☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מאסק מאנדאט פאר קינדער

מאסק מאנדאט פאר קינדער

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14795

ליב צו וויסן » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 10:42 pm

· #480599
מאסק מאנדאט פאר קינדער
די נייעס ברענגער פארציילן אז ניו יארק "סטעיט" האט ארויפגעלייגט א Mask mandate אויף אלע קינדער אין סקול (פאבליק און פריוואט צוגלייך), אפילו די וואס זענען שוין וואקסינירט.

די מאנדאט ווערט ארויפגעלייגט כאטש וואס:
-Numerous שטודיעס ווייזן אז פאר קינדער איז Covid נישט שעדליכער ווי די Flu.
-יעדער (ערוואקסענער) וואס "וויל", קען באקומען די וואקסין.

וואס טייטשט:
די רעגירונג טוט "באצווינגען" צו דערביטערן דאס לעבן פון סקול קינדער, כדאי צו "מעגליך" באשיצן "אנדערע" וואס "זוכן נישט צו זיין באשיצט".

לאנד פון פרייהייט, זיך שיין דערלעבט.

קורקלענד » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 11:56 pm

· #480605
ס'איז נאך דערווייל נישטא קיין איין שטודיע אדער קלארע עווידענס וואס צייגט אז מאסקעס האלטן אפ דער כינע וויירוס פון פארשפרייטן. וואס מ'ווייסט יא איז אז מאסקעס זענען נישט געזונט סיי פיזיש און סיי גייסטיש.

אויך ווייזן שטודיעס אז קינדער זענען ממש נישט קיין פארשפרייטער פון דער כינע וויירוס.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 29, 2021 12:41 am

· #480606

הקטן » זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:08 am

· #480621
[ציטאט אראפגענומען]


group-think
the practice of thinking or making decisions as a group in a way that discourages creativity or individual responsibility.


דו האלסט דאס דיין קינדס פיעטרישען האט דארך געטון די סיגיא איידער ער נעמט א שטעלאנג???
אויב זאל ער זאגן פארקערט וואו די עסטעבלישמענט איז דאס advantages צי אים, אדער פארקערט?!?

יעצט פרעג איבער...

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 29, 2021 10:26 am

· #480624
אויב איז אמת אז רוב דאקטוירים האלטן אזוי. אדרבה, קלערט מיר ביטע אויף. פארוואס האלטן זיי אזוי?

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 29, 2021 10:45 am

· #480626
רביה''ק זי''ע

געהעריגע עסטאבלישמענט טיפּ אויסברוך נאכגעזאגט פון די בלעטער פון מאמרים אין די ניו יארק טיימס. אבער מיט פאקטן און סייענס האבן זיינע ארגומענטן קיינע שייכות.

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:21 am

· #480628
[ציטאט אראפגענומען]

וואס איז גורם אז זיי זאלן אזוי האלטן? וואס ווייסן זיי וואס איך קען נישט וויסן? פארוואס קענען זיין עס נישט מסביר זיין אז מיר זאלן פארשטיין? ס'קען זיין אז זיי פּלאַפּעלן בלויז נאך די סי די סי און די וואָ. אן פרעגן אדער פארשטיין?

מיר זענען דאך אין א דור וואס מיר גייען בלויז מיט הארטע סייענס? טאָ וויאזוי איז דאן שייך א מ'זאל בלויז 'האלטן' אז ס'העלפט? ביי היידראקסיקלאראקווין איז דאך נישט גענוג געווען בלויז האלטן. פארוואס איז דא אנדערש?

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:44 am

· #480633
קורקלענד
רביה''ק זי''ע

געהעריגע עסטאבלישמענט טיפּ אויסברוך נאכגעזאגט פון די בלעטער פון מאמרים אין די ניו יארק טיימס. אבער מיט פאקטן און סייענס האבן זיינע ארגומענטן קיינע שייכות.

