☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאנגרעס SUED עריק האלדער

קאנגרעס SUED עריק האלדער

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1474

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:41 pm

· #34636
קאנגרעס SUED עריק האלדער
קאנגרעס האט אריינגעגעבן א קלאגע אין קאורט אנקעגן א.דזש. עריק האלדער פאר'ן נישט וועלן ארויסגעבן דאקומענעטן איבער וויאזוי זיין "פעסט און
פוריאס" פראגראם איז צוגעגאנגען.

דער פראגראם האט זיך געענדיגט אין א דיזעסטער ווען אן אמעריקאנער אגענט איז דערשאסן געווארן מיט א גאן וואס
האלדער'ס פראגראם האט ארויסגעשיקט.

גאלד » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:46 pm

· #34640
פארוואס א ראסיסטישער קעפל? לפענ"ד איז ראסיזם נישט אידישליך

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:47 pm

· #34643
איך בין נישט קיין ראסיסט. ווייט דערפון!
אבער צו אים האב איך א שנאה כבושה, און ער איז א דאקומענטירטער ראסיסט, האב איך געמוזט עפעס נוצן קעגן אים.

קורץ און שארף » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:28 pm

· #34665
דאס האט עפעס שייכות מיט די "קאנטעמפט" וואס ער האט אריינגעכאפט פון קאנגרעס ארום א חודש צוריק?

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:31 pm

· #34668
איך בין מודה צו זר’ן עריק האלדער איז א לאנגיאריגן אנטעסעמיט, פרשת רובאשקין ציהט זיך אזוי לאנג נאר א דאנק אים, די גאנצע יוסטיץ סיסטעם דא אין אמעריקע זעהט נאר אויס אזוי וועגן אים.

קרעקער » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:30 pm

· #34720
נישט קיין אנטעסעמיט עט אל
ביז מיט עטליכע יאר צוריק וען ער האט נאך געדינט אלס וויצע פון זיין יעצטיגע פאסטן האבען די עסקנים -- און כ'רעד פון די היימישע סאטמארע פלאטשיגע -- געהאנדעלט מיט אים אן עי דעילי בעיסעס, ער האט זיי ערלעדיגט ""אלעס"".
עפעס יעצט האט זיך אלעס אפגעשטעלט, כ'ווייס נישט פארוואס = און כ'גלייב נישט אז ס'איז וועגן זיין באלעבוס אבאמא.
אבער ער איז זייער ווייט פון אן אנטעסעמיט.

גאלד » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:44 pm

· #34734
ס'חרדישע געמיינדע איז זייער אנגעווייטאגט אויף איהם, צוליב די רובאשקין טראגעדיע, איך ווייס נישט צו מ'קען איהם בלעימען, למעשה האט די אויספארשונג און אבלאווע פאסירט נאך אונטער די בוש אדמיניסטראציע, און רובאשקין האט נאך נישט אויסגעשעפט אלע לעגאלע מאנעווערעס, ס'נאך דא דער לעצטער שטאפל פון די יו.עס. סופרים קאורט, ממילא וואס קען ער דען טאן? נאכן פארלירן אין סופרים קאורט (האפענטליך נישט, אבער ע"פ דרך הטבע וועט עס מיטאמאל אנגענומען ווערן - לכאורה) קען מען אנהויבן צו פארארבעטן אויפן פאליטישן פראנט, צו שענקן א חנינה.