☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » סתם איינרעדענישן אויפן איד אבער פון ווי קומט עס

סתם איינרעדענישן אויפן איד אבער פון ווי קומט עס

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14745

בן נון » מיטוואך יולי 28, 2021 6:05 pm

· #478564
סתם איינרעדענישן אויפן איד אבער פון ווי קומט עס
אין די נישט אידישע וועלט איז דא אסאך זאכן וואס זיי ווייסן וועגן אידן
עס איז היינט א אפענע וועלט עס איז די אזאלעכע כלים ווי וויקיפידיע גוגל וכו’ אבער ווי נישט ווי איז די אינפארמאציע נאר פאר ווער עס זיכט עס
אויב איינער איז איטערעסירט צו פארשטיין די קאלטור פון אידישקייט האט ער ווי צו קוקן אויך זענען דא אזאלעכע סייטס ווי אש התורה וואס האט גוטע אינפארמאציע מיט א גוטע קוואליטעט דריבער א מענטש וואס וויל האבן א בליק פון די נאנט אויף אידן און אידישקייט זענען די טוערן פון חכמה אפן פאר עים
אבער די מציאות פאטשט אין פנים אז היינטיג צייטן 2021 קען מען נאך הערן פון כל מיני איינרעדענישן וואס עס איז דא אין די אלגעמיינער גאס איבער אידן
טייל פון זיי זענען לאו דווקא אנטי סעמיטן און אסאך פון די איינרעדענישן זענען אויך נישט קיין האסליכע נאר זיי האבן אזוי געהערט אלטס קינד פון זיין לערער אין שולע און זיי גלייבן עס
איך האב געמאכט דעם אשכול אז דער עולם זאל האבן א פלאץ אויסצושמיסן די איינרעדענישן און בעיקור פון ווי זיי קומען וואס האט געמאכט די אלגעמיינער וועלט אזוי מיינען און אזוי אנקוקן דעם איד

בן נון » מיטוואך יולי 28, 2021 6:09 pm

· #478565
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?

קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 28, 2021 6:16 pm

· #478566
בן נון
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?

אוודאי!! סקימט דערפון ווייל יודן האבן ציצות מיט א לאך...

בן נון » מיטוואך יולי 28, 2021 6:31 pm

· #478567
קאצקע ציקער

אוודאי!! סקימט דערפון ווייל יודן האבן ציצות מיט א לאך...

הייסט אז זיי לערנען אזוי פשט און מאפיל בטליתו?

קאצקע ציקער » מיטוואך יולי 28, 2021 6:37 pm

· #478568
בן נון
קאצקע ציקער

אוודאי!! סקימט דערפון ווייל יודן האבן ציצות מיט א לאך...

הייסט אז זיי לערנען אזוי פשט און מאפיל בטליתו?

יעפ

בן נון » מיטוואך יולי 28, 2021 6:42 pm

· #478569
און די איינרעדעניש אז אידן האבן אדער פלעגן האבן הערנער?
אויף משה רבינו מילא ס’שטייט קרן עור אבער אלע אידן.

בן נון » מיטוואך יולי 28, 2021 6:44 pm

· #478570
קאצקע ציקער
בן נון
קאצקע ציקער

אוודאי!! סקימט דערפון ווייל יודן האבן ציצות מיט א לאך...

הייסט אז זיי לערנען אזוי פשט און מאפיל בטליתו?

יעפ

און איינער וואס איז נישט קיין תלמיד חכם דארף נישט? ווייל ע”ה איז אסור ביום אפי’ מאפיל.

שושן פורים » מיטוואך יולי 28, 2021 7:07 pm

· #478571
קאצקע ציקער
בן נון
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?

אוודאי!! סקימט דערפון ווייל יודן האבן ציצות מיט א לאך...

די לעגענדע לויטעט אז עמיצער איז דורכגעגאנגען א אידישע געגנט און געזעהן ווי צווישן די וועש וואס טרוקענען זיך אויפן זון הענגט ביי כמעט יעדע שטוב א מאדנע סחורה מיט א לאך האט יענער צוזאמגעשטעלט 1 + 1

בן נון » מיטוואך יולי 28, 2021 7:14 pm

· #478573
און פארוואס זאלן זיי נאך גלייבן אזוי היינטיג צייטן?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 28, 2021 7:35 pm

· #478575
פארוואס נישט? אין אדם מוריש שקר לבניו.

