☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פרישע קענסעל קאלטשער קרבן:חרדישע פראפעסאר הענרי עברעמסאהן

פרישע קענסעל קאלטשער קרבן:חרדישע פראפעסאר הענרי עברעמסאהן

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14724

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 14, 2021 11:06 am

· #477592
העיקר שכחת. העיט ספיעטש געגן וועם?

אייראפעישער חסיד » מיטוואך יולי 14, 2021 11:17 am

· #477594
יאנטעף
אקעגן אידן !!!!
ס'איז דאך א לעקציע איבער אנטיסעמיטיזום און פארשטייט זיך אז ס'האט אין זיך אנטיסעמיטישע זאכן....

מאכט נישט קיין סענעס!

תרמב » מיטוואך יולי 14, 2021 12:10 pm

· #477599
אויב קומט עס פון אויסטערלישע זהירות וואס דו קאמפעניס האבן קעגן אנטיסעמיטיזם איז עס ווערט, ס'איז ענדערש אז אומשולדיגע זאלן געסענסערט ווערן ווי ס'זאל דורכשווערצן עכטע אנטיסעמיטיזם, אבער די שאלה איז צו זיי מיינען טאקע דאס אדער זיי האבן זייטיגע אגענדעס.

רימון » מיטוואך יולי 14, 2021 1:44 pm

· #477612
נישט פשוט ווי די פארשטינקענע ליבעראלע מאב האט זיך ארויפגעזעצט אויף אזא געערטע פראפעסער.

תרמב » מיטוואך יולי 14, 2021 2:32 pm

· #477621
ברוך שכוונתי......

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 14, 2021 5:49 pm

· #477627
אייראפעישער חסיד
יאנטעף
אקעגן אידן !!!!
ס'איז דאך א לעקציע איבער אנטיסעמיטיזום און פארשטייט זיך אז ס'האט אין זיך אנטיסעמיטישע זאכן....

מאכט נישט קיין סענעס!

אייראפעאישער חסיד: מסתמא האט פראפ. (הילל) הענרי עיברעמסאן אויפגעברענגט די פאקטן איבער שווארצן אנטיסעמיטיזם.

דאס האבן די פיינשמעקערס ביי פעיסבוק און יו טוב נישט געקענט פארנעמען...!

ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 14, 2021 9:28 pm

· #477645
berlbalaguleh
אייראפעישער חסיד
יאנטעף
אקעגן אידן !!!!
ס'איז דאך א לעקציע איבער אנטיסעמיטיזום און פארשטייט זיך אז ס'האט אין זיך אנטיסעמיטישע זאכן....

מאכט נישט קיין סענעס!

אייראפעאישער חסיד: מסתמא האט פראפ. (הילל) הענרי עיברעמסאן אויפגעברענגט די פאקטן איבער שווארצן אנטיסעמיטיזם.

דאס האבן די פיינשמעקערס ביי פעיסבוק און יו טוב נישט געקענט פארנעמען...!


ס'איז טאקע מסתבר אז ס'זאל האבן עפעס מיט דעם זינט דער שמועס איז געווען עפעס בנוגע South Africa.

ליב צו וויסן » מיטוואך יולי 14, 2021 9:37 pm

· #477648
די פראבלעם איז אז ער בארעכטיגט עס ליידער (למחצה ולשליש, ווי העניך האט געברענגט) ער כאפט נעבעך נישט אז Hate speech מיינט "עפעס וואס איז נישט פאפולער ביי....", ווי געזעהן ביי די נושא פון די מקור פון די וואוהאן וויירוס וכו.

די רגע וואס א קולטור ערלויבט צענזור (בפרט ווען ס'איז Subjective און געבויעט אויף שיקול הדעת) איז נאר א פראגע פון צייט בעפאר Free speech גייט אונטער (ווי געזעהן אין ענגלאנד ועוד)

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 14, 2021 9:49 pm

· #477649
ליעב צו וויסן: אבער די אלע פיינשמעקערס און אזוי גערופענע אידישע ליבעראלס (מיט וואס איז מארק צוקערבערג א איד? מיט דעם וואס ער האט חתונה געהאט מיט א כינעזער גוי'טע. און ער איז אויסגעווייקט אין די כינעזישע שפראך און קולטור...!) צענזורירן נאר א ווייסן וויסנשאפטלער און א איד. אבער נישט די שווארצע ראסיסטן, רוצחים און אנטיסעמיטן אזוי ווי לואיס פארראקהאן, ימ"ש. און אנדערע שווארצע אנטיסעמיטן זיינס גלייכן...!

ליב צו וויסן » דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:39 pm

· #479373
[ציטאט אראפגענומען]


ס'איז פאראן מענטשן וואס כאפן נישט אז מיר לעבן אין א גרויסע וועלט, די וועלט ענדיגט זיך נישט מיט Broadway אין וויליאמסבורג...
דאס אז די אלגעמיינע קולטור ווערט מער און מער קעגן די ווירדן פון פרייהייט פון ווארט און פרייהייט בכלליות, וועט סו"כס גאר שטארק בייסן אפילו "היימישע אינגעלייט".

פרייוויליג » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 11:12 pm

· #480833
[ציטאט אראפגענומען]


נאכן ליינען אבראמסאן'ס מאמר איז אינטערסאנט צו זען אז די דעבאטע איבער קריטיקעל רעיס טעאריע איז נישט אויב מען זאל דאס לערנען אדער נישט, נאר וואס דאס איז.

אז מען ליינט אנדערע פאליטישע היץ קעפ, באקומט די טעאריע כמעט גאר אן אנדערע דעפינישען, און פארשטייט זיך פארוואס מען טאר דאס נישט לערנען.

בען שפירא'ס דעבאטע מיט Malcolm Nance

אדער בערי ווייס ריסענט פאדקעסט