☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » אשכול אן א טיטל #14763

אשכול אן א טיטל #14763

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14763
בלאט: 1 2

— » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 2:25 pm

· #479321

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

yn.NY » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:00 pm

· #479324
די רביצין האט געמאכט א יד אחת מיט די געוועזענע "בנו הגדול" (וועלכע האט שוין נעבעך גע'דמיון'ט אלע יאר'ן פון די ריזי'נע/סדיגורא קרוין און שטיל).

גראדע די וואך האט מאמענט איהם באשריבן, קוקט אויס אז ער האט גענומען די הויף אין די הענט אריין; פארשטייט זיך אז ס'איז אלעס בלויז למען כבודו ית' און למען כבוד אבותינו ורבותינו נבג"ם.
(בין איך טאקע נייגעריג וויפיל מ'צאלט פאר אזא קאנאקעדיגע באשרייבונג - אויב למשל כ'וויל ווערן א גרויסע רבי, קען איך אויך באקומען אזא באשרייבונג?)

📎 מאָמענט מאגאזין עקב תשפ״א.jpeg

אלע צוזאמען » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:53 pm

· #479332
וועם פרובירט מען דא צו כאפן מיט די פראפעגאנדע? וועלכע מענטשן?

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 4:19 pm

· #479336
אלע צוזאמען
וועם פרובירט מען דא צו כאפן מיט די פראפעגאנדע? וועלכע מענטשן?


ס'ווערט אנגעריפן the court of public opinion.

די מציאות איז אבער אנדערש. בעלי מחלוקה פרייען זיך ווען בעלי לשון הרע הערען אויס מיט גרויסע אויערען און פרובירן צו פארקויפן זייער "גערעכטע צד". וואס זיי פארגעסען איז, אז בעלי לשון הרע ווילען הערן שמוץ און זאפטיגע נייעס, אבער בשום אופן איז נישט אינטערסאנט פאר בעלי לשון הרע צו געבן גערעכט. אדרבה, שלום אדער אפי' גערעכטיגקייט פאר איין צד נעמט ארויס די געשמאק פון לשון הרע.

כך הוא דרכו של עולם...

תרמב » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 4:57 pm

· #479340
איך האב געהערט אז סאדיגורא ירושלים האט אויפגענומען א אינגערמאן זאל פירן די פאבליק רילעישאנס פארן חצר.

אינגערמאנטשיקל » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 5:01 pm

· #479342
תרמב
איך האב געהערט אז סאדיגורא ירושלים האט אויפגענומען א אינגערמאן זאל פירן די פאבליק רילעישאנס פארן חצר.
שוין לאנג צוריק. חיים שאולזוהן.

תוהו ובוהו » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 6:14 pm

· #479348
[ציטאט אראפגענומען]


<a class="postlink" href="https://bshch.blogspot.com/2021/08/blog-post_782.html?m=1">https://bshch.blogspot.com/2021/08/blog ... 2.html?m=1</a>

ליב צו וויסן » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:20 pm

· #479366
ביז די אינטערוויו האב איך געהאלטן אז שיעלע איז גערעכט, ער פאלגט דאך די צוואה פון זיין טאטע...
אבער למען השם וויאזוי מעג א זוהן זיך אויפירן אזוי צו זיין מאמע לויט די תורה וואס ער טוט מכלומרשט רעפרעזענטירן??

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:26 pm

· #479368
שרעקליך!!!
די מאמע זאגט זי ווייסט נישט ווי לאנג זי גייט דאס קענען אויסהאלטן

מפיל קינד » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:17 pm

· #479375
די מאמע אליין איז זיך קלאר סותר, קודם זאגט זי אז איר מאן האט געוואלט אז משי זאל ווערן רבי אין ירושלים, נאכדעם זאגט זי אז איר מאן האט געוואלט משי אלס רבי בכלליות...

די מאמע איז אנגעווייטאגט אויף די צוואה, כמובן. זי נעמט זיך אן פאר איר זון משי, און ווילאנג דער ינוקא וועט נישט נאכלאזן וועט זי זיין גרייט אויף אלעם קעגן אים.

די מאמע רודפ'ט די זון אסאך מער. זי האט גערופן די אנדערע קינדער פון אויסלאנד פאר די יארצייט אז קיינער זאל חלילה נישט גיין צו ינוקא אפי' געבן שלום. איין זון איז יא געגאנגען בצנעא און זי האט יענעם נישט אריינגעלאזט צו זיך.

די רדיפות גייען ביידע וועגן, נאר פון איין זייט איז דא א קהילה וואס העלפט ארויס און דער ינוקא האט נישט אזא שטארקע ווארט. און פון די צווייטע זייט איז דא א מאמע און א משי וואס זענען גרייט צו רודפ'ן עד חרמה. אפי' ביזן גיין באשמיצן אויף טעליוויזיע און ברענגען האלבע מעשיות.

איך ווארט צו זען ווער עס גייט האבן די לעצטע לאך...

תוהו ובוהו » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:37 pm

· #479376
מפיל קינד
נאכדעם זאגט זי אז איר מאן האט געוואלט משי אלס רבי בכלליות...

זי זאגט נישט אזא זאך

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:41 pm

· #479377
ווי קימט אריין שטאקאלהאם סינדראם?

פאלאצ'ינטא » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:58 pm

· #479392
yn.NY
די רביצין האט געמאכט א יד אחת מיט די געוועזענע "בנו הגדול" (וועלכע האט שוין נעבעך גע'דמיון'ט אלע יאר'ן פון די ריזי'נע/סדיגורא קרוין און שטיל).

גראדע די וואך האט מאמענט איהם באשריבן, קוקט אויס אז ער האט גענומען די הויף אין די הענט אריין; פארשטייט זיך אז ס'איז אלעס בלויז למען כבודו ית' און למען כבוד אבותינו ורבותינו נבג"ם.
(בין איך טאקע נייגעריג וויפיל מ'צאלט פאר אזא קאנאקעדיגע באשרייבונג - אויב למשל כ'וויל ווערן א גרויסע רבי, קען איך אויך באקומען אזא באשרייבונג?)

📎 מאָמענט מאגאזין עקב תשפ״א.jpeg


די דארפסט נאר האבען גענוג פון די גרינע סחורה. און וואס מען דו (איהר) האט אלץ א גרעסערער רעבאה וועסטו ווערן

כניאק » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:18 pm

· #479396
ליב צו וויסן
ביז די אינטערוויו האב איך געהאלטן אז שיעלע איז גערעכט, ער פאלגט דאך די צוואה פון זיין טאטע...
אבער למען השם וויאזוי מעג א זוהן זיך אויפירן אזוי צו זיין מאמע לויט די תורה וואס ער טוט מכלומרשט רעפרעזענטירן??
פארקערט, ביז די אינטערוויו האב איך געמיינט אז מ׳רודפט איר סתם אזוי,
יעצט זע איך אז דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי אזוי די חסידים קענען איינהאלטן די צוואה.

