☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » מיינע זכרונות מיט'ן סאטמאר-מאנטרעאלער דיין זצ"ל

מיינע זכרונות מיט'ן סאטמאר-מאנטרעאלער דיין זצ"ל

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14787

יואליש » זונטאג אוגוסט 22, 2021 3:17 pm

· #480272
מיינע זכרונות מיט'ן סאטמאר-מאנטרעאלער דיין זצ"ל
די היינטיגע מארגן איז געווען איבערגעפילט מיט געפילן און זכרונות פון ישיבה און דער דיין הכ"מ. כ'וועל שרייבן אין די שנעלקייט בשעת ס'איז פריש.

צו לערנען אין ישיבת 'תורת משה' האט געמיינט צו אריינטרעטן אין די ארביט פון רבי משה מנחם. און דאס איז נישט געווען א פארשלאפענע מענטש. ער האט פערסאנאפירט דעם כל אשר תמצא ידך לעשות בכחך עשה. ער האט אפערירט מיט א קאך, א רתיחות הדם, בעיקר ביים דאווענען און עשיית המצוות, אבער אויך ביים שיעור עיון און די שמועסן.

איינע פון די חידושים פון די ישיבה איז געווען די צוויי פאראלעל לימודים: תורה און עבודה. איינס איז נישט געווען שטערקער פונעם צווייטן. דער דיין האט געפאדערט ביידע און געווען א סעמפל פאר ביידע. (ווי זיין רבי, האדמו"ר הזקן מ'סאטמאר, האט ער אויך אראפגעלייגט א פיס מיט בחורים ווען ס'איז געקומען צו אינפארסירן די סדרי ותקנות הישיבה. די אדמיניסטראטיווע פונקציע האט געווענליך געברענגט א ריס מיט געוויסע תלמידים. ער פלעגט קומען וועקן אין דארמיטארי ווען ס'איז געווען שוואכע attendance ביים פארטאגס סדר, און ער פלעגט בעטן געלט קנסות אויב האט מען פארלעצט תקנות.)

יעדע שחרית אין ישיבה איז געווען אן עבודה פאר זיך, מיט דעם דיין בראש. דער דיין צוקלאטשט זיך און צושרייט זיך ביים דאווענען, אריינברעגענדיג זיין גאנצע וועזן און זיין גאנצע מצב אויף די מינוט אין די תפילה אריין. דער סידור איז נישט קיין קאלטע פעקל בלעטער צווישן צוויי הארטע דעקלעך: ס'איז א לעבעדיגע און פערזענליכע טאג בוך וואס ווערט איבערגעשריבן טעגליך פון עולם העשייה ביזן עולם האצילות. און דאס האט געגעבן א לעקציע און לייסענס פאר די תלמידים צו טוהן דאס זעלביגע. כ'געדענק ווען מ'איז צוריקגעקומען קיין ניו יארק איז געווען אן עבודה to repress די דראנג צו פראווען א געשמאקע תפלה ווייל לא יעשה כן במקומנו און מ'האט נישט געוואלט ארויסשטארן אלס א freak, אבער ס'איז געקומען מיט א סענס פון אבידה. מ'האט זיך געשפירט געצוימט ווי א חיה אין א טירגארטן אוועק פון די נאטורליכע האביטאט, דאס ווינקל אויף האטשיסאן און סענט וויעיטור שטראסע.

דער דיין האט געהאט א רוטין און צומאל אייגענארטיגקייטן וואס האט אריינגעגעבן א געפיל פון באדייט. ער האט אנגעכאפט דעם ס"ת ביים עולה זיין בלויז מיטן טלית, ער האט געלערנט חסידות/השקפה דורך פארלערנען משלי מעוטף בטו"ת (מיין פעוואריט), ווי זיין רבי, האט ער פארהערט די בחורים חו"ר, און האט דאס געטוהן ברבים זונטאג נאכן דאווענען פונעם שטענדער פארענט פונעם ארון הקודש, און ס'איז געווען בושות אויב א בחור האט זיך נישט אראפגע'גנב'ט צייט שבת צו לערנען יעדע רש"י. ער איז געווען בעל קורא און געגעבן די עליות פאר בחורים. עולה געווען כסדר שלישי און רביעי און געגאנגען הגבה ביי די זעלבע סדר שטענדיג, און אויסגעטוהן די העמד מיט ברייטע ערמעל ממש ביים בור אין מקוה.

