☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #14786

אשכול אן א טיטל #14786

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14786

— » זונטאג אוגוסט 22, 2021 12:57 am

· #480240

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

א חסיד פון ווילנא » זונטאג אוגוסט 22, 2021 1:23 pm

· #480259
[ציטאט אראפגענומען]

ער איז נישט געווען א מנהיג הקהלה, סאטמאר מאנטריאל האט א רב לאיו"ש

הגה"צ המנוח זצ"ל האט געוואינט אין וומ"ס נאך די חתונה און געווען פון די שענסטע תלמידים פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אבער צוליב געוויסע סיבות האט מען אים געדארפט טרעפן א פאסטן ערגיץ אנדערש, האט מען אים געשיקט קיין מאנטריאל צו דינען אלס ראש הכולל אינטער דעם דעמאלסדיגן רב ר' שיימע שווארץ ז"ל, אבער די זעלבע פראבלעמן איז דארט אויך געווען

ביז דער ברך משה זצ"ל האט ממנה געווען זיין איידעם דער היינטיגער רב שליט"א אלס רב, האט מען לפייסו אים אויפגענומען פאר דיין און ראש ישיבה א פאסטן וואס ער האט אנגעהאלטן כמה שנים מיט גרויס הצלחה נאכן טוישן זיין סדר פון אמאל
אלענפאלס, חבל על דאבדין באמת א ת"ח וירא שמים, ת.נ.צ.ב.ה.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 22, 2021 2:04 pm

· #480266
די בייזע צינגער זאגן עפעס אז ביי די מערכה וואס דאס מאנטריאלער חרדישע אידנטום האט געפיהרט קעגן די אנטיסעמיטישע גוי'טע/קאונסיל פרוי, (ימ"ש) דורך די אידישע פרוי וועלכע איז געווען א קעגן קאנדידאט, האט דער רב זצ"ל זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה (פרטים זענען נישט וויכטיג.) אז זי זאלל (ח"ו) פארלירן. און ער האט געשטיצט א צווייטן קאנדידאט. א פושע ישראל...!

מארמאראשער » זונטאג אוגוסט 22, 2021 6:38 pm

· #480292
שקר, ער האט קיינמאל געשטיצט די צד שכנגד, ער האט פשוט געהאלטן אז א חרדישע פרוי טאר נישט לויפן נישט קיין חילוק וואס מען פארדינט, עד כאן.
אפילו די אקט פון געוויסע בחורים צו וואנדאלאזירן איר בילד האט ער שטארק פארדאמט, בלויז געזאגט דעת תורתו כדרכו בקודש וזה הוא.

מאנטריאל » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:57 am

· #480307
אמת

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

ישעיה » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:09 pm

· #480332
[ציטאט אראפגענומען]

פון די אנדערע זייט אבער האלט מען יעצט א טריט נענטער צום קיבוץ נדחי ישראל בארץ הקודש

שושן פורים » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 3:10 pm

· #480341
א חסיד פון ווילנא
[ציטאט אראפגענומען]

ער איז נישט געווען א מנהיג הקהלה, סאטמאר מאנטריאל האט א רב לאיו"ש

הגה"צ המנוח זצ"ל האט געוואינט אין וומ"ס נאך די חתונה און געווען פון די שענסטע תלמידים פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אבער צוליב געוויסע סיבות האט מען אים געדארפט טרעפן א פאסטן ערגיץ אנדערש, האט מען אים געשיקט קיין מאנטריאל צו דינען אלס ראש הכולל אינטער דעם דעמאלסדיגן רב ר' שיימע שווארץ ז"ל, אבער די זעלבע פראבלעמן איז דארט אויך געווען

ביז דער ברך משה זצ"ל האט ממנה געווען זיין איידעם דער היינטיגער רב שליט"א אלס רב, האט מען לפייסו אים אויפגענומען פאר דיין און ראש ישיבה א פאסטן וואס ער האט אנגעהאלטן כמה שנים מיט גרויס הצלחה נאכן טוישן זיין סדר פון אמאל
אלענפאלס, חבל על דאבדין באמת א ת"ח וירא שמים, ת.נ.צ.ב.ה.


דיין פאטריאטישקייט איז באגריסענד אבער אויב קענסטו שרייבן אזאנץ ביזטו אין מאנטריאל נישט געווען.

