☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פשט אין שפאצירן מיטן ווייב אויפן גאס אפגערוקט?

פשט אין שפאצירן מיטן ווייב אויפן גאס אפגערוקט?

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14755

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 7:57 pm

· #479003
פשט אין שפאצירן מיטן ווייב אויפן גאס אפגערוקט?
כהאב היינט באזוכט מיינע עלטערן אין וויליאמסבורג. כהאב געפארקט די קאר. און גערעדט אויפן טעלעפאון . און איך באמערק ווי א יונגע פארפאלק שפאצירט אויפן גאס. די מאן מיט א ברייטע הוט, בעיקטשע מיט א גארטל. קוקט אויס מעגליך פון א רבישע משפחה. די פרוי מיט א שפיצל. און זיי גייען אפגערוקט איינע פונעם צווייטן מיט אפאר פוס. און שפאצירן ח”ו נישט אינאיינעם.

אסאך מאל קען מען זעהן א פארפאלק שפאצירן אינאיינעם און זיי רעדן, שמועסן, און לאכן צווישן זיך- און מ’דערקענט אז זיי זענען ביידע אויף א גוטע פלאץ, זענען ביידע העפי, גליקלעך און צופרידן. אבער דא האט עס אויסגעקוקט פונקט פארקערט. די פרוי האט אויסגעזעהן צוזיין זייער פארזויערט און אנגעזעצט.

איך בין ליבעראל. איך לאז יעדען פירן זייער אייגענע לעבן. און יעדער קען טוהן וואס ער וויל און זיין מעהר פרום ווי גאט, און איך וועל אייביג האלטן אז יעדער האט אלע רעכטן צו זיין פרום און טוהן כל מה שלבו חפץ ווילאנג ער באדראעט נישט קיין אנדערע.

אבער פונקט ווי יעדער האט א רעכט צוטוהן וואס ער וויל. האב איך אויך א רעכט צוזאגן וואס איך וויל. און איך זאג אפילו איך געב אים די רעכטן דאס צוטוהן. און איך פארשטיי אז ער מיינט נאר גוטס. איז דאס א מוראדיגע טפשות און א פשוטע משוגעת. סהאט גארנישט מיט אידשקייט, סהאט נישט קיין שום מקור. סהעלפט נישט קיינעם. און סקען נישט זיין אז דאס איז די ווילן פון דער מלך מלכי המלכים.
פארקערט, דער אייבישטער וויל א מענטש זאל לעבן מיט זיין ווייב ווי א נארמאלע מענטש. ווען ער גייט מיט איר שפאצירן אויף די גאס זאל ער רעדן מיט איר, און פארברענגן מיט איר מיט געשמאקייט. א מענטש דארף זיין נאנט צוזיין ווייב, און נישט אוועקלויפן פון איר און זי זאל אים דארפן נאכלויפן אפאר טריט אינטער אים!

ווען איך זעה דאס, און די זעלבע די מוסלימענער פרויען וואס גייען צוגעדעקט אינגאנצן מיט די צוויי קליינע לעכער פאר די אויגן האב איך פשוט רחמנות אויף די מענטשען...

קיינער פון די אידישע רבנים און פון די אלע גרויסע מענטשען אין היסטאריע פון די אידישע רעליגיע האט זיך אזוי אויפגעפירט!
נישט רבי יוחנן בן זכאי. נישט הלל הזקן, נישט אביי ורבא. נישט רש”י, נישט די רמב”ם, נישט די בעש”ט, נישט די ווילנער גאון. קיינער נישט!
דאס איז נישט קיין פרומקייטן! דאס איז פשוטע משוגעתן און אבסעסיעס. סקומט נישט פון קיין געזונטע פלאץ. און ס׳מאכט אויסקוקן די רעליגיע ווי א קולט, זייער נעגעטיוו, זייער נעריש, זייער צוריקגעשטאנען. און האט נישט קיין שום פשט! גארנישט!

קאך_לעפל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 8:18 pm

· #479004
איך בין ליבעראל. איך לאז יעדען פירן זייער אייגענע לעבן. און יעדער קען טוהן וואס ער וויל און זיין מעהר פרום ווי גאט, און איך וועל אייביג האלטן אז יעדער האט אלע רעכטן צו זיין פרום און טוהן כל מה שלבו חפץ ווילאנג ער באדראעט נישט קיין אנדערע.

ארלעדיגט, כ'האב פיינט די שווארצע, און איך גיי מיר קויפן א גאן!

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 8:19 pm

· #479005
נישט שפאצירן מיט׳ן ווייב צוזאמען איז איין זאך, גראדע פונעם אמרי חיים איז דא די ווערטל פון ניסן גייט מיט אייר (איר), אבער יא גיין אויפ׳ן גאס אויף דעם מאדנעם אופן וואס איך האב נאר געזעהן אין וויליאמסבורג ביי מאנכע איז טאקע עקלדיג.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 8:20 pm

· #479006
קאך_לעפל

ארלעדיגט, כ'האב פיינט די שווארצע, און איך גיי מיר קויפן א גאן!

וועמען ווילסטו ערמארדן, נסים בלעק?

מפיל קינד » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 8:21 pm

· #479008
אין וויזניץ איז דאס פון די שטרענגסטע ענינים. איך גלייב אז ס'קומט נאך פון אהבת ישראל, דער לעצטער תלמידי בעש"ט וואס אלע רבי'ס מעגן זיך לערנען פון אים..

הגרא"ד פריעדמאן דערציילט, אז ווען מהר"א איז געווען שנה ראשונה אין בני ברק, האט ער שפאצירט מיט די רעביצין אין קרית וויזניץ.

דער אמרי חיים זצ"ל איז געווען אויבן אויפן טאראסע, האט ער אראפגעשריגן צו מהר"א: ניסן, ניסן! ר' אהרן קוקט ארויף און רופט זיך אן איך הייס נישט ניסן. זאגט דער אמרי חיים: אבער ניסן גייט צוזאמען מיט אי"ר...

----

דער רבי זי"ע האקט אריין מיט די זעלבע מעשה.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 8:26 pm

· #479009
רביה''ק זי''ע
קאך_לעפל

ארלעדיגט, כ'האב פיינט די שווארצע, און איך גיי מיר קויפן א גאן!

וועמען ווילסטו ערמארדן, נסים בלעק?

ערמארדן? שווארצע? בוזט משוגע אין גאנצן?
פארוואס מארדן שווארצע? זיי טוען עס שוין צווישן זיך, אין טשיקאַגאָ און אין סאן פראנסיסקא...
און אייגנטליך, וואס זענען די שווארצע אנדערש ווי די ווייסע? זענען זיי דען נישט באשאפן געווארן אין ג-ט'ס געשטאלט? קאליר פון די הויט פון א מענטש מאכט גארנישט אויס. א מענטש ווערט בלויז אפגעמאסטן לויט זיין כארקטער. מיר זענען נישט קיין ראסיסטישע דעמאקראטן וועלכע האבן ברוטאליש פארשקלאפט מענטשן מיט אנדערע הויט קאלירן ווי זיי.....
זעקס הונדרעט טויזענט טויטע זעלנער, האט אמעריקא באצאלט צו באפרייען די שקאלפן פון די רשעות'דיגע ראסיסטישע דעמאקראטן פון די דרום שטאטן....

