ווען נישט לא תגרעו און לא תוסיפו, וואס וואלסטו געטוישט?
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14761
ווען נישט לא תגרעו און לא תוסיפו, וואס וואלסטו געטוישט?
עס איז באקאנט א מעשה מיט איינער פון די רבי’ס איז ער האט געזאגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס כאפן א דרימל ערב שבת שטייט נישט און די עשרת הדברות וואס לפי השגתו וואלט מען עס געדארפט צולייגען,
איך וויל דא פארשטעלן א שאלה פון די חשובע חברים וועלעכע מצווה זיי וואלטן צוגעלייגט אדער אראפגענומען ווען זיי באקומען ווען דער כוח דאס צו טון, ווען נישט די לוו פון לא תוסיפו ולא תגרעו וכו’.
וואס פאדערט א טויש,
איך לענית דעתי וואלט געשריבן אז א פרוי קען אויך ”געבן” א גט.
וואס וואלסטו צוגעלייגט?
פרויען זאלן מעגן דרייוון, ס׳וואלט געמאכט די לעבן פיל גרינגער.
רביה''ק זי''עפרויען זאלן מעגן דרייוון, ס׳וואלט געמאכט די לעבן פיל גרינגער.
דאס קענסטו רואיג מתיר זיין און נישט עובר זיין אויף לא תגרע.
איך וואלט צוגעלייגט אז לא תוסיפון מיינט עכט לא תוסיפון....
אויב אזוי וואלסטו אויך געדארפט זאגן אז לא תגרע מיינט באמת לא תגרע און דעמאלטס וואלסטו געווען אין ביג טראבל, בעסער לאז עס אזוי.
חסידים האבן מוסיף געוועהן דער שטריימעל און ביבער הוט, און דער לאנגע רעקל און בעקישעס, ליטוואקעס דער אראפגעבויגענער הוט און דער פראק.
חסידים האבן מגרע געוועהן זאגן די הפטורה, חדש, וואס נאך? תפלה בזמנה?
וואס האבן ליטוואקעס מגרע געוועהן? ערב פסח מצות.
מקוה האבן אדער חסידים צוגעלייגט אדער די ליטוואקעס אראפגענומען. חדש אסור מן התורה האבן די אונגארישע צוגעלייגט. די רעפארמער האבן צוגעלייגט תיקון עולם.
אישתישביחסידים האבן מוסיף געוועהן דער שטריימעל און ביבער הוט, און דער לאנגע רעקל און בעקישעס, ליטוואקעס דער אראפגעבויגענער הוט און דער פראק.
חסידים האבן מגרע געוועהן זאגן די הפטורה, חדש, וואס נאך? תפלה בזמנה?
וואס האבן ליטוואקעס מגרע געוועהן? ערב פסח מצות.
אישתישבי: און חלב ישראל. או.קעי. זיי האבן ..."חלב סתם"...לאל...!
כ'וואלט צוגעלייגט איינס צום ארבעים חסר אחת.
יואלישכ'וואלט צוגעלייגט איינס צום ארבעים חסר אחת.
מיינסט אוודאי די ל"ט מלאכות...
האט מען שוין צוגעלייגט, עלעקטריק.
איך וואלט צוגעלייגט א פופציגסטע טאג צו ספירת העומר, בלאזן שופר און שאקלען לולב ווען יום טוב געפאלט שבת, הארגענען מענטשן וואס זענען אין חרם און מיתת בי״ד בכלל, תכלת, אויפנעמען א קעניג, אייננעמען ארץ ישראל, מקריב זיין קרבנות אע״פ שאין בית, בויען א בית המקדש, אז א איד זאל קענען ווערן א deconvert.
אישתישבייואלישכ'וואלט צוגעלייגט איינס צום ארבעים חסר אחת.
מיינסט אוודאי די ל"ט מלאכות...
האט מען שוין צוגעלייגט, עלעקטריק.