דער רב הרב מייזליש פארמאגט טאקע די טיטל אבער זיין פירערשאפט איז היבש שוואך, סיי צוליב דעם וואס נאך די פארשידענע טראגעדיעס במשפחתו איז ער געווארן שטארק צוריקגעצויגן און איינזאם, דאס אז ביי די פאליטיק האט ער פראבירט צו טאנצן אויף ביידע זייטן האט נישט קיין סאך צוגעהאלפן פאר זיין הנהגה, ועוד.

הרב מייזליש פארמאגט דעם טיטל אבער עמטליכע מנהיג פון די קהילה אויף 5555 האטשיסאן איז געווען הרב טירנויער.

שושן פורים » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 3:32 pm

· #480342
berlbalaguleh
די בייזע צינגער זאגן עפעס אז ביי די מערכה וואס דאס מאנטריאלער חרדישע אידנטום האט געפיהרט קעגן די אנטיסעמיטישע גוי'טע/קאונסיל פרוי, (ימ"ש) דורך די אידישע פרוי וועלכע איז געווען א קעגן קאנדידאט, האט דער רב זצ"ל זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה (פרטים זענען נישט וויכטיג.) אז זי זאלל (ח"ו) פארלירן. און ער האט געשטיצט א צווייטן קאנדידאט. א פושע ישראל...!




ר' בערל, מען מוז וואוסן די פאקטן פארן ווארפן אזא באשולדיגונג אויפן נפטר ז"ל.

אין 2013 זענען געלאפן פאר סיטי קאונסיל אין די היימישע געגענט עטליכע קאנדידאטן ובתוכם דער חסידישע פרוי קאנדידאט מרת פאללאק, די וועלכע האבן נישט געוואלט וועלן פאר איר האבן געשטיצט א אנדערע קאנדידאט שלמה גאלדבערג, א היימישע ליטווישע איד מראשי חברה הצלה אין אפטאון וועלכער איז געלאפן אויפן טיקעט פון די "עקוויפ קאודעיר" פארטיי בראשות די געוועזענע מעיאר פון מאנטריאל "דעני קאודעיר".

די טענה דעמאלטס איז געווען אז מיט די היימישע וואוט אליינס קען מען נישט געווינען א זיץ, מרת פאללאק האט געהאט א היבש ביסל גוי'שע שטיצע צוליב די פראזשעי מאנטריאל פארטיי אויף וועמענס טיקעט זי איז געלאפן, און אינאיינעם מיט די היימישע שטימען האט זי טאקע געוואונען.

די "עקוויפ קאודעיר" פארטיי איז טאקע געווען דאן שטארק פאפולער אין מאנטריאל אבער די אנקעטעס האבן געוויזן אז אין אוטרעמאנט פארמאגן זיי בכלל נישט קיין נאכפאלגערשאפט. דעריבער, היות גאלדבערג האט נישט קיין שאנס צו געוואונען, אויב וועט מען צוטיילן די היימישע שטימען וועט דאס צוברענגען אז דער דריטער קאנדידאט "פיער לאסערט" א באקאנטער שונא ישראל זאל געוואונען די זיץ.

הרב טירנויער האט געהאלטן אז מען טאר נישט דירעקט שטיצן א היימישע פרוי אפגעזעהן וואס די רעזולטאטן וועט צוברענגען, הרשות בידו צו טאן דאס וואס איז איהם אויסגעקומען ריכטיג.

שושן פורים » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 4:29 pm

· #480349
די מרשעת "פארזשעט" איז קיינמאל נישט געלאפן קעגן מרת פאללאק, זי איז געלאפן אין א אנדערע דיסטריקט אין אוטרעמאנט, קעגן איר איז געלאפן פיליפ טאמלינסאן פון די פראזשעי מאנטריאל פארטיי, פארזשעט האט געוואונען מיט "11" וואוטס.

4 יאר שפעטער ביי די נעקסטע וואלן האט טאמלינסאן געוואונען די מעיאר אמט און אוטרעמאנט, און א אנדערע קאנדידאט פון פראזשעי מאנטריאל האט ארויסגעשטויסן פארזשעט פון איר קאונסיל זיץ.