Declaration Of Independence

We hold these truths to be self-evident, that all men are created equal, that they are endowed by their Creator with certain unalienable Rights, that among these are Life, Liberty and the pursuit of Happiness.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 8:29 pm

· #479011
מפיל קינד
אין וויזניץ איז דאס פון די שטרענגסטע ענינים.
גראדע היינט אין וויזניץ איז שוין כמעט קיינער נישט מקפיד אויף דעם משוגעת מיין איך, היינט האט די משוגעת געמופט קיין סקווירא און צו א געוויסע עלעמענט אין סאטמאר.

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 8:37 pm

· #479013
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=fhQKhqnI_XU&t=1144s">https://www.youtube.com/watch?v=fhQKhqnI_XU&t=1144s</a>

דא קען מען הערן אז עס קומט פין ייטב לב. אז עס איז נישט חסידיש, און א שוחט וואס גייט שפאצירען מיט זיין ווייב דארף מען מעביר זיין.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 8:41 pm

· #479014
אין ליסקא איז דאס געווען ממש פון די הארבסטע... ס'איז ווערט צו כאפן א בליק אין הישר והטוב, ווי אויסגעשפראכן דער רבי רבי הערשלע ליסקער זי''ע איז געווען קעגן דעם וואס מאן און ווייב זאלן שפאצירן אינאיינעם - אפילו בימי טהרתה....

אמת וצדק » דאנערשטאג אוגוסט 5, 2021 11:02 pm

· #479020
Re: פשט אין שפאצירן מיטן ווייב אויפן גאס אפגערוקט?
ווי אנדערע האבן שוין דא געשריבען, אויב קומסטו מיט די הנחה אז יעדער קען טוהן וואס ער וויל, נו מעג אויך גיין אויפן גאס אליין, איי זי קוקט נישט אויס צופרידען, ווער זאגט עס האט צוטוהן מיט דעם, אפשר איז די שלום בית דארט נישט אזוי גוט, און אנדערע ווערטער עס איז שייך צו גיין אויפן גאס באזונדער (ווייל אזוי איז זיין מנהג אבותיו) און נאכאלץ האבן א גוטע שלום בית.

Sent from my iPhone using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 6, 2021 7:51 am

· #479042
קאך_לעפל
איך בין ליבעראל. איך לאז יעדען פירן זייער אייגענע לעבן. און יעדער קען טוהן וואס ער וויל און זיין מעהר פרום ווי גאט, און איך וועל אייביג האלטן אז יעדער האט אלע רעכטן צו זיין פרום און טוהן כל מה שלבו חפץ ווילאנג ער באדראעט נישט קיין אנדערע.

ארלעדיגט, כ'האב פיינט די שווארצע, און איך גיי מיר קויפן א גאן!

קאך לעפל: דו מאכסט מיך לאכן. דו דארפסט געדענקען אז די שווארצע האבן אויכעט גאנס. ביי די שחורים איז עס אן ענין פון ..."סטאטוס"...Man. You packin' heat...!

דולה ומשקה » זונטאג אוגוסט 8, 2021 5:33 pm

· #479173
קאך_לעפל
אין ליסקא איז דאס געווען ממש פון די הארבסטע... ס'איז ווערט צו כאפן א בליק אין הישר והטוב, ווי אויסגעשפראכן דער רבי רבי הערשלע ליסקער זי''ע איז געווען קעגן דעם וואס מאן און ווייב זאלן שפאצירן אינאיינעם - אפילו בימי טהרתה....

כמדומה לי אז ער רעדט בנוגע שוחטים. אבער די המון עם..?

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 4:44 pm

· #480041
אמת וצדק
ווי אנדערע האבן שוין דא געשריבען, אויב קומסטו מיט די הנחה אז יעדער קען טוהן וואס ער וויל, נו מעג אויך גיין אויפן גאס אליין, איי זי קוקט נישט אויס צופרידען, ווער זאגט עס האט צוטוהן מיט דעם, אפשר איז די שלום בית דארט נישט אזוי גוט, און אנדערע ווערטער עס איז שייך צו גיין אויפן גאס באזונדער (ווייל אזוי איז זיין מנהג אבותיו) און נאכאלץ האבן א גוטע שלום בית.

וואס איז די אויפטוה אז די מאן זאל לויפן אפאר טריט ווייטער און די פרוי זאל אים נאכלויפן?

וועמען העלפט דאס? וואס???

אוואדי מעג יעדער טוהן וואס זיי ווילן? אבער וואס איז פשט פונדעם? וועמען טוט מען טובה? דער אייבישטער? וואו שטייט דאס? פון וואו נעמט זיך דאס?

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 4:56 pm

· #480042
מפיל קינד
אין וויזניץ איז דאס פון די שטרענגסטע ענינים. איך גלייב אז ס'קומט נאך פון אהבת ישראל, דער לעצטער תלמידי בעש"ט וואס אלע רבי'ס מעגן זיך לערנען פון אים..

הגרא"ד פריעדמאן דערציילט, אז ווען מהר"א איז געווען שנה ראשונה אין בני ברק, האט ער שפאצירט מיט די רעביצין אין קרית וויזניץ.

דער אמרי חיים זצ"ל איז געווען אויבן אויפן טאראסע, האט ער אראפגעשריגן צו מהר"א: ניסן, ניסן! ר' אהרן קוקט ארויף און רופט זיך אן איך הייס נישט ניסן. זאגט דער אמרי חיים: אבער ניסן גייט צוזאמען מיט אי"ר...

----

דער רבי זי"ע האקט אריין מיט די זעלבע מעשה.

קומט נישט פון די אהבת ישראל! קיינמאל נישט! די אהבת ישראל האט קיינמאל נישט געזאגט מזאל נישט שפאצירן מיט די ווייב! שקר!

דאס וואס דו זאגסט אז סאיז געוועהן די שטרענגסטע זאך אין וויזניץ מיינסטו לכאורה אין די צייטן פון די תורת מרדכי. אין וויזניץ אינדערהיים האט קיינער נישט געהאט קיין פראבלעם מיט דעם. ווער ס’פארשטייט וויאזוי אידישקייט אין רומעניע האט אויסעגגקוקט אין יענע צייטן וועט דיר זאגן די זעלבע זאך...

די מעשה מיט די אמרי חיים איז אמת. די אמרי חיים האט נישט געשריגן פון די טאראסע. ער האט אים דאס געזאגט מיט א שמייכל, כעין א ווערטל.

סקען זיין די אמרי חיים האט געהאלטן טאקע אז ס’פאסט נישט אז א רביש קינד זאל שפאצירן מיטן ווייב אין שיכון וויזניץ אבער סתם א עמך איד האט ער קיין פראבלעם נישט געהאט קיינמאל!

