☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » לעילא ולעילא - ק"ש קאמפיין פאר ישיבת תורת אפרים תלפיות

לעילא ולעילא - ק"ש קאמפיין פאר ישיבת תורת אפרים תלפיות

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14793
בלאט: 1 2

הוגה » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 8:39 pm

· #480543
לעילא ולעילא - ק"ש קאמפיין פאר ישיבת תורת אפרים תלפיות
טייערע חברים וידידים,

ווען וועלט איז געווען וועלט האב איך געהאט צייט צו שרייבן לאנגע מגילות אנגעפילט מיט פורים תורות און מיינע בויכ-שמערצן. אפגעזעהן צו מ'האט מסכים געווען צו נישט, ס'געווען לעבעדיג. ב"ה היינטיגע טעג בין איך א סאך מער פארנומען אום כ'האב ווייניגער צייט צו סאציאליזירן בכלל, ובפרט דא אין שטיבל, אבער יעצט איז א הכרח.

מ'האט מיר מכבד געווען ארויסצוהעלפן מיט א וויכטיגע צוועק און כ'האב געפילט אז די חברי הק"ש וואלטן נישט געוואלט פארפאסן די געלעגנהייט צו שטיצן אזא חשוב'ע צוועק. האב איך געמאכט א באזונדרע בלאט מיט מיין ניק (אויסער איינס מיט מיין ריכטיגע נאמען).

אויב ווייסט איר נאכנישט איבער שמעון הצדיק, דער ראש הישיבה פון ישיבת תורת אפרים – תלפיות און זיין הייליגע ישיבה, דאן גיבט א קליק אויפן לינק פונעם קאמפיין וועט איר זעהן אביסל פרטים.

בקיצור ממש. ווער עס קען רבי שמעון סעמפ פון דער נאנט וועט מעיד זיין אז עס זענען נישט פארהאן א סאך אזעלכע בדורנו. ער איז א איד וואס לעבט ניינציג פראצענט פון זיין לעבן פאר אנדערע אידנ'ס וועגן. א איש בין אנשים, טאלאנטפולע רעדנער, אויסערגעווענטליכע מחנך מיט א הארץ אזוי גרויס ווי עוג מלך הבשן. ער האט שוין אויפגעטון גדולות ונצורות ביי זיין ישיבה און אויך אין אנדערע ישיבות וואס האבן נאכגעמאכט געוויסע נקודות פון זיין ישיבה.

ער באלאנגט נישט צו קיין קהלה אדער מוסד, ער איז א שליח פון כלל ישראל, ובפרט פון כלל חסידים.

אויב ווילט איר וויסן סיי וואס איבער די ישיבה קענט איר מיר אנפרעגן אין אישי אדער דא, און איך וועל בל"נ ענטפערן ווען איך קום צוריק נאך די וויקענד.

מער אין ק"ש איבער דער ישיבה:
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=5990
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=4365

צו זעהן רבי שמעון אויף יוטוב:
https://www.youtube.com/channel/UCDo54o ... 9R7WobzDGg

יעצט א בקשה מעומק הלב.

עשה למעני
עשה למענך אם לא למעננו
עשה למען רבי שמעון הצדיק
עשה למען הגרש"י יאזעפאוויטש וואס איז דער קאפ אונטער דער ישיבה
עשה למען חינוך עם שכל ולב
עשה למען תינוקות של בית רבן
עשה למען העושים מעשים ואינם מסתפקים בידבורים בעלמא
עשה למען וועלכע סיבה איר ווילט אבער גיב שוין

גיב א סאך אדער גיב איין דאלער אבער זייט אייך ביטע משתתף מיט די גאנצע הארץ.

ובזכות זה זאלן מיר זוכה זיין צו זעהן בתקומת ישראל מיט א סאך געלט און כל משאלות לבכם.

יישר כח מראש,
ידידכם הוגה

📎 IMG-20210826-WA0095.jpg

הוגה » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 10:24 pm

· #480548
יישר כח @יאסל ראקאווער און @אמת וצדק.

תזכו למצוות.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 10:42 pm

· #480549
Re: לעילא ולעילא - ק"ש קאמפיין פאר ישיבת תורת אפרים תלפיות
א לייק איז גענוג אדער ס'מוז א קרעדיט קארד??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

הוגה » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 5:21 am

· #480561
דער גאלדענער אדלער
א לייק איז גענוג אדער ס'מוז א קרעדיט קארד??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

ירא שמים יוצא ידי שניהם. אבער בדיעבד קען מען יוצא זיין אן א לייק אויך.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 6:36 am

· #480562
דער גאלדענער אדלער
א לייק איז גענוג אדער ס'מוז א קרעדיט קארד??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער: הלואי ואלט מען געקענט צאללן די עלעקטריק און געז ביללס מיט ..."לייקס פון קאווע שטיבל"...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה. איך האב אמאל געטון (עלעקטריק) ארבעט פאר א חשוב'ן איד. ר' גרשון דזשעיקאבסאן, ע"ה. דער אייגנטומער פון דעם ..."אלגעמיינער זשורנאל"... וועלכער האט בשעתו געמאכט ..."ברויט אויף הויזן"...! האט ער מיר געוואלט באצאללן מיט עדס פאר מיין ארבעט. האביך איהם געפרעגט אויב איך קען קויפן א פאר חלות און א באטל גרעיפ דזשוס אויף שבת אין גראסערי פאר זיינע עדס...! אויך האביך איהם געפרעגט אויב סוף וואך נעמט ער אהיים א פאר עדס.פון זיין צייטונג. אדער א טשעק...! לאל...!