מאן דאמר » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 10:15 am

· #480391
א חסיד פון ווילנא
[ציטאט אראפגענומען]

ער איז נישט געווען א מנהיג הקהלה, סאטמאר מאנטריאל האט א רב לאיו"ש

הגה"צ המנוח זצ"ל האט געוואינט אין וומ"ס נאך די חתונה און געווען פון די שענסטע תלמידים פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אבער צוליב געוויסע סיבות האט מען אים געדארפט טרעפן א פאסטן ערגיץ אנדערש, האט מען אים געשיקט קיין מאנטריאל צו דינען אלס ראש הכולל אינטער דעם דעמאלסדיגן רב ר' שיימע שווארץ ז"ל, אבער די זעלבע פראבלעמן איז דארט אויך געווען

ביז דער ברך משה זצ"ל האט ממנה געווען זיין איידעם דער היינטיגער רב שליט"א אלס רב, האט מען לפייסו אים אויפגענומען פאר דיין און ראש ישיבה א פאסטן וואס ער האט אנגעהאלטן כמה שנים מיט גרויס הצלחה נאכן טוישן זיין סדר פון אמאל
אלענפאלס, חבל על דאבדין באמת א ת"ח וירא שמים, ת.נ.צ.ב.ה.


ר' משה מנחם האט ר' חיים אביגדור קאהן געברענגט קיין מאנטריאל, ער האט געוואלט ברענגען א פרומער אינגערמאן זאל לערנען מיט די אינגעלייט, ער האט געהאלטן אז די אינגעלייט אין מאנטריאל גייען צוגרינד (ס'איז נישט געווען צופיל אינגעלייט) און זיי ברויכן עפעס אן ערנסטן אינגערמאן זאל אריין ברענגען א רוח דקדושה. זיין רבי ר' אברהם לייטנער ז"ל וועמען חיים אביגדור האט געקענט פון אורוגוואי איז געווען דער שדכן וואס האט מציע געווען דעם אינגערמאן, מ'איז אריין צום רבי'ן זצ"ל פאר זיין הסכמה און ער האט שיין אנגעוואונטשן (פון דא שטאמט די באקאנטע "דער רבי זצ"ל האט אים געשיקט קיין מאנטריאל").

ווען ער איז אנגעקומען קיין מאנטריאל איז ער געוועזן אונטער דרייסיג, און עס האט נישט אזוי גוט געארבייט מיט דעם רב ר' שיימא, ס'איז געווארן א שטיקל קאנקורענץ, פון איין זייט א יונגע ענערגישער אינגערמאן מיט פרישע כוחות, פון די אנדערע זייט אן עלטערער רב א זקן. ר' משה מנחם האט אנגעהויבן פירן אייגענע של"ש וכו', און ר' שיימא האט עס זייער נישט געשמעקט. געוועזן אמאל וואס מ'איז געגאנגען זאגן פארן רבי'ן (ברך משה) אז ר' שיימא זעהט נישט גוט און ער קען נישט פסק'נען קיין שאלות, ר' שיימא האט געוויינט פארן רבי'ן און געוויזן אז ער קען ליינען אין א קליין סידור מיט גאר קליינע אותיות און עס איז סתם א בלבול.. בקיצור, והיה ראשיתך מצער.

ווען ר' שיימא איז אוועק, יוכ"פ דאכצעכמער, זענען ארויסגעפארן צוויי דעלעגאציעס צום ברך משה (דער רבי ז"ל האט שוין נישט געלעבט) איין דעלעגאציע איז געגאנגען אנטראגן אז מ'זאל נעמען ר' משה מנחם פאר רב, די צווייטע, וואס האט בשום אופן נישט געוואלט ר' משה מנחם, צו ווייל ער איז געווען צו פרום, צו ווייל זיי זענען געווען אנגעווייטאגט אויף וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט צו ר' שיימא, איז געקומען בעטן דער רבי זאל שיקן זיין איידעם ר' דוד מייזליש פון שיקאגא זאל ווערן רב. זיי האבן נישט געוואלט דווקא ר' דוד, אבער זיי האבן געוואוסט אז ר' משה מנחם איז שוין געווען אין מאנטריאל אפאר יאר, און ער האט מענטשן וואס גייען פאר אים אין פייער, און אז מ'טראגט אן דעם רבינ'ס איידעם, איז דא א שטארקע טשענס אז דער רבי וועט אים ענדערש נעמען.

