☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » היסטאריע פון צוואת הרבי מ'סאטמאר

היסטאריע פון צוואת הרבי מ'סאטמאר

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1481

בן תמליון » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:51 am

· #35015
היסטאריע פון צוואת הרבי מ'סאטמאר
לכבוד די יומא דהילולא קדישתא איז אינטערסאנט צו דורכרעדן די היסטאריע פון די פאלטשע צוואה פון הרבי מסאטמאר איך וועל איבערגעבן פרטים וואס איך האב געהערט פון די גרויסע טאטעס ווער עס האט הוספות זאל צולייגן. פארשטייט זיך מיר מיינען נישט דא צו פוגע זיין אינעם בעל דבר מיר ווילן בלויז אביסל גרונטעווען היסטאריע.

מעשה שהיה כך היה: ביים רבין האט זיך געדרייט א זייער פרומער הויז-בחור מיטן נאמען שלום ה. ער איז געווען זייער א טויגליכער און מיט די צייט באקומען א חוש צו נאכמאכן דעם רבין מיט אלעם ממש אקוראט ער'ט געקענט זאגן קידוש איר וואלט געשווארן עס איז דער רבי אליין. געווען איז עס אין די לעצטע יארן האט הנ"ל זיך געלאזט בויען א ריזיג הערליך הויז אויפן העכסטן פלאץ אין שטעטל מיט מארמאר שטיין נאכגעמאכט אקוראט דעם מאדעל פונעם נייעם בית המדרש הגדול. ויהי דער יום המר כוא"ב פאר די לויה האבן זיך פארזאמלט די דיינים אינעם הויז אין בעקערטאון ווען די מטה הקדושה איז דארט געווען. זיי האבן געפרעגט די באי הבית ווייסט איינער פון א צוואה? שלום האט געזאגט ער ווייסט ער'ט ארויסגענומען א צוואה בכתב יד קודש מיט בערך אזא נוסח: יוס"ף ה' עליכם (ר יוסל אשכנזי) ה' יהיה בעזריכ"ם (ר עזריאל) שלו"ם יהיה על כסאי (שלום ה.) דערנאך אפאר ווערטער דער ציבור מחזק זיין די רעביצין און די מוסדות. די דיינים פרעגן שלום דער רבי איז דא אויף דער ערד איז די צוואה אמת? שלום זאגט בפה מלא יא. הגר"י ראטה האט געהאט דעם קאפ אפן פלאץ און געזאגט דו ווערסט נישט רבי אפילו עס איז דא א צוואה און באפוילן אלע באי הבית צי האלטן דעם זאך בסוד. למעשה ביים לויה האט ר יוסל דערמאנט די צוואה דער רבי שרייבט נישט צו טשעפען די רביצין דער עולם האט זיך געשישקעט ס'איז דא א צוואה. אידן האבן געהערט שלום וויינען און שרייען ביים לויה: רבי איך קען נישט אליין פירן מיינענדיק ער'ז גערירט. שפעטער נאכמיטאק ווען סיגוטער רב איז אנגעקומען צום לויה פון לאס אנדזשעלעס האט מען איהם באלד פארציילט אז שלום ה האט א צוואה ער זאל זיין ממלא מקום האט ער זיך באלד אנגערופן שיקט איהם אין נארן הויז. למעשה הייסט מען האט געשיקט דעם פאפיר צו א לאבראטארי און דער פאפיר איז געווען אינגער ווי דער דאטום. מען האט געקנס'ט שלום ער האט געמוזט אוועקפארן פון ק"י פאר א יאר און אויסטוהן די ווייסע זאקן ובכן גייט ער מיט שטיוול עד היום הזה.

ווער עס האט מער פרטים זאל מוסף נופח זיין.