טאמבל סאס » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 6:48 am

· #480563
Re: לעילא ולעילא - ק"ש קאמפיין פאר ישיבת תורת אפרים תלפיות
לול. איי לאוו יו בערל בעלעגלה!

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

הוגה » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 11:22 pm

· #480602
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין נישט זיכער וואס די קאמפיין פירער קענען זעהן אבער איך קען נאר זעהן וואס מ'פאוסט אין פאבליק. איך וואלט גע' עצהט אז דער וואס האט מורא משום גילוי זאל ליתר תוקף נישט לייגן די אימעיל אדרעס וואס טראגט זייער נאמען.

די גרעסערע שאלה איז אבער וואס וועט זיין מיט אזא חשוב'ע ישיבה? וואס וועט זיין מיט די הייליגע בחורים וואס לעכצן ס"ה צו די זעלבע זאך וואס מיר אלע דארפן, עקסעפטענס?

דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 11:47 pm

· #480604
Re: לעילא ולעילא - ק"ש קאמפיין פאר ישיבת תורת אפרים תלפיות
[ציטאט אראפגענומען]
וואס איז דער פראבלעם? קאפי פעיסט די לינק, און גיי אריין דערין פרייוועטלי. העכסטענס אז דו ווילסט קענסטו צולייגן אלץ א רערפערנס @הוגה'ס עכטע נאמען און קיינער וועט נישט וויסן ווער דו ביסט אין באהעלטעניש! והכל על מקומו יבא בשלום

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

ישעיה » זונטאג אוגוסט 29, 2021 7:18 am

· #480613
הוגה, ביי די ערשטע הודעה קען מען פארזעהן דעם פינטל, אפשר מאך עס bold.

יאסל ראקאווער » זונטאג אוגוסט 29, 2021 10:21 am

· #480623
די security feature פון די קאמפיין וועבזייטלעך זענען זייער שוואך, און ס'איז פשוט פארוואס; קיינער גנב'ט נישט קיין קרעדיט קארטעלך צו געבן צדקה. און אפילו אויב יא, וועלן זיי עס אראפ נעמן פון די קאסע בעוד מועד. וואס האבן זיי שוין געגעבן פאר עס? א שכויעך אין פאבליק, וכו'

וועל איך ענק פארציילין אז איך האב געגעבן א נתונה משום כבוד @הוגה און די קרעדיט קארטעל אינפארמאציע וואס איך האב געגעבן איז אלעס געווען און מיין פאמיליע נאמען ראקאווער. ס'האט עס מקבל געווען בסבר פנים.

הוגה » זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:29 am

· #480630
ישעיה
הוגה, ביי די ערשטע הודעה קען מען פארזעהן דעם פינטל, אפשר מאך עס bold.

העי! פופציג דאלער פער טשעפע. ס'נישט קיין פרי קאנטרי דא... 😃

הוגה » זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:31 am

· #480631
יאסל ראקאווער
וועל איך ענק פארציילין אז איך האב געגעבן א נתונה משום כבוד @הוגה און די קרעדיט קארטעל אינפארמאציע וואס איך האב געגעבן איז אלעס געווען און מיין פאמיליע נאמען ראקאווער. ס'האט עס מקבל געווען בסבר פנים.

יישר כח פארן מיטטיילן די אינפארמאציע. מ'דארף נישט געבען די עכטע נאמען אפילו פאר די קרעדיט קארד.

הוגה » זונטאג אוגוסט 29, 2021 6:32 pm

· #480660
חברה. פאר דרייצן יאר צוריק האט רבי שמעון סעמפ מיר געבעטן צו ווערן די אדמיניסטראטאר פונעם ישיבה, אבער כ'האב נישט געהאט קיין שום אינטערעסע אין אזא פאסטן. האט ער מיר געלאדענט צו באזיכן די ישיבה ווען אימער איך וויל נאר, אן מודיע זיין פון פאראויס. אפאר טעג שפעטער האב איך טאקע באזוכט די ישיבה און נאך דריי שעה בין איך אזוי נתפעל געווארן אז איך האב אנגענומען די דזשאב אויפן פלאץ. כ'האב געפילט אז עס איז א זכייה צו העלפן אזא געוואלדיגע פלאץ. איך האב דארט געארבייט פאר דריי יאר אבער איך בין ביזן היינטיגע טאג אינוואלווד מיט די ישיבה און מיט די הייליגע תלמידים.

העלפט מיר ארויסהעלפן די הייליגע בחורים און ווארפט אריין דא אפאר דאלער כפי יכולתכם.

📎 IMG-20210829-WA0044.jpg 📎 IMG-20210829-WA0041.jpg

הוגה » זונטאג אוגוסט 29, 2021 6:36 pm

· #480661
א גרויסע יישר כח @אנאנים.
א גרויסע יישר כח @חוקר ודורש.

תזכו למצוות ושפע ברכה והצלחה.

הוגה » זונטאג אוגוסט 29, 2021 6:38 pm

· #480662
ראש הישיבה.
📎 IMG-20210829-WA0043.jpg

הוגה » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 9:23 am

· #480705
מה נשתנה?