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:08 pm

· #480046
קאך_לעפל
איך בין ליבעראל. איך לאז יעדען פירן זייער אייגענע לעבן. און יעדער קען טוהן וואס ער וויל און זיין מעהר פרום ווי גאט, און איך וועל אייביג האלטן אז יעדער האט אלע רעכטן צו זיין פרום און טוהן כל מה שלבו חפץ ווילאנג ער באדראעט נישט קיין אנדערע.

ארלעדיגט, כ'האב פיינט די שווארצע, און איך גיי מיר קויפן א גאן!

מ׳מעג טאקע פיינט האבן שווארצע. מ’מעג פיינט האבן יעדען איינעם. אבער רעדן אין פובליק דערוועגן. אדער מאכן פאליסיס אז זיי זאלן ליידן טאר מען נישט. אזויווי איך האב געשריבן באריכות אין אנדערע אשכול וועגן פרי ספיטש. אבער דאס וואס דיין צודרייטע פרעזידענט האט געטוהן און גערעדט אפען קעגן מינארעטיס און זיי באשמוצט- טאר מען נישט טוהן! דאס האבן די נאציס געטוהן און דאס איז א סכנה פאר די מענטשהייט!

א גאן מעג מען אויך האבן אויב סאיז מיט א קאנטראל- פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען איינער קויפט א קאר דארף ער נעמען לייסענס קודם און רעגעסטרירן די קאר ביי די שטאט. ווייל אז נישט קען עס באדראדען אנדערע. אז איינער קען נישט זעהן אזוי גוט אויף די אויגן און קען נישט ליינען קיין סיינס אויף די ראוד, זאל ער נישט טארן דרייווען. פונקט אזוי ווילן נישט די דעמאקראטן אז יעדער משוגענער זאל מעגן אריינשפאצירן אין וואלמארט און זיך איינהאנדלן א שיסער וואס קען זיין א סכנה פאר די אנדערע מענטשען. און פארדעם ווילן טאקע רוב נארמאלע, קלוגע, געלערענטע, ציוויליזירטע מענטשען אז אין אמעריקע זאל זיין געזעצן אז נישט יעדער וואס איז פאריקט אויף די נערווען זאל זיך קענען איינהאנדלן געווער און שיסן אומשולדיגע מענטשען... דאס הייסט “גאן קאנטראל”

קאך_לעפל » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:15 pm

· #480047
שייגאץ!
מ'טאר נישט פיינט האבן קיין שום מענטש אין ג-ט געשטאלט! פארשטאנטא?

קאך_לעפל » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:18 pm

· #480048
יא! און ס'איז נישטא ווער ס'קען מיר איינטיילן, נישט צו רומפאשזירן מיט מיין ניין מילימעטער אוטומאטיק.

שבת אחים » מיטוואך אוגוסט 18, 2021 6:31 pm

· #480061
קאך_לעפל
שייגאץ!
מ'טאר נישט פיינט האבן קיין שום מענטש אין ג-ט געשטאלט! פארשטאנטא?

איך פארשטיי דו מאכטס נאר א ווערטל

אבער איך האב מורא א דו מיט דיינע קלוגע רעפובליקאנער ברודער פארשטייען עס טאקע נישט. ווייל דערווייל הער איך די זעלבע פזמון פון אלע רעכטע.

ביי די רעפובליקאנער ארבעט אלעס די “אלטע וועג” און זייערע פאליסיס איז געבעיסט אויף Authority (אויטאריטעט). ביי זיי איז די קאנסטיטוציע ממש “תורה מסיני” און דאס איז זייער “שלחן ערוך”.

אמת די founding fathers זענען געוועהן קלוגע געלערענטע מענטשען פאר זייער צייט. זיי האבן געמיינט גוטס. און קיינער לייקענט נישט אז אזא מענטש ווי בענדזשעמין פרענקלין איז געוועהן א חכם און האט געטוישט די וועלט אין אסאך וועגן. אבער יעדער מענטש נישט קיין חילוק ווי קלוג און געלערענט ער איז. קען מאכן געוויסע טעותים און האבן געוויסע בליינד-ספאטס.

פובליק פאליסיס האט גארנישט צוטוהן וואס דער האט געזאגט, און וואס יענער האט געזאגט. נאר אלע פובליק פאליסיס דארף זיין באזירט אויף ריינע לאגיק און מאטעמאטיק, וואס יעדער קען אליינס אין זיין מוח אויסרעכענען אז סלוינט זיך בעסער צוטוהן אזוי. און אז די וועג גייט זיין בעסער פאר די המון עם.

קיינער קען נישט דיקטירן אז מענטשען זאלן ליב האבן אדער פיינט האבן שווארצע אין זייער הארץ און אז דאס זאל זיין די official policy. נאר מקען אויסרעכענען אז ס’לוינט זיך נישט פאר רוב מענטשען אז מ’זאל זיך ארויס שטעלן קעגן א גאנצע מינארעטי און רעדן קעגן זיי אין פובליק ווייל אין היסטאריע האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווען מ׳האט דאס געטוהן האט זיך עס גענעדיגט מיט א בלוט-באד!

פארשטייט זיך א קלוגע ציוויליזירטע מענטש כאפט גלייך אז אלע מענטשען און חיות זענען צאמגעשטעלט פון די זעלבע מאטעריאל און די וועלט באשטייט נישט נאר פון ווייסע Homo sapiens. נאר סאיז דא אסאך Variations פון לעבן און לייף וואס אלעס איז געשריבן מיט די זעלבע שפראך פון DNA און בעסיקלי צאמגעשטעלט פון carbon. און אלע לעבעדיגע באשעפענישן האבן ענדליכע געפילן צו אונז מענטשען.

פיינטשאפט צו א צווייטע מינארעטי קומט געווענטליך פון די “חיה׳שע אינסטינקט”. די קאץ הארגעט די מייז ווייל זיי זענען קלענער, די פיטבאל הונט הארגעט די קאץ, די לייב הארגעט די הונט. נישט געבעיסט אויף לאגיק נאר אלעס וועגן “פן ירבה” און פאר dominance and power.

א געלערענטע ציוויליזרטע מענטש פארשטייט אבער אז סלוינט זיך בעסער אז אלע מיני מענטשען אפגעזעהן זייער ראסע, רעליגיע, קולטור, קענען זיך לעבן זייט ביי זייט אין האַרמאניע און פאר די פרייז פון האבן אביסל טאלארענץ צו אנדערע עטנישע גרופעס און קולטורן וועט צום סוף זיין בעסער פאר יעדען איינעם.

אבער דאס קען נישט זיין די אפעציעלע פאליסי, אז א יחיד זאל נישט טארן אין זיין הארץ פיינט האבן א צווייטן! נישטא אזא זאך! נאר וואס יא, מקען אויפקלערן מענטשען, מקען זיי בעסער עדיוקירן און מחנך זיין, און זיי זאגן זייטס נישט קיין נערנים, האטס טאלארענץ פאר יעדע פאלק און סוועט צום סוף זיך לוינען. און דאס טוהן טאקע די ליבעראלע. אפשר טוהן זיי נישט קיין גוטע דזשאב מיט אויפקעלערן די מענטשען. אבער זיי פרובירן.

