☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » א מלאך א גלח

א מלאך א גלח

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14780

היסטאריע » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 7:59 am

· #480000
א מלאך א גלח
דער מעשה שוידערט אויף טוויטער, מען מוז עס ברענגען.

געוועהן א איד האט געהייסען ר' יהודה עלפענביין, געבוירען אין גאליציע, אין די מיטל ת"ר יארען. פין דארט איז ער געפארן קיין ווינא, און געלערנט צו זיין א רב. ערגעץ אינמיטען האט ער חתונה געהאט און געהאט א ווייב מיט קינדער. נישט האבענדיג קיין פרנסה, האט אים א גלח ארויסגעהאלפען אין זיין נויט, האט ער זאל געלאזט איבערעדן און געטוהן דער שרעקליכע שריט און זיך ל"ע גע'שמד'ט, צופרידן צו שטעלן דער גלח.
אין די יארן פין תרנ"ט האט ער געשריבן א טוץ ארטיקלעך אין א קריסטישע צייטונג אז אידן נוצען בלוט פאר מצות רח"ל.
אין דער יאר 1899 איז געוועהן א עלילת דם דער הילסנער בלוט באשולדיגונג, זעהטדא און ער האט געהאט דער חוצפה צו זאגן עדות אין דער געריכט אז עלילת דם איז אמת.

און 1920 איז ער געפארן קיין אמעריקע ווי ער האט צוריק אנגעטוהן זיין אידישע מאסקע, און מען האט אים מגלה געוועהן און עס איז געוועהן א זיצונג ביי דער התאחדות הרבנים, און ער האט מודה געוועהן.

שפעטער האט ער מכחיש געוועהן אלעס.

פאר מער ליינט אליין און שטוינט.

דא קען מען זעהן א בוך וואס ער האט געשריבן אלץ גלח.

דא איז א אלטע ארכיוו ארטיקעל וועגן אים.


גענומען פין דא

מצפצף » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 8:18 am

· #480001
איז דאס נישט די מעשה וואס שמעון ראלניצקי האט באשריבן אין די ערשטע גלאק?

היסטאריע » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 8:54 am

· #480002
קען זיין, איך זעה אז עס איז דא א ארטיקל, "רב מיט בלוטיגע הענט"

דאס מיינסטו?

מבקר » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 1:08 pm

· #480028
הרב פיני דונער שטייט אונטער דעם יעצטיגן "ערפינדונג". כדרכו בקודש באדערט ער נישט אנצוגעבן אז עס איז שוין לאנג צוריג באשריבן געווארן אין אייוועלט דורך בן בוזי
זעה דא <a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=63&t=14475&hilit=%D7%98%D7%99%D7%9C%D7%99%D7%A0%D7%92%D7%A2%D7%A8">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7%A2%D7%A8</a>

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 3:39 pm

· #480036
היסטאריע
קען זיין, איך זעה אז עס איז דא א ארטיקל, "רב מיט בלוטיגע הענט"

דאס מיינסטו?

היסטאריע: איין היסטארישע אומ-פונקטליכקייט וואס דו האסט געשריבן איז אז ..."אין יאר 1920 איז געווען א זיצונג פון די התאחדות הרבנים"...! איך קען דיר זאגן אז אין יאר 1920 איז נאך (ב"ה) נישט געווען קיין התאחדות הרבנים. איך ווייס נישט אויב אגודת הרבנים איז שוין יא געווען...!

פאלאצ'ינטא » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 10:05 pm

· #481607
היסטאריע

און 1920 איז ער געפארן קיין אמעריקע ווי ער האט צוריק אנגעטוהן זיין אידישע מאסקע, און מען האט אים מגלה געוועהן און עס איז געוועהן א זיצונג ביי דער התאחדות הרבנים, און ער האט מודה געוועהן.

שפעטער האט ער מכחיש געוועהן אלעס.


עס איז געוועהן א זיצונג ביי התאחדות הרבנים אין 1920???

פאלאצ'ינטא » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 10:07 pm

· #481608
מבקר
הרב פיני דונער שטייט אונטער דעם יעצטיגן "ערפינדונג". כדרכו בקודש באדערט ער נישט אנצוגעבן אז עס איז שוין לאנג צוריג באשריבן געווארן אין אייוועלט דורך בן בוזי
זעה דא <a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=63&t=14475&hilit=%D7%98%D7%99%D7%9C%D7%99%D7%A0%D7%92%D7%A2%D7%A8">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7%A2%D7%A8</a>


ער איז נישט קיין מקור ליידער... לאמיר בעסער נישט רעדן

אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:04 pm

· #481615
רעד יא. מאכסט מיר נייגעריג.

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 6:10 am

· #481635
פאלאצ'ינטא
היסטאריע

און 1920 איז ער געפארן קיין אמעריקע ווי ער האט צוריק אנגעטוהן זיין אידישע מאסקע, און מען האט אים מגלה געוועהן און עס איז געוועהן א זיצונג ביי דער התאחדות הרבנים, און ער האט מודה געוועהן.

שפעטער האט ער מכחיש געוועהן אלעס.


עס איז געוועהן א זיצונג ביי התאחדות הרבנים אין 1920???

זיכער: איך בין נישט זיכער אויב ס'איז שוין געווען אן אגודת הרבנים. די אזוי גערופענע ..."רבנים"... פון התאחדות האבן זיך נאך ארומגעדרייט מיט באמאכטע ווינדלען (דייפערס) אין יאר 1920...!