איבער די נעקסטע טעג וועל איך פרובירן איבערגעבן אביסל פרטים און קליינע אנעקדאטן איבער דער חשוב'ע ישיבה און אזוי ארום וועט איר פארשטיין פארוואס איר ווילט עס שטיצן.

1) עס טוט אייך וויי די אלע לא נתקבלס? עס דרוקט אייך עד דיכדוכי של נפש? שטעלט אייך פאר ווי רידזשעקטעד דער בחור אליין פילט און וויאזוי זיין טאטע און מאמע פילן. רבי שמעון נעמט אן ווארים א יעדע בחור וואס וויל גיין אין ישיבה. רבי שמעון האט א וויזיע, עווענטואל וויל ער פארברייטערן זיין סיסטעם און אוועקשטעלן א (אזוי גערופענע) "געהעריגע" ישיבה, און אזוי איינגלידערן זיינע געוואלדיגע אויפטוענגן ביים ברייטערע המון עם. אבער עוד חזון וכו'.

2) א יעדע וועט מסכים זיין אז א סדר היום פון זיבן אזייגער צופרי ביז צען אזייגער ביינאכט פון נאר לערנען און דאווענען איז נישט געמאכט פאר אלע. א סאך דא וועלן אפילו האלטן אז ס'נישט געמאכט פאר (כמעט) קיינעם. דער ישיבה האט אויך אן אנגעפאקטע סדר היום מבקר עד הערב, אבער מען לערנט אלעס וואס עס פעלט זיך אויס צו לערנען צו קענען זיין א סוקסעספול מאן, טאטע, און סאסייעטי מעמבער. מען לערנט סאשעל סקילס. מען בויט די סעלף קאנפידענס דורך פאבליק ספיקינג, דאווענען פארן עמוד, ליינען אד"ג. יא, פאבליק ספיקינג איז אן אפיציעלע לימוד. דער בחור לערנט ריספאנסיביליטי דורכן טראגן די אחריות פונעם ישיבה (מער איבער דעם שפעטער). מען לערנט תולדות עם ישראל. מען לערנט אלעס ארום די מועדים וזמנים בהלכה והשקפה ובמעשה ידים(מער איבער דעם שפעטער).

https://www.dryveup.com/te/33743

הוגה » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 9:29 am

· #480706
א גרויסע יישר כח חשובע @ראש הישיבה (נישט פון דער ישיבה, פון אן אנדערע ישיבה) פאר אייער נתינה.

יישר כח @שמחהלע קאפשטיק פאר די נתינה און פאר די לאוו. די לאוו איז מיוטשועל.

א גרויסע יישר כח @BMG פאר די ברייטע נתינה און פארן זיך אידענטיפיצירן פאר מיר אז איך זאל מיך קענען באדאנקן געהעריג. You always put your money where your mouth is.

רבותי, נאך 58 דאלער אנצוקומען צו א גלאטע 500. ווער וויל האבן די זכייה?

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 1:48 pm

· #480736
וויפיל בחורים לערנען כהיום אין די ישיבה?

הוגה » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 2:07 pm

· #480740
איך אויך
וויפיל בחורים לערנען כהיום אין די ישיבה?

איך קען נישט די פונקטליכע נומער היינט (כ'קען פרעגן) אבער די ישיבה איז אלעמאל געווען צאמגעשטעלט פון 25-40 בחורים צוטיילט אין 3 כיתות.

הוגה » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 4:52 pm

· #480765
הוגה
דער בחור לערנט ריספאנסיביליטי דורכן טראגן די אחריות פונעם ישיבה.

איינס פון די חידושים אין ישיבת תורת אפרים איז אז די בחורים בני 14-17 יאר אלט פירן די גאנצע ישיבה. קאכן, רייניגן, בדק הבית, ארדערן סופלייס, מנין, בעלי תפלה, דרשנים, וכו'. די ישיבה שטאב איז דארט צו סופארטן די בחורים, נישט זיי אונטערווישן. אפילו אויב עס פעלט אויס אראפ צו ברענגן א מומחה עפעס צו פאררעכטן, וועלן די בחורים לאדענען דער מומחה כדי אז ער זאל זיי ארויסהעלפן און אויסלערנען וויאזוי צו פאררעכטן.

די בעניפיטן דערפון זענען פילצאליג. דער בחור לערנט זיך כסדר אויס צו טון נאך און נאך זאכן. עס לערנט דער בחור צו טראגן אחריות און נישט לעבן ווי א פרא אדם. איר געדענקט אין ישיבה (קטנה) וויפיל הזיקות עס זענען געשעהן דורך בחורים? וויפיל מאל די חדר אוכל איז געווען אנגעחזרט? נישט ווען בחורים פירן די ישיבה. קיינער וויל נישט מזיק זיין ווען ער אדער זיין חבר וועט דארפן פאררעכטן. אויך גיבט עס א סענס אוו עקאמפלישמענט וואס גיבט א שטארקע סיפוק. א יעדע מענטש דארף סיפוק.