די אלטע רבי האט אויך געוויסט די אלע זאכן, און יעדער ווייסט אז סאיז שטותים אז ער האט נישט קלאר געוואלט אז די ר׳ שיעלע זאל איבערנעמען.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:08 pm

· #479414
קאצקע ציקער
שרעקליך!!!
די מאמע זאגט זי ווייסט נישט ווי לאנג זי גייט דאס קענען אויסהאלטן
מיר קוקט דאס ענדערש אויס ווי Crocodile tears !!!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:12 pm

· #479415
[ציטאט אראפגענומען]
די שאלה איז ענדערש, וויאזוי קען די ווייב זיצן אויף איר מאן'ס בלוט?!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:41 pm

· #479420
זי רעדט זיך איין אז אלעס איז אירע.

עס איז נישט,

זי זאל במחילה גמורה אויפהערן דרייען אין קאפ, און איבערבעטן איר זוהן.

יעדער ווייסט אז דער טאטע האט עס געוואלט שוין פאר א לאנגע צייט, זי האט מער ליב דער מש"י זאל אים וואויל באקומען.

שושן פורים » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 12:05 am

· #479429
די רביצין איז אויפגעוואקסן אויף א גאלדענע טאץ, אין איר משפחה איז מען פון אייביג אויפגעוואקסן אז כסף יענה את הכל, גערעכט אדער אומגערעכט איז נישט רעלעוואנט אלעס ווענדט זיך אין די בענדזשעמינס, און דא אלל אף עי סאדען זאגט זי און זי פארלאנגט און קיינער פאלגט נישט.

זי האט פארגעסן אז חסידים ספעציעל פונעם רוסישן חדר גלייבן אין זייער רבי בלינדערהייט, זיי ווילן טון וואס זייער רבי האט געוואלט, און אז זייער רבי האט פארשריבן אז דער 24 יעריגער איז רבי דאן זאל זיין וואס זאל זיין ער איז רבי.

דער פאטער דער רבי פון די אנדערע זייט, וואוסענדיג וויאזוי זיינע חסידים גייען אננעמען סיי וועלכע רבי האט געשפירט אן אחריות טאקע דערפאר צו ממנה זיין דער וועמען ער האלט איז די מערסטע ראוי.

דער ינוקא האט אלע רעכטן ווי אויך א ציבור'ישע פליכט אויסצופאלגן דעם פאטערס צוואה ככתבה וכלשונה פשוט פאר די טובה פונעם ציבור די חסידים.


וואס דער פאטער האט אבער נישט איינגעזעהן איז אז זיינע קינדער האבן בלויז באקומען האלב פון זיין די. ען. עי., ס'איבעריגע האבן זיי באקומען פון די מוטער, און די רעשט איז היסטאריע.

ליב צו וויסן » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 6:35 am

· #479437
מפיל קינד
די מאמע אליין איז זיך קלאר סותר, קודם זאגט זי אז איר מאן האט געוואלט אז משי זאל ווערן רבי אין ירושלים, נאכדעם זאגט זי אז איר מאן האט געוואלט משי אלס רבי בכלליות...

די מאמע איז אנגעווייטאגט אויף די צוואה, כמובן. זי נעמט זיך אן פאר איר זון משי, און ווילאנג דער ינוקא וועט נישט נאכלאזן וועט זי זיין גרייט אויף אלעם קעגן אים.

די מאמע רודפ'ט די זון אסאך מער. זי האט גערופן די אנדערע קינדער פון אויסלאנד פאר די יארצייט אז קיינער זאל חלילה נישט גיין צו ינוקא אפי' געבן שלום. איין זון איז יא געגאנגען בצנעא און זי האט יענעם נישט אריינגעלאזט צו זיך.

די רדיפות גייען ביידע וועגן, נאר פון איין זייט איז דא א קהילה וואס העלפט ארויס און דער ינוקא האט נישט אזא שטארקע ווארט. און פון די צווייטע זייט איז דא א מאמע און א משי וואס זענען גרייט צו רודפ'ן עד חרמה. אפי' ביזן גיין באשמיצן אויף טעליוויזיע און ברענגען האלבע מעשיות.

איך ווארט צו זען ווער עס גייט האבן די לעצטע לאך...


דאס אז די מאמע רעפרעזענטירט נישט די טאטעס ווילן איז נאר נוגע וואס די חסידים זאלן טוהן, אבער נישט פאר שיעלע..
אויב גלייבט ער אין די תורה, דאן האט ער א פליכט צו מכבד זיין זיין מאמע.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 6:53 am

· #479438
ליב צו וויסן
ביז די אינטערוויו האב איך געהאלטן אז שיעלע איז גערעכט, ער פאלגט דאך די צוואה פון זיין טאטע...
אבער למען השם וויאזוי מעג א זוהן זיך אויפירן אזוי צו זיין מאמע לויט די תורה וואס ער טוט מכלומרשט רעפרעזענטירן??

ליעב צו וויסן: אט דאס האט הרה"צ ר' מאטל זילבער שליט"א געמיינט. ער האט עס נאר נישט ארויסגעברענגט מיט אזעלכע קלארע דיבורים.

דא זעהט מען באשיינפערליך ווי אן התנהגות וועלכע טרעט אויף די תורה און אויף מענטשליכע שכל ווערט בארעכטיגט און ארויסגעהויבן.

די עצם זאך אז די רבי זצ"ל האט מעביר געווען זיין עלטסטן זון פון די ירושה שרייט דאך עד לב השמים אז ידי זרים שלטו בו...!

ס'איז שטארק ענליך צו די מחלוקת אין סאטמאר און אין תולדות אהרן. וואו דער עלטערער ברודער/זוהן איז געווארן ארויסגעשטופט פון די בארעכטיגטע ירושה פון זיין טאטן...!

שארפןקאפ » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 7:19 am

· #479441
די עצם זאך אז א זון באקומט די רביסטווע פון זיין טאטע בירושה, שרייט עד לב השמים, און דאס איז וואס ברענגט אז מען זאל זיך אזוי קריגן,(דאס איז וואס ר'מאטל האט אזוי געהאקט)

בארעכטיקטע ירושה רופסטו דאס?????????????

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

מפיל קינד » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 7:44 am

· #479443
אלי ביתאן קומט אריין קלאר מיט די צד פונעם ינוקא.


<a class="postlink" href="https://twitter.com/Eli_Bitan/status/1425392138154659845?s=19">https://twitter.com/Eli_Bitan/status/14 ... 59845?s=19</a>

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 7:58 am

· #479445
אויב איינער האט זיך געוואונדערט ביז היינט פארוואס דער טאטע האט נישט געוואלט מש״י פארשטייט ער שוין יעצט זייער גוט, מ׳פארשטייט שוין צו גוט, זאל דער מש״י מיט זיין פארפיעטשטן מאמע זיך ווייטער פירן אויף דעם וועג ביז זיי אליינס וועלן שוין אויך פארשטיין...

אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 7:58 am

· #479446
berlbalaguleh
ליב צו וויסן
ביז די אינטערוויו האב איך געהאלטן אז שיעלע איז גערעכט, ער פאלגט דאך די צוואה פון זיין טאטע...
אבער למען השם וויאזוי מעג א זוהן זיך אויפירן אזוי צו זיין מאמע לויט די תורה וואס ער טוט מכלומרשט רעפרעזענטירן??

ליעב צו וויסן: אט דאס האט הרה"צ ר' מאטל זילבער שליט"א געמיינט. ער האט עס נאר נישט ארויסגעברענגט מיט אזעלכע קלארע דיבורים.