די ימים טובים ווי דער בחור איז געווען במסגרת הישיבה איז געווען די הויכפונקט פון די זמן. די קאלטע קאנאדישע ווינטערס זענען געווארן געהייצט מיט הכנות פאר חנוכה. די ד' פרשיות מיטן קלימאקס אום פרשת זכור און פורים האבן פארנומען אויבנאן אין דער בחור'ס קאפ. צום ביישפיל, שבת שקלים איז מען נישט געוואר געווארן ביי קריאת התורה, נאר דער דיין האט שוין גע'דרש'נט א וואך פארדעם איבער משה רבינו עומד וזוקף את ראשם, מ'האט געלערענט בני יששכר און זיך געווינטשן מ'זאל זוכה זיין צו א נשיאות ראש. אין די פרילינג איז ספירה געווען צענטראל. מ'האט געהערט די שמועסן און די ספירה ציילן, און די תיקונים אויף די מה שפגמתי און די הכנות צו מתן תורה ווען מ'וועט גרייכן דעם שער חמישים ווי ס'איז כולו בינה און לויטערקייט איז געווען all-consuming and palpable. כ'געדענק ווען די ישיבה מיטן דיין איז געקומען צו פארן קיין ניו יארק אויף שבועות צו זיין ביים ברך משה, און אויפן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט דאווענען מעריב. די 49סטע ספירה האט אפגעהילעכט ווי די crescendo צו וואס די לעצטע זיבן וואכן האבן זיך אויפגעבויט.

די לימודים האבן ווייניגער בחורים מיטגעהאלטן, ווי די מנהג איז אין אונזערע ישיבות, אבער ס'איז געווען אן emphasis אויף גפ"ת און טור ושו"ע. אין מיינע צייטן האט מען דורכגעאקערט דעם 'ש"ס קטן' מס' כתובות איבער עטליכע זמנים, און אין איין זמן האט מען געפילעוועט אין שו"ע הל' נטילת ידים און ס'האט זיך געשפירט זייער אייגענארטיג און ס'האט אנגעפילט א gap אין דעם דורכשניטליכער בחור'ס ידיעות. כ'געדענק א שיינע עקסערסייז איז געווען צו טרעפן א באזיס אין שו"ע אדער נו"כ פאר אלע פרומקייטן און אנגענומענע חומרות ארום נטילת ידים.

דעם דיין'ס שיעור איז געווען אין שיעור עיון. ווי אין אלע ישיבות (ששש, נישט אויפוועקן) זענען רוב תלמידיו מתנמנמים, בקש הדיין לעוררם אבער אן קיין סוקסעס. אבער דער דיין האט זיך משתעשע געווען מיט די "קעפ" וועלכע האבן מיטגעהאלטן. ווער ס'האט אמאל געהערט די רעקארדירונג פון סאטמאר רבי זי"ע לערנען בחברותא די סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין קען זעהן גלייכע פאראלעל אין סטיל. דער דיין האט נישט פארגעלערענט פאר די בחורים; ער האט געלערנעט מיט די בחורים, אויסגעשמועסט זיינע קווענקעלענישן און פרובירט עס צו אויסקלארן צוזאמען מיט די בחורים. ער האט די תלמידים גענומען מיט אים אויף א רייזע אין אפלערנען א שטיקל גמרא און תוספות.