כאילו די אנטי-עסטאבלישמעענט טיפ אויבראכן וואס זענען נאכגעזאגט פון די בלעטער און מאמרים פון טראמפ מידיא זענען יא געבויט אויף פאקטן און סייענס, אמאל פלעגט טראמפ מידיא כאטש זיין געשמאק, לעצטנס האט עס אבער באקומען א זויערע פנים אז ס׳פארגייט שוין דאס אפעטיט, ואם כן מה הועילו חכמים בתקנתם, ס׳שוין מער אינטערעסאנט אויסצוהערן די עסטאבלישמענט אויסבראכן.

ליב צו וויסן » זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:47 am

· #480634
[ציטאט אראפגענומען]


פארוואס זענען רוב פריוואטע סקול עלטערן (די אובער רייכע) קעגן סקול Choice?
פארוואס זענען די וואס זענען בשיטה קעגן די פאליציי, Pro גיבן מער און מער זאכן פאר די פאליציי צו קאנטראלירן (Pro די Mandate יענע Mandate... ווער גייט אינפארסירן די Mandates??...)?
פארוואס זענען די אנפירער פון Womens march פרא מוסלים?

נישט אלעס קען מען פארשטיין אין אונזער Highly politicized און Controlled סאסייעטי...

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 29, 2021 2:09 pm

· #480643
רביה''ק זי''ע

כאילו די אנטי-עסטאבלישמעענט טיפ אויבראכן וואס זענען נאכגעזאגט פון די בלעטער און מאמרים פון טראמפ מידיא זענען יא געבויט אויף פאקטן און סייענס, אמאל פלעגט טראמפ מידיא כאטש זיין געשמאק, לעצטנס האט עס אבער באקומען א זויערע פנים אז ס׳פארגייט שוין דאס אפעטיט, ואם כן מה הועילו חכמים בתקנתם, ס׳שוין מער אינטערעסאנט אויסצוהערן די עסטאבלישמענט אויסבראכן.

איך בין נישט מער חסיד פון די טראמפּ מידיא ווי פון די אלגעמיינע סטעיט מידיא. ביי מיר זענען זיי ביידע אייניג אין אלע הינזיכטן, זיי ביידע רעפרעזענטירן נישט מיין אינטערעסע. דא איז נישט קיין שמועס וועלכע פון די צוויי איז אויפריכטיג אדער פארלעסליך. זיי זענען ביידע נישט אויפריכטיג און נישט פארלעסליך. מיר פאקוסירן דא אצינד נאר אויף די פאקט צו ס'איז בכלל דא א זאכליכע סיבה צו אריין צווינגן מאסקעס אין די שולעס פון תשב''ר.

real fake news » זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:23 pm

· #480650
מאסקעס ׳פארביטערט׳ דאס לעבן?
סדא זייער באקוועמע מאסקעס, און אז מגייט מיט מאסקעס יעדן טאג געוואינט מען זיך צו און מפילט עס אפילו נישט.
נאר וואס דען, אונז היימישע עולם וואס האבן קיינמאל נישט געקענט אנטוהן א מאסק ׳ווייל סאיז שרעקליך אומבאקוועם׳,
האט מען זיך קיינמאל נישט צוגעוואינט.
חברה, גראו אפ, סאיז נישט עק וועלט צו גיין מיט א מאסק, און זיין אביסל אומבאקוועם.

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:30 pm

· #480651
אויב צוגעוואוינען איז די לייזונג..... קען מען זיך דאך צוגעוואוינען צו אלע מינע צרות....

וואולקאן עראפציע » זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:32 pm

· #480652
real fake news
מאסקעס ׳פארביטערט׳ דאס לעבן?
סדא זייער באקוועמע מאסקעס, און אז מגייט מיט מאסקעס יעדן טאג געוואינט מען זיך צו און מפילט עס אפילו נישט.
נאר וואס דען, אונז היימישע עולם וואס האבן קיינמאל נישט געקענט אנטוהן א מאסק ׳ווייל סאיז שרעקליך אומבאקוועם׳,
האט מען זיך קיינמאל נישט צוגעוואינט.
חברה, גראו אפ, סאיז נישט עק וועלט צו גיין מיט א מאסק, און זיין אביסל אומבאקוועם.