די מייזליש דעלעגאציע האט זיך ארלעדיגט אנצוקומען צום רבי'ן ערשט, און פארשטייט זיך ס'האט דעם ברך משה געשמעקט דעם פלאן, און שפעטער ווען די טירנויער דעלעגאציע איז אנגעקומען האבן ביידע זייטן אנגעהויבן פארהאנדלען, ביז ס'איז געבליבן אז ר' דוד וועט זיין רב, און ר' מ"מ דיין, און אזויווי די צד מייזליש האט גע'טענה'ט אז די קהלה האט נישט גענוג געלט צו באצאלן סיי א רב און סיי א דיין, האט חיים אביגדור געזאגט אז ער נעמט אויף זיך דעם דיין'ס געהאלט.

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ר' משה מנחם איז געווען א פיל מער טאלאנטפולער מנהיג, און ער האט געהאט חיים אביגדור וואס איז געווען די ספאנסאר פאר רוב קהל'ישע עקספענסעס. ר' דוד האט אויך געהאט א חברה חסידים, אבער נישט אזעלכע פייערדיגע ווי ר' מ"מ, און די קאנקורענץ האט געהאט עליות און ירידות דורך די יארן, אבער אויף לפנים האבן זיי ביידע געפירט צוזאמען די קהלה, ר' דוד האט געדאווענט מוסף ימים נוראים, ער איז גאר א פיינער בעל תפלה, שחרית פלעגט נישט דאווענען ר' מ"מ, ווייל ער איז גאנץ א קנאפער בעל תפלה, אבער מיט די יארן האבן זיינע מענטשן געפאדערט דעם ברעטל, און ער איז געווארן די שחרית בעל תפלה, און ער פלעגט דאווענען מיט א געוואלדיגע התעוררות וואס א גרויסער עולם האט ליעב געהאט.

למעשה די תלמוד תורה מיט די מיידל סקול האט געפירט מער ווייניגער ר' משה מנחם, און די שול האט געפירט מער ר' דוד.

יעצט צו די ישיבה:
די ישיבה האט געעפענט ר' אהרן קויפמאן, די עלטסטע קלאס האט געהאט דער רב, און דער דיין האט געהאט א אינגערע כתה, און אזוי האט זיך געפירט א ישיבה, געעפנט האט מען עס בעיקר פאר די מאנטריאל'ע בחורים, אבער מיט די צייט איז עס געווארן א סאטמער'ע ישיבה פאר אלוועלטליכע סאטמארע בחורים, מערסטנס פון אמעריקא, אבער אויך אייראפעישע און אפילו ישראל'ישע. מיט די צייט האט ר' משה מנחם אנגעהויבן איבערנעמען קאנטראל פון די ישיבה. ס'איז א לענגערע השתלשלות, אבער ויהי היום און איין אנפאנג זמן האבן די דיין'ס מענטשן געלאזט וויסן פאר'ן רב אז ס'איז נישטא גענוג בחורים פאר די עלטסטע כתה, דער עולם פארט קיין קרית יואל וכו'.... בקיצור, מ'האט אים באזייטיגט פון די ישיבה, דער רב האט איבערגענומען קאנטראל פון די ישיבה לצעירים עווענטועל, און צוביסלעך איז די ישיבה געווארן דעם דיין'ס ישיבה, עד כדי כך אז ביי די בירגער קריג אין סאטמאר, ווען אהרן קויפמאן האט זיך ארויסגעשטעלט אויף די אנדערע זייט פונעם דיין, האט אים דער דיין פארשיקט פון ישיבה.

אויסער די אפיציעלע אויפגאבעס פון די מוסדות און דער ביהמ"ד, אין אלגעמיין צווישן דעם ציבור האט דער דיין זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א ריכטיגער מנהיג, ער האט געוואוסט את אשר יחסר להם, ער האט ארלעדיגט די דזשאבס, חברותות, דאקטורים, און ער איז געגאנגען אין פייער פאר זיינע מענטשן, א שיינע פּאר ביזנעסער דארט איז אים צו פארדאנקען, ער האט געהאט א צדקה קאסע וואס האט געקאווערט חתונות מיט ימים טובים צוגלייך, און ער האט געשמעקט פון א מייל ווער ברויך וואס, און ער האט זיך געהאט זיינע געטרייע מענטשן וואס ער האט געקענט שיקן אויף מיסטעריעזע שליחות. בקיצור, א ריכטיגער מנהיג. איך ווייס אז מענטשן פונדערווייטנס קענען אים בעיקר פאר די ישיבה זיינער, אבער אין מאנטריאל איז דאס זיין אידענטיטעט, זיין אויסערגעווענליכע מנהיגות וואס איז געווען צום באוואונדערן, און דאס וועט יעצט זיין די שווערסטע זאך איבערצוקומען פאר די קהלה, זיי האבן פארלוירן א מענטש וועמען זיי האבן געקענט רופן 24/7 פאר סיי וועלכע הילף וואס זיי האבן זיך גע'חלומ'ט.