טראכט » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:21 am

· #35035
איך מיין אז סאטמאר וואלט בעסער אנגעקומען ווען די ״מיטעלע רבי״ ווי מען פלעגט אים רופן וואלט געווען רבי. איך האב געהערט אז די גאנצע הויז זיינע איז געבויעט זייער קאמערציאל ער האט אפילו זיך געלאזט בויען צענדליגער שטייענדיגע בעסקיסעס צו קענען אקאמעדירן די טויזענטער חסידים,

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:30 am

· #35041
זייער אינטרעסאנט איך וויל שוין לאנג הערן די מעשה
וואס איך האב געהערט איז אז מען האט אים געבעטן צו שרייבן אז די דיינים זאלן פירן דאס הייסט א בי"ד, או ער האט באשלאסן, אויב שרייבן זאל שויןן זיין ווי איך וויל
ער פלעגט אויך אלץ העלפען דעם רבין אונטער שרייבן ווען דער רבי האט נישט געהאט קיין כוח אליינס צו שרייבן
אזוי האט ער ממש געקענט שרייבן ווי דער רבי
די רביצין האט אים זייער ליב געהאט, און זי האט אים געלאזט נעמען צו בויען זיין הויז פון די שטיינער פון די גרויסע ביהמ"ד
אבער נאך די מעשה פון די צוואה איז די רעבעצין זייער ברוגז געווארן

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:32 am

· #35042
איז בכלל דא א צוואה פון סאטמאר רב אדער האט ער נישט געשריבן קיין צוואה ?

שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:32 am

· #35043
איך בין נישט אזוי זיכער אז די רעבעצין איז ברוגז געווארן ווייל דאכט זיך אז ס'איז געווען מעשי ידי הגבאים באמצע, כך שמעתי

שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:33 am

· #35044
אויס מענטש
איז בכלל דא א צוואה פון סאטמאר רב אדער האט ער נישט געשריבן קיין צוואה ?

ס'איז דא וואס זאגן אז תשכ"ד ווען דער רבי ז"ל האט געהאט די רויז איז דער רבי דער ברך משה אים געקומען באזוכן, און דער רבי האט זיך דאן איינגעשפארט מיטן רבין איבער א שעה, און מען האט געזאגט אז ס'איז געווען וועגן די צוואה, און יתכן אז ס'איז געווען און מען האט עס מבער געווען

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:40 am

· #35050
דאס גאנצע לשון פונעם פאלשן צוואה "יוסף ה' עליכם וכו'" קוקט נישט ווי דאס לשון פון סאטמארער רבי'ן זצ"ל, ס'האט זיך נישט געווארפן קיינע מליצות אין זיינע מכתבים, הגם בע"פ האט ער יא געזאגט אסאך ווערטלעך.

חכם מחוכם » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:51 am

· #35054
צווייטענס שמואל, פארוואס זאל דער רבי ממלא מקומו זיין מיט אים ווען עס איז דא א סיגוטער רב?, אביסל סענס דארף עס מאכן

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:55 am

· #35056
פארשטייט זיך, אבער איך רעד פונעם עצם מכתב ווי אומערפארן דאס איז געשריבן געווארן, אז ער האט נישט פרובירט אריינצולייגן עפעס לשונות וואס זאל אויסזען קראנט.

שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:24 am

· #35074
חכם מחוכם
צווייטענס שמואל, פארוואס זאל דער רבי ממלא מקומו זיין מיט אים ווען עס איז דא א סיגוטער רב?, אביסל סענס דארף עס מאכן

וואס איז די שאלה אפילו? דער סיגעטער האט זיך דאך משדך געווען מיטן וויזניצער נו ווי מעג ער זיין ממלא מקום?

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:35 am

· #35080
סטאמערער רב איז נישט געוועין א נאר, איך האלט בשיטה אז ער האט געשריבען א צוואה און פאר סאם ריזען האט מען עס מעביר געוועין, איך וויס נישט אויב ס'דעיס אבער א צוואה איז זיכער געוועין,

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:36 am

· #35081
איך האלט אז דער אשכול באלאנגט נישט דא אין פובליק, אויסצושמועסן א איד/משפחה ברבים אויף א זאך וואס ער האט שוין חרטה געהאט.