עלעקטריק איז בכלל הבערה. אבער א טייל פוסקים , אזוי ווי דער מהרש"ג (ר' שמעון גרינפעלד אב"ד סעמיהאי) האלט אז עלעקטריק איז נישט קיין הבערה דאורייתא. ס'נישט אז ער זאגט אז מ'מעג אנצינדן אדער אויסלעשן לייטס אום שבת...!
berlbalagulehאישתישבייואלישכ'וואלט צוגעלייגט איינס צום ארבעים חסר אחת.
מיינסט אוודאי די ל"ט מלאכות...
האט מען שוין צוגעלייגט, עלעקטריק.
עלעקטריק איז בכלל הבערה. אבער א טייל פוסקים , אזוי ווי דער מהרש"ג (ר' שמעון גרינפעלד אב"ד סעמיהאי) האלט אז עלעקטריק איז נישט קיין הבערה דאורייתא. ס'נישט אז ער זאגט אז מ'מעג אנצינדן אדער אויסלעשן לייטס אום שבת...!
ביסט א למדן אין דער ראנג פלאץ.
לאמיר זיך דמיון'ן א בית דין רופט רבי"הק' און וואלווי, און מען איז דען אויב מען זאל זיי געבן מלקות, וועלכע עבירה? בל תוסיף.
בית דין, ענק האבן צוגעלייגט צו דער תורה!!
נידונים, וואס עפעס?
בית דין, ענק האבן געזאגט אז מען באקומט 40 מלקות און מען ציילט 50 טעג.
נידונים, נישט אזוי שטייט אין די תורה?
בית דין, וואס איז א חילוק וואס שטייט?
לולי דמסתפינא, ווען נישט די לאו פון ולא תגרע ממנו וואלט איך גורע געווען בלויז איינס אין חבקוק: צדיק באמונתו יחיה.
א זעקסער קאפעל
העי, אפשר דער גאנצע קאפעל?
יואלישלולי דמסתפינא, ווען נישט די לאו פון ולא תגרע ממנו וואלט איך גורע געווען בלויז איינס אין חבקוק: צדיק באמונתו יחיה.
דעמנ. האסט בולע געווען מיין קלער.
איך וואלט מתיר געווען עבו"ז און אראפ גענומען אמונה.
אישתישביא זעקסער קאפעל
העי, אפשר דער גאנצע קאפעל?
קיפל כל הארץ תחתיו
אישתישבילאמיר זיך דמיון'ן א בית דין רופט רבי"הק' און וואלווי, און מען איז דען אויב מען זאל זיי געבן מלקות, וועלכע עבירה? בל תוסיף.
בית דין, ענק האבן צוגעלייגט צו דער תורה!!
נידונים, וואס עפעס?
בית דין, ענק האבן געזאגט אז מען באקומט 40 מלקות און מען ציילט 50 טעג.
נידונים, נישט אזוי שטייט אין די תורה?
בית דין, וואס איז א חילוק וואס שטייט?
נידונים: וואס שטייט לאז שטיין, וואס ליגט האק אריין...
Re: ווען נישט לא תגרו און לא תוסופו וואס וואלסטו געטוישט
איך וואלט מעביר געווען די בלאסע טשיקען דיכטלעך פונעם ר"ה נאכמיטאג סעודה און קינדל פונעם שמיני עצרת קידוש אינעם סוכה
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלעראיך וואלט מעביר געווען די בלאסע טשיקען דיכטלעך פונעם ר"ה נאכמיטאג סעודה און קינדל פונעם שמיני עצרת קידוש אינעם סוכה
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
ס'דא, מער ביי די עלטערע יארגאנג, וואס וואלטן דיך מחרים געווען פאר כופר זיין אין קינדעל.
די בלאסע טשיקען קען מען דיך פארקוקען
בכלל, ווער הייסט עסען א סעודה ר'"ה, פרישטאג און קאפי ברעיק איז עפעס שלעכט? די afternoon meal מיז נאך זיין פליישיג אויך?
דער גאלדענער אדלעראיך וואלט מעביר געווען די בלאסע טשיקען דיכטלעך פונעם ר"ה נאכמיטאג סעודה און קינדל פונעם שמיני עצרת קידוש אינעם סוכה
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
וואס זענן מיר שולדיג אז דיין מאמעס/ווייבס קינדעל איז נישט גוט?