דא זעהט מען באשיינפערליך ווי אן התנהגות וועלכע טרעט אויף די תורה און אויף מענטשליכע שכל ווערט בארעכטיגט און ארויסגעהויבן.

די עצם זאך אז די רבי זצ"ל האט מעביר געווען זיין עלטסטן זון פון די ירושה שרייט דאך עד לב השמים אז ידי זרים שלטו בו...!

ס'איז שטארק ענליך צו די מחלוקת אין סאטמאר און אין תולדות אהרן. וואו דער עלטערער ברודער/זוהן איז געווארן ארויסגעשטופט פון די בארעכטיגטע ירושה פון זיין טאטן...!


ר' מאטל האט געמיינט יודקאווסקי, אלע זיינע פשטלעך אין דער ענין מיינט ער ביסודו זיך.

און קיין שום "ידי זרים" איז דא נישט געוועהן. דער אנטווערפענער רב זאגט אויך אז דער טאטע האט אים געזאגט אז שיעלע זאל ווערען.

און א אלמנה ירשנט נישט א הויז, ווארעמער איז דער הויז דער טאטעס, קען דער יורש איר געבן א אנדערע הויז ווי צו וואוינען און דער הויז גייט צו דער יורש.

זו זאל מקבל זיין דער דין און אויפהערן שרייען רשעות.

עס איז דער זעלבער ווי ביי וועלכער פרעמדער זאל קומען שרייען עס איז מיינס.

תפארת » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 8:00 am

· #479447
ליב צו וויסן
ביז די אינטערוויו האב איך געהאלטן אז שיעלע איז גערעכט, ער פאלגט דאך די צוואה פון זיין טאטע...
אבער למען השם וויאזוי מעג א זוהן זיך אויפירן אזוי צו זיין מאמע לויט די תורה וואס ער טוט מכלומרשט רעפרעזענטירן??


ביז די אינטוועריו... האב איך געגעבן אביסל רעכט פאר'ן מאמען און נישט פארשטאנען אזוי גוט שיעלע אבער יעצט זעה איך אז זי האט זיך אלעס אליין אנגברענגט, דיין מאן האט געשריבן א צוואה, צוואה איז צוואה! (עכ"פ פאר די חסידים) אזוי האט ער געוואלט, פארוואס האט ער אזוי מחליט געוועהן, ווייל ער האט געוואלט אז די הייליגער רוזשינע סאדיגערע המשכה (עכ"פ לפי דעתו) זאל גיין פאר'ן חעשבסטע זוהן.

הייב נישט צו פארקופן אלעס איז מיינס.... מיין מאן האט מיר געזאגט... אהער אהין.., יא איך פארשטיי דיין ווייטאג איך פארשטיי אז דו נעמסט דיך פאר'ן נעבעדיגן זוהן משי וואס איז געוועהן לבושה ולחרפה און זיך אויסגעוויינט צו דיר נאכן פטירה, איך פארשטיי אז דו האלסט אז פונקט אזוי ווי דער טאטע האט געקענט פיר'ן טיש קען מש"י אויך און אפשר בעסער, און זי האט קיינמאל געגלייבט אין דער מושג פון דער גאנצע ראביסטעווע וואס איר מאן האט געפירט.

און וואס זאל שיעלע טוען, אויפגעבן די ראביסטעווע,? געבן פופצן מיליאן טאלער פאר'ן ברודער וואס מ'לאזט איהם נישט, און קען נישט, געבן? וואס קומט זיך איהם נישט, וואס דארף ער פונקטליך טוען.

וואס זאלן דו חסידים טוען אז זייער רבין וואס זיי זענען געוועהן איינגעשווארן אין איהם האט געשריבן קלאהר רצון קדשו און קומט זיך אהן איינער גייט בגלוי ארויס קעגן זייערע הייליגן רבי'ן זי"ע... לאזט נישט איהר זוהן זיך באנוצען מיט דער אלטער קבלת קהל צימער נאר ער מיז דינגען עפעס א דירה'לע, וואס זיין פעטער שפירא באצלט אפשר וכו' וכו'.

ליב צו וויסן כ'האף אז דו ביזט נישט סארקאסטיש.

שושן פורים » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 8:12 am

· #479448
berlbalaguleh
ליב צו וויסן
ביז די אינטערוויו האב איך געהאלטן אז שיעלע איז גערעכט, ער פאלגט דאך די צוואה פון זיין טאטע...
אבער למען השם וויאזוי מעג א זוהן זיך אויפירן אזוי צו זיין מאמע לויט די תורה וואס ער טוט מכלומרשט רעפרעזענטירן??

ליעב צו וויסן: אט דאס האט הרה"צ ר' מאטל זילבער שליט"א געמיינט. ער האט עס נאר נישט ארויסגעברענגט מיט אזעלכע קלארע דיבורים.

דא זעהט מען באשיינפערליך ווי אן התנהגות וועלכע טרעט אויף די תורה און אויף מענטשליכע שכל ווערט בארעכטיגט און ארויסגעהויבן.

די עצם זאך אז די רבי זצ"ל האט מעביר געווען זיין עלטסטן זון פון די ירושה שרייט דאך עד לב השמים אז ידי זרים שלטו בו...!

ס'איז שטארק ענליך צו די מחלוקת אין סאטמאר און אין תולדות אהרן. וואו דער עלטערער ברודער/זוהן איז געווארן ארויסגעשטופט פון די בארעכטיגטע ירושה פון זיין טאטן...!


ווייל עס שמעקט נישט פאר געוויסע מוז זיין אז ידי זרים שלטו בו? דער מענטש האט געטון אלעס מעגליך צו באשטעטיגן זיין צוואה, טאקע ווייל ער האט געוואוסט אז עס גייט נישט שמעקן פאר יעדעם, וואס נאך האט ער געקענט טון צו באשטעטיגן די ווארהייט פון זיין צוואה?

איך האב דעם סאדיגורא רבי'ן ז"ל נישט געקענט אבער די רבנים וואס זענען געווען בקשר מיט איהם צו די חברי המועצת פון אגודת ישראל אין וואס דער סאדיגורא רבי איז געווען א אקטיווע מיטגליד, צו איז עס פון אנטווערפענע רב מיט וועם ער איז געווען אין קאנטאקט, און נאך, אלע זאגן אויף איהם איין ספעציפישע זאך, אז ער איז געווען א מענטש מיט א וויזיע, איינער וואס האט פראבירט צו קוקן 2 טריט פאראויס.

איך בין נישט א מענטש וואס קויפט אלעס אפ, אבער פון זיין צוואה זעהט זיך קלאר ארויס טאקע דאס, ער האט געהאט א וויזיע אויף זיין חסידות און ער האט געטאן וואס עס האט אויסגעקוקט לדעתו איז די בעסטע זאך לטובת זיין ציבור. כ'מיין א רבי האט שוין נישט קיין רעכט צו זאגן זיין רצון ווער ער האלט זאל ווייטער פירן דעם ציבור? און אז ער האט קלאר געזאגט וואס ער וויל, קענסטו ערווארטן פון די חסידים צו טרעטן אויף זיין רצון בשאט נפש?