מפיל קינד » מיטוואך יולי 28, 2021 7:43 pm

· #478576
בן נון
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?

מסתמא פון גער.

תוהו ובוהו » מיטוואך יולי 28, 2021 8:55 pm

· #478578
Re: סתם איינרעדענישן אויפן איד אבער פון ווי קומט עס
בן נון
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7%95%D7%A8_%D7%91%D7%A1%D7%93%D7%99%D7%9F

ישעיה » מיטוואך יולי 28, 2021 9:00 pm

· #478579
תוהו ובוהו
בן נון
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7%95%D7%A8_%D7%91%D7%A1%D7%93%D7%99%D7%9F

ס'געפעלט מיך וואס עס שטייט דארט:
הגמרא במסכת כתובות פרק רביעי אף מביאה ברייתא שסותרת את המיתוס: "רבי אליעזר בן יעקוב אומר: שארה- זה קירוב בשר שלא ינהג בה מנהג פרסיים שמשמשים מיטתם במלבושיהם. (וממשיכה הגמרא בעניין-) מסייע ליה לרב יוסף דאמר רב יוסף: האומר אי אפשי לי אלא אני בבגדי והיא בבגדה יוציא ויתן כתובה". לדעת הרמב"ן זהו איסור דאורייתא. הפוסקים מסכימים שכן אם להפך, שהאשה מסרבת בעירום, הבעל יכול לדרוש גט ללא כתובה.

כאילו אלעס וואס חרדים טוען איז געדעקט על פי גמרא....

מורינו ורבנו » דאנערשטאג יולי 29, 2021 1:07 am

· #478580
ר' שלמה קארלינער פלעגט עס טון מיט הענטשוך, ממעט צו זיין די תאוה.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 29, 2021 1:16 am

· #478581
מיינע רביס פלעגן טוהן מיט הענטשוך נאר ווען מ׳האט עס געטוהן מיט זיך אליין, פאר א צווייטן האבן זיי פארגינט אן די הענטשוך.

חתן בחור » דאנערשטאג יולי 29, 2021 1:49 am

· #478582
Re: סתם איינרעדענישן אויפן איד אבער פון ווי קומט עס
ס׳האט זיך ארומגעדרייט א בילד מיט יאָרן צוריק, ווי א לאַלעך מיט אן אויסגעשניטענע לאָך, הענגט אין מאה שערים.

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:46 am

· #478583
בן נון
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?

דאכצעמער דער פירוש הרא"ש אין נדרים דף מ’ זאגט "דוגמת דרך סדין"
<a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&url=https://www.sefaria.org.il/Commentary_of_the_Rosh_on_Nedarim.20b&ved=2ahUKEwjsoIPb8YfyAhXYXM0KHQAwDfEQFjAKegQIERAC&usg=AOvVaw1uojiC8QQeR9o5NwafD8iK&cshid=1627548273670">https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 7548273670</a>
כ’בין כמעט זיכער אז עס מיינט נישט דאס

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 29, 2021 6:03 am

· #478584
בן נון
און די איינרעדעניש אז אידן האבן אדער פלעגן האבן הערנער?
אויף משה רבינו מילא ס’שטייט קרן עור אבער אלע אידן.

בן נון: ביי משה רבנו איז עס אויך נישט טייטש א הארן. נאר א שטראל. (רעי) אין ענגליש. אויף אונגאריש אדער רוסיש וועיס איך נישט וויאזוי מ'זאגט עס...לאל...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 29, 2021 6:16 am

· #478585
שמחהלע קאפשטיק
בן נון
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?

