☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וואס באלאנגט אין ״צימעס״?

וואס באלאנגט אין ״צימעס״?

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1473

יידל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:51 pm

· #34592
פארוואס איז די אשכול אין צימעס?

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:54 pm

· #34593
ווייל איך האב געהייסן פאר ידען אזוי צו טון (צו לייגן אין פרגוד)

א דאנק פאר די הנהלה פאר'ן טון צום זאך.

ידען » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:11 pm

· #34609
וואס באלאנגט אין ״צימעס״?
יידל
פארוואס איז די אשכול אין צימעס?

איך פרעג די זעלבע.

און זר זהב פרגוד איז איין זאך און צימעס מאכט נישט קיין סענס.

לויט ווי איך ווייס איז צימעס פאר פאליטיק. דאס האט גארנישט מיט פאליטיק.

און בכלל בינעך אויפגערעגט אויף צימעס וואס איך גיי קיינמאל נישט אריין ווייל סע קומט נישט ארויף צוזאמען מיט די אקטיווע אשכולות.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:12 pm

· #34611
ידען
און בכלל בינעך אויפגערעגט אויף צימעס וואס איך גיי קיינמאל נישט אריין ווייל סע קומט נישט ארויף צוזאמען מיט די אקטיווע אשכולות.

👍 👍

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:13 pm

· #34612
ידען
לויט ווי איך ווייס איז צימעס פאר פאליטיק. דאס האט גארנישט מיט פאליטיק.

די מעשה וואס האט פאסירט אין קעמפ שלוה האט אויך נישט מיט פאליטיק, און דאך איז עס אין צימעס.
אזוי אויך די אשכול איבער ר' מאטעלע אז ער נעמט מער נישט אויף.

kitov » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:15 pm

· #34613
קאווע טרינקער
chasid
קאווע טרינקער
גיי נאך רוב.
און וואס א חילוק וועלכע סאטמארע צווייג?
ס'קומט צו טראכטן זענען אלע ביי די זעלבע מיינונונג סייוויי..

ניין. היינט איז שוין נישט ביי יעדעם דא די זעלבע ווייניג ווארעמקייט צו אידישקייט ווי די לעצטע 30 יאר.

חסיד טייערע, וואס מישטו מוח מיט לב?
איך רעדט פון טראכטן, דו רעדטס פון געפילן
אפשר וועגן דעם איז ער אפגעפארן

It reminds me of someone who asked someone: Di bist der upgefurener? he replied No, Ich halt noch inmiten furen

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:16 pm

· #34614
גענוג און נאך האבן שוין אויסגעדריקט אנטריסונג אז צימעס קומט נישט ארויף. איך בין אויף די הנהלה'ס זייט אז ס'זאל נישט ארויפקומען מיט די אלגעמיינע 'אקטיוון' קנעפעל, איך זעה ווי זאכן האבן זיך היבש אפגעשטילט זינט.

אבער פארוואס די הנהלה וויל נישט מאכן א באזונדערע "אקטיוון אשכול - מיט צימעס" וואס זאל ליגן ערגעץ פארשטיפט אין די זייט, {אז נאר איינער וואס וועט עס שטארק וועלן וועט עס דריק} איז בעיאנד מי.

ידען » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:19 pm

· #34615
איך אליין בין נישט אזוי אינטערעסירט אין צימעס אבער קען באשטיין צו האבן ״אלעס״ פון קאווע שטיבל מיט איין קנעפעל, נאך דערצו יעצט וואס נארמאלע אשכולות פארן אריין אין צימעס.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:21 pm

· #34618
ידען
איך אליין בין נישט אזוי אינטערעסירט אין צימעס אבער קען באשטיין צו האבן ״אלעס״ פון קאווע שטיבל מיט איין קנעפעל, נאך דערצו יעצט וואס נארמאלע אשכולות פארן אריין אין צימעס.

