[ציטאט אראפגענומען]
א טיקעט פון די פאליס. ומעשה שהיה. איך האב געפיהרט בחורים צו זייער מתמידים שיעור. ס'איז געווען א (האלב) צובראכענע רויט לייט. ס'האט אמאל געארבעט און אמאל נישט. איך האב מיר ערלויבט אריבערצופארן. פונקט דארט ביים קארנער איז געשטאנען א פאליס. ווען איך האב געזעהן אז ער פארט האביך פארשטאנען אז ער פארט מיר נאך. כ'האב מיך אפגעשטעלט. פארשטייצעך אז כ'האב אריינגעהויבן א קוויטל. מיט מעגליכע פוינטס אויפ'ן לייסנס. כ'האב ארויסגענומען דאס תהילימ'ל און געזאגט א קפיטל תהילים...!
ווען ס'איז געקומען צום טרייעל, איז דער מנהג אז דער פאליס רעדט צוערשט. ווען דער דזשאדזש האט איהם מכבד געווען צו רעדן רופט ער זיך אן אז ער קען מיך בכלל נישט און ער געדענקט נישט אז ער זאלל מיר האבן געגעבן א טיקעט. האט איהם דער דזשאדזש געגעבן דעם טיקעט וואס ער האט אליין געשריבן. זאגנדיג..."אפשר וועסטו דיך יעצט דערמאנען"...! ער קוקט אויפ'ו טיקעט און מאכט זיך תמ'וואטע זאגנדיג ..."ניין. איך געדענק נישט. ...!
דער דזשאדזש האט נישט געהאט קיין ברירה אוןן מיך געפטר'ט...!
נו, פון וועלכן רעבי'ן איז דאס א מופת...?!
דאס דערמאנט מיך א מעשה. אינדערהעים (כ'מיין אין אויבער ווישעווע) איז געווען א איד א חסיד וועלכער האט שטארק געגלעיבט אין רעבא. איז איהם אמאל געשעהן אז ער איז ניצול געווארן פון א גרויסן געלט שאדן בדרך נס. רופט ער זיך (ברוב תמימותו) אן... "כ'האב געוואוסט אז דע רעבא קען באווייזן מופתים. אבער אז דער עיבישטער קען אויך. דאס האביך נישט געוואוסט"...!