געליינט
מיר איז זייער אינטערעסאנט די התחייבות וואס די פני מנחם האט געמאכט צו די היינטיגע רבי פון גור
נאך אלע מעשיות איז ער געווען א זון פון די אמרי אמת און ס'קומט זיך אים די רעביסטעווע מער ווי רבי יעקב אריה
סאיז ווי באבוב וואס יעדע נערמאלע פארשטייט אז די רעביסטעווע געהערט פאר רבי בנציון ( און אפילו רבי מרדכי דוד'ס עולם האלט אזוי ) און די גאנצע סיבה פון נעמען רבי מרדכי דוד איז נאר צוליב " נישט רבי בנציון " והמבין יבין

בעל דרשן » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 5:31 pm

· #481695
וועט מען יעצט מיר באפאלן וואס הייסט זעסט דאך רבי מרדכי דוד האט אוועקגענומען א חלק יא אמת ס'איז אייביג דא די מענטשען וואס ווען עס איז דא טויש כאפט מען זיך מיט אבער רוב באבוב אריינגערעכנט די גרויסע חסידים רבנים וואס האבן פארשטאנען די רצון פון רבי שלמה און רבי נפתלי זענען געבליבן מיט די זון און נישט געווארן נאכגעשלעפט צו א צוגעקומענע אייניקל

ארי נוהם » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 6:54 pm

· #481700
כ'האב שוין געהערט אסאך מאל ווי א בעל דרשן נפחה'ט ברבים נארישקייטן
ס'איז אבער א פלא אז איינער וואס איז ניטאמאל געלאדענט געווארן צו עפענען זיין מויל, קומט אריין אין א צווייטן ארט/אשכול, און נפחה'ט ווייטער מיינענדיג אז ער איז א גוטע בעל דרשן.

בעל דרשן » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:35 am

· #481742
אז די לייב בילד ( ארי נוהם ) איז א סימן די שטיין איז געלונגען כל הכבוד!!!ץ

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:40 am

· #481772
עס וואלט מיר גראדע אויך געשמעקט צו ליינען נאר דעם ארטיקל.

מפיל קינד » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 12:49 pm

· #481774
בעל דרשן
געליינט
מיר איז זייער אינטערעסאנט די התחייבות וואס די פני מנחם האט געמאכט צו די היינטיגע רבי פון גור
נאך אלע מעשיות איז ער געווען א זון פון די אמרי אמת און ס'קומט זיך אים די רעביסטעווע מער ווי רבי יעקב אריה
סאיז ווי באבוב וואס יעדע נערמאלע פארשטייט אז די רעביסטעווע געהערט פאר רבי בנציון ( און אפילו רבי מרדכי דוד'ס עולם האלט אזוי ) און די גאנצע סיבה פון נעמען רבי מרדכי דוד איז נאר צוליב " נישט רבי בנציון " והמבין יבין

הייסט אז דו גלייבסט אז אין סאטמאר גייט אויך ליפא ט"ב איבערנעמען נאך מהרז"ל און שלום לעזער נאך מהר"א? בנוהג שבעולם גייט עס נישט אזוי.

אגב, בעל דרשן טייערער, רביסטעווע גייט נישט וויאזוי ס'דארף זיך פירן. נאר יעדער רבי לאזט איבער א ממלא מקום לויט ווי ער באשליסט. מהרנ"ץ האט פשוט נישט געהאט קיין ברירה, און איז געווען געבינדן די הענט נישט איבערצולאזן קיין צוואה. שכל וואלט געזאגט אז אלס רבי וואלט ער געמעגט אויסוועלן א ממלא מקום.

סאדיגורא האט געוויזן דעם וועג, און הלואי זאלן אנדערע אים נאכמאכן. ס'איז דא א שמועה אז רבי בנציון מבאבוב גייט אויך נעמען א צווייטן זון, נישט דעם עלסטן אלס ממלא מקום. (קיין צוויי רבי'ס קען ער נישט ממנה זיין, נאכן טענה'ן פאר 15 יאר אין דין תורה אז באבוב מעג נאר זיין איינס...)

