☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14783

אשכול אן א טיטל #14783

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14783

— » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 4:58 pm

· #480043

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קאך_לעפל » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:06 pm

· #480045
לעבן זאל די רעוואלוציע...
מיר זענען בלויז באזארגט וועגן קאנאדא, א דאנק הרה''צ רבי ליפא קליין זאל זיין געזונט און פריש, וועט די איינפלוס פון די סאכדעס אין קנאדא פארמינערט ווערן חלילה? ס'וועט זיין ווייניגער וואו אין ניו יארק?

טמיר » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:25 pm

· #480050
קאך_לעפל
לעבן זאל די רעוואלוציע...
מיר זענען בלויז באזארגט וועגן קאנאדא, א דאנק הרה''צ רבי ליפא קליין זאל זיין געזונט און פריש, וועט די איינפלוס פון די סאכדעס אין קנאדא פארמינערט ווערן חלילה? ס'וועט זיין ווייניגער וואו אין ניו יארק?

וואס עפעס ניו יארק? ארה"ב באשטייט פון 50 שטאטן. נישט אזוי?
די שאלה איז איבער פארטא ריקא

Nanach » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:32 pm

· #480052
גראדע קען איך אביסל ליפא קליין, אויב מען גייט זיך אויפהערן שלאגן מיט אים פון אינעווייניג, האלט איך אז ער קען מאכן התאחדות פאר א שטארקע זאך

קאך_לעפל » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:34 pm

· #480053
שטערקער ווי ס'איז שוין?
אוי מיין גאטש.....

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 7:16 pm

· #480068
ישתקע הדבר. סאכדעם איז שוין יארן לאנג (בעצם אייביג געווען) א סעד דשאוק מיט שמאלע ביזנעס אינטערסן. די קופה של שרצים וקאראפשן שטינקט ביז פארטא ריקא. ווער פונקטליך דארף זיי?

תרמב » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 8:35 pm

· #480069
ס’איז אינטערסאנט ווייל דער גאלאנטע רב האט זיך שוין אפגעזאגט א שטיק צייט צוריק פון די וועד הכשרות פון התאחדות, וואס דאס איז היינט די עיקר חלק פון התאחדות, זעהט אויס ער וויל עס צוריק.

הקטן » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 10:19 pm

· #480073
תרמב
ס’איז אינטערסאנט ווייל דער גאלאנטע רב האט זיך שוין אפגעזאגט א שטיק צייט צוריק פון די וועד הכשרות פון התאחדות, וואס דאס איז היינט די עיקר חלק פון התאחדות, זעהט אויס ער וויל עס צוריק.
פארוואס האט ער אפגעזאגט?
ווער האט אויפגענימען דעם ליפא ביי די לויה, איז דאס געווען ר' הילל ?

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 11:00 pm

· #480076
טמיר
קאך_לעפל
לעבן זאל די רעוואלוציע...
מיר זענען בלויז באזארגט וועגן קאנאדא, א דאנק הרה''צ רבי ליפא קליין זאל זיין געזונט און פריש, וועט די איינפלוס פון די סאכדעס אין קנאדא פארמינערט ווערן חלילה? ס'וועט זיין ווייניגער וואו אין ניו יארק?

וואס עפעס ניו יארק? ארה"ב באשטייט פון 50 שטאטן. נישט אזוי?
די שאלה איז איבער פארטא ריקא

טמיר: מ'דארף צו לייגן נאך א שורה..."והגלילות"...!

צפור בודד » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 11:17 pm

· #480078
קען עמעצער ארויפלייגן די שטאטוטן צו וואס ער באציט זיך?

עס איז צו מערקן זיין נוסח ביים אנהייב אז די מטרה פון דער התאחדות איז געווען "לעמוד על משמרת דת תורתינו הק' ולגדור פרצות בכרם בית ישראל". כלומר פון דעי וואן איז עס געוען אן ארגאניזאציע צו קעמפן ווי איידער אויפצוטון. אנצופילן וואו זיי געפינען לעכער ווי איידער איינצופלאנצן און בויען. ואידך זיל גמור.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 2:07 am

· #480085
דער בריוו איז דאך "לא ניתן לפרסם", טא וויאזוי געפינט עס זיך דא בערים ובחוצות?

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 2:30 pm

· #480110
שמעקעדיג
דער בריוו איז דאך "לא ניתן לפרסם", טא וויאזוי געפינט עס זיך דא בערים ובחוצות?
מן הסתם האט מען עס באהאלטן אינווענדיג אינעם אייער טראק[emoji6]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 11:41 pm

· #480124
געפעלט מיר ווי טייל שפעקולירן איבער א סוקסעפילן התאחדות בעת אנדערע רייסן גאר אראפ דעם ארגעניזאציע וואס האט שוין יארן נישט מוציא געווען קיין כח און קיין פועל....

אן ארגעניזאציע אן קיינע פאטענציאל אדער מאכט, נישטא אויף וואס צו דעבאטירן לדעתי...

תרמב » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:30 am

· #480131
התאחדות האט אונטער זיך פארשידענע פונקציעס א חלק איז איינגעשלאפן און א חלק איז שטארקער געווארן, די חלק המחאות וכדומה גייט שוין נישט אהן געהעריג, סאיז דא א פאר אידן וואס דרייען זיך ארום מיט די לעדערהעד און ווען זיי דערשמעקן א פירצה געבן זיי ארויס מטעם התאחדות הרבנים, און נאכדעם איז א די חלק פון דין תורות און גיטין וואס גייט אן געהעריג, און נאכדעם איז דא די וועד הכשרות וואס דאס האט זיך זייער שטארק ארויפגעארבעט די לעצטע פאר יאר, די הכשר האט א גוטע נאמען היינטיגע צייטן און ס’ווערט געפירט זייער מסודרדיג, במילא ווען מ’רעדט פון התאחדות איז די שאלה פון וועלכע התאחדות מ’רעדט.

פאלאצ'ינטא » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 9:30 am

· #481264
נו תכלית ער נעמט איבער און ווערט מנהל אבער ווער נעמט איבער די רשעות און בלעקמעיל דעפארטמנעט?

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 11:20 am

· #481275
און נעמען שוחד פון איין צד. כדי איהם צו מאכן גערעכט...!

נאר דאס איז דאך אין זייער ד.נ. עי. נישט געזארגט דער נייער מנהל, אזוי ווי די 2 פריער'דיגע וועט זיך גאנץ שנעלל אריינשלייפן אין די ביזנעס...!

מפיל קינד » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 1:49 pm

· #481289
תרמב
ס’איז אינטערסאנט ווייל דער גאלאנטע רב האט זיך שוין אפגעזאגט א שטיק צייט צוריק פון די וועד הכשרות פון התאחדות, וואס דאס איז היינט די עיקר חלק פון התאחדות, זעהט אויס ער וויל עס צוריק.

ס'איז מסתמא הא בהא תליא, אז קליין האט גענומען א שטארקע ראלע אין די כשרות.

א צייט צוריק האט בנימין אריה גליק זיך אויך אפגעזאגט פון די כשרות אפטיילונג, כ'מיין אז צוליב קליין. בנימין אריה איז געווען די גרעסטע אין כשרות, און יעצט ארבעט ער פאר OU.