מיר אלע דא (אקעי, כמעט אלע) באוויינען דעם פאקט אז רביסטעווע היינט איז א הפקר וועלט, פוסטע אינגען נעמען איבער די פירערשאפט פון עדות קדושות אן קיין טראפ קוואליפיקאציע, בלויז ווייל זיי זענען געבוירן געווארן אין א געוויסע משפחה, די חורבנות דערפון זעהט זיך אן אין יעדע ווינקל ביים יהדות החרדית. מי יתן והיה אז ווען א רבי גייט פון די וועלט זאל מען אויפנעמען א נייע רבי בלויז לויט יענעמס קוואליפיקאציעס אפגעזעהן צו ער הייסט האלבערשטאם, פריעדמאן, לעפקאוויטש, אדער מיטטעלמאן.

קודאס פארן סאדיגורא רבי'ן וואס האט כאטש צווישן זיינע קינדער גענומען דער וועמען ער האט געהאלטן איז די מערסטע פאסיג, מי יתן והיה אז אנדערע זאלן איהם נאכמאכן און זאל דאס זיין א שטאפל אינעם וועג צום עולם התיקון.


בנוגע די עצם אינטערוויו

עס שמעקט פון קראקאדיל טרערן מיט קאזאק הנגזל בענאזאם. איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס עפענען א פארשפארטע ספרים שטוב וואס איז נישט קיין חלק פון איר הויז, עס געפינט זיך ניטאמאל אויפן זעלבן שטאק (ווען מען האט געבויט די בית המדרש האט מען אויפן העכסטן שטאק געמאכט בלויז א פראווע צימער און חדרי הגבאים/קהילה אפיס וכדו', קיינער האט נישט געוואוינט דארט, ווען די סאדיגורא רבי ז"ל איז געווארן רבי פאר אכט יאר צוריק האט מען ארויפגעבויעט נאך א שטאק פאר א דירה) זאל הייסן טשעפענען מיט די רביצין?

ווען זי קומט אן צו איר הויז שטייט דארט א פרעמדע שומר וואס פרעגט איר נאמען, אנגעבליך דארף דאס צו ווייזן אז מען לאזט איר נישע אריין אין איר אייגענע הויז, אבער וואונדער איבער וואונדער די קומענדיגע חלק אינטערוויו איז אינעווייניג, האט מען איר אריינגעלאזט אדער נישט? קען מען בלעימען די חסידים פארן שטעלן א שומר נישט אריינצולאזן כל צרוע וכל זב אין זייער רבי'ס פראווע צימער?

פארוואס האט זי בכלל געהאלטן פארשפארט יענע שטאק אינקלודינג די פראווע צימער פון איר אייגענע זוהן וואס לכל הדעות איז ער רבי אין בני ברק, זי אליינס זאגט אין די אינטערוויו אז איר מאן האט איר געזאגט אז מש"י וועט זיין רבי אין ירושלים (צו עס איז אמת אדער נישט ווייסעך נישט, ביי מיר האט זי פארלוירן די נאמנות)

אין די אינטערוויו וואס קומט פאר טאקע דארט ביי איר אינדעהיים זאגט זי אז מען האט זיך איינגעבראכן אין איר דירה בשעת אלע חלקים וואס זי ווייזט ארום פון איר שטוב קוקט נישט אויס ווי עמיצער האט בכלל צוגערירט, קענסט זיין זיכער אז ווען עפעס וואלט געשעהן דארט וואלט זי עס געוויזן.

סך הכל די אינטערוויו איז הוילע פראפאגאנדע, לאו דוקא באצאלטע, די פרייע מידיע האט זיך צוגעכאפט צו די געדאנק אז א חסידישע רביצין פראבירט צו באשמוצן איר אייגענע זוהן א רבי בפני עולם ומלואו, דאס איז א גאלדן גרוב פאר זיי. זי פראבירט אפצומאלן א בילד כאילו מען צאפט איר דאס בלוט ווען בסך הכל בלאזט זי אז זאכן גייען נישט וויאזוי זי וויל, וואס זאל מען טאן אז די רעדע איז פון א גרופע וואס דער פירער פון יענע גרופע, פערצופאל איר מאן, האט געזאגט אז ער וויל אנדערש. אי"ה ווען זי וועט האבן אייגענע חסידים וועט זי זיי קענען זאגן וואס זי וויל און איך בין זיכער אז זיי וועלן איר צופרידנשטעלן.

תפארת » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 8:46 am

· #479451
חכמות נשים בנתה ביתה ואולת בידיה תהרסנו פסוק במשלי פרי"ד פ"א.

יאר'ן איז שוין פארלאפן זינט דער בריוו.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:52 am

· #479456
איך בין שוין נישט דא אין שטיבעל, אבער איך מוז דא מציל זיין דער עשוק מיד עושקו. עס איז קלאר אויף די אינטערוויו אז ידי זרים שלטו בה, ווי זי רעדט געציילטע ווערטער און זיי מאכן דערפון מטעמים. זי האט נישט דערמאנט קיין געפאר אויף איר לעבן, און זיי מאכן כאילו מ'האט איר געסטראשעט.

עס זעט מיר אויס אז זי וויל באשולדיגן די פאליציי מיט עפעס, און זיי האבן געמאכט דערפון וואס זיי ווילן.

אן נעמן א צד אין די מחלוקת, זעי איך נישט אז זי האט געכאפט וואס מ'מאכט מיט איר מיט דער אינטערוויו, און זי איז נישט די שלעכטע דא.

לאמיר זאגן » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:12 am

· #479459
שארפןקאפ
די עצם זאך אז א זון באקומט די רביסטווע פון זיין טאטע בירושה, שרייט עד לב השמים, און דאס איז וואס ברענגט אז מען זאל זיך אזוי קריגן,(דאס איז וואס ר'מאטל האט אזוי געהאקט)

בארעכטיקטע ירושה רופסטו דאס?????????????

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

חסידים איז נישט א זאך וואס מען געבן בירושה. קיינער געבט טאקע נישט קיין חסידים. וואס מען טוט יא איז אז מען זאגט פאר די אייגענע חסידים וואס ווילן הערן זיין דעת, אז ער האלט אז דער און דער זון איז ראוי צו פירן נאך אים. קיינער מוז טאקע נישט פאלגן. אבער א חסיד וואס האט זיך מכניע געווען אונטער דעם רבי'ן וועט ווי פארשטענדליך אויספאלגן זיין צוואה.

ווי עס קומט יא אריין ירושה, איז בנוגע ריעל עסטעיט, בתי מדרשים, מוסדות וכדו'. לגבי די ענינים פאסט שוין איינמאל דער געדאנק פון ירושה.

לאמיר זאגן » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:18 am

· #479462
א מאמע וואס קען אזוי רעדן אויף איר זון קבל תבל ומלואה, דארף הילף.


בכלל, ווער זאגט בכלל אז ר' שיעלע ווייסט אז מען האט זיך איינגעבראכן? אזוי אויך ווער זאגט אז די אלע חפצים זענען טאקע 'שלי'?

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:23 am

· #479463
ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין שוין נישט דא אין שטיבעל, אבער איך מוז דא מציל זיין דער עשוק מיד עושקו. עס איז קלאר אויף די אינטערוויו אז ידי זרים שלטו בה, ווי זי רעדט געציילטע ווערטער און זיי מאכן דערפון מטעמים. זי האט נישט דערמאנט קיין געפאר אויף איר לעבן, און זיי מאכן כאילו מ'האט איר געסטראשעט.