בעל דרשן » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:03 pm

· #481803
רבי נפתלי איז נישט געווען בדעת די לעצטערע יארן און חוץ דעם האט מען ביי די לויה אפגעמאכט אז ער ווערט רבי און רבי בנציון רב הצעיר וואס דאס מיינט נאך אים די ממשיך פון די באבובע שלשלת ווי יעדע בר דעת פארשטייט

רבי בנציון האט געטון א קלוגע שריט ווען ער מאכט שבת פאר זיך נאך זיין טאטנס פטירה וואלט ער נישט געהאט וואס ער האט היינט
ער האט צוגעווארט און היינט האט ער די באבובע מלוכה
און רבי בנציון האט פיינע קינדער איינס ביי איינס חושבע יונגעלייט

בעל דרשן » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:06 pm

· #481804
איך גליייב אז ווען די פריעדיגע סאדיגורא רבי זעט וואס גייט ארויסקומען וואלט ער עס נישט געטון
פארשעמט זיינע קינדער אויף א שרעקליכע פארנעם וואס אפילו זיי זענען נישט די גרויסע עובדי השם זענען זיי ווייט פון דעס וואס מפארקויפט אויפ'ן גאס

שושן פורים » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:51 pm

· #481805
האמער דא א בעל דרשן וואס איז איבערצייגט אז א געוויסע בארא פארק'ע מענטש מיטן נאמען ר' בנציון אריה לייביש האלבערשטאם איז גאטס מתנה פאר די מענטשהייט און אז ער איז באבוב, נישט סתם באבוב נאר די עכטע באבוב, נישט נאר דאס נאר ער איז קאנווינסד אז עכט האלט יעדער אזוי, מסכים.

ביז אהער איז אלעס פארשטענדליך.

וואס איך פארשטיי נאר נישט איז, וואס זוכט עס דא? עפן א אשכול איבער באבוב און גיס אויס דיין הארץ דארט.

ליב צו וויסן » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:52 pm

· #481806
מפיל קינד


סאדיגורא האט געוויזן דעם וועג, און הלואי זאלן אנדערע אים נאכמאכן.


🙄 🙄

רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 10:58 pm

· #481817
שושן פורים
האמער דא א בעל דרשן וואס איז איבערצייגט אז א געוויסע בארא פארק'ע מענטש מיטן נאמען ר' בנציון אריה לייביש האלבערשטאם איז גאטס מתנה פאר די מענטשהייט און אז ער איז באבוב

און איך האב אלץ געמיינט אז באבוב איז א שטעטל אין גאליציע.. 😕

חסיד פון ליטא » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 12:30 am

· #481822
דער ארטיקל איז א יופי פון אן ארבעט.
ס'איז כדאי אז אזא זאך זאל ווערן פארשריבן און אפגעהאנדלט כדת, כה לחי פאר די שרייבערס!

מיר האט אביסל געשטערט ווי ער באטיטלט דעם אמרי אמת ווי א ידען און ספרים ליבהאבער.... קאמאן, איינער וואס האט נאר אביסל דורכגעטוהן דעם מענטש ווייסט אז ער איז געווען א גאון מיט א פאטאגראפיש מח דוגמת הגר"ע יוסף ז"ל.

אויך איז עס אביסל איינזייטיג, טראץ וואס ר' שאול איז נישט מחוייב זיך צו לאזן רייטן און האט אלע רעכטן, וואלט געווען מער ניחא צו הערן פון א באזעסענעם גערער וואס זיין צד איז, איך בין זיכער אז זיי האבן אויך עפעס אריינצוזאגן.

בעל דרשן » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 10:10 am

· #481838
שטארקע ווערטער האט רבי שאול גערעדט איבער מוחל זיין א צווייטן
רבי שאול איז א מנהיג מיט אלע מפרשים די וואס דרייען זיך ביי אים האבן א זכיה

ליב צו וויסן » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 10:40 am

· #481841
חסיד פון ליטא


אויך איז עס אביסל איינזייטיג, טראץ וואס ר' שאול איז נישט מחוייב זיך צו לאזן רייטן און האט אלע רעכטן, וואלט געווען מער ניחא צו הערן פון א באזעסענעם גערער וואס זיין צד איז, איך בין זיכער אז זיי האבן אויך עפעס אריינצוזאגן.


כאטש הערן 2 זייטן איז אלס א גוטע זאך, איז דא אבער כלל נישט קיין געווענדליכע מחלוקה.

ווען 2 זייטן שלאגן זיך אויף עפעס איז הערן ביידע זייטן א Must.

דא רעדט מען אבער אז ראובן וויל אנטלויפן פון שמעון און שמעון שלאגט אים דערפאר (זיי פארלאנגען דאך נישט נכסי גור), אין אזא פאל איז נארמאל אז וואוילע מענטשן זאלן זיין איינזייטיג.....

בעל דרשן » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 1:14 pm

· #481846
און די וועג ווי אזוי ער באהאנדלט די מחלוקות איז צום שעצן !
זיי האבן געעפענט א קהילה און מדערגייט זיי די יארן ער וואלט געקענט אפמאכן אז ער הייסט גור און זיך רופן רבי ווי אנדערע האבן געטון
אבער ער זיכט דעס נישט ער זיכט די אמת זיין נאנט צום באשעפער
די דור האט א זכיה צו האבן אזא אדם הגדול בענקים צווישן אונז

פאליטיקאנט » דאנערשטאג סעפטעמבער 16, 2021 11:59 pm

· #481872
ווי אסאך האבן דא באמערקט, פילט זיך די ארטיקל צוערשט אביסל איינזייטיג לטובת ר' שאול.
אבער נאכן אריינטראכטן איז דאס טאקע די פשוטע מציאות! גארנישט איינזייטיגקייט, בלויזע פאקטן. גור האט ממש גארנישט זיך צו פארענטפערן.