מער שפעטער.

https://www.dryveup.com/te/33743
📎 Screenshot_20210830-070559.jpg 📎 Screenshot_20210830-070525 (1).jpg

הוגה » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 5:19 pm

· #480776
נו? ווער וויל אריינווארפן אפאר דאלער כפי יכולתכם. אחד המרבה ואחד הממעיט.

https://www.dryveup.com/te/33743

יישר כח @אנאנים, א איד וואס ווייטאגט פאר כלל ישראל

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 5:57 pm

· #480786
כהוגה ועוד לר' שמעון, בין איך דא מעיד אויף די חשיבות הענין, איך קען דעם ראש הישיבה ר' שמעון פערזענליך, ער איז א זעלטנהייט פון א מענטש וואס ממש לעבט פאר יענעם, א שטיק שמחה, א שטיק פאזיטיוויטעט, א שטיק חיות פאר זיך און פאר יענעם, און דאס איז ער משפיע אין ישיבה און פאר אלע גוטע פריינד וועלכע געפינען זיך אין זיינע ד' אמות, והאחרון חביב, די ישיבה הטהורה 'תלפיות' וועלכע ער האט מייסד געווען יארן צוריק איז א חידוש אין דער בריאה פון היינטיגע ישיבות, מען האט שוין אסאך געשמועסט דערוועגן דא אויף ק"ש אין איינע פון די בראשית יארן, נעמט אן בחורים וואס אין אנדערע פלעצער ווארפט מען זיך ליידער מיט זיי פאר נישטיגע סיבות כידוע, און ברענגט ארויס פון די בחורים ע"פ רוב פיל מער וואס אנדערע ישיבות ברענגען ארויס פון זייערע "מצויינים", ממש צו גאט און צו לייט וואס כמותם ירבו בישראל,

איך וואלט נאך געקענט שרייבן א לאנגע מגילה מיט מעלות אבער אין הפנאי אתי, איך זעלבסט האב זיך ב"ה משתתף געווען מיט א נתינה דורך אן אנדערן פריינט, אבער אויב ווילט איר הערן מיין חוות דעת, זאג איך אייך אז אויב ווילט איר א שטארקע זכות פאר די הייליגע טעג ("לעילא ולעילא"), וועל איך נישט עובר זיין אויף יעצנו רע אז איך רעקאמענדיר אייך צו שטיצן די ישיבה מיט וויפיל עס איז שייך! געדענקט, מיר דארפן נאך אזעלכע ישיבות, נאך אזעלכע מענטשן מיט א ווארעם הארץ פאר א צווייטן איד, ממנו ילמדו וכן יעשו, אזעלכע מענטשן דארף מען שטיצן, ער ראטעוועט שטיקער פון כלל ישראל בלי גוזמא!

תרמב » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 8:47 pm

· #480812
איך האב מיך משתתף געווען בדבר מצווה!

הוגה » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:45 pm

· #480826
איך וויל זיך באדאנקן אין טיפן הארצן פאר אלע משתתפים ביז יעצט.

דער @כוכב הגדול בענקים וואס אונזער שריפט איז כקליפת השום קענען זיינס. איי עם האמבעלד.

@גיווינג פאר א פרענד, דיין ווארימע נתינה דערווארעמט מיר דאס הארץ. אויב דאס הארץ באגערט דיר, ביטע אישי מיר אז איך זאל דיר קענען פערזענליך באדאנקן.

@ישעיה, א גרויסע יישר כח פאר די חיזוק.

@תרמב, תזכו לכל טוב והמברך יתברך.

@יידל איז חי וקים! איט איז נייס טו סי יו בעק. עס בענקט זיך נאך דיר.

הרב @מהודר, יישר כח פאר די שיינע נתינה. און אן עקסטרע דאנק פארן מיך אישי'ן און מודיע זיין ווער דו ביסט.

@ליב צו וויסן, גיבסט מיט אזויפיל ליבשאפט. אלע גוטע ברכות אויף דיר און דיין משפחה.

אפילו @אנאנים איז ארויסגעקומען מאחורי צו געבן א ווארימע נתינה. ווער איז נעקסט?

https://www.dryveup.com/te/33743

הוגה » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:49 pm

· #480829
Story

My brother once met a bucher by maariv and asked to which yeshiva he went to and he responded that he's in Yeshiva Toras Efraim Talpios. My brother asked him if he was happy there and he responded with a huge smile that he was extremely happy.

He then proceeded to explain that he can recount every minute of the day what he learned, what he did and what he accomplished. Then he explained how the schedule works in yeshiva in a way that every minute is productive and accounted for.

Think back to when you were in yeshiva ketana. How many days were you able to recount exactly what you did all day?

Help me support this amazing institution. If you feel the calling, please click on this link and give as much as you can.

https://www.dryveup.com/te/33743

הוגה » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 11:28 am

· #480862
איינס פון די יסודות פון מו"ר רש"י יאזעפאוויטש שליט"א איז אז אויב מ'וויל פילן א געשמאק אין אידישקייט, שבת יום טוב, מצוות וכו', און די זעלבע איז אויב מען וויל אז די קינדער זאלן האבן א געשמאק און טעם דערין, מוז עס קומען מיט פיזישע הארעוואניע. איך גיי יעצט נישט אריינגיין אין די פסיכילאגישע און תורה'דיגע צד פון דער געדאנק.