ביי מיר איז דאס א חלק פון שמחת יו"ט
Re: ווען נישט לא תגרו און לא תוסופו וואס וואלסטו געטוישט
אויך די טורבאנס מיט די שיניעלס, וואספארא הירהורים דאס ברענגט מיר שטענדיג ווען איך כאפ א בליק דערויף!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
רביה''ק זי''עפרויען זאלן מעגן דרייוון, ס׳וואלט געמאכט די לעבן פיל גרינגער.
און דער איסור אז פרויען טארן נישט זיין קיין הצלה.
יואלישלולי דמסתפינא, ווען נישט די לאו פון ולא תגרע ממנו וואלט איך גורע געווען בלויז איינס אין חבקוק: צדיק באמונתו יחיה.
דער פסוק אין חבקוק רעדט נישט פון אמונה בה'
Re: ווען נישט לא תגרו און לא תוסופו וואס וואלסטו געטוישט
דאס דריי אדער צוויי טאג יו"ט
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
Re: ווען נישט לא תגרו און לא תוסופו וואס וואלסטו געטוישט
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז לכאורה שטענדיג אזוי געווען ביז כלל ישראל איז געבענטש געווארן מיט דינאסטיעס און רעבישע הויפן פאר די לעצטע פאר הונדערט יאר. אבער ביסט גערעכט מיט דעם ווייל די רבנים זענען דא צו דינען דעם המון עם און נישט פארקערט. אבער דיין משל וואס דו ברענגסט מיט גלחים נישט חתונה האבן איז נישט אויסגעהאלטן, באט איי געט יור פאינט.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
די נקודה ווערט אנגערירט ביי די באוויסטע גמ' פון חזקיהו המלך (ברכות י' ע"א):
בימים ההם חלה חזקיהו למות ויבא אליו ישעיהו בן אמוץ הנביא ויאמר אליו כה אמר ה' (צבאות) צו לביתך כי מת אתה ולא תחיה וגו' מאי כי מת אתה ולא תחיה מת אתה בעולם הזה ולא תחיה לעולם הבא אמר ליה מאי כולי האי אמר ליה משום דלא עסקת בפריה ורביה א"ל משום דחזאי לי ברוח הקדש דנפקי מינאי בנין דלא מעלו א"ל בהדי כבשי דרחמנא למה לך מאי דמפקדת איבעי לך למעבד ומה דניחא קמיה קודשא בריך הוא לעביד וכו'
רביה''ק זי''עאיך וואלט צוגעלייגט א פופציגסטע טאג צו ספירת העומר, בלאזן שופר און שאקלען לולב ווען יום טוב געפאלט שבת, הארגענען מענטשן וואס זענען אין חרם און מיתת בי״ד בכלל, תכלת, אויפנעמען א קעניג, אייננעמען ארץ ישראל, מקריב זיין קרבנות אע״פ שאין בית, בויען א בית המקדש, אז א איד זאל קענען ווערן א deconvert.
ווי איך פארשטיי באציסטו דיר צו זאכן וואס אין תורה שבכתב זעט אזוי אויס, אינטערסאנט ווי זעסטו אז א איד קען ווערן א deconvert?
[ציטאט אראפגענומען]
און ווער וועט אכטונג געבן אויף די קינדער?
Nanachרביה''ק זי''עאיך וואלט צוגעלייגט א פופציגסטע טאג צו ספירת העומר, בלאזן שופר און שאקלען לולב ווען יום טוב געפאלט שבת, הארגענען מענטשן וואס זענען אין חרם און מיתת בי״ד בכלל, תכלת, אויפנעמען א קעניג, אייננעמען ארץ ישראל, מקריב זיין קרבנות אע״פ שאין בית, בויען א בית המקדש, אז א איד זאל קענען ווערן א deconvert.
ווי איך פארשטיי באציסטו דיר צו זאכן וואס אין תורה שבכתב זעט אזוי אויס, אינטערסאנט ווי זעסטו אז א איד קען ווערן א deconvert?