עס זעט מיר אויס אז זי וויל באשולדיגן די פאליציי מיט עפעס, און זיי האבן געמאכט דערפון וואס זיי ווילן.

אן נעמן א צד אין די מחלוקת, זעי איך נישט אז זי האט געכאפט וואס מ'מאכט מיט איר מיט דער אינטערוויו, און זי איז נישט די שלעכטע דא.
קודם פאר דיין ערשטע קאמענט, כאטשיג שעם זיך דערמיט און זאג עס כאטש נישט אפן, ס'איז אלול קענסט נאך מאכן א והשיב.

לעצם הענין, עקזעקטלי!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

ליב צו וויסן » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:23 am

· #479464
תפארת
ליב צו וויסן
ביז די אינטערוויו האב איך געהאלטן אז שיעלע איז גערעכט, ער פאלגט דאך די צוואה פון זיין טאטע...
אבער למען השם וויאזוי מעג א זוהן זיך אויפירן אזוי צו זיין מאמע לויט די תורה וואס ער טוט מכלומרשט רעפרעזענטירן??


ביז די אינטוועריו... האב איך געגעבן אביסל רעכט פאר'ן מאמען און נישט פארשטאנען אזוי גוט שיעלע אבער יעצט זעה איך אז זי האט זיך אלעס אליין אנגברענגט, דיין מאן האט געשריבן א צוואה, צוואה איז צוואה! (עכ"פ פאר די חסידים) אזוי האט ער געוואלט, פארוואס האט ער אזוי מחליט געוועהן, ווייל ער האט געוואלט אז די הייליגער רוזשינע סאדיגערע המשכה (עכ"פ לפי דעתו) זאל גיין פאר'ן חעשבסטע זוהן.

הייב נישט צו פארקופן אלעס איז מיינס.... מיין מאן האט מיר געזאגט... אהער אהין.., יא איך פארשטיי דיין ווייטאג איך פארשטיי אז דו נעמסט דיך פאר'ן נעבעדיגן זוהן משי וואס איז געוועהן לבושה ולחרפה און זיך אויסגעוויינט צו דיר נאכן פטירה, איך פארשטיי אז דו האלסט אז פונקט אזוי ווי דער טאטע האט געקענט פיר'ן טיש קען מש"י אויך און אפשר בעסער, און זי האט קיינמאל געגלייבט אין דער מושג פון דער גאנצע ראביסטעווע וואס איר מאן האט געפירט.

און וואס זאל שיעלע טוען, אויפגעבן די ראביסטעווע,? געבן פופצן מיליאן טאלער פאר'ן ברודער וואס מ'לאזט איהם נישט, און קען נישט, געבן? וואס קומט זיך איהם נישט, וואס דארף ער פונקטליך טוען.

וואס זאלן דו חסידים טוען אז זייער רבין וואס זיי זענען געוועהן איינגעשווארן אין איהם האט געשריבן קלאהר רצון קדשו און קומט זיך אהן איינער גייט בגלוי ארויס קעגן זייערע הייליגן רבי'ן זי"ע... לאזט נישט איהר זוהן זיך באנוצען מיט דער אלטער קבלת קהל צימער נאר ער מיז דינגען עפעס א דירה'לע, וואס זיין פעטער שפירא באצלט אפשר וכו' וכו'.

ליב צו וויסן כ'האף אז דו ביזט נישט סארקאסטיש.


איך האלט אויך (כמעט בלי ספק..) אז דער טאטע האט געוואלט שיעלע, די טאטע מאמע האבן נישט געהאט די בעסטע שלום בית וד"ל, און אז די חסידים וואס האלטן אז דער רבי'ס ווארט איז פון גאט דירעקט דארפן טאקע גיין מיט שיעלע'ן.

מיין טענה איז אויף שיעלע -און נאר אויף אים-, ע"פ תורה האט ער א חיוב פון כיבוד אם! און ער דארף זיך דערמיט רעכענען...

מפיל קינד » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 12:04 pm

· #479468
ווער זאגט ער רעכנט זיך נישט דערמיט? ווייסטו דען וויפיל ער האט שוין נאכגעגעבן פאר איר? נאר ס'דא מענטשן (בפרט פרויען (סארי, פרויען וואטש גרופ)) וואס וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן.

איינער געדענק נאך אז לויט די צוואה איז נאר דא איין רבי? מ'האט שוין לאנג פארגעסן אז ער האט אויפגעגעבן זיין אדמורת אין ירושלים, אינקלודינג די בנינים, אלעס פאר די מאמע.

אבער ער זוכט גאר מחלוקת... אויב די מאמע מיינט שלום, איז זי דער וואס קען עס מסדר זיין. זי וואלט שוין געקענט צאמברענגען די ברודערס אויך, נאר זי איז אנגעווייטאגט און האלט נישט ביי קיין שלום ווילאנג דער ינוקא איז רבי.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 12:32 pm

· #479469
ליב צו וויסן
תפארת
ליב צו וויסן
ביז די אינטערוויו האב איך געהאלטן אז שיעלע איז גערעכט, ער פאלגט דאך די צוואה פון זיין טאטע...
אבער למען השם וויאזוי מעג א זוהן זיך אויפירן אזוי צו זיין מאמע לויט די תורה וואס ער טוט מכלומרשט רעפרעזענטירן??


ביז די אינטוועריו... האב איך געגעבן אביסל רעכט פאר'ן מאמען און נישט פארשטאנען אזוי גוט שיעלע אבער יעצט זעה איך אז זי האט זיך אלעס אליין אנגברענגט, דיין מאן האט געשריבן א צוואה, צוואה איז צוואה! (עכ"פ פאר די חסידים) אזוי האט ער געוואלט, פארוואס האט ער אזוי מחליט געוועהן, ווייל ער האט געוואלט אז די הייליגער רוזשינע סאדיגערע המשכה (עכ"פ לפי דעתו) זאל גיין פאר'ן חעשבסטע זוהן.

הייב נישט צו פארקופן אלעס איז מיינס.... מיין מאן האט מיר געזאגט... אהער אהין.., יא איך פארשטיי דיין ווייטאג איך פארשטיי אז דו נעמסט דיך פאר'ן נעבעדיגן זוהן משי וואס איז געוועהן לבושה ולחרפה און זיך אויסגעוויינט צו דיר נאכן פטירה, איך פארשטיי אז דו האלסט אז פונקט אזוי ווי דער טאטע האט געקענט פיר'ן טיש קען מש"י אויך און אפשר בעסער, און זי האט קיינמאל געגלייבט אין דער מושג פון דער גאנצע ראביסטעווע וואס איר מאן האט געפירט.

און וואס זאל שיעלע טוען, אויפגעבן די ראביסטעווע,? געבן פופצן מיליאן טאלער פאר'ן ברודער וואס מ'לאזט איהם נישט, און קען נישט, געבן? וואס קומט זיך איהם נישט, וואס דארף ער פונקטליך טוען.

וואס זאלן דו חסידים טוען אז זייער רבין וואס זיי זענען געוועהן איינגעשווארן אין איהם האט געשריבן קלאהר רצון קדשו און קומט זיך אהן איינער גייט בגלוי ארויס קעגן זייערע הייליגן רבי'ן זי"ע... לאזט נישט איהר זוהן זיך באנוצען מיט דער אלטער קבלת קהל צימער נאר ער מיז דינגען עפעס א דירה'לע, וואס זיין פעטער שפירא באצלט אפשר וכו' וכו'.