הה"ד real fake news

סעגאל » זונטאג אוגוסט 29, 2021 5:53 pm

· #480656
קורקלענד
אויב צוגעוואוינען איז די לייזונג..... קען מען זיך דאך צוגעוואוינען צו אלע מינע צרות....

איך מיין זאלסט זיך טאקע ציגעוויינען דערצי עס זעט אויס אז מיר וועלען נאך דארפען גיין דערמיט אפאר יאר.

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 29, 2021 6:11 pm

· #480659
מ'קען זיך אויך צוגעוואוינען צו שטארבן פון קאוויד און אויך קען מען זיך צוגעוואוינען צו זיצן אין תפיסה פארן נישט פאלגן. ס'איז ענדלאז וואס מ'קען זיך אלס צוגעוואוינען.

מפיל קינד » זונטאג אוגוסט 29, 2021 7:20 pm

· #480665
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר צו קאנטראלירן די בריאה?

איך וואלט אויך אמאל געזאגט קאנספיראציעס אויף אזא תגובה, אבער די לעצטע תקופה האט געוויזן אז די דארשט פאר קאנטראל קען מאכן טראמפ לייקענען א וויירוס און פאוטשי עס אויפבלאזן.

זופ מיט מאנדלען » זונטאג אוגוסט 29, 2021 10:39 pm

· #480679
סאיז א שאד די טענהרייען, דערווייל פרואווט מען דא צו ווארפן דעם איבערווייז פארלאנג אויפן צווייטן אן ברענגען גארנישט צום טיש, אויב איינער האט סטאטיסטיקס אדער פאקטן צו זאגן לכאן ולכאן איז איין זאך, אבער סתם צו זיין א זנב על הזנבים צו שפעקולירן פארוואס יענער האלט אזוי אדער אזי איז סתם שיחת חולין של עמי הארצים.

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:43 pm

· #480682
טראץ וואס די אחריות ליגט אויף די וואס ווילן מחייב זיין. וועל איך אבער יא אנהויבן לייגן שטודיעס.

איינס

<a class="postlink" href="https://www.rcreader.com/commentary/masks-dont-work-covid-a-review-of-science-relevant-to-covide-19-social-policy">https://www.rcreader.com/commentary/mas ... ial-policy</a>

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:52 am

· #480713
נאר 10%
📎 10-percent-.jpg

real fake news » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:54 am

· #480714
קורקלענד
טראץ וואס די אחריות ליגט אויף די וואס ווילן מחייב זיין. וועל איך אבער יא אנהויבן לייגן שטודיעס.

איינס

<a class="postlink" href="https://www.rcreader.com/commentary/masks-dont-work-covid-a-review-of-science-relevant-to-covide-19-social-policy">https://www.rcreader.com/commentary/mas ... ial-policy</a>

<a class="postlink" href="https://www.fast.ai/2020/06/26/particle-sizes/">https://www.fast.ai/2020/06/26/particle-sizes/</a>
Summary: SARS-CoV-2 particles do not float freely in the air. They are expelled as relatively large droplets, which research shows are easily caught by a simple cloth or paper mask. If an infected person doesn’t wear a mask, their droplets quickly evaporate into smaller droplet nuclei, which are harder to filter with a cloth mask. However there are some cloth mask designs which can do a very good job of this too.

קאך_לעפל » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:24 am

· #480717
די מארקסיסטן זענען אויסן אז דער אונטערגאנג זאל אנגיין אויף שטענדיג. דערפאר איז קריטיש פאר זיי אז דאס אומשולדיגע מענטשהייט זאל זיין פארמאסקירט אן קיין שום זאכליכער אורזאך אויף שטענדיג!
דער ציל איז אנצוזייען כאאס און שרעק אויפן פאלק, אזוי אז די רעגירונג זאל באקומען וואס מער מאכט אויף די מענטשהייט, און אוועק נעמען וואס מער פרייהייט פון דאס מענטשהייט!

