☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פאני נתינות פון דער גורע קאמפיין

פאני נתינות פון דער גורע קאמפיין

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14697

אבשלום בן מעכה » דאנערשטאג יוני 17, 2021 10:26 pm

· #475981
פאני נתינות פון דער גורע קאמפיין
📎 1.JPGבמשך פון די קאמפיין אין גור, איז אריינגעקומען בייסיגע און שטעכעדיגע מעסעדזשעס און אינטערעסאנטע נתינות. צווישן אנדערע האב איך געזען מיילעך זילברשלאג גיבט א נתינה להצלחה פון די לינקע פארטיי. איינער האט געגעבן למען חברי אייוועלט וואס האלטן מיט דעם קאמפיין, און נאך פארשידענע נתינות.

אבער מער פון אלעמען איז געווען די בייסיגע נתינות, וואו מענטשן האבן אראפגעריסן און זיך געלאזט הערן.

אפשר וואלט געווען א פאסיגע פלאץ, אז מען זאל דא קענען אראפברענגען אלע פאני און אינטערעסאנטע נתינות, אז דער עולם זאל זיך קענען אונטערהאלטן דערמיט.

איך וועל אנהויבן.
📎 2.PNG 📎 3.png 📎 4.PNG 📎 5.jpg

תפוח » דאנערשטאג יוני 17, 2021 10:34 pm

· #475982
א שטארקע נארישקייט מצד גור-תורה צו לאזן די נדבות און קאמענטארן. די סארט נתינות ברענגט אראפ די רמה פונעם קאמפיין.

א געווענדליכע קאמפיין האט עטליכע ממונים אראפצונעמען די סארט נדבות.

קויפער » דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:25 pm

· #475991
📎 loading=

וואס איז געווען די רמקול מעשה אין בארא פארק?
דער תומך רעדט לכאורה פון די זעלבע מעשה, איינער קען אריינקומען מיט דיטעילס פליז?

📎 Screen Shot 2021-06-17 at 11.18.29 PM.png

תפוח » דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:56 pm

· #476000
קויפער
📎 loading=

וואס איז געווען די רמקול מעשה אין בארא פארק?
דער תומך רעדט לכאורה פון די זעלבע מעשה, איינער קען אריינקומען מיט דיטעילס פליז?

📎 Screen Shot 2021-06-17 at 11.18.29 PM.png
אינמיטן די נאכט דא אין ניו יארק איז ארומגעגאנגען א ראבא קאול פאר די קאמפיין, ווארשיינליך אונטער געשטעלט דורך גור-נדל"ן, מיטן ציהל שאדן צו מאכן פארן קאמפיין.

יודעי דבר האבן צוגעצייכנט אז ביי די פריערדיגע בחירות פאר ירושלימ'ע מעיאר (פרוש vs ברקת) האט זיך גור-נדל"ן באנוצט מיטן זעלבן מעטאד צו פארשמירן מאיר פרוש'ס קאמפיין.

או יאמר, טעות לעולם חוזר. א פשוטע טעות פונעם קאמפיין הויפקווארטיר.

-

טשאדעלע האקט. ווערט אנצומערקן אז די סטעיטמענט זעהט בכלל נישט אויס ענליך אין קיין שום וועג ווי סיי וואספארא קאמפיין מאטריאל. נקודה למחשבה.

תפוח » דאנערשטאג יוני 17, 2021 11:59 pm

· #476002
[ציטאט אראפגענומען]
איך גלייב און האף אז דו ביזט גערעכט.

רימון » פרייטאג יוני 18, 2021 12:03 am

· #476006
לאמיר זאגן א צוצופיקסן רבי שאול'ס קאמפיין איז די גרעסטע מצוה אין דער תורה, אבער וועלכער מין מענטש וועט גלייכגילטיג אויפוועקן טויזנטער מידע טאטעס וואס דארפן גיין ארבעטן, אויסגעהארעוועטע אידישע מאמעס וואס האלטן ביי כלות הנפש און זענען אויפגעווען מיט די בעבי א גאנצע נאכט, קליינע מידע קינדער, עלטערע מענטשן וואס קענען קוים מיט צרות איינשלאפן. ווי קען מען זיין אזא נאצי? ס'לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל.

תפוח » פרייטאג יוני 18, 2021 12:52 am

· #476017
[ציטאט אראפגענומען]
איך מערק נאר אהן.

yn.NY » פרייטאג יוני 18, 2021 12:54 am

· #476018
[ציטאט אראפגענומען]

איך וואלט געזאגט ס'איז א גוטע קאמפיין טאקטיק...

מ'לאזט ארויס א ראבא-קאל אינמיטן די נאכט, דערנאך פארשפרייט מען רויטע צעטלעך "ס'נישט מיך", און די עולם ווארפט צו נאך א מטבע צוליב "די גורע רשעות" 😂 ...

Just Joking
📎 E4GkTY9WQAQFmor (1).jpeg

אבשלום בן מעכה » פרייטאג יוני 18, 2021 1:48 pm

· #476064
למען כבודו פון הרב וועקסלשטיין
📎 תרמו למען כבודו של הרב וקסלשטיין.jpg

אבשלום בן מעכה » פרייטאג יוני 18, 2021 1:50 pm

· #476065
יודל מנדלסון
📎 יודל מנדלסון.jpg

מפיל קינד » מוצ"ש יוני 19, 2021 11:11 pm

· #476078
[ציטאט אראפגענומען]

ס'מיינט גארנישט. מ'האט עס מסתמא ארויסגעגעבן פון איין מינוט צום צווייטן און דער גראפיקער איז פונקט נישט געווען גרייט אויפן רגע.