[כ'האב עס דורכגעשמועסט מיט א (אויבנאויף גאנץ קלוגע) גורער אינגערמאן און חוץ פון איבערקייען אז ר' שאול איז אן אפיקורס און א מסית ומדיח, האט ער גארנישט געהאט צוצולייגן.]

יאסל ראקאווער » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 1:22 am

· #481875
איך קען זייער קלוגע גערע און זייער ענטפער איז די זעלבע, ווען איך האב אימיצען געגעבן די וועקער האט ער מיר גערופען מיט די גאנצע תמימות אז ספיעלט ווי די גוטע משכילישע שרייבערס. וויאזוי זאל ער עס אנעמען אויב זיין זיידע איז נאר א איד ווייל ער האט נישט אנגענומען די משכילישע טענות.

איך האב דערמאנט "פארגעס נישט די גער/קאצקער ווארט אז קורח איז געווען א גרויסע רבי".

אבער ער האט מיר דערמאנט ווי שווער סאיז צו זיין א מבקש אמת ווען מ'איז אויפגעצויגן און א 'קאלט'. א moment of reflection

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 1:46 am

· #481876
איך האלט אויך אז דאס איז א קורח ועדתו סיטיועישן, די שאלה איז נאר ווער איז דער משה און ווער איז דער קורח. ווען דער היינטיגער רבי האט אנגעדרייט בחיו פון זיין פעטער איז ער מעגליך געווען א קורח? ווען ער האט געפירט צום פארשפארונג פון די ישיבות איז ער אפשר געווען א ירבעם בן נבט? ווען די היציגע חברה גייען אונטער זיין אויפזיכט זיך איינברעכן אין דירות און צו׳מקל׳ען מענטשן איז ער אפשר אן עשו מיט אליפז? (און געדענקט אויך אז עשו איז געווען א גרויסע רבי מיט א ווייסע בעקישע כידוע) נעה, דאס נישט, אבער רבי שאול איז א קורח בלי שום ספק, נאר וואס דען?

מיט אזעלכע קורחס ווער דארף נאך משהס? מיט אזעלכע משכילים ווער דארף נאך פרומע אידן? והמשכילים יזהירו כזוהר הרקיע, ובזוהר דא יפקון מן גלותא ברחמי.

דרויסענדער » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 5:42 pm

· #481979
[ציטאט אראפגענומען]


וואס איז טאקע פשט? וויאזוי איז מעגליך אז ס'איז דא אן אפיצילע PDF (כ'רעד נישט פון אריינגעסקענט) פונעם ארטיקל?

אויב דער וועקער האט עס אפיציעל ארויסגעלייגט איז דאך נישט קיין פראגע פון גניבה, און אויב נישט, וויאזוי טאקע פארט עס ארום?

דרויסענדער » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:26 pm

· #481986
[ציטאט אראפגענומען]
זאג איך, אז איך האב יא געזען א קלארע ארידזשינעל PDF. ס'קען איז לכאורה דא פון די גאנצע אויך.

תפוח » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 8:54 pm

· #481987
דרויסענדער
[ציטאט אראפגענומען]
זאג איך, אז איך האב יא געזען א קלארע ארידזשינעל PDF. ס'קען איז לכאורה דא פון די גאנצע אויך.
יא, איך האב אויך געזעהן א קלארער PDF.

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 9:04 pm

· #481988
די ארטיקל איז זייער אינפארמאטיוו און שפירט זיך זייער מקיפ'דיג, טראץ דעם וואס עס איז קלאר נאר די ראשי פרקים און לאזט אויס א סאך דעטאלן.

עס איז מיר א חידוש אז די שרייבער רייסן ארונטער דעם פאקט אז רבנים וראשי ישיבה האבן איינגענומען א שטיל שווייגעניש, ווען ס'נישט אינגאנצן אזוי. ערשטענס, עס איז ביי מיר א דבר פשוט אז די שארפע דרשה פון רבי מאטל זילבער שליט"א (דערמאנט אין אן אנדערע טייל פון דער וועקער) האט זיכער געצילט דעם גור'ער רבי. הערט עס איבער (נאכן ליינען דעם וועקער) וועט איר זעהן אז ער רירט אן די הויפט טעזע פון די דאזיגע באשרייבונג. דערנאך איז דא דער בעלזער רב שליט"א וואס זיינע מעשים זענען louder ווי סיי וואספארע מחאות. די זעלבע איז מיט אנדערע א שטייגער ווי הרב דוב לנדא, אמשינובער רבי ועוד. זענען דא רביס/רבנים וואס טוען נישט גענוג? יא. אבער דאס הייסט נישט" גארנישט".