פארזעצונג אי"ה

יואליש » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 10:52 am

· #480393
ביטע טוה פארזעצען. באמת יישר כח. די נערעטיוו טרעפט מען נישט אין די אפיציעלע בלעטער. און ס'איז שוין פארריבער פערציג יאר פון דעם התמנות, מיט גאר ווייניג וואס געדענקן און שפירן די אחריות צו רעקארדירן דברים כהוייתם.

מצפצף » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 11:45 am

· #480399
אויך בין איך נייגעריג וואס האט אים געמאכט טוישן זייטן?
ביי די פובליק סקול איז ער געווען שטארק פאר ב"מ/מהר"א, פארוואס איז ער אריבער צו מהרז"ל?

מאן דאמר » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 12:08 pm

· #480401
מצפצף
אויך בין איך נייגעריג וואס האט אים געמאכט טוישן זייטן?
ביי די פובליק סקול איז ער געווען שטארק פאר ב"מ/מהר"א, פארוואס איז ער אריבער צו מהרז"ל?


מ׳קען זאגן סברות אין פשטים, איך האב אים גאנץ גוט געקענט, און איך קען דיר נישט זאגן דעים אמת פארוואס ער האט גענומען דעים צד, לכאורה דאס אז די קאהן׳ס האבן גענומען דעים צד איז געווען א שטארקע פאקטאר, אבער איך בין נישט זיכער.

וואס איז געווען א שטיקל פלא אין מיינע אויגן איז ווי ערענסט ער האט גענומען די מחלוקה, דאס זאגט מיר אז ס׳איז ווארשיינליך געוועזן עפעס טיפער׳ס, ער האט עס ממש גענומען פערענליך, און עד היום, אינדערצייט וואס אין א גרעסערע טייל סאטמערע קהילות ווערט די מחלוקה אנגעקוקט ווי א שפיל, אין מאנטריאל איז עס נאך גאנץ א סענסעטיווע נושא.

מיליאנער » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 2:39 pm

· #480406
מצפצף
אויך בין איך נייגעריג וואס האט אים געמאכט טוישן זייטן?
ביי די פובליק סקול איז ער געווען שטארק פאר ב"מ/מהר"א, פארוואס איז ער אריבער צו מהרז"ל?

ער איז שטענדיג מיטגעגאנגען מיט משה גבאי

מצפצף » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 3:43 pm

· #480408
מיליאנער
מצפצף
אויך בין איך נייגעריג וואס האט אים געמאכט טוישן זייטן?
ביי די פובליק סקול איז ער געווען שטארק פאר ב"מ/מהר"א, פארוואס איז ער אריבער צו מהרז"ל?

ער איז שטענדיג מיטגעגאנגען מיט משה גבאי

...Please

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 7:58 pm

· #480416
מיליאנער
מצפצף
אויך בין איך נייגעריג וואס האט אים געמאכט טוישן זייטן?
ביי די פובליק סקול איז ער געווען שטארק פאר ב"מ/מהר"א, פארוואס איז ער אריבער צו מהרז"ל?

ער איז שטענדיג מיטגעגאנגען מיט משה גבאי

ווען ער האט ווען שכל צו גיין מיט מהר"א וואלט ער שוין לאנג געווען פוסק הדור, צוזאמען מיט ר' געצל און ר' אליקים שלעזינגער. ביי די זאליס האט ער געגעסן שטרוי. געבליבן מיט די זעלבע 'הגה"צ' אלע יארן.

א שאד פאר אזא גדול וואס די וועלט האט פארפאסט נאר צוליב פאליטיק.

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 10:19 pm

· #480424
ממילא? 🙄

מיין תגובה וויל זאגן אז דער בלאט וואלט שוין געמאכט פון אים א משה רבינו אויב ער וואלט נאר געגאנגען מיט מהר"א.