גמרא גמור זמר תהא: ער פלעגט האבן א גמרא ניגון וואס, דאכט זיך, ער האט אויך גענומען פון זיין רבי'ן. ס'איז געווען ענליך צו די סאטמארער תנועה באקאנט פון די שובבי"ם שלש סעודות תורות. ווען דער דיין האט זיך פארקלערט האט ער געזינגען די ווערטער פון אינעווייניג בשעת ער פראסעסט זיינע געדאנקען. כ'געדענק איין מאל האט ער זיך צוזינגען אויף די ווערטער "אין כאן בית מיחוש" אנפאנג פרק האשה נקנית אין קידושין. פאר די תלמידים יענעם זמן איז דאס געבליבן ווי א הימנע. יארן שפעטער פלעגן מיר זיך צוזינגען צווישן אונז, "אין כאן בית מיחוש." דער דיין האט אמאל אריינשפארצירט אין היכל ביהמ"ד און געהערט א בחור זיך אונטערזונגן "אין כאן בית מיחש" און א שמייכל האט זיך אויסגעצויגן אויף זיין לעפצן. אדער ווי היינטיגע בחורים וואלטן געזאגט אין אזא מאמענט, העשטעג awkward.

ואני ערל שפתים, ולמה אתה בוש: דער דיין האט געהאט שוועריגקייטן מיטן זיך אויסדריקן בדיבור, ער האט נישט געהאט דעם בעל דרשן'ס ציכטיגע שפראך, זיינע זאצן זענען געווען געהאקט און אומפארענדיגט. און פערזענליך האט ער געהאט שוועריגקייטן מיט אנקניפן ווארעמע באציאונגען. אלע זיינע דרשות און אלע זיינע באציאונגען מיט מענטשן זענען אים אנגעקומען כאילו כפאו שד. ער האט געהאט stage fright פאר א דרשה בציבור; אין מינדליכע שמועסן האט ער נישט געהאט די בעסטע eye contact. כ'וואלט געזאגט אז ער איז געווען אן introvert און מעגליך געהאט סאציאלע ענקזייעטי.

טראצדעם, אויב האט א בחור געלערנט ביי אים עטליכע זמנים און געלעבט מיט זיינע דרשות און שמועסן זענען זיינע פראזען מיט רמזים און מליצות געווארן קלאר, פארשטענדליך און געשמאק, זיסער פון סיי וואס. אז מ'האט זיך צוגעוואוינט צו זיין סטיל זענען זיינע געדאנקען איבערגעגעבן געווארן זייער קלאר, און די שוועריגקייטן אים צו פארשטיין זענען פארגאנגען. כ'געדענק ווען ער איז נישט געזונט געווארן דאס ערשטע מאל און צוריקגעקומען פון שפיטאל אין א wheelchair צו געבן א שמועס פאר די בחורים אין פריפאנטעין (די זומער קאלאני). געווען איז עס לכאורה ו' חוקת און דער דיין איז, אנדערש פון געווענליך, געזיצן בשעת'ן געבן א שמועס אויף אמרתי אחכמה והיא רחוקה. כ'געדענק נישט די שמועס אבער כ'געדענק די gist איבער קרבת אלקים לי טוב. אבער מער פון אלעם געדענק איך די קלארקייט מיט וואס כ'האב אים פארשטאנען און די רושם וואס דאס האט געלאזט אויף מיר אריינגייענדיג אינעם שבת.

ער האט געהאט א קיצונית'דיגע נאטור און האט זייער הנאה געהאט ווען א בחור האט געטוהן עפעס אויף די אייגענע האנט אין די ראלם פון קנאות, און ווען מ'קלערט פון זיין היסטאריע ווי ער האט זיך פארפלאנטערט מיט די פירערשאפט אין וויליאמסבורג אין די אינגע יאר קען מען זאגן old habits die hard. בדידי הווה עובדא ועוד חזון למועד. זיין השקפה איז באשטאנען פון אוהבי השם שנאו רע, און מאויבי תחכמני. דאס הייסט איימיצער וואס איז נישט קאמיטעט צו עהרליכקייט אויף מיין גאטונג קאן קיין גוטס נישט ברענגען און קיינמאל טאר מען אויף זיי מחפה זיין אדער צוזאמארבייטן, און די היפוך איז מסתם דעם רצון השם. זייער סטענדערד סאטמאר. אין אנדערע ווערטער, ער האט געטראסט זיין שמעק, באקאנט אלס די "כלל ישראל'ס נאז" דאקטארינע.

