☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14775

אשכול אן א טיטל #14775

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14775
בלאט: 1 2

מפיל קינד » דינסטאג נאוועמבער 2, 2021 1:26 pm

· #484531
ליב צו וויסן

3. פורשים טייערע.. אז עטס קענטס, קומטס אריין מיט אן הסבר פארוואס דאס איז געווען "נויטיג".. אויב איז עס פשוטע געפילן אויסברוכן, וואלט איך אייך געראטן צו ארבעטן אויף צו פארשטערקערן אייער כח המעצר... אינעם לאנגען טערמין, וועלן "געפילן אויסברוכן" נישט ברענגען קיין שום ריוח נאר פארקערט גאר.

די רדיפות מצד גור גייט שוין אן זייט חודש אלול. הגאון רבי משה און זיינע חסידים שווייגן שוין חדשים לאנג. ווייניג אידן וואלט געהאט א שטערקערן כח המעצר זיך איינצוהאלטן לענגער. פרעג סיי וועלכער מתפלל אין שטיבל וועט ער דיר זאגן וויפיל מאל מען האט זיך שוין איינגעהאלטן פון אויסברוכן.

פאליטיקאנט » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 10:37 am

· #484664
די רגע איך זע א ווידיאו וואס רופט יעדעם פון די צד שכנגד מיט אזוינע שעפערישע קינדערישע צונעמען (מאפיאנער, שלעגער, פושע.....) און נאכדערצו יענער רעדט אין עברית, ווייס איך שוין אז דברי אמת וועל איך נישט הערן.

ליב צו וויסן » פרייטאג נאוועמבער 5, 2021 6:36 am

· #484819
berlbalaguleh
ליעב צו וויסן: נאר איין קליינע (לעגאלע) נקודה. א ביהמ"ד איז א פאבליק (עקסעס) פלאץ. נישט א פרייוועט פראפערטי. און ווילאנג די ביהמ"ד האט נישט ארויסגענימען א ..."רעסטרעינינג ארדער"...אויף יענעם מענטש, אין קאורט קען יענער אריינקומען...!

נו, זאלן זיין מאכן א Restraining order...

זופ מיט מאנדלען » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 2:12 pm

· #484955
קהל'ס נער

דאס איז א עקל, א גרויל, מאניפעלעשען, וויקטים בלעימינג, הרצחת וגם ירשת, מיינד קאנטראול, אני ואפסי עוד, נארסעסיזם, בייפאולער.

ביי פאולער????? 🙄 🙄 🙄 🙄

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 2:41 pm

· #484959
זופ מיט מאנדלען
קהל'ס נער

דאס איז א עקל, א גרויל, מאניפעלעשען, וויקטים בלעימינג, הרצחת וגם ירשת, מיינד קאנטראול, אני ואפסי עוד, נארסעסיזם, בייפאולער.

ביי פאולער????? 🙄 🙄 🙄 🙄

ביזט גערעכט, כ'האב געמיינט צי זאגן בי פי די.

כלבאשבוע » פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 6:27 am

· #486187
פרישע פראפאגאנדע וידיאו פון גור נדל״ן ווי טאטעס און זיידעס וויינען נעבעך אויף זייערע קינדער און אייניקלעך וואס האבן זיך געשמדט און זענען אריבער צו ר׳ שאול

https://www.youtube.com/watch?v=MkbDmgEFcyY

https://13news.co.il/item/news/domestic ... r-1420467/

צעיר בישראל » פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 8:40 am

· #486190
קאצקע ציקער
וואס מיינט גור נדל''ן?

מלשון הגמ' "נכסי דלא ניידי"

איך אויך » פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 10:37 am

· #486196
די רשעות ואכזריות פון גור נדל''ן וואס קומט ארויס פון די קליפ איז אין לשער. עקסטער רשעות איז צווינגן אלטע זקנים זיך אוועקשטעלן פאר די טעלעוויזיע קעמרעס (פאר וועם גער נדל''ן האט באצאלט כסף מלא פון די געשנארעטע 'מגן בעדי' קאמפיין) און אויסדרייען די מעשה ממש פארקערט פונעם אמת.

פאליטיקאנט » פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 10:51 am

· #486198
ממש רחמנות צו האבן. קיינער אינדרויסן פון גור ווערט נישט מרוגש. ווער בעט דיך צו וויינען אז דיין זון האט אויסגעוועהלט א צווייטן רבי'ן? דו ביסט דער רשע וואס האקט אפ מיט דיין משפחה פאר גארנישט!