ליב צו וויסן כ'האף אז דו ביזט נישט סארקאסטיש.


איך האלט אויך (כמעט בלי ספק..) אז דער טאטע האט געוואלט שיעלע, די טאטע מאמע האבן נישט געהאט די בעסטע שלום בית וד"ל, און אז די חסידים וואס האלטן אז דער רבי'ס ווארט איז פון גאט דירעקט דארפן טאקע גיין מיט שיעלע'ן.

מיין טענה איז אויף שיעלע -און נאר אויף אים-, ע"פ תורה האט ער א חיוב פון כיבוד אם! און ער דארף זיך דערמיט רעכענען...
דער תירץ איז, אז דער קינד איז טאקע מחוייב מיט כיבוד אם, אבער ס'דא הלכות אויף דעם. קוק למשל ביי די משל פון זרק ארנקו לים, איז עס נאר נאכן אריינווארפו אין ים, אבער פארדעם מעג ער ראטעווען זיין פארמעגן, און אפילו נאכן אריינווארפן אין ים, פסק'נט דער רמ"א אז מ'מעג רופן עלטערן צו דין תורה

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

יתרו » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:29 pm

· #479483
כמיין אז ביידע זייטן זענען גערעכט און אומגערעכט. איך בין זיכער ווען זיי זעצען זיך ביי א פעמעלי טערעפיסט וועלן זיי זיך קענען אויסקומען.
בד"וו איך וויל אראפשרייבן די מעשה און עס פארקויפן פאר נעטפליקס, עס וועט זיין א גוטע טי ווי שאו.

יתרו » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:36 pm

· #479485
שושן פורים
berlbalaguleh
ליב צו וויסן
ביז די אינטערוויו האב איך געהאלטן אז שיעלע איז גערעכט, ער פאלגט דאך די צוואה פון זיין טאטע...
אבער למען השם וויאזוי מעג א זוהן זיך אויפירן אזוי צו זיין מאמע לויט די תורה וואס ער טוט מכלומרשט רעפרעזענטירן??


איך האב דעם סאדיגורא רבי'ן ז"ל נישט געקענט אבער די רבנים וואס זענען געווען בקשר מיט איהם צו די חברי המועצת פון אגודת ישראל אין וואס דער סאדיגורא רבי איז געווען א אקטיווע מיטגליד, צו איז עס פון אנטווערפענע רב מיט וועם ער איז געווען אין קאנטאקט, און נאך, אלע זאגן אויף איהם איין ספעציפישע זאך, אז ער איז געווען א מענטש מיט א וויזיע, איינער וואס האט פראבירט צו קוקן 2 טריט פאראויס.

איך בין נישט א מענטש וואס קויפט אלעס אפ, אבער פון זיין צוואה זעהט זיך קלאר ארויס טאקע דאס, ער האט געהאט א וויזיע אויף זיין חסידות און ער האט געטאן וואס עס האט אויסגעקוקט לדעתו איז די בעסטע זאך לטובת זיין ציבור. כ'מיין א רבי האט שוין נישט קיין רעכט צו זאגן זיין רצון ווער ער האלט זאל ווייטער פירן דעם ציבור? און אז ער האט קלאר געזאגט וואס ער וויל, קענסטו ערווארטן פון די חסידים צו טרעטן אויף זיין רצון בשאט נפש?


אבוויסלי זיין וויזע איז געווען פעלערהאפטיג, ער האט נישט פאראויסגעזעהן די ווידערשטאנד פון די מאמע און די ברודערס. איך בין זיכער אז ער וואלט ענדערש געוואלט אז דער עלטערער זאל זיין רבי ווען ער ווייסט ווען ווי אזוי די זאך וועט זיך אויסקאכן, ווי ביידע זייטן וועלן זיין לחרפת ולדראון עולם (יעדע זייט ביים אנדערע האלב ציבור). ולפי"ז וואלט שיעלע געדארפט אויפגעבן ווייל ער פאררופט זיך אלס איינער וואס האלט דעם טאטענס כבוד טייער.

לאמיר זאגן » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:41 pm

· #479490
אה ווי מאדנע מענטשן קענען טראכטן.

תפארת » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 2:29 pm

· #479501
יתרו
כמיין אז ביידע זייטן זענען גערעכט און אומגערעכט. איך בין זיכער ווען זיי זעצען זיך ביי א פעמעלי טערעפיסט וועלן זיי זיך קענען אויסקומען.
בד"וו איך וויל אראפשרייבן די מעשה און עס פארקויפן פאר נעטפליקס, עס וועט זיין א גוטע טי ווי שאו.


כ'מיין אז פאר זי העלפט שוין נישט קיין טערעפי זי איז שוין איבער דער זעכציג

תפארת » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 2:34 pm

· #479502
ליב צו וויסן
תפארת
ליב צו וויסן
ביז די אינטערוויו האב איך געהאלטן אז שיעלע איז גערעכט, ער פאלגט דאך די צוואה פון זיין טאטע...
אבער למען השם וויאזוי מעג א זוהן זיך אויפירן אזוי צו זיין מאמע לויט די תורה וואס ער טוט מכלומרשט רעפרעזענטירן??


ביז די אינטוועריו... האב איך געגעבן אביסל רעכט פאר'ן מאמען און נישט פארשטאנען אזוי גוט שיעלע אבער יעצט זעה איך אז זי האט זיך אלעס אליין אנגברענגט, דיין מאן האט געשריבן א צוואה, צוואה איז צוואה! (עכ"פ פאר די חסידים) אזוי האט ער געוואלט, פארוואס האט ער אזוי מחליט געוועהן, ווייל ער האט געוואלט אז די הייליגער רוזשינע סאדיגערע המשכה (עכ"פ לפי דעתו) זאל גיין פאר'ן חעשבסטע זוהן.

הייב נישט צו פארקופן אלעס איז מיינס.... מיין מאן האט מיר געזאגט... אהער אהין.., יא איך פארשטיי דיין ווייטאג איך פארשטיי אז דו נעמסט דיך פאר'ן נעבעדיגן זוהן משי וואס איז געוועהן לבושה ולחרפה און זיך אויסגעוויינט צו דיר נאכן פטירה, איך פארשטיי אז דו האלסט אז פונקט אזוי ווי דער טאטע האט געקענט פיר'ן טיש קען מש"י אויך און אפשר בעסער, און זי האט קיינמאל געגלייבט אין דער מושג פון דער גאנצע ראביסטעווע וואס איר מאן האט געפירט.

און וואס זאל שיעלע טוען, אויפגעבן די ראביסטעווע,? געבן פופצן מיליאן טאלער פאר'ן ברודער וואס מ'לאזט איהם נישט, און קען נישט, געבן? וואס קומט זיך איהם נישט, וואס דארף ער פונקטליך טוען.

וואס זאלן דו חסידים טוען אז זייער רבין וואס זיי זענען געוועהן איינגעשווארן אין איהם האט געשריבן קלאהר רצון קדשו און קומט זיך אהן איינער גייט בגלוי ארויס קעגן זייערע הייליגן רבי'ן זי"ע... לאזט נישט איהר זוהן זיך באנוצען מיט דער אלטער קבלת קהל צימער נאר ער מיז דינגען עפעס א דירה'לע, וואס זיין פעטער שפירא באצלט אפשר וכו' וכו'.