ער האט נישט געהאט א גרינג לעבן ובפרט אין די יוגנט. ער איז אויסגעוואקסן א פערזענליכקייט וואס האט אנגערירט דאס לעבן פון טויזענטער. כ'שאץ אז ער האט געהאט 1,500 תלמידים און האט געהאט קהלה מענטשן סרים למשמעתו. ער האט אנגעהאלטן באציאונגען מיט תלמידים וועלכע האבן אנגעהאלטן באציאונגען מיט אים, אבער אויב האט ער געהערט איבער א תלמוד אין distress האט ער פרובירט זיי צו קאנטאקטן און העלפן.

זאל זיין זכרון און לעבנס געשיכטע אינספירירן אנדערע צו זיין א כח פארן מאכן דאס לעבן פון די ארומיגע עטוואס בעסער און באקוועמער. זאל זיין משפחה טרעפן א טרייסט פאר די יארן וואס זענען פארשניטן געווארן פריצייטיג (לויט מאדערנע ערווארטונגען) און פאר די חלל וואס זיין פטירה האט געשאפן.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 22, 2021 5:12 pm

· #480282
<a class="postlink" href="http://jcnmail.com/index.php?option=com_acymailing&ctrl=url&subid=25386&urlid=5493&mailid=5915">http://jcnmail.com/index.php?option=com ... ailid=5915</a>

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 22, 2021 5:13 pm

· #480283
די בעלזער אין מאנטריאל האבן איהם זייער נישט ליב געהאט. ווייסט איינער פארוואס?

רימון » זונטאג אוגוסט 22, 2021 5:23 pm

· #480285
הערליך @יואליש

מאנטריאל » זונטאג אוגוסט 22, 2021 5:49 pm

· #480288
Re: מיינע זכרונות מיט'ן סאטמאר-מאנטרעאלער דיין זצ"ל
ווייל ער פלעגט רעדן גאנץ אפן אנטקעגן דעם בעלזער רב

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

יואליש » זונטאג אוגוסט 22, 2021 5:57 pm

· #480289
ווען דער רב איז געקומען קיין מאנטריאל אין די מם יארן האט סאטמאר זיך איינגעקויפט בייז בלוט פאר דורי דורות. ווען מאנטריאל האט געדיעלט מיט עדיוקעשאן און די פראווינץ' רעגולאציע האט דער דיין באשולדיגט בעלזא אין ברעכן די ווידערשטאנד צו די רעגירונג דורך איינפירן חינוך עפראוועד ביי די רעגירונג. כ'שטעל זיך פאר אז ס'איז פארהאן נאך פעלער ווען די קהילות און די פערזענליכקייטן בראש האבן זיך נישט פארשטיינען.

תרמב » זונטאג אוגוסט 22, 2021 5:58 pm

· #480290
ערעב יואליש הערליך אראפגעלייגט, איך האב אים נישט געקענט איז עס פאר מיר א הערליכע באשרייבונג צו פארשטיין וואס כלל ישראל האט פארלוירן.

מונטסורי » זונטאג אוגוסט 22, 2021 11:48 pm

· #480304
יישר כחכם @יואליש, מתוק מדבש יעדעס ווארט, תנצב״ה

מאנטריאל » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:32 am

· #480305
אזוי שיין באשריבן, א יעדעס ווארט געלעקט! איין זאך איז מיר אינטערסאנט געווען אז ער איז געווען א intorverter, איך האב מיר אלס געשעמט פון אים און מורא געהאט, איך געדענק נישט ער זאל האבן stage fright.

יואליש » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:58 am

· #480308
מאנטריאל
אזוי שיין באשריבן, א יעדעס ווארט געלעקט! איין זאך איז מיר אינטערסאנט געווען אז ער איז געווען א intorverter, איך האב מיר אלס געשעמט פון אים און מורא געהאט, איך געדענק נישט ער זאל האבן stage fright.


כ'האב אים גיט באטראכט און די הענט האבן אים געציטערט פאר ער איז ארויפגעגיינגן רעדן, און אפי' ביים רעדן. כ'מיין ער האט מיר אויך אזוי אנגעגעבן, אבער כ'בין נישט זיכער אז כ'געדענק גיט. מ'קען זיך דינגן מיט מיר.