.

לכבוד שבת קודש » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 10:40 pm

· #481991
איך האב געזען א פי די עף, איך האב דעם פייל ביי מיר. ס'איז דא און ס'דרייט זיך ארום.

אויב עס איז אויסגעהאלטן, קען איך עס ארויסלייגן אהער. פון וועמען דארף מען רשות?

מאנטריאל » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 1:00 am

· #482000
אויכעט דאס אז מען האט צאמגענומען פופציק טויזנט נתינות דאס איז די גרעסטע מחאה וואס קען נאר זיין

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 22, 2021 10:10 pm

· #482035
איך האב געקויפט דעם וועקער טאקע נאר צוליב דעם דאזיגן ארטיקל און שטארק הנאה געהאט, עס האט מיר געשאנקען א בליק אריין קיין גור וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געזען. איך וויל זיך באדאנקען פאר די שרייבערס.

אויף א גרויס חלק פון די וועקער האב איך ערנסטע הערות, האפענטליך נאך יו"ט וועל איך האבן צייט צו שרייבן.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 22, 2021 11:47 pm

· #482041
זעהט זיך אויס אז חרדיש האט אפאר דעפינישנס.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 10:46 pm

· #482055
ערשטענס א דאנק פאר די שרייבער פאר אזא שיינע ארומנעמנדע ארטיקל, ס'זעהט זיך אן די ארבעט וואס מ'האט אריינגעלייגט.

דאס ארטיקל איז לדעתי א היפש איינזייטיגע אנאליז לטובת ר' שאול, וואס איז לאו דווקא א חסרון ווייל ס'איז דאך אן 'אנאליז', און נישט קיין וויקיפידיע פעידזש ווי מ'מעג נאר שרייבן אן איבערגעוויזענע פאקט, און די שרייבער טוען עס טאקע אנאליזירן אויף א געוויסע וועג, אבער אסאך 'ראיות' און 'אנעקדאטן' לערנט דער שרייבער עס אפ אין א געוויסע ליכט, וואס איז לאו דווקא אזוי, לדוגמא די סיבה אונטער דאס אפשטעלן עיון אין די ישיבות, ווי אויך למשל די ראיה אז די פני מנחם זאל האבן געשריבן דעם הסכם ''אונטער דרוק שלא ברצונו'', פון דעם אז די צווייטע האלב איז וויייניגער קלאר.

איין הערה, דאס וואס זיי שרייבן אז אינעם 'הסכם' ווערט נאר אויסגערעכנט ר' יענקל אלתר'ס קינדער און נישט אלע לב שמחה'ס אייניקלעך איז לכאורה נישט ריכטיג, עס ווערט אויך דערמאנט ר' נחמי' מאנדל, וואס דאס מיינט אז אלע אור-פלומעניקס ווערן דערמאנט.

קאצקע ציקער » מוצ"ש אקטאבער 2, 2021 8:34 pm

· #482313
פארוואס דארף מען רעדן פון די אמרי אמת'ס מצב רוח נאכן קריג ? וואס האט עס מיט די גאנצע פרשה?

רביה''ק זי''ע » זונטאג אקטאבער 3, 2021 12:00 am

· #482331
פארוואס דארף מען פרעגן פארוואס מ׳דארף רעדן איבער וכו׳?

מיסטעריע » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 1:27 am

· #484464
[ציטאט אראפגענומען]



א גרויסע ישר כח פאר די ארטיקל, ארויסגעברענגט אלע צדדים, אבער די ארטיקל פארפעלט צו ענדיגן מיט חסידות גור דא אין אמעריקא, די שטארקייט פון רבי שאול דאהי און ווי דער רבי טוהט אנזייען טעראר.

למעשה פארוועם קערט לעגאל די בנין .........
* תלמוד תורה יגדיל תורה
* ישיבה אין די בעק פון תלמוד תורה אויף אלד ניו יוטרעקט
* מתיבתא אויף זעכצנטע עוועניו
* מיידל סקול אויף ניינצעטע עוועניו

טאמבל סאס » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 4:23 am

· #484466
[ציטאט אראפגענומען]
אדורכגעלייענט מיט איין אטעם. סופערב און סאליד סטאףף. אן אדורכנעמנדע איבערזיכט. געוואלדיג!!

Sent from my SM-G973F using Tapatalk