טראכט אבער אריין דערין פון א עקספיריענטשל point of view. דו האסט געקויפט א שיינע פעינטינג און א צווייטע האט זיך געפלאגט זיך אויסצולערנען וויאזוי צו מאלען. נאך שווערע הארעוואניע איז אים געלונגען צו מאכן די זעלבע שיינע פעינטינג. ווער ענדזשויט זיין פעינטינג מער? ווער פון די צוויי איז מער קאנעקטעד מיט זיין פעינטינג? ווער פילט זיך מער accomplished? די זעלבע חילוק איז צווישן א משפחה וואס האט א built-in סוכה ווס. א משפחה וואס אלע קינדער הארעווען אריין טעג און וואכן צו בויען, שלעפן און באצירן די סוכה מיט די אייגענע קריעיטיוויטי און הענט.

וכך נוהג רבי הנ"ל אלעס צו טון מיט די אייגענע הענט. ער קאכט און באקט פאר שבת ויו"ט. אז איר וועט אים אפפערן א גוט שטיקל הערינג אדער קוכן וועט ער פאלייטלי אפזאגן. אויב וועט איר אים אבער אפפערן א שטיקל הערינג וואס איר האט אליין געמאכט וועט ער זיך פרייען דערצו כמוצא שלל רב.

דער הנהגה האט דער רב שליט"א איינגעפירט אין ישיבה. די בחורים קאכן און באקן פאר שבת (ווען מ'איז אין ישיבה). זיי נעמען רויע הערנער, מאכן שופרות און לערנען זיך בלאזן דערמיט. צו איז דאס מאכן היימישע וויין. צו איז דאס מיט מצות באקן. אין די בראשית יארן פלעגן די בחורים אפילו אויפשטעלן די גאנצע מצה בעקעריי מיט די אייגענע הענט. דאס אלעס קומט ארומגענומען מיטן לערנען די הלכות הנוגעים און די השקפה אראם דעם.

זעהט אונטען:

1) דער מגי"ש הרב יהושע שווארץ העלפט שלעפן די שטיינער פארן פלאר פון די מצה בעקעריי.

2) דער יונגע ראש ישיבה העלפט בויען די יסודות פונעם אויווען.

3) רש"י יאזעפאוויטש שליט"א באקט צוזאמען מי די בחורים.

4) דער ראש ישיבה ביים באקן מיט די בחורים.

ביטע ווארפט אריין אייער ווארימע נתינה, גרויס צו קליין. מיר האבן צוויי גאולס פאר קאווע שטיבל:

1) ח"י הונדער דאלער אדער מער

2) לכה"פ זעכציג משתתפים פון קאווע שטיבל

די קאמפיין גייט לייוו אין א האלבע שעה אבער איר קענט זיך שוין משתתף זיין ביי דער לינק.

https://www.dryveup.com/te/33743

📎 Screenshot_20210830-070650.jpg 📎 Screenshot_20210830-125329 (1).jpg 📎 Screenshot_20210830-125333 (1).jpg 📎 Screenshot_20210831-100849.jpg

הוגה » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 12:29 pm

· #480865
א הערצליכע דאנק פאר די וואס האבן זיך שוין משתתף געווען.

@מי אני איז אן oxymoron. ווייסט ווער דו ביזט? דו ביזט דער וואס פרעגט אלץ מנהמת לבו, מי אני.

@תוהו ובוהו ברענגט אריין אורות אינעם בריאה. אן עקסטער דאנק פאר די שיינע נוטריקון.

@יין שרף קען זיך פארמעסטן מיט שרפי מעלה.

@אנאנים חד גדיא, ופרוטה פרוטה מצטרפת. I really appreciate it.

אשריכם @גיבור חיל, זיך מקשר געווען בקיטורא דמלכא כמנין שם הגדול והנורא.

לאמיר מאכן @קידוש אויף די גאנצע וועלט. א גרויסע יישר כח.

@מאיר טאקאיער איז מיט אונז שוין דריי יאר. א חזקה. נישטא קיין בעסערע וועג זיך צו לאזן הערן.

מיר זענען 7 נדבות אוועק פון האלב פון אונזער גאול (60 נדבות פון ק"ש). קען מען עס מאכן נאך פאר מנחה 2 אזייגער?

העלפט ארויס. די קאמפיין איז לייוו.

https://www.dryveup.com/te/33743

הוגה » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:10 pm

· #480895
אפאר רענדערינגס פונעם נייע קאמפוס וואס ווארט אויף די ענדע פונעם קאמפיין כדי מ'זאל עס קענען פארענדיגן און אריינמופן.
📎 IMG-20210831-WA0061.jpg 📎 IMG-20210831-WA0060.jpg 📎 IMG-20210831-WA0059.jpg 📎 IMG-20210831-WA0058.jpg 📎 IMG-20210831-WA0065.jpg

הוגה » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:12 pm

· #480896
נאך.
📎 IMG-20210831-WA0064.jpg 📎 IMG-20210831-WA0063.jpg 📎 IMG-20210831-WA0062.jpg 📎 IMG-20210831-WA0066.jpg 📎 580ffda85b184f2ea4e20f1a911fa4f4.jpg

הוגה » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:13 pm

· #480898
און נאך.
📎 6dc9294cedad456288ad7ab42f1e30ab.jpg

הוגה » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:15 pm

· #480899
אזוי זעהט אויס די יעצטיגע לאקאל.