ליב צו וויסן כ'האף אז דו ביזט נישט סארקאסטיש.


איך האלט אויך (כמעט בלי ספק..) אז דער טאטע האט געוואלט שיעלע, די טאטע מאמע האבן נישט געהאט די בעסטע שלום בית וד"ל, און אז די חסידים וואס האלטן אז דער רבי'ס ווארט איז פון גאט דירעקט דארפן טאקע גיין מיט שיעלע'ן.

מיין טענה איז אויף שיעלע -און נאר אויף אים-, ע"פ תורה האט ער א חיוב פון כיבוד אם! און ער דארף זיך דערמיט רעכענען...


זאג מיר וואס דארף ער טוען לכבוד כיבוד אם? דאס האב איך דיך געפרעגט סוף פון מיינע ווערטער.

אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 4:21 pm

· #479509
איין זאך איז קלאר, דער טאטע האט גוט פארשטאנען אז נישט דער משי נישט דער מאמע מעגן זיין אין טשארדזש.

איינער וואס קען גיין אויף טעלעוויזיע, אדער לאזן דער מאמע גיין אויף טעלעוויזיע, זענען נישט ראוי צו זיין מנהיגים

ליב צו וויסן » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 6:12 pm

· #479517
Lets put it this way...
ווען דא האנדלט זיך אין א ריעל עסטעיט אישו איז יהושע'לע לכאורה גערעכט.. אבער מיר האט מען אייביג איינגערעדט (און אזוי רעדט זיך אויך יהושע'לע איין) אז רבי'ס זענען דערהויבענע מענטשן און כבוד און געלט רעדט נישט צו זיי...

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 6:46 pm

· #479519
[ציטאט אראפגענומען]
אבי יתומות ודיין אלמנות עננו!
מ'נעמט אריין גאט אינעם בילד און אלעס איז ג'כשר'ט

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך אוגוסט 11, 2021 6:53 pm

· #479520
ליב צו וויסן
Lets put it this way...
ווען דא האנדלט זיך אין א ריעל עסטעיט אישו איז יהושע'לע לכאורה גערעכט.. אבער מיר האט מען אייביג איינגערעדט (און אזוי רעדט זיך אויך יהושע'לע איין) אז רבי'ס זענען דערהויבענע מענטשן און כבוד און געלט רעדט נישט צו זיי...
האט עס דאמאלטס גארנישט מיט תורה, מ'האט דיך פשוט אזוי איינגערעדט, און דו האסטוך געלאזט איינרעדן, אז אלעס ארום רבי'ס און חצירות זענען עפעס העכערס! און ביסט געוואר געווארן דעם אמת!

אלעס קומט אראפ צו געלט, כבוד און שררה גארנישט מער! און ווען ס'קומט אין אזא פאל ספעציעל ווען דער טאטע האט געלאזט א צוואה קען יעדער גיין בארן קלאפן. און יעדעס מאל וואס די קינדער דרייען אן זייער מאמע, זי זאל שרייען אין פובליק, זענען זיי די וואס פארשעמען איר, נישט דער קינד וועם די טאטע האט געלאזט צוואה.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

תפארת » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 7:54 am

· #479543
דאס זענען די ווערטער פון די אינטערוויאער אריאלה שטרנבוך:

לא יכולתי להתייחס לאלפי התגובות שקיבלנו לראיון עם הרבנית מסדיגורה וכעת אני משתדלת להשיב לכולם וגם לטור התגובה של אריאל פייגלין בערוץ 7.

אם אודה על האמת גם אני לא האמנתי שהרבנית מסדיגורה תסכים להתראיין, וגם כשהיא כבר הסכימה כתבתי לעורך המהדורה ״אל תתלהב, בטח היא תתחרט ותבקש ממני לא לשדר".

אכן, לא הייתה עוד אשת אדמו״ר שהסכימה להתייצב מול מצלמה וודאי לא של תקשורת חילונית. יתרה מזאת, כששאלתי את העוזרים של הרבנית אם יש סיכוי שתסכים להתראיין הם צחקו עליי ״אפילו לעיתון המודיע היא תתנגד".

אז איך קרה שאשת אדמו״ר הסכימה להתייצב בפנים גלויות מול מצלמה?

המתנגדים לה וודאי יסבירו שזו ההוכחה הטובה ביותר שהיא לא הולכת בתלם החסידות, אני התרשמתי שהיא באמת מפחדת, ומהמעט שחוויתי בשטח הפחד שלה בהחלט מובן. אפרט על כך בהמשך, אבל ראוי לפחות לתת את הדעת לשאלה הזו.

לפני שאגיב לטענות אדגיש כי למרות שהרבנית נתנה בי אמון והתראיינה אצלי אין לי דעה אישית מי צודק בסכסוך הזה, לא נכנסנו לפרטי המאבק התמקדנו רק בעובדות ובאירועים האחרונים שקרו בשבוע שעבר כפי שהגיעו אלינו עם תיעודים מהשטח.

הטענה המרכזית שעלתה היא שהכתבה לא מאוזנת. מכתבה לא מאוזנת יש צד במחלוקת הזו שאמור להיות מרוצה, זה לא קרה כאן.


על אף שהרבנית התראיינה היא לא הסכימה עם חלק גדול ממה שהצגנו, היא התנגדה לכך שהדגשנו שוב ושוב בכתבה ״שהרבנית יצאה נגד צוואת בעלה״, מבחינתה היא לא הפרה את צוואת בעלה. בגרסתה שלה, יש לה הוכחות שהצוואה הזו היא לא רצון בעלה.

למרות שידענו מה הטענות שלה, נתנו בפירוט רב את הצוואה כולל הפסקה שהאדמו״ר צפה את הדרמה שתתחולל ומבקש ומדגיש בצוואה שלא יערערו אחר צוואתו ואת העובדה שעל אף הכל היא מערערת.
גם אם הרבנית הסכימה להעניק לנו ראיון יוצא דופן נצמדנו לעובדות כהוויתן נכון לרגע זה.

הוויכוח המשפטי ידון בבית המשפט וברור שלא התיימרנו להכריע מי צודק, גם אם רצינו לעשות זאת הרי שלא יכלנו.

וכעת לעובדות:

הבניין בו גרו הרבי והרבנית שייך לעמותת החסידות, אמרנו זאת מפורשות. במשך כמעט 8 שנים הרבי והרבנית גרו בדירה ששייכת לעמותה. החסידים של בנה פרצו לדירה בה היא גרה, מבחינת החוק אסור להוציא אדם מהדירה שנכנס אליה בהסכמה לאחר 30 יום שהוא בדירה.

כשקיבלתי את צילומי מצלמות האבטחה ידעתי שאני אפרסם אותם גם במקרה שהרבנית לא תתראיין.
באמצע הלילה כמו גנבים, חסידים פורצים עם דיסק חיתוך את דלת הבית של אמא של רבם הנערץ. גם אם היה מדובר בבית של אזרח פשוט שבעקבות סכסוך משפטי פרצו לביתו ובנו קירות בטון מאחורי חדרים בביתו ובכך חסמו את גישתו לחדרי שינה היינו משדרים כתבה על כך.