נישט ממש, ס׳זענען זאכן וואס אין תורה שבע״פ שטייט אז דאס שטייט אין תורה שבכתב נאר מיר טוען אנדערש, אז בית דין קען מאכן א איד פאר א גוי שטייט אין הגהות חת״ס אין שו"ע אורח חיים סימן לט, ועיין עוד
כאן.
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: פון די אנדערע זייט איז עס א געוואלדיגע שטער (אז די גלחים האבן נישט חתונה). מיר זעהן דאך די שרעקליכע סקאנדאלן וועלכע קומען ערשט איצט ארויס איבער די מאסנאמליכע אביוז וועלכע ווערט פראקטיצירט און פארדעקט אין די העכסטע שטאפלען פון די קאטוילישע קירכע. אזוי אז ס'טרעפן זיך שוין א גרויסער טייל פון די פיהרערשאפט פון די קאטאליקן וועלכע באטראכטן ערנסט די מעגליכקייט אז גלחים זאללן זיין ערלויבט חתונה צו האבן און האבן משפחות. אזוי ווי ביי אלע אנדערע דענאמינאציעס פון די קריסטליכע רעליגיע...!
ויש ליישב, אז העניך מיינט צו זאגן, אז די אביוז זאל אויך זיין מותר.
@אנאנים מיינט דאס נאר צו ניצן אלץ א משל, און די נמשל איז אז היות דאס ווייזט אויף זייער העכערקייט, דערפאר טאר עס נישט זיין עפעס א ירושה נאר א זאך וואס זאל געוועהלט ווערן ביי די מענטשן ארום.
וועגן דעם האב איך געשריבן
"אבער דיין משל וואס דו ברענגסט מיט גלחים נישט חתונה האבן איז נישט אויסגעהאלטן, באט איי געט יור פאינט."
@אישתישבי, אקוראט דאס האב איך געמיינט ארויסצוברענגען!
ערענסט גערעדט איך וואלט מוסיף געווען אז מען מוז קענען מגרע זיין ווען זאכן הערן אויף מאכן סענס לויט די פארשריפט פון קולטור און סייענס. מען האט עס געטוען און לויף פון די יארן למשל פרוזבל און מיתת בית דין, אבער נישט גענוג. למשל עגונה, משכב זכר וכו'.
יתרוערענסט גערעדט איך וואלט מוסיף געווען אז מען מוז קענען מגרע זיין ווען זאכן הערן אויף מאכן סענס לויט די פארשריפט פון קולטור און סייענס. מען האט עס געטוען און לויף פון די יארן למשל פרוזבל און מיתת בית דין, אבער נישט גענוג. למשל עגונה, משכב זכר וכו'.
אויף דעם איז טאקע געזאגט געווארן כל המוסיף גורע. ס'איז אומעגליך אז די איינציגסטע מהלך פון אזוי גערופענע "דעת תורה" איז בלויז מוסיף זיין איסורים. ס'איז א בחינה פון בית דין שכולו חייב וואס מאיז יוצא זכאי הדין.
דעת תורה וואלט אסאך בעסער געאַרבעט מיט כל הגורע מוסיף. שטעל דיך פאר ס'וואלט געווען תקנות עגונות ביי גיטין פונקט אזוי ווי חז"ל האבן פארשטאנען תקנת עגונות ביי א מאן וואס איז פארלוירן מעבר לים.
שטעל דיך פאר מ'וואלט בעסער געהאנדלט מיט משכב זכר, וואס די פראפעשינאל אפיניאן היינט איז אז דאס איז נישט מעשה רשע נאר ממש א נאטור ווי משכבי אשה, און מ'קען גארנישט טוהן דערוועגען, פונקט אזוי ווי מ'האט זיך ערלויבט אויס צו בעטען אויסרייסן יצרא דעבודה זרה.
צ/ק
איך וואלט אראפגענומען די ע' פון לא תגרעו און צוגעלייגט א ו' צו לא תוספו 😂
יתרוערענסט גערעדט איך וואלט מוסיף געווען אז מען מוז קענען מגרע זיין ווען זאכן הערן אויף מאכן סענס לויט די פארשריפט פון קולטור און סייענס. מען האט עס געטוען און לויף פון די יארן למשל פרוזבל און מיתת בית דין, אבער נישט גענוג. למשל עגונה, משכב זכר וכו'.
