☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » שבאבניקים עונה 2

שבאבניקים עונה 2

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14712

אבשלום בן מעכה » מיטוואך יוני 30, 2021 6:42 pm

· #476951
שבאבניקים עונה 2
האט זיך שוין אנגעהויבן די סדרה פון שבאבניקים עונה 2.

אפשר קען איינער ארויפקומען און שערן מיטן עולם דער ערשטער עפיזאד?

תוהו ובוהו » מיטוואך יוני 30, 2021 7:28 pm

· #476954
Re: שבאבניקים עונה 2
האט זיך נאך נישט אנגעהויבן, ערשטע עפיזאד איז יולי 25

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

תרמב » מיטוואך יוני 30, 2021 9:09 pm

· #476960
ווי קען מען זעהן די ערשטע עונה?

איך אויך » מיטוואך יוני 30, 2021 9:15 pm

· #476961
<a class="postlink" href="https://www.sdarot.tv/watch/3248">https://www.sdarot.tv/watch/3248</a>

לבי במזרח » דאנערשטאג יולי 1, 2021 1:23 pm

· #476999
How would you compare it to Shtisel?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 1, 2021 2:27 pm

· #477003
צוויי אנדערע וועלטן, שטיסל איז פאמיליע דראמא/ראמאנס, שבאבניקים איז קאמעדיע.

מפיל קינד » דאנערשטאג יולי 1, 2021 2:31 pm

· #477006
שאבאבניקים איז גוט בחוריש, גאנץ זיס גראדע.

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג יולי 1, 2021 4:52 pm

· #477014
לבי במזרח
How would you compare it to Shtisel?

שבאבניקים איז אין א געוויסע זין מער עכט אראפגעלייגט ווי שטיסל וכדו'

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 1, 2021 5:12 pm

· #477015
שפיל קינד ונעקסט לעוועל אמרו דבר אחד...

דערהויבענע איד » פרייטאג יולי 2, 2021 1:51 am

· #477043
מפיל קינד
שאבאבניקים איז גוט בחוריש, גאנץ זיס גראדע.

לדעתי א טראפ בעיביאיש און אנריעליסטיק, למשל די מעשה מיט די ראש ישיבה, גיי פארצייל פאר א חילוני ווי טינעיזשערס ציטערן פון די ראש ישיבהס אין די הויזן, און מיינען אז זייזענען קלוג און פארשטייען אלעס.

דערהויבענע איד » זונטאג יולי 4, 2021 7:38 am

· #477093
נאך א חילוק איז אז שטיסל איז כמעט עפעס וואס דו וואלסט געוויזן פאר דיינע קינדער בפניך, שאבאבניקים איז מער..גוייש שמיציג- יו נעים איט

תוהו ובוהו » מיטוואך יולי 21, 2021 3:31 pm

· #478049
Re: שבאבניקים עונה 2
<a class="postlink" href="https://www.sdarot.tv/watch/3248-shababnikim-%D7%A9%D7%91%D7%90%D7%91%D7%A0%D7%99%D7%A7%D7%99%D7%9D/season/2/episode/1">https://www.sdarot.tv/watch/3248-shabab ... /episode/1</a>

אבשלום בן מעכה » דאנערשטאג יולי 22, 2021 12:14 am

· #478142
תוהו ובוהו
https://www.sdarot.tv/watch/3248-shababnikim-%D7%A9%D7%91%D7%90%D7%91%D7%A0%D7%99%D7%A7%D7%99%D7%9D/season/2/episode/1


איינער קען דראפשאכטלען?

ישעיה » דאנערשטאג יולי 22, 2021 12:37 am

· #478143
תוהו ובוהו
https://www.sdarot.tv/watch/3248-shababnikim-

וואלה!!!

איך אויך » דאנערשטאג יולי 22, 2021 4:25 am

· #478146
שוואכע מאסעס.

אבשלום בן מעכה » דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:22 pm

· #478201
עטרת שירלי...

סמבטיון » פרייטאג יולי 23, 2021 10:00 am

· #478233
זייער שוואך, חוץ אפאר קליינע שטיקלעך פון גדליה וואס איז געוואלדיג, די רעשט איז א שאד דע צייט. זיי דארפן הייערן דעם אינדורסקי פון שטיסל.

Lesser » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 11:04 pm

· #485700
ענדליך פארענדיגט די 16 חלקים פון עונה ב', זיכער אז די ערשטע עונה איז די געווינער.

עונה א' וואלט געקענט געשעהן בהקיץ.
עונה ב' אפשר אין א טיפע חלום...

אבשלום בן מעכה » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:48 pm

· #485970
איינער קען אהערברענגען דעם צווייטן פרק פון דעם צווייטן עונה?

מונטסורי » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:09 am

· #489175
כ'זע דר'עולם דא איז עפעס נישט אזוי עקסיידעט איבער עונה 2, כ'האלט יעצט אינמיטען נאך פרק 8 און כ'גלייך עס גראדע יא שטארק. צווישען אנדערע האט מיר געכאפט וויאזוי טפירו מסביר'ט די קשר פונם פרענק צום באשעפער אזש ס'טוט מיר ממש באנג כ'בין נישט געבוירן קיין ספרדי 😉

אבשלום בן מעכה » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:15 pm

· #489312
ס'איז מעשיות וואס קוקן נישט אז ס'קען זיין אין ריעלעטי...

חובב ציון » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:36 pm

· #534224
יעצט גענדיגט די סעריע ב"ה,
גאר שטארק הנאה געהאט גאר גוט אראגעשפילט,
די גדליה מיט זיינע שגעונות.. שפיצער האט מיר ארויפגעצויגן די בלוטדרוק..
די שלומי זקס האט עס ביי-פאר... וויאזוי ער איז מסביר פאר די חילונים וועגן אהבה במבט ראשון.. און זיי קוקען אים אן ווי פון לבנה אראפ,
די לסרי וואס וויל זיך חנפה׳ן צו די חילונים...
די מר. בראון פין אמעריקא איז קעש!! ער איז מקדיש א עלעפאנט פאר זיין חתן...
דבורה טאפס איט אוו, צודרייטע עקטינג סקילס,..
די מזרחי וואס קומט אויספארשן אין ישיבה און מען לאזט אים נישט דאווענען.. עס האט אזוי געציפט ווי ער זאגט איך האב שוין דריי מאל גענדיגט ש"ס אין האב צוויי מאל און די לעצטע דרייסיג יאר פארפאסט מנין אבער איך בין סוג ב׳...?
די אויפשטאנד אויף שפיצער איז פיין, די חבר הכנסת לסרי דערמאנט מיר פין אריה דרעי...
מיט די ענדע רילעיט איך נישט אזוי, אבער עס איז פיינע נייעס.

חובב ציון » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:09 pm

· #541769
Re: שבאבניקים עונה 2
📎 Screenshot_20231218-200723.png שחר טבוך גייט זיין אין די נעקסטע סעזאן פין שאבאבניקים.

מונטסורי » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:20 pm

· #541771
Re: שבאבניקים עונה 2
בציפיתנו ציפינו, זאל דער בוכ״ע העלפען עס זאל צושטאנד קומען בשעטו״מ