נאך איינער האלט ווי מיר?

בן תמליון » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:42 am

· #35084
שמואל הלוי
דאס גאנצע לשון פונעם פאלשן צוואה "יוסף ה' עליכם וכו'" קוקט נישט ווי דאס לשון פון סאטמארער רבי'ן זצ"ל, ס'האט זיך נישט געווארפן קיינע מליצות אין זיינע מכתבים, הגם בע"פ האט ער יא געזאגט אסאך ווערטלעך.


גראדע האט ער יא אפט געשריבן מליצות זעט זיינע בריוון און תשובות. דער בריוו אינדערהיים אן ענטפער צו די עדה חרדית ווען זיי האבן איהם געוואלט אויפנעמען אלס ירושלימער רב איז איין שטיק מליצה.

zurich » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:49 am

· #35086
בן תמליון
שמואל הלוי
דאס גאנצע לשון פונעם פאלשן צוואה "יוסף ה' עליכם וכו'" קוקט נישט ווי דאס לשון פון סאטמארער רבי'ן זצ"ל, ס'האט זיך נישט געווארפן קיינע מליצות אין זיינע מכתבים, הגם בע"פ האט ער יא געזאגט אסאך ווערטלעך.


גראדע האט ער יא אפט געשריבן מליצות זעט זיינע בריוון און תשובות. דער בריוו אינדערהיים אן ענטפער צו די עדה חרדית ווען זיי האבן איהם געוואלט אויפנעמען אלס ירושלימער רב איז איין שטיק מליצה.

די בריעב האט אויך שלום געפעלטשט!! 😂

Java » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:51 am

· #35087
פארשפארט פאר דערווייל.

קורץ און שארף » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:53 am

· #35089
האט סאטמארער רבי זצ"ל געשריבן א צוואה?
איך האלט אז עס איז נישטא קיין צוואה, עכ"פ בנוגע דער הנהגה, ווער עס זאל זיין דער ממלא מקום.

ווי עס זעט אויס האט דער סאטמארער רבי געהאלטן אז ער האט געטוהן זיינס פארן באשעפערס וועגן און אויפגעשטעלט מוסדות, און וואס וועט זיין נאכדעם איז נישט זיין געשעפט, דער באשעפער וועט שוין צופירן וויאזוי עס זאל זיך פירן ווייטער.

און אזוי איז טאקע געווען.

קען זיין [און מסתמא] אז ער האט פארשטאנען אז מען וועט אויפנעמען זיין נעפיו, אבער וויבאלד עס נישט געווען דער גרעסטער לכתחילה פאר אים האט ער עס נישט באפוילן אפיציעל אינעם צוואה.

קיין עכטע פראבלעמען מיטן נעפיו האט ער נישט געהאט, זייטס נישט משוגע, ער האט כסדר זיך באנוצט מיט אים. הגם ער האט זיך געבייזערט אויף אים מפעם לפעם.

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:29 pm

· #35113
דא האב איך געשריבען דערוועגען
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1481">viewtopic.php?f=8&t=1481</a><!-- l -->

קורץ און שארף » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:32 pm

· #35117
לעמיל
דא האב איך געשריבען דערוועגען
<a class="postlink" href="/topic/1481">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=1481</a>



יענע אשכול איז פארמאכט.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:36 pm

· #35122
ס'איז נישט פארמאכט אומזיסט.

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:36 pm

· #35124
סטאמערער רב איז נישט געוועין א נאר, איך האלט בשיטה אז ער האט געשריבען א צוואה און פאר סאם ריזען האט מען עס מעביר געוועין, איך וויס נישט אויב ס'דעיס אבער א צוואה איז זיכער געוועין,