אינטערשטע שורה: יעדער געזעץ דארף מען קענען בעיקן מיט לאגיק נישט ווייל ס’שטייט ערגעץ געשריבן אזוי. און אדרבה ואדרבה אויב קענסטו מסביר זיין מיט לאגיק דיינע שיטות בין איך גרייט צוהערן און נאכמאל טראכטן. אבער דערווייל הער איך נאר פון רעפובליקאנער אז זייערע שיטות איז אויסגעהאלטן ווייל אזוי האט מען געטוהן “אמאליגע צייטן” אדער ווייל אזוי שטייט בפירוש געשריבן אין עפעס א דאקומענט- ביי מיר איז עס גארנישט מחייב. און סגייט מיך גאנץ ווייניג אן וואס מענטשען וואס האבן געשטינקען פון פערדן צואה האבן געזאגט... נאר לאגיק און reason איז מיך מחייב!

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 22, 2021 1:03 am

· #480241
שבת אחים: איך מיין אז ר' קלמן מארקס איז געווען א קלוגער איד (פאר ער האטציך געשמד'ט) און אזוי אויכעט ר' וועלוול לענין. און ספעציעל זיין תלמיד ר' יאסל דזשוגאשווילי. וועלכע האבן נאר אינזין געהאט די גוטס פון די פראלעטאריאט.

ר' יאסל דזשוגאשווילי (ימ"ש) איז געווען אזא פיינער מענטש. ער האט נאר געהאט זייער א שלעכטן הויפט פון די זיכעהייטס פאליציי. דער מאן פון די אישה חשובה מרת חנה פייגנבוים. אבער בפקודתו הקדושה איז מען (ב"ה) פטור געווארן פון איהם (וויאזוי, זאג איך נישט.). און דער פיינער מענטש און בעל מידות טובות ר' לייבל בעריא האט איבערגענומען די לייצעס. און ער האט געפיהרט די ארגאניזאציע ביד רמה. ער האט פארניכטעט אלע שונאים פון די רעוואלוציע. און ר'איז געווען זייער אן אפגעהיטענער (קאסמאפאליטאנער) איד. ער האט נישט ארויסגעקוקט פון זיינע ד' אמות. און ער האט אויסגעפיהרט דעם רצון פון זיין אויבערהאר מיט גרויס פלייס...!

איין טאג האט ר' יאסל (דזשוגאשווילי) אפגעמאכט אז מ'דארף (ח"ו) פטור ווערן פון די אידן. איז ער אויפגעקומען מיט א ברילליאנטענעם פלאן. מ'זאלל מאכן א בילבול אויף די (אידישע) דאקטוירים) אז זיי האבן געוואלט פארסמ'ען די הויפט פיהרערס פון לאנד. און דאס איבעריגע וועט שוין דער המון עם טון. מאכן (ח"ו) פאגראמען אויף אידן. און ווען זיי וועללן קומען שרייען צו די רעגירונג נאך הילף וועט מען זיי זאגן אז זיי זאללן (אלע) ארויפגיין אויף טרעינס וועלכע וועללן זיי פיהרן צו די מדבריות וואו ס'איז נישטא קיין הייזער אדער עסן...!

אבער דער אייבישטער האט געמאכט א נס. אז אום פורים האט ר' יאסל דזשוגאשווילי געכאפט א סטראוק. (יש אומרים אז ר' לייבל האט געהאט א יד דערינען). און 2 טעג נאכדעם איז ער געפגר'ט. און ר' לייבל האט איבערגענומען די לייצעס פון די רעגירונג. די ערשטע זאך וואס ער האט געטון איז, ער האט באפרייט אלע (אריבער 100) ארעסטיר'טע אידישע דאקטוירים...! ביז ר' נחום (ניקיטא) כרושטשעוו (אויך נישט קיין קליינער רוצח) האט איהם געהרג'עט...!
המשך יבוא, אי"ה...!

בת קול » זונטאג אוגוסט 22, 2021 12:04 pm

· #480255
די גאסן זענען אזוי געפאקט, אפשר ווילן זיי פשוט וואקן מיט א צווייטנס ווייב.

ליב צו וויסן » זונטאג אוגוסט 22, 2021 5:26 pm

· #480286
שבת אחים
קאך_לעפל
שייגאץ!
מ'טאר נישט פיינט האבן קיין שום מענטש אין ג-ט געשטאלט! פארשטאנטא?

איך פארשטיי דו מאכטס נאר א ווערטל

אבער איך האב מורא א דו מיט דיינע קלוגע רעפובליקאנער ברודער פארשטייען עס טאקע נישט. ווייל דערווייל הער איך די זעלבע פזמון פון אלע רעכטע.

ביי די רעפובליקאנער ארבעט אלעס די “אלטע וועג” און זייערע פאליסיס איז געבעיסט אויף Authority (אויטאריטעט). ביי זיי איז די קאנסטיטוציע ממש “תורה מסיני” און דאס איז זייער “שלחן ערוך”.

אמת די founding fathers זענען געוועהן קלוגע געלערענטע מענטשען פאר זייער צייט. זיי האבן געמיינט גוטס. און קיינער לייקענט נישט אז אזא מענטש ווי בענדזשעמין פרענקלין איז געוועהן א חכם און האט געטוישט די וועלט אין אסאך וועגן. אבער יעדער מענטש נישט קיין חילוק ווי קלוג און געלערענט ער איז. קען מאכן געוויסע טעותים און האבן געוויסע בליינד-ספאטס.

פובליק פאליסיס האט גארנישט צוטוהן וואס דער האט געזאגט, און וואס יענער האט געזאגט. נאר אלע פובליק פאליסיס דארף זיין באזירט אויף ריינע לאגיק און מאטעמאטיק, וואס יעדער קען אליינס אין זיין מוח אויסרעכענען אז סלוינט זיך בעסער צוטוהן אזוי. און אז די וועג גייט זיין בעסער פאר די המון עם.

קיינער קען נישט דיקטירן אז מענטשען זאלן ליב האבן אדער פיינט האבן שווארצע אין זייער הארץ און אז דאס זאל זיין די official policy. נאר מקען אויסרעכענען אז ס’לוינט זיך נישט פאר רוב מענטשען אז מ’זאל זיך ארויס שטעלן קעגן א גאנצע מינארעטי און רעדן קעגן זיי אין פובליק ווייל אין היסטאריע האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווען מ׳האט דאס געטוהן האט זיך עס גענעדיגט מיט א בלוט-באד!

פארשטייט זיך א קלוגע ציוויליזירטע מענטש כאפט גלייך אז אלע מענטשען און חיות זענען צאמגעשטעלט פון די זעלבע מאטעריאל און די וועלט באשטייט נישט נאר פון ווייסע Homo sapiens. נאר סאיז דא אסאך Variations פון לעבן און לייף וואס אלעס איז געשריבן מיט די זעלבע שפראך פון DNA און בעסיקלי צאמגעשטעלט פון carbon. און אלע לעבעדיגע באשעפענישן האבן ענדליכע געפילן צו אונז מענטשען.