ביטע לייגט אריין עפעס. תודה מראש.

https://www.dryveup.com/te/33743
📎 a23e440f0250424eb13d363a570558da.jpg 📎 86f3bb47ca2f4e9280b9d8e2c31a4931.jpg 📎 Screenshot_20210831-091945.jpg

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:58 pm

· #480906
רחל דאס זעהט אויס זייער מסוכן! אויב איך געם דיר די סכום זאגסטו צו אז דו וועסט קויפן דערמיט א פאר פון העווי דוטי סעיפטי גלאווס?

הוגה » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:59 pm

· #480907
איך אויך
רחל דאס זעהט אויס זייער מסוכן! אויב איך געם דיר די סכום זאגסטו צו אז דו וועסט קויפן דערמיט א פאר פון העווי דוטי סעיפטי גלאווס?

קוק ארויף אויבן וועסטו זעהן וויאזוי ס'וועט אויסזעהן אינעם נייע בנין.

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 7:02 pm

· #480908
קוקטי, אבער ביז די קרעטשמע מעג מען איגנארירן די בעיסיק סעיפטי רולס? דו ווייסט ווי שנעל די מאשינען קענען ל''ע פארציקן די פינגערס פון א אומטרענירטע בחורל?

הוגה » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 8:55 pm

· #480919
נאך $148 צו א טויזנט דאלער. ווען מקומט אן צו א טויזנט דאלער וועל איך שרייבן איבער נאך א גאר אינטערעסאנטע פראגראם פון די ישיבה.

דערווייל א ש'כח צו אלע וואס האבן שוין געגעבן.

@בת קול יוצאת מהר חורב מיט גוטע בשורות און א ווארימע נתינה.

@מיימון, מ'האט זיך שוין טאקע לאנג נישט געזעהן. אפשר וועט מען זיך טרעפן ביים וואכנאכט היינט.

@יעקב מענטש איז א מענטש און איז זיך משתתף ווי א מענטש.

תזכו לשפע ברכה והצלחה בכל מעשה ידיכם.

https://www.dryveup.com/te/33743

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 6:32 am

· #480945
נאך $76 ביז א טועזנטער (אדער צוויי מאל $38).

ווער וויל העלפן אנהייבן דעם טאג?

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 12:46 pm

· #480957
הודאה על העבר ערשט.

@בן נון קומט אריין שטארק, פעמיים באהבה.
@אינגערמאנטשיקל גיבט שטארקע חיות מיט צוויי מאל חי.
בא יבא @בן ישי ויגאלנו בזכות נדבת לבו.
@אנאנים איז אריינגעקומען דא אין ק"ש מיט א שטארקייט און אזוי אויך ביים קאמפיין.

טייערע חברים וידידים,

מילא מיינע בושות, מילא די בושות פאר קאווע שטיבל, וואס וועט מען אבער זאגן פאר די בחורים?

לאמיר ווייזן וואס ק"ש קען און לאמיר צוזאמען ארבייטן אנצוקומען צום גאול. מ'האלט שוין אונטער 12 שעה אוועק פון נעילה. לאמיר זיך אנגארטלן, כל אחד ואחד כפי מסת לבו הטוב וכפי יכולתו.

https://www.dryveup.com/te/33743

טאמבל סאס » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 12:52 pm

· #480959
Re: לעילא ולעילא - ק
הוגה
אפאר רענדערינגס פונעם נייע קאמפוס וואס ווארט אויף די ענדע פונעם קאמפיין כדי מ'זאל עס קענען פארענדיגן און אריינמופן.
קאמפיוטער לעבּ?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 3:34 pm

· #480978
זאל איך אויפגעבן און פערטיג? מעג איך בכלל אויפגעבן?

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 4:02 pm

· #480980
איך האב געקלערט צו אפפערן אויב מען גרייכט 2 אלפים וועל איך שרייבן א פערזענליכע ארטיקל אדער געבן א פערזענליכע אינטערוויו (פאר @כוכב?) ווי איך וועל מיך אביסל עפענען איבער מיין פערזענליכע לעבן, מיין ק"ש לעבן, פארוואס איך שרייב ווייניג, וואס איך האב ארויסגענומען פון ק"ש, צו איך בין היינט מסכים מיט געוויסע זאכן וואס כ'האב געשריבן פאר 8 יאר צוריק, וכו'.

כ'האב אבער מורא געהאט אז דער עולם וועט בכלל נישט אינטערעסירן וואס איך האב צו זאגן. אשר על כן, אלץ א באלוינונג פארן נישט מאכן דעם אפפער קומט זיך מיר א נדבה אויף מיין פעידזש.

ווער עס אינטערעסירט נישט וואס הוגה האט צו פארקויפן זאל אריינלייגן א נדבה. די מער עס אינטערעסירט אייך נישט די גרעסער די נדבה.

יאללה!

יאסל ראקאווער » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 4:53 pm

· #480981
ווען דיין גאול איז צען טויזענט און די עולם איז זיך משתתף שיין און מ'גיט דיר די לאוו סקומט זיך דיר דא, וואלט איך זיך זיכער משתתף געווען מיט א טויזענטער אדער מער, וכו'

אבער אויב קיינער אינטערעסירט נישט צו געבן פאר א וויכטיגע צוועק אפאר דאלער און דיין זכות, ס'איז דאך און ליין מיט אונזער אגענדע פון ישרת, און די קענסט נישט צוזאם ברענגען קנאפע צוויי טויזענט דאלער פון די 500 אקטיווע ליינער דא וועמען די האסט אפגעשריבן אפאר טויזענט תגובות פאר, אינטערעסירט מיר עס אויך נישט.