דאכצעמער דער פירוש הרא"ש אין נדרים דף מ’ זאגט "דוגמת דרך סדין"
<a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&url=https://www.sefaria.org.il/Commentary_of_the_Rosh_on_Nedarim.20b&ved=2ahUKEwjsoIPb8YfyAhXYXM0KHQAwDfEQFjAKegQIERAC&usg=AOvVaw1uojiC8QQeR9o5NwafD8iK&cshid=1627548273670">https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 7548273670</a>
כ’בין כמעט זיכער אז עס מיינט נישט דאס

שמחה'לע קאפשטיק: ייש"כ. זייער אינטרעסאנטע (בלעטער) גמרא... הלוואי וואלט מען אין ישיבות געלערנט (בגדול) מס' נדרים...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 29, 2021 6:19 am

· #478586
רביה''ק זי''ע
מיינע רביס פלעגן טוהן מיט הענטשוך נאר ווען מ׳האט עס געטוהן מיט זיך אליין, פאר א צווייטן האבן זיי פארגינט אן די הענטשוך.

רביה"ק זי"ע: האסטו געהאט וואוילע רעבעס...לאל...!
נאך א מזל אז ס'איז געווען אמאליגע צייטן. היינט וואלט שוין דער (טמא'נער) אינטערנעט געווען פול מיט די פיקטשער פון דיין רבי...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 29, 2021 6:21 am

· #478587
מורינו ורבנו
ר' שלמה קארלינער פלעגט עס טון מיט הענטשוך, ממעט צו זיין די תאוה.

מורינו ורבנו: די פראבלעם איז אז די תאווה ליגט נישט דארט. לכה"פ נישט ביי מיר...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 29, 2021 6:26 am

· #478588
שושן פורים
קאצקע ציקער
בן נון
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?

אוודאי!! סקימט דערפון ווייל יודן האבן ציצות מיט א לאך...

די לעגענדע לויטעט אז עמיצער איז דורכגעגאנגען א אידישע געגנט און געזעהן ווי צווישן די וועש וואס טרוקענען זיך אויפן זון הענגט ביי כמעט יעדע שטוב א מאדנע סחורה מיט א לאך האט יענער צוזאמגעשטעלט 1 + 1

שושן פורים: ס'איז לא עולה על הדעת. ווייל די פראפארציעס זענען נישט גלייך. נאר ס'איז אריינגעמישט שנאה אויך...!

yn.NY » דאנערשטאג יולי 29, 2021 11:25 am

· #478599
בן נון
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?


".It's the most widespread myth about Orthodox Jews"
<a class="postlink" href="https://www.cbc.ca/firsthand/m_features/answers-questions-hasidic-love-and-sex-that-you-were-afraid-to-ask">https://www.cbc.ca/firsthand/m_features ... aid-to-ask</a>

אישתישבי » דאנערשטאג יולי 29, 2021 1:28 pm

· #478600
בן נון
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?


אין די ערשטע צייטן פין מאוויס איז געווען מאוויס חוזק צו מאכן פין פרומע אידן, געמאכט דורך פרייע אידן, דארט פלעגן זיי דאס זאגן.

מיט דעם אלעם בין איך זעלבסט מסופק אויב איז נישט דא קיין אמת צו דעם. איינער ווייסט וואס מען טוט אין גער? וואס מען ברויך בלייבן אנגעטוהן מיט? אויב איז עס נישט א ליילעך מיט א לאך איז עס סתם בגדים.

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג יולי 29, 2021 2:06 pm

· #478601
berlbalaguleh
שמחהלע קאפשטיק
בן נון
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?

דאכצעמער דער פירוש הרא"ש אין נדרים דף מ’ זאגט "דוגמת דרך סדין"
<a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&url=https://www.sefaria.org.il/Commentary_of_the_Rosh_on_Nedarim.20b&ved=2ahUKEwjsoIPb8YfyAhXYXM0KHQAwDfEQFjAKegQIERAC&usg=AOvVaw1uojiC8QQeR9o5NwafD8iK&cshid=1627548273670">https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 7548273670</a>
כ’בין כמעט זיכער אז עס מיינט נישט דאס

שמחה'לע קאפשטיק: ייש"כ. זייער אינטרעסאנטע (בלעטער) גמרא... הלוואי וואלט מען אין ישיבות געלערנט (בגדול) מס' נדרים...!