די דעפענישאן פון אן introvert איז אז ער באקומט זיין ענערגיע פריוואט בינו לבין קונו, בשעת אן extrovert באקומט ענערגיע פון זיין מיט מענטשן. ביידע קענען זיין אין ביידע מצבים, די חילוק איז ווי זייער גאז סטאנציע איז.

מאנטריאל » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 1:14 am

· #480311
Re: מיינע זכרונות מיט'ן סאטמאר-מאנטרעאלער דיין זצ"ל
דער לעבאביטשער איז געווען א אינטערווערטער אזוי האב איך געהערט פון רבי yy אבער רבי משה מנחם האט אייביג געזוכט צו שמועסן אבער קען זיין ער איז דאך געווען זייער פאר זיך

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

ישעיה » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:20 pm

· #480334
די קעניג פין אמעריקע
די בעלזער אין מאנטריאל האבן איהם זייער נישט ליב געהאט. ווייסט איינער פארוואס?

טראץ די שנאה וואס האט געהערשט צווישן דעם דיין ז"ל מיט'ן בעלזער קהילה און זייער דיין (רב לערנער) האט זיך דער דיין ז"ל נישט צוריקגעהאלטן פון מברר זיין עניני כשרות מיט'ן בעלזער דיין.
שמעתי מפי רב לערנער.

אונטער חכם » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 11:25 pm

· #480373
Re: מיינע זכרונות מיט'ן סאטמאר-מאנטרעאלער דיין זצ"ל
זייער א שיינע באשרייבונג, ובפרט ווען עס קומט פון א ניק וואס איז לכאורה היינט זייער ווייט פון די וועלט וואס דער נפטר זצ''ל האט מיט זיך פארגעשטעלט.

איך האב נישט צופיל געקענט דעם נפטר זצ''ל אבער איך האב עטליכע שוואגערס וואס האבן דארט געלערנט, און עס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט אז כאטש וואס זיי זענען אויך היינט זייער ווייט פון דאס וואס ער האט פארגעשטעלט מיט זיך, האט זיי דאך זיין פריצייטיגע פטירה אזוי אפעקטעד.

היסטאריע » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 11:06 am

· #480396
וואס מיינט ווייט?

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 7:14 am

· #480948
היסטאריע
וואס מיינט ווייט?

דער שרייבער לעבט בעולם הזה בשעת דער נפטר איז שוין בעלמא דקשוט.

קאמארנער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 12:47 am

· #494312
איך האב לעצטנס געהערט א דרשה פון אים און, במחילת כבוד תורתו, איך בין ארויס מיטן אייינדרוק אז ער האט געלעבט ערגעץ ווי אין לאלאלנד זייענדיג זיכער אז גאנץ כלל ישראל איז פארכאפט אין עבודה זרה, גלייבט נישט אין גאט און ביקט זיך פארן 'המן' פונעם דור- ציונות (איינער ווייסט בכלל וואס איז דאס היינט?) און נאר ער מיט נאך א הייפעלע קומץ לעצט פארבליבענע אידן אמפערן זיך מיטן טייוול און שרייען אויס פאר דער גאנצע וועלט אז ס'דא א באשעפער.

מאנטריאל » מאנטאג פעברואר 7, 2022 10:04 am

· #494332
אזוי איז יעדע דרשה געווען ציונות ציונות.

קאמארנער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 12:34 pm

· #494349
און צו טראכטן אז ער האט עס נאך געמיינט ערנסט און משקיע געווען לייב און לעבן ''לוחם'' צו זיין מיטן 'ציונות', נישט א שאד? ווער וויייסט צו עס האט אים נישט געשאדט דאס געזונט.

זופ מיט מאנדלען » מאנטאג פעברואר 7, 2022 2:18 pm

· #494358
@קאמארנער. איר האט אים וואשיינליך נישט געקענט.

זיין פערזענליכקייט איז געווען פול מיט עמפאטיע פאר איעדן איד, אין זיינע ציונות דרשות האט זיך מער אנגעזעהן ליבשאפט צו גאט ווי שנאה צו סיי וואס, מען קען נישט משפטן א מענטש אויף פינעף מינוטיגע אויסצוגן, ווער סהאט אים געקענט ווייסט דאס.