אלעס פון קאווע שטיבל מיט איין קנעפל קענסטו האבן דורך דרוקן אויף "נייע הודעות".

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:22 pm

· #34619
אדער ביי "נישט געליינטע הודעות".

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:23 pm

· #34620
איך הער. מ'דארף אבער מאכן א דיעל/א מיטל וועג.
די וואוטס זענען געווען קעגן צימעס אין אקטיוון קנעפל.
איז נישט מיין פלאן בעסער ווי גארנישט?
(ס'נישט מיין איידיע, כ'מיין אנאנים האט עס ערגעץ אויפגעברענגט)

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:25 pm

· #34623
זר אז דו רעדסט שוין פון מיטל וועג, איז כדי דו זאלסט וויסן אז צו פארלאנגען עפעס איז אויך דא א מיטל וועג, איך מיין אז דו בעטסט שוין צופיל. 🤓

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:30 pm

· #34626
שמואל הלוי
זר אז דו רעדסט שוין פון מיטל וועג, איז כדי דו זאלסט וויסן אז צו פארלאנגען עפעס איז אויך דא א מיטל וועג, איך מיין אז דו בעטסט שוין צופיל. 🤓

איך בעט צופיל? ווען איינער בעט דיר א גלעזעל וואסער און דו פארשטאפסט דיר די אויערן, און יענער בעט און בעט און בעט און בעט און בעט און בעט נאך אלץ פאר'ן זעלבן גלעזעל וואסער, וועסטע זאגן אז יענער בעט צופיל?
ניין. דו האסטער נאר פארשטאפט דיינע אויערן.

גדעון » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:32 pm

· #34627
זר, בוקמארק די "נישט געליינטע הודעות" לינק, וועסטו אלעס קענען ליינען און וויסן וואס די האסט נאכנישט געליינט.
די אקטיווע אשכולות לינק איז בעיקר געמאכט פאר די וואס זענען נישט אריינגעסיינט, און דו - ווי באקאנט - ביסט אייביג אריינגעסיינט.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:33 pm

· #34630
ראנג קעפל. די קעפל דאף זיין: "זאל מען מאכן א באזונדערע אקטיוון קנעפעל פאר צימעס"?
ס'קלאר אז א גרויסער עולם איז נישט צופרידן!
א מיטל וועג איז די בעסטער וועג.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:34 pm

· #34631
דער גיבט נישט אויף...

ידען » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:40 pm

· #34635
גדעון
זר, בוקמארק די "נישט געליינטע הודעות" לינק, וועסטו אלעס קענען ליינען און וויסן וואס די האסט נאכנישט געליינט.
די אקטיווע אשכולות לינק איז בעיקר געמאכט פאר די וואס זענען נישט אריינגעסיינט, און דו - ווי באקאנט - ביסט אייביג אריינגעסיינט.

גוט צו וויסן. הייסט עס אז די נישט געלייענטע הודעות קנעפעל איז אזוי ווי די אקטיווע אשכולות קנעפעל נאר נעמט אויך אריין צימעס?

ידען » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:41 pm

· #34637
שמואל הלוי
דער גיבט נישט אויף...

מע טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, נאך דערצו וואס ער איז נישט איינער קעגן יעדעם.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:42 pm

· #34638
ידען
גדעון
זר, בוקמארק די "נישט געליינטע הודעות" לינק, וועסטו אלעס קענען ליינען און וויסן וואס די האסט נאכנישט געליינט.
די אקטיווע אשכולות לינק איז בעיקר געמאכט פאר די וואס זענען נישט אריינגעסיינט, און דו - ווי באקאנט - ביסט אייביג אריינגעסיינט.

גוט צו וויסן. הייסט עס אז די נישט געלייענטע הודעות קנעפעל איז אזוי ווי די אקטיווע אשכולות קנעפעל נאר נעמט אויך אריין צימעס?

ניין, ס'נאר א צומישעניש!