און ווי יענער זאגט נאך אויף ר' שאול 'הוא פשוט דיקטאטור'.... נישטא ווער זאל לאכן חוץ דער וואס וויינט ביז יעצט.

די טשערי אן דע פיי, איז צום סוף ווען זיי ברענגען אז ער שרייבט 'קלאר', "אין לחוש לצערם של אחרים", ממש רב שאול איז אן אכזר אז ער עצה'ט מענטשן צו טוען וואס זיי האלטן איז ריכטיג, און זיך נישט דערשרעקן פון משפחה וואס גייט זיי טעראריזירן.

קהל'ס נער » פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 1:25 pm

· #486210
כלבאשבוע
פרישע פראפאגאנדע וידיאו פון גור נדל״ן ווי טאטעס און זיידעס וויינען נעבעך אויף זייערע קינדער און אייניקלעך וואס האבן זיך געשמדט און זענען אריבער צו ר׳ שאול

https://www.youtube.com/watch?v=MkbDmgEFcyY

https://13news.co.il/item/news/domestic ... r-1420467/

א אפענע בריוו צי מיין זין וואס איז נעבעך געגאנגען אט"ד

זייט די האסט דעיס געטין האב איך נישט נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט, איך וויין יעדע איינציגע טאג ווי אזוי האסטו געקענט טין צי מיר אזא זאך, די האסט צושפליטערט אינזער משפחה, פאר דעים האב איך דיר געבוירען? זאלסט טון אזא אומדערהערטע שריט פון טרינקען poland spring water, ביי אונז שוין דורי דורות טרינקט מען נאר מים חיים וואסער, זיידי האט זיך מוסר נפש געוועין אין לאגער נאר אויף צי טרינקען מים חיים, די האלאקאוסט איז ביי דיר גארנישט? די וואסער פון יענע כת האט די קליפה פון די דייטשן וואס איז קליפת עמלק, קום נישט צי מיר איך וויל דיר נישט קענען ביז די טיסט תשובה, קום נישט צי מיין קבר נאך די מאה ועשרים, ווען האסט אנגעפרעיגט ביים בעל הפוילישע וואסער צי זאלסט אריבער גיין אל אף די ווייזט אז דעיס גייט מיר צירירן צום געזינט, האט ער געענטפערט אין לחוש לצערם של אחרים, כיבוד אב מיינט ביי דיר גארנישט? א טאטעס טרער איז עפעס לייכט ביי דיר? פארדעים האב איך דיר אויפגעצויגן?

יושבים שבעה אצלי בבית, ברחוב.....מאנסי נ.י.

המקום ינחם אותי בתוך שארי אבלי גור נדל"ן

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 6:03 pm

· #486377
יא: אבער דער געטרייער חסיד וואס וועט ער באקומען פון זיין רעבי'ן?!. בשכר זאת וואס ער איז אזוי געטריי.... א גרויסן שטויס אין אחור...איך האב אייביג מתפלל געוען א ספעציעלע תפילה. אויב איך דארף שוין כאפן א שטויס אין הינטן פון מיין רעבע שליט"א. זאל עס כאטש זיין מיט אויסגעפוצטע שטיוול. אז די הויזן זאלל (לכה"פ) נישט שמוציג ווערן...!

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:59 pm

· #486580
די טענה וואס זיי האבן וועגן כיבוד אב איז נישט ריכטיג, ע"פ שו"ע איז נישט שייך כיבוד אב אויב וויל מען גיין צו א צווייטן רבי'ן וכדו'.

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 3:46 pm

· #486609
כלבאשבוע
פרישע פראפאגאנדע וידיאו פון גור נדל״ן ווי טאטעס און זיידעס וויינען נעבעך אויף זייערע קינדער און אייניקלעך וואס האבן זיך געשמדט און זענען אריבער צו ר׳ שאול

https://www.youtube.com/watch?v=MkbDmgEFcyY

https://13news.co.il/item/news/domestic ... r-1420467/
Pathetic. But sad because if that's how these men feel when their their families doesn't look anymore as pretty and whole as it does in the pictures, you can imagine how otd parents whose children have been estranged or worse, divorcees inside the community who experience difficulties getting access\visitation to their children, feel...
בלאט: 1 2