כ’געדענק ווען איך האב געלערנט מס’ נדרים אין ישיבה און מען האט איבערגעהיפט דעם עמוד שטייצעך אז איך האב עס געלערנט אליין בעיון...

yn.NY » דאנערשטאג יולי 29, 2021 2:07 pm

· #478602
אישתישבי
בן נון
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?


אין די ערשטע צייטן פין מאוויס איז געווען מאוויס חוזק צו מאכן פין פרומע אידן, געמאכט דורך פרייע אידן, דארט פלעגן זיי דאס זאגן.

מיט דעם אלעם בין איך זעלבסט מסופק אויב איז נישט דא קיין אמת צו דעם. איינער ווייסט וואס מען טוט אין גער? וואס מען ברויך בלייבן אנגעטוהן מיט? אויב איז עס נישט א ליילעך מיט א לאך איז עס סתם בגדים.

ווייס איך נישט וואס מ'טוט אין גור. וואס כ'ווייס איז אז מיין גמרא זאגט (כתובת מח.):
"אמר רב הונא האומר אי אפשי אלא אני בבגדי והיא בבגדה, יוציא ונותן כתובה"

און אזוי ווערט געפסק'נט אין שו"ע
<a class="postlink" href="https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A9%D7%95%D7%9C%D7%97%D7%9F_%D7%A2%D7%A8%D7%95%D7%9A_%D7%90%D7%91%D7%9F_%D7%94%D7%A2%D7%96%D7%A8_%D7%A2%D7%95_%D7%99%D7%92">https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A9%D ... 7%99%D7%92</a>

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 29, 2021 2:19 pm

· #478604
זייט ווען פסק׳נען חסידים פון גמרא ארויס?? אין גור זיצט מען אויך אין סוכה שמיני עצרת?!

אישתישבי » דאנערשטאג יולי 29, 2021 3:46 pm

· #478606
רביה''ק זי''ע
זייט ווען פסק׳נען חסידים פון גמרא ארויס?? אין גור זיצט מען אויך אין סוכה שמיני עצרת?!


זאגסט גוט.

אבער נאך מער, זייט ווען פסק'נט מען פין שולחן ערוך?

איך האב אויך געהערט פין חברים וואס קומען פין פרומע עלטערע אונגארישע חאניאקישע חסידים אז זיי האבן געהערט פין דער טאטע אז מען ברויך בלייבן אנגעטוהן וויפיל מען קען.

איך קען נישט וועריפייען אזעלכע זאכן.

דער שאלה איז, למשל ר' מאטעל סטיטשין'ר, וואס זאגט ער פאר זיין אינערליכע סערקעל? ווען ער רעדט אז עס דארף זיין כאילו כפאו שד, מיילא, שטייט דאך, אבער זאגט ער נישט אז מען דארף ממעט זיין דער הנאה וואס מער? איך וואלט נישט געבעט קעגן דעם.

מפיל קינד » דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:25 pm

· #478608
אישתישבי
איינער ווייסט וואס מען טוט אין גער? וואס מען ברויך בלייבן אנגעטוהן מיט? אויב איז עס נישט א ליילעך מיט א לאך איז עס סתם בגדים.

וואס מ'טוט אין גור? קוים וואס מ'טוט עס בכלל...

טיכטיגער » דאנערשטאג יולי 29, 2021 6:35 pm

· #478609
בן נון
אין די נישט אידישע וועלט איז דא אסאך זאכן וואס זיי ווייסן וועגן אידן
עס איז היינט א אפענע וועלט עס איז די אזאלעכע כלים ווי וויקיפידיע גוגל וכו’ אבער ווי נישט ווי איז די אינפארמאציע נאר פאר ווער עס זיכט עס
אויב איינער איז איטערעסירט צו פארשטיין די קאלטור פון אידישקייט האט ער ווי צו קוקן אויך זענען דא אזאלעכע סייטס ווי אש התורה וואס האט גוטע אינפארמאציע מיט א גוטע קוואליטעט דריבער א מענטש וואס וויל האבן א בליק פון די נאנט אויף אידן און אידישקייט זענען די טוערן פון חכמה אפן פאר עים
אבער די מציאות פאטשט אין פנים אז היינטיג צייטן 2021 קען מען נאך הערן פון כל מיני איינרעדענישן וואס עס איז דא אין די אלגעמיינער גאס איבער אידן
טייל פון זיי זענען לאו דווקא אנטי סעמיטן און אסאך פון די איינרעדענישן זענען אויך נישט קיין האסליכע נאר זיי האבן אזוי געהערט אלטס קינד פון זיין לערער אין שולע און זיי גלייבן עס
איך האב געמאכט דעם אשכול אז דער עולם זאל האבן א פלאץ אויסצושמיסן די איינרעדענישן און בעיקור פון ווי זיי קומען וואס האט געמאכט די אלגעמיינער וועלט אזוי מיינען און אזוי אנקוקן דעם איד