פיינטשאפט צו א צווייטע מינארעטי קומט געווענטליך פון די “חיה׳שע אינסטינקט”. די קאץ הארגעט די מייז ווייל זיי זענען קלענער, די פיטבאל הונט הארגעט די קאץ, די לייב הארגעט די הונט. נישט געבעיסט אויף לאגיק נאר אלעס וועגן “פן ירבה” און פאר dominance and power.

א געלערענטע ציוויליזרטע מענטש פארשטייט אבער אז סלוינט זיך בעסער אז אלע מיני מענטשען אפגעזעהן זייער ראסע, רעליגיע, קולטור, קענען זיך לעבן זייט ביי זייט אין האַרמאניע און פאר די פרייז פון האבן אביסל טאלארענץ צו אנדערע עטנישע גרופעס און קולטורן וועט צום סוף זיין בעסער פאר יעדען איינעם.

אבער דאס קען נישט זיין די אפעציעלע פאליסי, אז א יחיד זאל נישט טארן אין זיין הארץ פיינט האבן א צווייטן! נישטא אזא זאך! נאר וואס יא, מקען אויפקלערן מענטשען, מקען זיי בעסער עדיוקירן און מחנך זיין, און זיי זאגן זייטס נישט קיין נערנים, האטס טאלארענץ פאר יעדע פאלק און סוועט צום סוף זיך לוינען. און דאס טוהן טאקע די ליבעראלע. אפשר טוהן זיי נישט קיין גוטע דזשאב מיט אויפקעלערן די מענטשען. אבער זיי פרובירן.

אינטערשטע שורה: יעדער געזעץ דארף מען קענען בעיקן מיט לאגיק נישט ווייל ס’שטייט ערגעץ געשריבן אזוי. און אדרבה ואדרבה אויב קענסטו מסביר זיין מיט לאגיק דיינע שיטות בין איך גרייט צוהערן און נאכמאל טראכטן. אבער דערווייל הער איך נאר פון רעפובליקאנער אז זייערע שיטות איז אויסגעהאלטן ווייל אזוי האט מען געטוהן “אמאליגע צייטן” אדער ווייל אזוי שטייט בפירוש געשריבן אין עפעס א דאקומענט- ביי מיר איז עס גארנישט מחייב. און סגייט מיך גאנץ ווייניג אן וואס מענטשען וואס האבן געשטינקען פון פערדן צואה האבן געזאגט... נאר לאגיק און reason איז מיך מחייב!

צום וויפלטן מאל ליין איך דיינע תגובות (און אנדערע ליבעראל זאגערס) און ווער פשוט צומישט..!!
זאגן זאגט עטס צומאל אסאך קלוגע רייד, אבער ווען ס'קומט צו למעשה'דיגע פאליסיס זענטס ערגעץ ווי אויף די לבנה..

ס'איז קלאר אז די מערסטע מינאריטעטן לעבן אין דעמאקראטישע סטעיט'ס און נאך מער אין דעמאקראטישע סיטי'ס, און זייער מצב ווערט בכלל נישט בעסער, אדרבה זייער מצב ווערט ערגער און ערגער אין פארשידענע הינזיכטן.

אדרבה העלף מיר ארויס ווי אזוי מען העלפט מינאריטעטן, ווען:

-מען טוט כסדר באשמוצן, אונטעררייסן און סטראשען צו דיפאנדן די פאליציי קראפט וואס איז גאר וויכטיג אין די איננער סיטי'ס, בו בעת וואס כמעט קיין פיפס הערט מען נישט פון די אלע אומשולדיגע קרבנות וואס פאלן פון די פילע קריים דארט.

-מען טוט צווינגען עלטערן צו שיקן זייערע קינדער אין די שרעקליך שוואכע פאבליק סקולס אין די איננער סיטי'ס אנשטאטס פארלאנגען School choice.

-מען טוט איינפירן פראגראם נאך פראגראם וואס מאכט צודרייט שווער פון אראפגיין פון גאווערנמענט פראגראמס און זיך שטעלן אויף די פיס אליינס (אדרבה, מאך דו דעם חשבון ווער ענדיגט די יאר מיט מער געלט.. דער וואס מוטשעט זיך און פארדינט 70000 און צאלט טעקס דערויף, אדער דער וואס פארדינט בלויז 35000 און באקומט אלע ערליי פראגראמען ווי: מעדיקעיד, סעקשן 8, סנעפ, טעקס ריפאנדס וכו וכו וכו).

-מען טוט אקטיוו ענקאריזשן Low skilled אימיגרעישן אין די מאסן, וואס טוהן דערנאך דירעקט קאמפיטן מיט די היזיגע מינאריטעטן פאר Jobs.

-מען טוט כסדר העכער מאכן די פייער פון ראסע צוטיילונג, דורכן באשולדיגן אלע ווייסע (היינט שוין אויך אזיאנער...) אין עוולות וואס זיי האבן קיינמאל געטוהן.

און אזוי איז דא נאך און נאך..

ס'איז פשוט צום שטוינען ווי די זעלבע וואס גיבן זיך אן אז זיי שטיצן מינאריטעטן, פירן איין פאליסי נאך פאליסי וואס טוט נאר ערגער מאכן זייער Long term Future אויפן חשבון פון אפאר גוטע Pictures אויף די מינוט.

און פארשטייט זיך ווען רעפובליקאנער -אדער סיי ווער- טוהן פארלאנגען א טויש צו די פאליסיס ווערן זיי גאר ארונטער געריסן אלס ראסיסטן...

נישטא ווער ס'זאל לאכן.

אני-הק' » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 8:54 am

· #481123
איך זאג נישט אז ס'איז אמאל געווען אזוי די נחלת הכלל, און אויך נישט אז איבעראל האבן זיך יראים אזוי געפירט, און אפילו אויך נישט אז ס'איז דא א מנהג ענין מקור להלכה חסידות ועוד אז מ'זאל זיך אנפאנגען אזוי צו פירן
אבער דאס איז זיכער דא, אז יענער בנשק"ל האט דאס נישט ארויסגעזויגן פון פינגער, ס'שטאמט פון ערגעץ, די מציאות פון אזא זאך, איז דא, נאך פון פריערדיגע, פריערע פון די פריערדיגע,
אין אמת'ן ס'מוז אפילו נישט זיין אז ס'איז געמאכט אפילו פאר אים, און מעגליך אז פאר אים און זיין רביצין וואלט געווען הייליגער יא צו שפאצירן צוזאמען מכמה טעמים, און ס'קען אפילו זיין אז נאך טויזענט זאכן וואס מ'וועט טענה'ן, אבער מ'קען נישט זאגן אז איינער טוט אזוי ווייל ער פילט אז דאס וויל דער אייבירשטער פון אים (אזוי ווי די פילסט אז דער אייבירשטער וויל פון דיר זאלסט האבן א סמארטפאון למשל, אדער זאלסט מקיים זיין כתשוקתך ולערב אל תנח ידיך, ועוד) איז ער פרומער פון גאט,