קאמארנער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 2:32 pm

· #494360
זופ מיט מאנדלען
@קאמארנער. איר האט אים וואשיינליך נישט געקענט.

זיין פערזענליכקייט איז געווען פול מיט עמפאטיע פאר איעדן איד, אין זיינע ציונות דרשות האט זיך מער אנגעזעהן ליבשאפט צו גאט ווי שנאה צו סיי וואס, מען קען נישט משפטן א מענטש אויף פינעף מינוטיגע אויסצוגן, ווער סהאט אים געקענט ווייסט דאס.

עמפאטיע צו יעדער איד. חוץ פאר בעלזער רב און נאך פארשידענע אפיקורסים..
אבער אינאמת'ן אריין, נישט קיין חילוק צו ס'קומט מצד אהבה צו גאט אדער שנאה צו סיי וועם, קוקט אויס אז ער איז געווען פארכאפט אין א געוויסע אילוזיע אז ער איז דער לעצט פארבליבענע ערליכע איד וואס פייט קעגן אן אכזריות'דיגן מיסטעריעזע אומזעעבארע פיינט 'ציונות'. און א שאד פאר דעם.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 7, 2022 2:47 pm

· #494363
און ווען ער האט לוחם געווען במסירות נפש ממש, אקעגן די אידישע קאנדידאט פאר סיטי קאונסיל פון די היימישע געגנט , מרס. פאלאק. און ביי די גרויסע מחאות וואס זענען ארגאניזירט געווארן אקעגן איהר זענען די בחורים געווארן צו ווילדעוועט און ס'איז געגאנגען הענט. עד כדי כך אז די פאליס האבן געדארפט סטראשען, כדי איינצושטעללן ארדענונג. וועים האט דער דיין זצ"ל געשטיצט? א פרייעם איד. א פושע ישראל. און ס'איז געווען אן עכטע סכנה אז די גוי'אישע מרשעת, די פראנצויז'קע , ימ"ש האט געקענט געוואונען. די וועלכע האט ביי א יעדע געלעגנהייט פארביטערט דאס לעבן פון די ערליכע אידן. אפילו אום פורים האט זי געמאכט צרות פאר די אידן. נאר די פאליס האט זי משלח געווען פון דארט...!

זופ מיט מאנדלען » מאנטאג פעברואר 7, 2022 2:50 pm

· #494364
@קאמארנער: אדרבה, לאמיר זעהן וויזאזוי די וועסט רעאגירן ווען איינער וועט בארירן עפעס וואס איז דיר טייער, כגלייב נישט אז סוועט אויסקוקן צו סאך בעסער.

לגופו של ענין, רבי משה מנחם האט בשעת דעם בעלזן שבת אין מאנטריאל אויפגעהויבן זיין גאנצע ישיבה מיט זיך אינאיינעם און געפארן קיין פריפאנטעין פאר צוויי וואכן צו פארמיידן פראוואקאציעס, ווען בחורים האבן געווארפן פאשקעווילן וכדומה האט ער זיך אויפגעשטעלט האלטן א שארפע דרשה און פארגעהאלטן די בחורים פאר דעם, איעדער האט א רעכט צו זאגן זיין מיינונג און אז בעלזא רב האט געטשעפעט עפעס וואס איז הייליג און טייער אין זיינע אויגן האט ער געהאט רעכט צו זאגן וואס ער האט געזאגט, בסך הכל האט ער געזאגט מען זאל נישט אהינגיין. איעדע זכר פון ווילדקייט מצד סאטמאר אנטקעגן בעלזא האט ער פארשטילט.