קענסט עס פרעגן בכלליות, פארוואס גלייבן מיליאנען מענטשן קאנסיפיראציעס, ווער האט נאר דאס מינדסטע צוטריט צו אינטערנעט קען אויך שנעל דערגיין אז ס'איז פאלש.
פאר דיר איז מאדנע וועגן הערנער און ליילעכער, פאר אנדערע וואונדערט וועגן קענעדי, 9-11 און וואקסינען, וכהנה וכהנה

חתן בחור » דאנערשטאג יולי 29, 2021 7:00 pm

· #478614
צוואנציג יאר ארום וועט איינער ארויסקומען מיט אן ״איינרעדעניש״ אז יודישע מיידלען שלאפן מיט די פוס אין זעק ביינאכט. קיינער וועט נישט וויסען פון ווי דאס קומט, אבער אונז ווייס מיר נאך.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 30, 2021 4:34 pm

· #478657
חתן בחור: נאר ביי לב טהור. נו, זיי זענען דאך א פאררוקטע קולט...!

דערהויבענע איד » פרייטאג יולי 30, 2021 4:49 pm

· #478661
בד"וו איך ביז די חתונה בין געווען זיכער אז די ליילעך איז אמת...נישט ווייל איך קען עס פון די גאס נאר פשוט עס מאכט אזוי סענס פאר אונזער סעסייעטי...

פערזענליך האלט איך נישט אז ס'איז אזא געפערליכע זאך, ס'דא גענוג און נאך זאכן - למשל הוז"ל - וואס פארן גוי זעט עס אויס אסאך ערגער..

סעגאל » דינסטאג אוגוסט 3, 2021 10:43 am

· #478804
בן נון
לאז מיר אנכאפן די באקאנטע איינרעדעניש אז אידן האבן א ליילעך מיט א לאך וכו’ איינער ווייסט פון ווי די טעות קומט?

גראדע האט דאס אויך א מקור.
רושלמי יבמות א: בראשית רבה פפ"ה אות ה' ר' יוסי יבם אשת אחיו וחמש בעילות בעל ודרך סדין בעל.
וכתבי המפרשים 1) משום צניעות 2) שלא יהנה מגופה.
נאר אזויווי די פסוק כי קרן אור פני משה וואס מען האט געטראפען איין פסוק אין געמאכט א צד השוה פאר אלע אידן.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 1, 2021 4:13 pm

· #484413
ס'דא א פארקערטע גמרא אין מס' כתובות..." הוא בבגדו והיא בבגדה, יוציא ויתן כתובה...!

סעגאל » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:16 am

· #485197
berlbalaguleh
ס'דא א פארקערטע גמרא אין מס' כתובות..." הוא בבגדו והיא בבגדה, יוציא ויתן כתובה...!

קען מען טאקע פארענטפערן די קשיא היתכן ער האט נישט מקיים געווען מצות עונה נאר טאקע נאך 5 מאל האטער זיך געגט

נפה » מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:25 am

· #485199
קוק אריין אין תוספות דארט אויפן פלאץ וועסטו זען אז די פרויען זענען געווען יבמות וואס ער האט נאר מקיים געווען די מצות יבום מיט זיי
ער האט זיך טאקע גע׳גט איינמאל ווייל ער איז אריינגעפאלן מיט א שלעכטע ווייב (זיין ניס)