ליב צו וויסן » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 4:09 pm

· #481174
אני-הק'
איך זאג נישט אז ס'איז אמאל געווען אזוי די נחלת הכלל, און אויך נישט אז איבעראל האבן זיך יראים אזוי געפירט, און אפילו אויך נישט אז ס'איז דא א מנהג ענין מקור להלכה חסידות ועוד אז מ'זאל זיך אנפאנגען אזוי צו פירן
אבער דאס איז זיכער דא, אז יענער בנשק"ל האט דאס נישט ארויסגעזויגן פון פינגער, ס'שטאמט פון ערגעץ, די מציאות פון אזא זאך, איז דא, נאך פון פריערדיגע, פריערע פון די פריערדיגע,
אין אמת'ן ס'מוז אפילו נישט זיין אז ס'איז געמאכט אפילו פאר אים, און מעגליך אז פאר אים און זיין רביצין וואלט געווען הייליגער יא צו שפאצירן צוזאמען מכמה טעמים, און ס'קען אפילו זיין אז נאך טויזענט זאכן וואס מ'וועט טענה'ן, אבער מ'קען נישט זאגן אז איינער טוט אזוי ווייל ער פילט אז דאס וויל דער אייבירשטער פון אים איז ער פרומער פון גאט,

מען קען יא..
וויאזוי ווייס איך? כ'האב געזעהן נאכברענגען פון אן אלטען ספר (געשריבן געווארן טויזנטער יאר צוריק) עפעס אזא לשון ווי "לא תספו על המצוה אשר אנכי מצוה אתכם".

אני-הק' » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 4:38 pm

· #481182
ליב צו וויסן

א זאך וואס איז לא תוסיף וויל נישט דער אייבירשטער פון אים, און אויב וויל דאס דער אייבירשטער יא פון 'אים' איז ער פונקט אזוי פרום ווי ער האלט אז דער אייבירשטער וויל אז ער זאל זיין...
אויב גייסטו זאגן אז ס'איז לא תוסיף, סוי וואס חכמז"ל האבן מתקן געווען און אלע מנהגי ישראל תורה איז בל תוסיף...?
(איך זאג נישט אז חכז"ל האבן דאס מתקן געווען, און/אדער ס'איז א מנהג ישראל תורה, איך זאג נאר אז ס'הייסט נישט בל תוסיף)

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 3:23 am

· #481250
אני הק': א..."חומרא" אדער ..."קעפעידע"... הייסט נישט קיין בל תוסיף. און אודאי נישט א גזירה מדרבנן. אדער א מצוה מדרבנן.

רש"י ברענגט א משל וואס הייסט בל תוסיף. אויב איינער נעמט 5 מינים צו דעם אתרוג און לולב. לאמיר זאגן אז ס'כאפט איהם אן א משוגעת אז וועגן זה ק-לי ואנוהו ווילל ער אריינלייגן א רויז אין דעם לולב. אויסער וואס ער איז א משוגע'נער איז ער אויך עובר אויף בל תוסיף.... אבער ווען איינער איז מחמיר אין די עשיית המצוה אליין . דאס הייסט נישט קיין בל תוסיף...!

פאלאצ'ינטא » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 6:09 am

· #481549
פרעג זיי די חברה וועליכע האלטען אז דער באשעפער האט געמאכט א טעות אז ער האט באשאפען פרויען. אזוי ווי די גער'ר. אדער די חיות וועליכע גייען מיט די שמאטעס. אדער סתם די פארפרומטע חניאקעס. וואס איס טייטש ויאהב יעקב את רחל.

אזוי ווי דער יארמער רב דערציילט אז ער האט אמאהל געהערט ווי א גער'ר בחור זאגט די ברכות צופרי בא"ה אמ"ה שלא עשני כרצונו.

מען דעציילט אז דער בית ישראל האט איינגעפירט ביי זיי אז מאן און ווייב זאהלען נישט גיין צוזאמען. איינער האט איהם דערציילט אז פלוני גייט שפאצירן מיט זיין ווייב אויפן גאס האט ער גע'ענפערט עס איז נישט זיין

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:17 am

· #481560
פאלאצ'ינטא: דו האסט מיר אויסגעכאפט מיין דזשאוק...! לאל.

פאלאצ'ינטא » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 4:40 pm

· #481581
באמת איז די גיין אפגערוקט פון די ווייב א גער'ר קרענק. זי מוז גיין פון אונטען ח"ו נישט צוזאמען ווי אויך אויב דער מאן דרייווט ל"ע מוז די ווייב זיצען אין די בעק סיט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 6:12 am

· #482043
און וועלכע קרענק איז דאס אז מענער און פרויען מוזן גיין די אנדערע זייט גאס?....

האלט זיך קליג » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 12:44 am

· #482100
Re: פשט אין שפאצירן מיטן ווייב אויפן גאס אפגערוקט?
שבת אחים
כהאב היינט באזוכט מיינע עלטערן אין וויליאמסבורג. כהאב געפארקט די קאר. און גערעדט אויפן טעלעפאון . און איך באמערק ווי א יונגע פארפאלק שפאצירט אויפן גאס. די מאן מיט א ברייטע הוט, בעיקטשע מיט א גארטל. קוקט אויס מעגליך פון א רבישע משפחה. די פרוי מיט א שפיצל. און זיי גייען אפגערוקט איינע פונעם צווייטן מיט אפאר פוס. און שפאצירן ח”ו נישט אינאיינעם.

אסאך מאל קען מען זעהן א פארפאלק שפאצירן אינאיינעם און זיי רעדן, שמועסן, און לאכן צווישן זיך- און מ’דערקענט אז זיי זענען ביידע אויף א גוטע פלאץ, זענען ביידע העפי, גליקלעך און צופרידן. אבער דא האט עס אויסגעקוקט פונקט פארקערט. די פרוי האט אויסגעזעהן צוזיין זייער פארזויערט און אנגעזעצט.

איך בין ליבעראל. איך לאז יעדען פירן זייער אייגענע לעבן. און יעדער קען טוהן וואס ער וויל און זיין מעהר פרום ווי גאט, און איך וועל אייביג האלטן אז יעדער האט אלע רעכטן צו זיין פרום און טוהן כל מה שלבו חפץ ווילאנג ער באדראעט נישט קיין אנדערע.

אבער פונקט ווי יעדער האט א רעכט צוטוהן וואס ער וויל. האב איך אויך א רעכט צוזאגן וואס איך וויל. און איך זאג אפילו איך געב אים די רעכטן דאס צוטוהן. און איך פארשטיי אז ער מיינט נאר גוטס. איז דאס א מוראדיגע טפשות און א פשוטע משוגעת. סהאט גארנישט מיט אידשקייט, סהאט נישט קיין שום מקור. סהעלפט נישט קיינעם. און סקען נישט זיין אז דאס איז די ווילן פון דער מלך מלכי המלכים.
פארקערט, דער אייבישטער וויל א מענטש זאל לעבן מיט זיין ווייב ווי א נארמאלע מענטש. ווען ער גייט מיט איר שפאצירן אויף די גאס זאל ער רעדן מיט איר, און פארברענגן מיט איר מיט געשמאקייט. א מענטש דארף זיין נאנט צוזיין ווייב, און נישט אוועקלויפן פון איר און זי זאל אים דארפן נאכלויפן אפאר טריט אינטער אים!