זאגסטו אז?...

moneyminded » מיטוואך אוגוסט 25, 2021 6:14 am

· #480428
סאיז טאקע זייער מסתבר אז דאס איז די סיבה פארוואס ער איז געגאנגען צו מהרזל,זייער אסאך האבן געמאכט די זעלבע חשבון אז מהר"א איז א שטארקע פירער און ער וועט זיך דארפן אינטערווארפען ,משא"כ מיט מהרזל איז א א פורים רב געווען בשעתו,מיינט עס אז ער קען אנגיין מיט זיין רעביסטיווע ,די זעלבע חשבון ווי זלמן לייב פילאפ /חיים דוד כ"ץ און אלע גרויסע טעות טיטלען וואס פראוואנען אייגענע רעביסטעווע ,ביי מהר"א איז נישט דא אין די גאנצע וועלט ווי איינער פירט רעביסטעווע אין זיין קהילה

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 1:39 am

· #480489
moneyminded
סאיז טאקע זייער מסתבר אז דאס איז די סיבה פארוואס ער איז געגאנגען צו מהרזל,זייער אסאך האבן געמאכט די זעלבע חשבון אז מהר"א איז א שטארקע פירער און ער וועט זיך דארפן אינטערווארפען ,משא"כ מיט מהרזל איז א א פורים רב געווען בשעתו,מיינט עס אז ער קען אנגיין מיט זיין רעביסטיווע ,די זעלבע חשבון ווי זלמן לייב פילאפ /חיים דוד כ"ץ און אלע גרויסע טעות טיטלען וואס פראוואנען אייגענע רעביסטעווע ,ביי מהר"א איז נישט דא אין די גאנצע וועלט ווי איינער פירט רעביסטעווע אין זיין קהילה

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

זעהט אויס אז די בן אחותו פון בני ברק האט אנגענומען אז מהר"א איז אויך א פורים רב

אינטערסאנטער » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 3:19 pm

· #480878
מצפצף
אויך בין איך נייגעריג וואס האט אים געמאכט טוישן זייטן?
ביי די פובליק סקול איז ער געווען שטארק פאר ב"מ/מהר"א, פארוואס איז ער אריבער צו מהרז"ל?

פאר ווער עס האט געקענט רבי משה מנחם איז נישט קיין ספק וואס זיין עיקר סיבה איז געווען.

ער איז געווען זייער שטארק פאר'ן ברך משה און ער האט געהאלטן אז עס איז א חוצפה נישט אנצונעמען וואס דער ברך משה האט געזאגט אז מען זאל אויפנעמען רז"ל אלס רב. דאס איז געווען זיין יסוד, און שפעטער איז ער געווארן נאך שטארקער פאר צד מהרז"ל ביי די קאורטס, און ווען ער האט זיך עטליכע מאל אריינגעלייגט צו מאכן שלום און איינגעזעהן אז ר אהרן האלט נישט דערביי, די אלע זאכן האט אים מער און מער געשטופט צו מהרי"י.

אבער זיין ערשטע יסוד איז געווען וויבאלד דער ברך משה האט אזוי געזאגט און געוואלט און רבי משה מנחם האט נישט געוואלט אננעמען אז מען האט אים איינגערעדט, ווי ער האט אפילו אמאל געזאגט אין זיינע ערשטע דרשות אנפאנג פאליטיק, אז אפילו לו יצוייר אז מען האט אים איבערגערעדט אבער וויבאלד היינט צוטאגס וויל דער רבי דער ברך משה אזוי איז אין אחר דבריו כלום.

איך גלייב אז טאמער וואלט ער געווען אן ארויני וואלט ער זיך שטארק אנגענומען פאר ר' אהרן אנטקעגן ר' חיים הערש מייזליש און ער וואלט געהאלטן די זעלבע זאך אז נישט קיין חילוק וואס די אינטערלאגע איז, אבער וויבאלד דער רבי פייערט פאר א געוויסע זאך איז א חוצפה און העזה זיך ארויסצושטעלן אנדערש אנטקעגן דעם רבי'ן.

ר' אהרן האט נישט היינט אזא געטרייער מענטש - ווי ר' משה מנחם איז געווען פאר'ן ברך משה - וואס זאל זיך ברבים אויפשטעלן און זיך אננעמען פאר אים. און וועגן דעם איז טאקע זיין ווארט אינגאנצן אויסגעשפילט ביי זיינע אייגענע חסידים