☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ויהי אחר המבול

ויהי אחר המבול

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14815

היסטאריע » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 8:11 am

· #481033
ויהי אחר המבול
דער שטאט איז פארפלייצט געווארען נעכטען, מיט היסטארישע רעגען, א וואוסנאט פין וואטסעפ האט גע'טענה'ט אז אלע בעיסמענטס ווערען פארפלייצט, מען קען גארנישט טוהן. חברים האט באקומן אסאך קאלס אויך. אכט מענטשן זענען געשטארבן ווי באריכטעט

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 8:47 am

· #481036
Re: ויהי אחר המבול
און, ויהי ממחרת און די זין האט אויפגעשיינט כאילו לא היה כלום!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

היכי דמי » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 9:31 am

· #481039
אלע ארגיניזאציעס זענען געווען ביזי נעכטן, נאכאמזל עס איז דא צוויי ארגיניזאציעס פון אלעס.

לך לך » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 1:14 pm

· #481063
22 אומגעקומענע

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 9:18 pm

· #481085
Re: ויהי אחר המבול
[ציטאט אראפגענומען]
מיין פאינט איז אז נאך קאטסטראפעס ווי דעס צו אנדערע וואלטן די הימלן ווען געברויכט ווייזן עפעס מיטלייד, ווייזן זויערע וועטערס, גרויע הימלן באדעקט מיט שווארצע וואלקענעס אנטייל צו נעמען אין די ווייטאג און פיין פון אירע באשעפנישן כאטשיג פאר אפאר טאג, צו ווייזן עפעס מיטגעפיל! מאך דיך כאטשיג! אבער ס'קוקט נישט אויס ווי זיי צוקראצן זיך, דאס באדערט מיך.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 9:26 pm

· #481087
דער גאלדענער אדלער: אויב די הימלען וואלטן געווען באדעקט מיט שווארצע און גרויע וואלקנס וואלט איך געווארן נאכמער דיפרעסד. משא"כ אויב די זון שיינט במלוא הדרה. מיט איהר גאנצע שטארקייט. און ס'איז דא א שיינער בלויער הימל ווער איך א ביסל פרייליך...!

תרמב » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 6:48 pm

· #481315
סאיז זייער אינטערסאנט, מ’כאפט נישט אויף אין אזא שטורמישע יאר אז די יאר איז פארגעקומען זייער אסאך פארפלייצונגען אין די וועלט, אין פלעצער ווי מ’הערט עס נישט געווענטליך, א שטיק צייט צוריק דעם זומער איז געווען שווערע פארפלייצונגען אין עטליכע לענדער אין איירופא, אין דייטשלאנד, בעלגיע, רוסלאנד, און אין טערקיי און אין נאך פלעצער , יעצט האבן אונז געכאפט דא אין די טריי סטעיט געגנט, איך קלער אז ס’קען האבן צוטון מיט גלאבעל ווארעמינג.

מפיל קינד » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 9:58 pm

· #481327
מיינסט צו זאגן קלימאט טויש, ריכטיג? ווייל גלאובעל ווארמינג גרעניצט זיך מיט כפירה.

קיינער דינגט זיך נישט אז פארפלייצונגען קומט פון קלימאטן טויש, די שאלה איז דרייפאכיג:

1. אויב מיר זענען דאס גורם אדער דאס איז א טבע אין די בריאה.
2. צי איז שייך עפעס צו טון דערוועגן, אדער מען זאל זאגן קדיש יתום און אויפהערן משוגע מאכן דאס מענשהייט איבער פלאסטישע שטרויען און ריינע ענערגיע.
3. צי איז דאס עפעס וואס טוישט זיך אליין ווי א גלגל החוזר, 50 יאר הייס און 50 קאלט. דאס מיינט אז איין טאג גייט עס אויטאמאטיש צוריק צום אלטן.

רביה''ק זי''ע » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 10:03 pm

· #481329
כפירה אין וואס?

טמיר » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 10:16 pm

· #481330
Re: ויהי אחר המבול
מפיל קינד
מיינסט צו זאגן קלימאט טויש, ריכטיג? ווייל גלאובעל ווארמינג גרעניצט זיך מיט כפירה.

קיינער דינגט זיך נישט אז פארפלייצונגען קומט פון קלימאטן טויש, די שאלה איז דרייפאכיג:

1. אויב מיר זענען דאס גורם אדער דאס איז א טבע אין די בריאה.
2. צי איז שייך עפעס צו טון דערוועגן, אדער מען זאל זאגן קדיש יתום און אויפהערן משוגע מאכן דאס מענשהייט איבער פלאסטישע שטרויען און ריינע ענערגיע.
3. צי איז דאס עפעס וואס טוישט זיך אליין ווי א גלגל החוזר, 50 יאר הייס און 50 קאלט. דאס מיינט אז איין טאג גייט עס אויטאמאטיש צוריק צום אלטן.

באמערקסט אז אלע דריי שאלות איז איינס? 1 און 3 איז פשוט. 2 איז אויך תלוי אין דעם, ווייל אויב איז דער מענטש די גורם איז דאך פשוט אז ער קען דאס אפשטעלן אויך

מצפצף » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 10:20 pm

· #481331
מפיל קינד
מיינסט צו זאגן קלימאט טויש, ריכטיג? ווייל גלאובעל ווארמינג גרעניצט זיך מיט כפירה.

קיינער דינגט זיך נישט אז פארפלייצונגען קומט פון קלימאטן טויש, די שאלה איז דרייפאכיג:

1. אויב מיר זענען דאס גורם אדער דאס איז א טבע אין די בריאה.
2. צי איז שייך עפעס צו טון דערוועגן, אדער מען זאל זאגן קדיש יתום און אויפהערן משוגע מאכן דאס מענשהייט איבער פלאסטישע שטרויען און ריינע ענערגיע.
3. צי איז דאס עפעס וואס טוישט זיך אליין ווי א גלגל החוזר, 50 יאר הייס און 50 קאלט. דאס מיינט אז איין טאג גייט עס אויטאמאטיש צוריק צום אלטן.

אהעם...
ולעצם הענין. <a class="postlink" href="/post/331813">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 13#p331813</a>