ווען איך זעה דאס, און די זעלבע די מוסלימענער פרויען וואס גייען צוגעדעקט אינגאנצן מיט די צוויי קליינע לעכער פאר די אויגן האב איך פשוט רחמנות אויף די מענטשען...

קיינער פון די אידישע רבנים און פון די אלע גרויסע מענטשען אין היסטאריע פון די אידישע רעליגיע האט זיך אזוי אויפגעפירט!
נישט רבי יוחנן בן זכאי. נישט הלל הזקן, נישט אביי ורבא. נישט רש”י, נישט די רמב”ם, נישט די בעש”ט, נישט די ווילנער גאון. קיינער נישט!
דאס איז נישט קיין פרומקייטן! דאס איז פשוטע משוגעתן און אבסעסיעס. סקומט נישט פון קיין געזונטע פלאץ. און ס׳מאכט אויסקוקן די רעליגיע ווי א קולט, זייער נעגעטיוו, זייער נעריש, זייער צוריקגעשטאנען. און האט נישט קיין שום פשט! גארנישט!
קודם א שיינע זאך פון דיר אז די לאזט יעדן האבן זיינע משוגעתן. און די גיבסט יעדן די רעכט צו טוהן וויאזוי ער פארשטייט. די פילסט זיך אבער באדרויעט אז אויב די גייסט איינעם אוועקמאכן גייסטו כאפן הלמאי די לאזט נישט יעדן טוהן וואס ער וויל?, איז באווארנטסטו זיך אז בעצם ביסטו ליבעראל.
טייערע פריינט איר האט א גרויסע טעות. זיין א ליבעראלער מיינט לאזן יעדן טוהן וויאזוי ער וויל און פארשטיין אז יענער טוט אזוי ווייל עם איז גיט אזוי. אפילו די פארשטייסט עס נישט דאך געבן יענעם זיין ספעיס.! און סנישט קיין סתירה מיטן האלטן אנדערש אדער פרעגן קשיות און ווילן פארשטיין יענעם.
אבער די רייסט עס אראפ כאילו ער איז פרומער פון גאט און כאילו ער איז טויט משוגע פארן זיך אזוי אויפפירן. דאס איז נישט ליבעראל!

אז די פרעגסט שוין וועל איך זאגן מיין מיינונג.
סדא פלעצער/חצירות ווי אזוי האט מען איינגעפירט געווענליך איז עס ביי די רעבישע און ביי זיי ע"פ רוב האלט זיך די מנהגים שטערקער ווי ביי די סתם המון עם ווי יעדער טוט מער מה שלבו חפץ דארטן איז דא אסאך א גרעסערע פרעשער צו זיך צושטעלן.
יעצט פארוואס די ענין איז לכתחילה אין פלאץ?. טראכט איך אז סאיז א געוויסע איידלקייט פונעם פאריגן דור נישט ארויסציווייזן נאנטקייט אין פאבליק. קיינער ברויך נישט וויסן how they get along. ווייסעךמיין.
וואס דאס איז פשוט א סתירה מיטן היינטיגן מציאות ווי יעדער איז אויסגעטוהן נאקעט אויפן גאס יעדעמ'ס פריווייטע לעבן איז אויף סטאטוס וכו. מילא איז זייער פארשטענדלעך פארוואס דו פארשטייסט עס נישט. (איך פארשטיי דיר)
גראדע קען איך אזאלכע וואס פירן זיך אזוי און האבן א קנאקעדיגע שלום בית און איך קען אזעלכע בנשק וואס האבן עס מבטל געווען ווייל סהאט נישט געארבעט.

נאך א נקודה. דו פארשטייסט נישט דעם אראבער וואס גייט פארדעקט דאס איז שוין נעקסט לעוול. אונז אידן (נישט קיין חילוק וואזוי די פראזענליך גייסט אנגעטוהן) אונז פירן זיך וויאזוי די באשעפער האט אונז אנגעוויזן נישט קיין חילוק צו סאיז באקוועם אדער יא. איז דער חאסידשן יונגערמאן מיטן שטריימל און בעקיטשע ווען סאיז 100 דעגרי און גאס און דער גוי קוקט דיר אן פון די לבנה אראפ יא ווייל ער רעספעקט נישט עפעס העכערעס און פארשטייט נישט רעליגיע. אבער איך פארשטיי זייער גיט דעם אראבער נישט קיין חילוק ווי פארדעקט ער/זי גייט. דאס איז נישט שווער. דאס איז זיין חיות. זיין קאנאקטעט צו זיין גלויבן. דאס מאכט עם /אונז להבדיל פילן גוט.
כהאף די פארשטייסט מיינע פאר פוינטס וואס כהאב דא ארויסגעברענגט.

Sent from my SM-G960W using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 12:56 am

· #482102
שמעקעדיג
און וועלכע קרענק איז דאס אז מענער און פרויען מוזן גיין די אנדערע זייט גאס?....

דאס שטאמט פון דעם העיליגן שטעטל סקווירא. נאר א שטיקל לימוד זכות (לימיט זכות) קענמען אפשר טרעפן צו פארשטיין די (פלאטשיגע) מוחות. ווייל די סיידוואקס אין העיליגן שטעטעלע זענען זייער שמאל (נו, מאך א ביסל ברייטערע סיידוואקס ווי נארמאלע מענטשן). אבער דאס האט שוין צו טון מיט די העיליגע סקווירא'ער מידה פון געלט גייציגקייט (נאך ערגער ווי קארגשאפט). אויסקוועטשן די מערסטע געלט פון א יעדן אינטש. סקווירא ביה"ח יוכיח... שוין לאמיר נישט רעדן. גענוג געווען...!

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 12:58 am

· #482103
נ.ב.: אויב די הנהלה זעהט איין פאר ריכטיג קענמען מעקן די תגובה...!

פאלאצ'ינטא » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 8:45 am

· #484377
שמעקעדיג
און וועלכע קרענק איז דאס אז מענער און פרויען מוזן גיין די אנדערע זייט גאס?....

דאס איז א סיק-ווירא קרענק

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 9:13 am

· #484379
פאלאצ'ינטא : אך ווילל דיך יעצט פרעגן א שאלה וואס איך האב שוין געפרעגט. איך האב נאכנישט באקומען קיין ענטפער...פארוואס הייסט א מאוקאש/וועוועריקל, אויף ענגליש....א סקווירל...?!