יתרו: ס'הייסט לויט די היינטיגע סטענדערדס וואלט מען געדארפט מתיר זיין פארן מיט קארס אום שבת. אויך נוצן פאונס און קאמפיוטערס און אינטערנעט. (אויסער'ן ליטווישן איסור פון אינטערנעט.). אויך (אפשר) עסן טשיעזבורגערס...!
דער גאלדענער אדלערדאס דריי אדער צוויי טאג יו"ט
נע, איך וואלט נישט געוואלט האבן 4 טעג יו"ט, לאמיר עס לאזן ביי דריי טעג, ס'איז פונקט גענוג....
ישעיהצ/ק
איך וואלט אראפגענומען די ע' פון לא תגרעו און צוגעלייגט א ו' צו לא תוספו 😂
איך האב מתקן געווען דעם קעפל.
ייש"כ פאר'ן מעורר זיין!
צוויי טעג יום טוב איז שוין אויך צופיל, ווי ס׳שטייט דערויף אין פסיקתא דרב כהנא פרק י״ד ואני נתתי להם חוקים לא טובים.
טעות
רביה''ק זי''עצוויי טעג יום טוב איז שוין אויך צופיל, ווי ס׳שטייט דערויף אין פסיקתא דרב כהנא פרק י״ד ואני נתתי להם חוקים לא טובים.
ביטע ציטאטן.
berlbalagulehיתרוערענסט גערעדט איך וואלט מוסיף געווען אז מען מוז קענען מגרע זיין ווען זאכן הערן אויף מאכן סענס לויט די פארשריפט פון קולטור און סייענס. מען האט עס געטוען און לויף פון די יארן למשל פרוזבל און מיתת בית דין, אבער נישט גענוג. למשל עגונה, משכב זכר וכו'.
יתרו: ס'הייסט לויט די היינטיגע סטענדערדס וואלט מען געדארפט מתיר זיין פארן מיט קארס אום שבת. אויך נוצן פאונס און קאמפיוטערס און אינטערנעט. (אויסער'ן ליטווישן איסור פון אינטערנעט.). אויך (אפשר) עסן טשיעזבורגערס...!
ער רעדט פון קאלטור און סייענס, וואס מיינט ארבעטן מיט די מציאות פונ'ם דור אדער/און לויט די תקופת הזמן. פארען שבת און עסען טשיזבורגערס איז א פערזענליכע באקוועמליכקייט, פאר א פערזענליכער מענטש דארף מען נישט טוישן הלכות א יעדע צען מינוט.
סארי ר' בערל, דארפסט ווייטער עסען מיל מארט בורגערס אין פראנסאז באנס...
אישתישבירביה''ק זי''עצוויי טעג יום טוב איז שוין אויך צופיל, ווי ס׳שטייט דערויף אין פסיקתא דרב כהנא פרק י״ד ואני נתתי להם חוקים לא טובים.
ביטע ציטאטן.
ר' אבין ר' חייא בשם ר' יוחנן כת' בני אמי נחרו בי שמוני נוטרה את הכרמים (שה"ש א:ו), מי גרם לי שאהא נוטרה את הכרמים, על שם שכרמי שלי לא נטרתי (שם). מי גרם לי שאהא מפרשת שתי חלות בסוריא, על שלא הפרשתי חלה אחת כתיקונה בארץ ישר'. סבורה הייתי שאני מקבלת שכר על שתים ואיני מקבלת שכר אלא על אחת. מי גרם לי שאהא משמרת שני ימים טובים בסוריא, על שלא שמרתי יום טוב אחד כתיקונו בארץ ישר'. סבורה הייתי שאני מקבלת שכר על שנים ואיני מקבלת שכר אלא על אחד. ר' יוחנן הוה קרי עליהון, וגם אני נתתי להם חוקים לא טובים (יחזקאל כ:כה).
<a class="postlink" href="https://www.sefaria.org/Pesikta_D'Rav_Kahanna.14.4">https://www.sefaria.org/Pesikta_D'Rav_Kahanna.14.4</a>