קאמארנער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 3:08 pm

· #494367
דער אמת איז אז כ'וויל אים נישט אראפרייסן, וויפוהל איך הער אויף אים איז ער געווען אן ערליכע איד פון אמאל, ס'מיר נאר אינטערסאנט די נקודה ווי ער האט אזוי לוחם געווען מיט עפעס א מיסטעריעזע פיינט וואס עקזיסטירט מער נישט. ס'איז אזוי ווי דער יאפאנער סאלדאט וואס האט זיך באהאלטן פאר יארן לאנג אין וואלד נאכן קריג אויס מורא פון די אמעריקאנע טרופן.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 7, 2022 3:38 pm

· #494371
קאמארנער: איך האלט מיט דיר 100%. ווייל ס'איז שוין היינט (ב"ה?) נישט דא קיין ציונים. היינט איז ארץ ישראל איינגעטיילט אנדערש. ס'דא אידן און להבדיל גויים. די אידן זענען די ערליכע אידן וועלכע לערנען תורה און זענען מקיים מצוות. די גויים זענען רוסישע, וועלכע זענען שוין אינגאנצן נישט קיין אידן עפ"י הלכה. (מ'רעדט נישט דא פון די ערליכע אידן פון רוסישן אפשטאם וועלכע זענען בעלי מסירות נפש און צדיקים). און די אנדערע פרייע חברה אין ארץ ישראל, וועלכע זענען שוין (לכה"פ) 4 דורות אפגעפרעמדט פון אידישקייט, זיי אינטרעסירט בכלל נישט ציונות. זיי זענען משוקע אין עולם הזה, זיי האבן נישט קין שייכות אדער געפיהל פאר די ערליכע אידן אדער קיום המצוות. ממילא אויב איינער האקט אין די היינטיגע צייטן אויף ציונים און ציונות, (אויסער פארשטייצעך הרב ישראל מ. סופר און הרב ש.ב. מרגליות. זיי טוען עס פאר פרנסה. זיי מאכן א לעבן פון דעם.) רעדט ער פון א זאך וואס עקזיסטירט שוין נישט.

משל למה"ד. אויב איינער וועט זיך אויפשטעלן אין ביהמ"ד און ער וועט זאגן אז ער האט צו פארקויפן זייער גוטע נאפט לעמפלעך... וועט מען איהם אויסלאכן...!

מאנטריאל » דינסטאג פעברואר 8, 2022 12:30 am

· #494424
berlbalaguleh
קאמארנער: איך האלט מיט דיר 100%. ווייל ס'איז שוין היינט (ב"ה?) נישט דא קיין ציונים...!

וואס הייסט ציונית עקזעסטירט שוין נישט? דתי לאומי זענען נישט פייערדיגע ציונים? אדער סתם רעכטע אין ארץ ישראל זענען ניזט פייער פאר די מדינה?
די רעיון איז נאך דא. און איינער וואס האלט אז דאס כפירה און דאס איז זיין מישאן אין לעבן צו קעמפן די רעיון הציוני שטימט עס.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 8, 2022 8:49 am

· #494451
מאנטריאל (וואו? דוראשעי, האטשיסאן?): ערשטנס איז עס ציונות. נישט ציונית. ווייל ציונית מיינט א פרוי וואס זי איז א ציוניסט'קע.

צווייטנס. דער רעיון הציוני איז נאך דא. און ס'וועט (אי"ה) זיין עד ביאת גואל צדק בב"א. אבער די אלגעמיינע (פרייע) באפעלקערונג זענען שוין היינט נישט קיין ציונים. נעם די ערליכע אידן. און להבדיל די פרייע און גויים. די דתי לאומי און חרד"ל זענען נאר א מיעוטא דמיעוטא...!

קאמארנער » דינסטאג פעברואר 8, 2022 12:12 pm

· #494471
מאנטריאל
berlbalaguleh
קאמארנער: איך האלט מיט דיר 100%. ווייל ס'איז שוין היינט (ב"ה?) נישט דא קיין ציונים..!

וואס הייסט ציונית עקזעסטירט שוין נישט? דתי לאומי זענען נישט פייערדיגע ציונים? אדער סתם רעכטע אין ארץ ישראל זענען ניזט פייער פאר די מדינה?
די רעיון איז נאך דא. און איינער וואס האלט אז דאס כפירה און דאס איז זיין מישאן אין לעבן צו קעמפן די רעיון הציוני שטימט עס.