כשהגענו לבניין העמותה נאלצנו להתקשר למשטרה כדי שיפתחו את דלת הבניין, מיד לאחר שנכנסו לדירה החשמל נותק, קו הטלפון שמשמש את הרבנית לשיחות לבנותיה בלונדון נותק גם הוא והיא נותרה בחושך בלי חשמל בלי מעלית ובלי טלפון ולא בפעם הראשונה. אציין שהם לא ידעו שאנחנו בפנים מצלמים.

כשהתקשרנו שוב למשטרה שיש אנשים בתוך דירתה הם לא מיהרו להופיע, וכשהשוטר סוף סוף הגיע החסידים החלו להשתולל, הם לא פתחו לו את דלת הכניסה וטענו שאנחנו עלינו למעלה עם מאבטח (הצלם) שנעל את הדלת והם לא מצליחים לפתוח. שזהו כמובן שקר מוחלט. הכל מתועד. השוטר התעקש שארד בעצמי לפתוח לו את הדלת, ואז כשהוא נכנס מוקף בעורכי הדין שלהם, הם דחפו אותי פיזית בכוח כל אותם חסידים וזרקו אותי מהבניין והוא לא עשה דבר.

באותם רגעים מפחידים שנשארתי לבד מולם התקשרתי שוב ושוב למשטרה וענו לי שיגידו לשוטר באירוע שיצור איתי קשר זה לא קרה. כשעה וחצי המתנתי בשמש מחוץ לבניין כשהחפצים שלי בתוך ביתה של הרבנית ומאבטחים חוסמים את דרכי.

כשהשוטר ירד, ביקשתי ממנו שילווה אותי למעלה וביציאה עם הרבנית, פחדנו מהם.

יום קודם לכן אחד מהעוזרים של הרבנית קיבל את ההודעות הבאות: "אתה לא יודע עם מי אתה מתעסק. מהיום אם אתה מתקרב לגוטמכר (כתובת הדירה) תתפלל שתצא חי כי אני אישית הורג אותך! הבנת יא בן זונה! אני הייתי כמה שנים בכלא אני עבריין כולם מכירים אותי ומפחדים ממני כולל המשטרה! ותזהר אתה מתעסק איתי!"

עכשיו תצפו שוב בראיון ותשימו לב מה הרבנית דיברה על החסידים ועל בנה? הראיון איתה היה כל כך מאופק, היא ביקשה דבר אחד שהמשטרה תעזור לה להגן על עצמה וסרבה לדבר על החסידים של בעלה, אלו שעד לפני שנה נהגו בה בגינוני כבוד והיום מכנים אותה ״אשת העסקים״ מבזים ומשפילים אותה ומפיצים שמועות מחרידות עליה.

בכנות, אני לא פגשתי אצילות כזו. במצב כל כך כואב ופוגע היא בחרה שלא להיכנס בהם וגם לא בבנה שכל כך מצער אותה.

אגב תשעת ילדיה הנוספים של הרבנית מגבים אותה ולצידה על אף צוואת אביהם שזו נקודה מעניינת שראוי לתת עליה את הדעת, איך קורה שבניו ובנותיו של הרבי מפרים את צוואת אביהם?

המרננים אחריה דאגו להזכיר שמדובר באישה חזקה בת של מליארדר ואכן גם אנחנו הדגשנו שמדובר בהרבה מאד כסף מאחורי הקלעים, דרור פויר המצוין נתן גילוי נאות נרחב לגבי המיליארדים שמאחוריה תוך שהוא מציין שצריך להבין מי היא הרבנית ומה הכוח שמאחוריה שהיא מרשה לעצמה לסרב לצוואת בעלה.

אבל מסתבר שגם אבא מליארדר לא מספיק כדי להיות חזקה, וההוכחה לכך עבורי כעיתונאית שקצת מתמצאת בג׳יפה הפנים מגזרית היא העובדה שאף אתר תקשורת חרדי לא פרסם את הכתבה הזו.

בדרך כלל אתרי החדשות החרדים מפרסמים כל כתבה שלי שקשורה לחברה החרדית, ראיון היסטורי עם אשת אדמו״ר על אחת כמה וכמה היה ראוי ומעניין. אין לי ספק שבקרב התודעתי כרגע ידם של העסקנים על העליונה. בחשבונות הטוויטר של כתבי המגזר תוכלו למצוא בימים אלו את האדמור הצעיר בתיעודי יחצנות מתוזמנים.

במצב הנוכחי עם כל כך הרבה שמועות, עדויות, סיפורים ונרטיבים בלתי אפשרי ואסור לנו להשתכנע בצדקת מי מהצדדים.

למרות המליארדים לא מדובר בכתבת יחץ ממומנת כפי שדאגו להפיץ, קיבלתי רק כוס מים בטעם תפוח עדין.

אני אשמח מאד לראיין גם את חצר האדמו״ר הצעיר, מחכה להזמנה!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 10:27 am

· #479547
ס'איז א מיאוס'ע פרשה. אין א פאר יאר ארום וועט מען פארגעסן די אלע זייטיגע ערשיינונגען. (מצער זיין די מאמע. און אויסשפיעלן דעם עלטערן ברודער.). נאר ס'איז (ליידער) נישט די איינציגע. די זעלבע האט זיך אפגעשפיעלט ביי אנדערע חסידות'ן. ביי א טייל האטציך דער צד הנרדף צומאל גובר געווען. און אין אנדערע .פעלער איז אלעס געבליבן אזוי ווי די אנשי זרוע האבן עס אהערגעשטעלט

בן נון » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 8:23 pm

· #479606
נישט נאר וואס יושע’לע האט גע’ירשנט די ראביסטעווע נאר אויך גע’יארשנט זיין טאטן’ס שלום בית פראבלעמען

ליב צו וויסן » דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 9:45 pm

· #479614
מאך זיכער
א טיפישער איזראלישער מידיא ספין זיך אפצושאקלען פון קריטיק.


וועלכע קריטיק?

ליב צו וויסן » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 7:46 am

· #479627
מאך זיכער
ליב צו וויסן
מאך זיכער
א טיפישער איזראלישער מידיא ספין זיך אפצושאקלען פון קריטיק.


וועלכע קריטיק?

אז זי איז געווארן געצאלט פון מש"י פאר דעם אינטערוויו.


כלפי די טענה ספינט זי נישט גארנישט, זי לייקנט עס קאטעגאריש אפ.

בן נון » זונטאג אוגוסט 15, 2021 6:17 pm

· #479740
א מכתב התנצלת
📎 84779023c6beb5cb47aa54fd729052427a767bf2-14.jpg

לכבוד שבת קודש » זונטאג אוגוסט 15, 2021 11:48 pm

· #479769
וואס איז פשט אין די צעטיל? - פארוואס רופט ער עס אן מסע הכפשה נגד כבו"ק מרן אדמו"ר שליט"א? - דער ארטיקל בעקט דאך דעם ירושלימ'ער רבי. אויב דו ביסט מוחה, ווייזטו אז די ביסט נישט איינשטימיג מיט די מאמע וכו'? - וואס קומט דא פאר?

איז די צעטיל אמת'דיג?
בלאט: 1 2