פאלאצ'ינטא » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 4:47 pm

· #484688
berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא : אך ווילל דיך יעצט פרעגן א שאלה וואס איך האב שוין געפרעגט. איך האב נאכנישט באקומען קיין ענטפער...פארוואס הייסט א מאוקאש/וועוועריקל, אויף ענגליש....א סקווירל...?!

איך בין נישט זיכער אבער עס קען זיין.

א מאקאש פירט זיך אויף ווי א זיסע חי'לה ער האט ליעב צו זיין באהאלטען ער קריכט אהער און ער קריכט און ער קריכט אהין אבער א גנב איז ער און עסט נאר וואס ער קען גנבנ'ן אבער באמת איז ער א ראט די איינציגבטע וועג מיט וואס א ראט איז אנדערש ווי א מאקאש איז די שוואנץ (זנב)

ודאי לח.... בר.....

נפה » מיטוואך נאוועמבער 3, 2021 5:40 pm

· #484689
עס האט א מקור אין מסכת ברכות דא ביי א תלמיד חכם ואל יספר עם אשה בשוק אמר רב חסדא ואפילו היא אשתו
יעצט ו דער רעבישער יונגערמאו איז א תלמיד חכם איז איין שאלה און צו עס גייט אן היינטיגע צייטען וואס יעדער וואס יעדער זעט אז זיי זענען מאן און ווייב איז א צווייטע שאלה

זרחי » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 10:43 am

· #484929
די תקנה מיינט זיכער אויך ער זאל נישט גיין מיט קיין ווייסע זאקן ופשוט הוא

נפה » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 10:46 am

· #484931
[ציטאט אראפגענומען]

מעולם לא שמעתי אזא תקנה איך האב אסאך וויזניץ מאנסי קרובים און איך האב שוין שומר געווען אסאך פון זיי אויפן וועג צום בית המדרש און צוריק געהעריג מיט שטריימל און ווייסע זאקן.
אבער איך וועל זיי איבערפרעגן

זרחי » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 11:08 am

· #484937
די תקנה איז אז בשעת ווען ער גייט מיט די כלה צוזאמען אויפן גאס זאל ער גיין מיט בגדי חול כדי נישט ציען אויפמערקזאמקייט און מענטשען וועלן נכשל ווערן מיט ראיות אסורות, אבער א ודאי ווען די חתן גייט אין שול אדער אויפן גאס אליין מיט א שומר גייט ער מיט די שטריימיל און ווייסע זאקן

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 9:12 pm

· #484985
berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא : אך ווילל דיך יעצט פרעגן א שאלה וואס איך האב שוין געפרעגט. איך האב נאכנישט באקומען קיין ענטפער...פארוואס הייסט א מאוקאש/וועוועריקל, אויף ענגליש....א סקווירל...?!

Because he goes nuts.....

נפה » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 12:57 am

· #485001
זרחי
די תקנה איז אז בשעת ווען ער גייט מיט די כלה צוזאמען אויפן גאס זאל ער גיין מיט בגדי חול כדי נישט ציען אויפמערקזאמקייט און מענטשען וועלן נכשל ווערן מיט ראיות אסורות, אבער א ודאי ווען די חתן גייט אין שול אדער אויפן גאס אליין מיט א שומר גייט ער מיט די שטריימיל און ווייסע זאקן

איך בין נאכנישט אנגעקומען צו מברר זיין ביי וויזניצע חסידים אבער אין וויזניץ מאנסי טאר מען בכל אופן נישט גיין מאן און ווייב צוזאמען

שמעי' » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 1:31 am

· #485004
נפה
[ציטאט אראפגענומען]

מעולם לא שמעתי אזא תקנה איך האב אסאך וויזניץ מאנסי קרובים און איך האב שוין שומר געווען אסאך פון זיי אויפן וועג צום בית המדרש און צוריק געהעריג מיט שטריימל און ווייסע זאקן.
אבער איך וועל זיי איבערפרעגן

איך מיין אז די סיבה פארוואס ער האט געהייסן אויסטוהן די שטריימל איז, וועגן ס'איז א אינטרעסאנטע מלבוש און ס'זאל נישט ציען קיין אויג ביי די גוים, לאו דווקא א חתן נאר יעדער איינער.

אויב איך מאך נישט קיין טעות האט ער אויך געהייסן גיין מיט א הוט ווען מ'איז און שפיטאל שבת/יו"ט, אדער אין עני אנדערע גוי'אישע געגנט.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 8, 2021 9:02 am

· #485015
פאלאצ'ינטא
berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא : אך ווילל דיך יעצט פרעגן א שאלה וואס איך האב שוין געפרעגט. איך האב נאכנישט באקומען קיין ענטפער...פארוואס הייסט א מאוקאש/וועוועריקל, אויף ענגליש....א סקווירל...?!

איך בין נישט זיכער אבער עס קען זיין.

א מאקאש פירט זיך אויף ווי א זיסע חי'לה ער האט ליעב צו זיין באהאלטען ער קריכט אהער און ער קריכט און ער קריכט אהין אבער א גנב איז ער און עסט נאר וואס ער קען גנבנ'ן אבער באמת איז ער א ראט די איינציגבטע וועג מיט וואס א ראט איז אנדערש ווי א מאקאש איז די שוואנץ (זנב)

ודאי לח.... בר.....

פאלאצ'ינטא: פון א סטריקטלי זאאלאגישן שטאנדפונקט. א מאוקאש איז א קיוט חי'לע. און א ראט איז עקלדיג...! ס'קען זיין אז סייענטיפיקלי זענען זיי ביידע קלאסיפיצירט אלס ראדענטס...!

Lesser » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 9:15 pm

· #485784
לאמיר פארברייטערן די קשיא, וואס פילט א פרוי ווען זי לויפט נאך איר מאן אין גאס, אנשטאט גיין ציזאמען, איך וואלט גפילט ווי די הונט וואס שלעפען זיך נאך זייערע באגלייטערס

קהל'ס נער » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 10:07 pm

· #485789
Lesser
לאמיר פארברייטערן די קשיא, וואס פילט א פרוי ווען זי לויפט נאך איר מאן אין גאס, אנשטאט גיין ציזאמען, איך וואלט גפילט ווי די הונט וואס שלעפען זיך נאך זייערע באגלייטערס

אין גמרא שטייט אז א הינט לויפט פאר די בהע"ב, קומט אויס אז די מאן איז גאר די הינט.

קהל'ס נער » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 10:08 pm

· #485790
Lesser
לאמיר פארברייטערן די קשיא, וואס פילט א פרוי ווען זי לויפט נאך איר מאן אין גאס, אנשטאט גיין ציזאמען, איך וואלט גפילט ווי די הונט וואס שלעפען זיך נאך זייערע באגלייטערס

אין גמרא שטייט אז א הינט לויפט פאר די בהע"ב, קומט אויס אז די מאן איז גאר די הינט.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 2:56 pm

· #485901
קהל'ס נער: דו ווייסט נישט ווי גוט דו האסט געזאגט. ווען איינער לויפט פאראויס און לאזט זיין ווייב פון הינטן (תרתי משמע) איז ער טאקע א הינט. א כלב. א דאגי...!