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:56 pm

· #34697
דער קעפל פרעגט וואס באלאנגט אין צימעס, איך האלט אז עני אשכול וואס אינטערעסירט דעם ברייטען-אומפארטייאישן ציבור, און נישט דוקא מענטשען וואס זענען עפיליעטעד מיט א געוויסע קהילה, באלאנגט נישט אין צימעס און נישט פאר דעם איז צימעס געמאכט. צימעס האט מען געמאכט אז אלע מענטשען וואס זענען נמאס געווארן ווען יעדע אשכול איז געווארן א פיסינג פייט, און נייע אשכולות פון איבערגעקייעטע אלטע שטותים האבן אנגעהויבן אויף צו פאפ'ן איבעראל אין "נייעס", פארברענגען, היסטאריע, ועוד.

פארוואס נישט » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:03 pm

· #34816
וואו איז נעלם געווארן די ארטיקל איבער'ן אינגערמאן פון היינט צופרי? מאחורי הפרגוד?
וועלכע ריכטונג האט דער אשכול גענומען אז ס'האט געדארפט טראנספארטירט ווערן צו הינטער די קוליסן???

לעמיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:20 pm

· #34829
פארוואס נישט
וואו איז נעלם געווארן די ארטיקל איבער'ן אינגערמאן פון היינט צופרי? מאחורי הפרגוד?
וועלכע ריכטונג האט דער אשכול גענומען אז ס'האט געדארפט טראנספארטירט ווערן צו הינטער די קוליסן???

דא האסטו דיין ענפער
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1477">viewtopic.php?f=12&t=1477</a><!-- l -->

פארוואס נישט » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:27 pm

· #34839
ש'כח לעמיל.
פארוואס קום איך אבער אן צו די מעסעדזש?

לעמיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:30 pm

· #34845
פארוואס נישט
ש'כח לעמיל.
פארוואס קום איך אבער אן צו די מעסעדזש?

וועלכע מעסעדעש?

פארוואס נישט » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:33 pm

· #34851
לעמיל
פארוואס נישט
ש'כח לעמיל.
פארוואס קום איך אבער אן צו די מעסעדזש?

וועלכע מעסעדעש?

'די מעסעדזש' איז א לינק.

פארוואס נישט » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:35 pm

· #34854
אגב וואלט אפשר כדאי געווען אז ביי א טינקעלערע Theme זאל עס יא ווייזן א ליין אונטערן לינק.

דבילה » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:43 pm

· #34946
געפילטע פיש
דער קעפל פרעגט וואס באלאנגט אין צימעס, איך האלט אז עני אשכול וואס אינטערעסירט דעם ברייטען-אומפארטייאישן ציבור, און נישט דוקא מענטשען וואס זענען עפיליעטעד מיט א געוויסע קהילה, באלאנגט נישט אין צימעס און נישט פאר דעם איז צימעס געמאכט. צימעס האט מען געמאכט אז אלע מענטשען וואס זענען נמאס געווארן ווען יעדע אשכול איז געווארן א פיסינג פייט, און נייע אשכולות פון איבערגעקייעטע אלטע שטותים האבן אנגעהויבן אויף צו פאפ'ן איבעראל אין "נייעס", פארברענגען, היסטאריע, ועוד.


איך בין פולשטענדיק מסכים מיט דעם געדאנק. אויב וויל מען גיין מיט דעם נייעם מהלך איז כמעט נישט דא אן אשכול וואס געהערט נישט אין צימעס!

קלאר » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:23 pm

· #35244
פארוואס באלאנגט נישט די אשכולות איבער דער איד אין בלאט אין צימעס?

אז איך וועל עפנען א אשכול קעגן מהרז''ל, אין צושרייבן אז איך מיין נישט קיין פאליטיק נאר פשוט ער האט מיך געשטויסן אין צעירים אימזינסט אין איך וויל נקמה נעמען
וועט עס אויך נישט דארפן גיין אין צימעס?