געוואלד, קויוויד! ראסע! קלימאט! ביקסן!
פיין! וואס קען מען טאן? די רעגירונג זאל דאס באצווינגן! קאנטראל אויף די מענטשהייט! רויבן דאס פרייהייט!

שניידט דאס שטירן אפפאל!

קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:42 am

· #480720
real fake news
קורקלענד
טראץ וואס די אחריות ליגט אויף די וואס ווילן מחייב זיין. וועל איך אבער יא אנהויבן לייגן שטודיעס.

איינס

<a class="postlink" href="https://www.rcreader.com/commentary/masks-dont-work-covid-a-review-of-science-relevant-to-covide-19-social-policy">https://www.rcreader.com/commentary/mas ... ial-policy</a>

<a class="postlink" href="https://www.fast.ai/2020/06/26/particle-sizes/">https://www.fast.ai/2020/06/26/particle-sizes/</a>
Summary: SARS-CoV-2 particles do not float freely in the air. They are expelled as relatively large droplets, which research shows are easily caught by a simple cloth or paper mask. If an infected person doesn’t wear a mask, their droplets quickly evaporate into smaller droplet nuclei, which are harder to filter with a cloth mask. However there are some cloth mask designs which can do a very good job of this too.

דער ארטיקל מאכט צוויי אסאמפשאנס אן עווידענס. איינס אז קאוויד טרעוועלט אין גרעסערע דראפלעטס. מהיכא תיתא? צווייטנס אז מ'קען געהערט אטעמען מיט א מאסק, ווען די פאקט איז אז די אקסיגען לעוועל איז קלאר נישט גענוג.

אויך איז וויכטיג צו באטאנען אז איר האט געברענגט א ארטיקל וואס איז איינעםס השערות אבער נישט קיין פאקטישע שטודיע אויף מאסקעס ספעציפיש אויף קאוויד.

הקטן » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 9:50 am

· #481765
סייענס אדער "סיסטעם"?
[ציטאט אראפגענומען]

די רוב דאקטוירים פין וואס דו רעדסט, האבן בכלל נישט דארך געטון די זאך, איך שטעל זיך פאר בינו לבין עצמו מאכט דאס איך אים נישט קיין סענס, נאר וואס? זיי פאלגן נאך בלינדערהייט די "סיסטעם "


מאסקס: סייענס אדער סיסטעם?
news_face_masks_deadly_falsehoods

קאך_לעפל » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 10:07 am

· #481766
מאסקעס פאר קינדער? זיי פארמאגן דאך שוין ווינדלען?

קהל'ס נער » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 10:40 pm

· #481813
Re: מאסק מאנדאט פאר קינדער
real fake news
מאסקעס ׳פארביטערט׳ דאס לעבן?
סדא זייער באקוועמע מאסקעס, און אז מגייט מיט מאסקעס יעדן טאג געוואינט מען זיך צו און מפילט עס אפילו נישט.
נאר וואס דען, אונז היימישע עולם וואס האבן קיינמאל נישט געקענט אנטוהן א מאסק ׳ווייל סאיז שרעקליך אומבאקוועם׳,
האט מען זיך קיינמאל נישט צוגעוואינט.
חברה, גראו אפ, סאיז נישט עק וועלט צו גיין מיט א מאסק, און זיין אביסל אומבאקוועם.
צום געטא האט מען זיך אויך ציגעוואוינט, ליין אביסל די טאג טעגליך לעיבן וויאזוי די געטא האט אויס געזעין, עס קען זיך דאכטן אז מען רעדט פון א ראמאנטישע מעשה.
האוו אבאוט מעגיימיר ציריק צים געטא?

Sent from my SM-G981U1 using Tapatalk