איך האב מורא אז ס'איז אן אחוזת ענינים דא.

פאליטיקאנט » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 6:01 pm

· #480985
Re: לעילא ולעילא - ק"ש קאמפיין פאר ישיבת תורת אפרים תלפיות
כ'ווייס נישט וועגן אנדערע, איך האב מיך משתתף געווען מיט א גאר שיינע סכום אויף א חבר'ס פעידש.

איך שטיץ אזא ישיבה און אוואדי זאל דער עולם געבן און געבן, נאר קען געמאלט זיין אז די עולם גיבט געהעריג און נישט אונטער א שלייער אויף קאווע שטיבל'ס בלאט.

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 6:29 pm

· #480991
הוגה
איך האב געקלערט צו אפפערן אויב מען גרייכט 2 אלפים וועל איך שרייבן א פערזענליכע ארטיקל אדער געבן א פערזענליכע אינטערוויו (פאר @כוכב?) ווי איך וועל מיך אביסל עפענען איבער מיין פערזענליכע לעבן, מיין ק"ש לעבן, פארוואס איך שרייב ווייניג, וואס איך האב ארויסגענומען פון ק"ש, צו איך בין היינט מסכים מיט געוויסע זאכן וואס כ'האב געשריבן פאר 8 יאר צוריק, וכו'.

כ'האב אבער מורא געהאט אז דער עולם וועט בכלל נישט אינטערעסירן וואס איך האב צו זאגן. אשר על כן, אלץ א באלוינונג פארן נישט מאכן דעם אפפער קומט זיך מיר א נדבה אויף מיין פעידזש.

ווער עס אינטערעסירט נישט וואס הוגה האט צו פארקויפן זאל אריינלייגן א נדבה. די מער עס אינטערעסירט אייך נישט די גרעסער די נדבה.

יאללה!

איך האב געגעבן. און נאכאלץ אינטערסירט דיינע שרייב-ווערק

תוהו ובוהו » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 8:00 pm

· #480997
Re: לעילא ולעילא - ק"ש קאמפיין פאר ישיבת תורת אפרים תלפיות
הוגה
ווער עס אינטערעסירט נישט וואס הוגה האט צו פארקויפן זאל אריינלייגן א נדבה. די מער עס אינטערעסירט אייך נישט די גרעסער די נדבה

דאן גיב איך א הילכיגן גארנישט, ווייל כ'בין 'זייער' אינטערסירט אין אזא ארטיקל

#לא-יכול-לחכות

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 8:01 pm

· #480998
שמחהלע קאפשטיק
הוגה
איך האב געקלערט צו אפפערן אויב מען גרייכט 2 אלפים וועל איך שרייבן א פערזענליכע ארטיקל אדער געבן א פערזענליכע אינטערוויו (פאר @כוכב?) ווי איך וועל מיך אביסל עפענען איבער מיין פערזענליכע לעבן, מיין ק"ש לעבן, פארוואס איך שרייב ווייניג, וואס איך האב ארויסגענומען פון ק"ש, צו איך בין היינט מסכים מיט געוויסע זאכן וואס כ'האב געשריבן פאר 8 יאר צוריק, וכו'.

כ'האב אבער מורא געהאט אז דער עולם וועט בכלל נישט אינטערעסירן וואס איך האב צו זאגן. אשר על כן, אלץ א באלוינונג פארן נישט מאכן דעם אפפער קומט זיך מיר א נדבה אויף מיין פעידזש.

ווער עס אינטערעסירט נישט וואס הוגה האט צו פארקויפן זאל אריינלייגן א נדבה. די מער עס אינטערעסירט אייך נישט די גרעסער די נדבה.

יאללה!

איך האב געגעבן. און נאכאלץ אינטערסירט דיינע שרייב-ווערק

ג"א מצטרף

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 9:57 pm

· #481004
יאסל ראקאווער
ווען דיין גאול איז צען טויזענט און די עולם איז זיך משתתף שיין און מ'גיט דיר די לאוו סקומט זיך דיר דא, וואלט איך זיך זיכער משתתף געווען מיט א טויזענטער אדער מער, וכו'

אבער אויב קיינער אינטערעסירט נישט צו געבן פאר א וויכטיגע צוועק אפאר דאלער און דיין זכות, ס'איז דאך און ליין מיט אונזער אגענדע פון ישרת, און די קענסט נישט צוזאם ברענגען קנאפע צוויי טויזענט דאלער פון די 500 אקטיווע ליינער דא וועמען די האסט אפגעשריבן אפאר טויזענט תגובות פאר, אינטערעסירט מיר עס אויך נישט.

איך האב מורא אז ס'איז אן אחוזת ענינים דא.