אזוי ווי בערל האט שוין גענטפערט, די רעיון איז אפשר נאך דא אבער די חסידים דערפון כמעט נישט, א פרייע פון גאס ווייסט קוים וואס דאס איז, אבער אוודאי און אוודאי אז ביי די היימישע פרומע עולם ווייסט מען נישט וואס דאס איז (חוץ סאטמאר וואס קאכט אין דעם שטארק) טא פארוואזשע אויפלעבן אן האלב טויטע רעיון? וואלט נישט געווען בעסער ווען ער לייגט אריין די כוחות אין אנדערע עניינים, ווי אפגעפארענע וכדומה?

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 9, 2022 6:47 am

· #494546
קאמארנער
וואלט נישט געווען בעסער ווען ער לייגט אריין די כוחות אין אנדערע עניינים, ווי אפגעפארענע וכדומה?

אלס א גדול הדור און א פראמינענטע פוסק האט ער די פולע רעכט זיך אריינצולייגן אין וואס ער פילט פאר ריכטיג, אבער להוי ידוע אז ער האט אריינגעלייגט אסאך כוחות אין אסאך אנדערע זאכן אויך, ווי שוין דערמאנט אויבן, א שטייגער ווי צדקה וחסד, זיין גאונות און פלאמעדיגע דאווענען און געוואלדיגע קדושה, און דאס אלעס איבערגעגעבן ווייטער פאר זיינע תלמידים ומעריצים, איבערגעלאזט טויזענטער תלמידים יראים ושלמים,

מאנטריאל » מיטוואך פעברואר 9, 2022 8:34 am

· #494556
Re: מיינע זכרונות מיט'ן סאטמאר-מאנטרעאלער דיין זצ"ל
קאמארנער
מאנטריאל
berlbalaguleh
קאמארנער: איך האלט מיט דיר 100%. ווייל ס'איז שוין היינט (ב"ה?) נישט דא קיין ציונים..!

וואס הייסט ציונית עקזעסטירט שוין נישט? דתי לאומי זענען נישט פייערדיגע ציונים? אדער סתם רעכטע אין ארץ ישראל זענען ניזט פייער פאר די מדינה?
די רעיון איז נאך דא. און איינער וואס האלט אז דאס כפירה און דאס איז זיין מישאן אין לעבן צו קעמפן די רעיון הציוני שטימט עס.

אזוי ווי בערל האט שוין גענטפערט, די רעיון איז אפשר נאך דא אבער די חסידים דערפון כמעט נישט, א פרייע פון גאס ווייסט קוים וואס דאס איז, אבער אוודאי און אוודאי אז ביי די היימישע פרומע עולם ווייסט מען נישט וואס דאס איז (חוץ סאטמאר וואס קאכט אין דעם שטארק) טא פארוואזשע אויפלעבן אן האלב טויטע רעיון? וואלט נישט געווען בעסער ווען ער לייגט אריין די כוחות אין אנדערע עניינים, ווי אפגעפארענע וכדומה?
וואס האט ער מיט די פרייע גאס ער שלאגט זיך מיט דעם רעיון הציוני מיט זיך אליינס סאטמאר איז אבסעסט מיט דעם רעיון און מוז זיך פארענטפערן און זיך שלאגן מיט דעם רעיון ווייל דאס איז דאך דעם נסיון לשיטת סאטמאר לכולי עלמא

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

מאנטריאל » מיטוואך פעברואר 9, 2022 8:34 am

· #494557
Re: מיינע זכרונות מיט'ן סאטמאר-מאנטרעאלער דיין זצ"ל
berlbalaguleh
מאנטריאל (וואו? דוראשעי, האטשיסאן?): ערשטנס איז עס ציונות. נישט ציונית. ווייל ציונית מיינט א פרוי וואס זי איז א ציוניסט'קע.

צווייטנס. דער רעיון הציוני איז נאך דא. און ס'וועט (אי"ה) זיין עד ביאת גואל צדק בב"א. אבער די אלגעמיינע (פרייע) באפעלקערונג זענען שוין היינט נישט קיין ציונים. נעם די ערליכע אידן. און להבדיל די פרייע און גויים. די דתי לאומי און חרד"ל זענען נאר א מיעוטא דמיעוטא...!
דוראשעי

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 9, 2022 8:37 pm

· #494637
מאנטריאל: גם אני בחלומי. איך האב אויך דארט געחלומ'ט...!