איך האלט נישט אז די ביטשערייען איז אין פלאץ. כ'האב אויך געקענט אז מענטשן זאלן זיך מער צוכאפן צו מיינע רעפערייען, אבער מ'דארף פארשטיין, סיי איך סיי הוגה זענען מער נישט אזוי אקטיוו דא ליידער, א קאמפיין איז היינט מער נישט קיין נאוועלטי אדער חידוש נאר ליידער זענען מענטשן זייער אביוזט שוין און ס'גיט זיך שווערליך ווען יעדע פינף מינוט דארף מען געבן פאר א צווייטן, בנוסף קומט צו דער פאקט אז מ'רעדט נישטא פון עפעס א מאסיווער טראגעדיע וואו יעדער ווערט ווארעם נאר פון א וואוילע ישיבה'לע ערגעצוואו אין מאנסי.
ב"ה אז א שיינער ציבור האט זיך אנגערופן און יעדע דאלאר וואס קומט אריין איז א געווינס און מ'דארף אפרישיעיטן יעדן וואס גיט ואחד המרבה ואחד הממעיט.
הוגה, איך נעם דיך אויף דיין אפער וועגן א שיינע אינטערוויו און לאמיר זיין בקשר אין די נאנטע טעג.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 10:03 pm

· #481005
פארגעס פון קאמפעינס, דער עולם האט ניטאמאל קיין צען דאללער צו קויפן דעם וועקער..

הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 6:23 am

· #481022
טייערע חברים וידידים,

איך וויל זיך באדאנקן מעומק לבבי פאר די געוואלדיגע שטיצע און חיזוק. בראש וראשון, די גרעסטע חיזוק איז געווען פאר די חשובע תלמידים ועסקני הישיבה, מ'האט דערגרייכט העכער איין מיליאן דאלער און העכער זעקס טויזנטע שטיצער. דאס זענען געוואלדיגע ציפערן פאר א ישיבה וואס איז נישט אפיציעל אפיליעיטעד מיט קיין שום גרויסע קהלה. עס איז אויך א שטארקע חיזוק פאר אונז אלע אז כלל ישראל האט א גוטע שמעק און ס'איז דא סופארט היינט פאר "נארמאלע" נישט מציונים בחורים/ישיבות וואס אפערירן ביי די גרעניצן פון די באקס.

צווייטענס, איז עס געווען פאר מיר פערזענליך א גרויסע חיזוק צו זעהן וויפיל מענטשן care'ן פאר מיר נישט נאר מיטן געבן נדבות נאר אויך מיטן צושרייבן אפאר שיינע ווערטער. קטנתי וכו', I am humbled פון אייער ווארימקייט. 110 נדבנים פון העכער $6100 אויף ביידע מיינע פעידז'עס.

ספעציעל וויל איך באדאנקן ידידי וידיד כל אחד ואחד, הרב המאור הגדול @כוכב אלוהי. איר מיינט אוודאי אז דאס איז געווען אפגעשמועסט און אויסגעפלאנט. בכלל נישט. ווען כוכב זעהט א איד שלעפט א פעקל אפפערט ער באלד ביידע פלייצעס. נישט בחינם איז ער די פאפולערסטע ניק אין ק"ש. דער בריוו וואס ער האט ארויסגעשוקט אין אישי איז געווען א סורפרייז פאר מיר פונקט ווי פאר אייך און זיין ארבייט אין שטיבל אויך. כוכב, דו אינספייערסט און לערנסט אונז אלע וויאזוי אהבת ישראל דארף אויסזעהן.

ואחרון אחרון א דאנק פאר די פארוואלטונג פון ק"ש פארן אויפהאלטן אזא פלאץ און פאר די אקטיווע און נישט אקטיווע שרייבער פארן האלטן דאס פלאץ רעלעוואנט.

איך וואונטש אייך אלע די בעסטע ברכות וואס איז שייך. אלעס וואס איר באגערט זאלט איר באקומען, רוחניות וגשמיות, תורה וגדולה און הרחבת הדעת ושלוות הנפש.

המברך מקרב הלב,
ידידכם הוגה

הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 6:39 am

· #481023
איך בין נאך שילדיג א פערזענליכע דאנק פאר עטליכע חברים.

@אנאנים ווערט נישט פארלוירן פונעם מבול (נעכטן נאכט) און ווארפט אריין אפאר דאלער.

@רימון איז מלא מצוות צדקה כרימון.

@בעילום שם האלט זיך קליין טראץ זיין גרויסע נדבה און דערווארימדע הערה.

@יעקב מעקסוועל איז אויך אריינגעקומען זייער שטארק בעת נעילת שער.

@קריינא דאיגרתא איז מקיים דעם ויחזור ויתן, זאל עס אויך צוריקברענגן השפעות בכפליים.

@חיים שמייסער שמייסט אריין א דריי פערטל הונדערטער אזוי נישמיר נישדיר.

@תנחום, עס בענקט מיר אויך צוריק אין געוויסע הינזיכטן צו יענע צייטן.

@רביה"ק, פאר סאם ריזען האמיר זיך דערווייל נאכנישט פערזענליך מקשר געווען אינאיינעם, אבער איך האב אלעמאל געהאט א קראש אויף דיר.

דער גרויסע מלאך @עדיאל קומט אריין שטארק און קלאר מיט א הסבר אויף זיין נאמען און שליחות.

הרב @יצחק לאווי, עקסטער געשטיצט אויפן פריוואטע פעידזש און עקסטער אויף די ק"ש פעידזש. מזל טוב צום גרויסע שמחה בהכנס בנך לבריתו של אאע"ה. זה הקטן גדול יהיה ותזכה לרב נחת ושמחה מכל יוצ"ח בבריות גופא ונהורא מעליא ושפע ברכה והצלחה.

ישעיה » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 10:18 am

· #481045
וואס הייסט ס'איז נישט קיין סוד ווער הוגה איז?
איז ער טאקע ר' זלמן גרויז?
בלאט: 1 2