☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-וואקס

הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-וואקס

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14677

מי אני » דינסטאג יוני 8, 2021 5:45 pm

· #475090
און נאכדערצו וואס זיי ברענגן ארויס אין די הקדמה אז די ראטע פון די וואס זענען קעגן זיך וואקסינירן קעגן קאוויד ביי די וואס נוצן נישט קיין אינטערנעט וכו׳ אין די קהילות, און האבן דעריבער נישט געקענט ענטפערן אויף די סורוועי, איז ווארשיינליך נאך העכער. 😮 😞

מפיל קינד » דינסטאג יוני 8, 2021 6:48 pm

· #475101
46 פראצענט זענען ממש קעגן דעם וואקסין? אדער האלטן אז אנטיבאדיס איז גענוג קעגן דעם וויירוס און ס'פעלט נישט אויס אויפן מאמענט?

ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 8, 2021 6:54 pm

· #475102
מפיל קינד
46 פראצענט זענען ממש קעגן דעם וואקסין? אדער האלטן אז אנטיבאדיס איז גענוג קעגן דעם וויירוס און ס'פעלט נישט אויס אויפן מאמענט?

זייער א גוטע שאלה.
איך האב געענטפערט דעם סורוועי, און כמדומני אז איך האב גענטפערט דערקעגן, כאטש וואס איך בין נישט קעגן דאס נעמען פאר די וואס ווילן/דארפן דאס, מער ווי ס'האט מיר געשטערט די שמועסן פון 'צווינגען' יעדן עס צו נעמען.

די שאלה אליינס, פארענטפערט אבער נאכנישט פארוואס דווקא ביי חסידישע איז די מהלך המחשבה שטארק.

מי אני » דינסטאג יוני 8, 2021 7:09 pm

· #475105
מפיל קינד
46 פראצענט זענען ממש קעגן דעם וואקסין? אדער האלטן אז אנטיבאדיס איז גענוג קעגן דעם וויירוס און ס'פעלט נישט אויס אויפן מאמענט?

אויף זייט 13 שרייבן זיי אז 57% פון די חסידים וואס ווילן עס נישט נעמען איז דאס אלס ווייל זיי זאגן אז זיי דארפן עס נישט [מכח אנטיבּאַדיִס וכו׳]. לעומת, למשל, 71% וואס געבן אָן אלס חששות אויפ׳ן סעיפטי דערפון. אויף זייט 19 שרייבן זיי אז ביי די חסידים וואס האבן געהאט קאוויד (וואס ביי חסידים איז דאס טאקע געווען 70% פון די אויסגעפרעגטע; זייט 7) איז דאס זיין קעגן נעמען די וואקסין 52% לעומת ביי די וואס האבן עס נישט געהאט וואו עס איז 34%. ואולי אז ביי די וואס האבן עס געהאט קומען זיך צאם (ביי א חלק) ביידע חששות: ס׳איז נישט סעיף (וואס דאס האבן דאך די מערהייט געענטפערט כמבואר לעיל), ואפילו את״ל אז יא דארף איך עס נישט.

כמובן, איז עפ״י מעדעצין וכו׳ דאס׳ן עס שוין האבן געהאט נישט א זייער מאסגעבנדער תירוץ דאס נישט צו נעמען.

אויף זייט 10 שרייבן זיי אז נאר 34% פון חסידים האלטן עס איז סעיף; 19% זענען איבערצייגט אז נישט און 47% זענען נישט זיכער. ביי די אנדערע געמיינדעס איז עס 59-60 % וואס האלטן עס איז סעיף און נאר 10-12% זענען איבערצייגט אז נישט.

קורקלענד » דינסטאג יוני 8, 2021 7:52 pm

· #475110
מען נעמט אן כאילו די default וואלט געדארפט זיין יא וואקסינירן, און כאילו אז א קאוויד וואקסין זאל נעמען די זעלבע פרעצעדענט ווי אלע אנדערע אלגעמיינע וואקסינען. לדעתי איז עס א גרויסע חילוק. און פערזענליך בין איך צופרידן צו זעהן אזא שטארקע סקעפטיזים פון אונזער עם חכם ונבון.

מפיל קינד » דינסטאג יוני 8, 2021 7:55 pm

· #475111
ליב צו וויסן
די שאלה אליינס, פארענטפערט אבער נאכנישט פארוואס דווקא ביי חסידישע איז די מהלך המחשבה שטארק.

אפשר ווייל די חסידים האבן די גרעסטע מאס הערד אימיוניטי? נישט בייגעפאלן?

מי אני » דינסטאג יוני 8, 2021 9:10 pm

· #475119
מפיל קינד
ליב צו וויסן
די שאלה אליינס, פארענטפערט אבער נאכנישט פארוואס דווקא ביי חסידישע איז די מהלך המחשבה שטארק.

אפשר ווייל די חסידים האבן די גרעסטע מאס הערד אימיוניטי? נישט בייגעפאלן?

כנראה איז אבער דאך נישט דא גענוג אויף צו האבן פולשטענדיגע הערד אימיוניטי (הגם מ'קען מעגליך טענה'ן אז הערד אימיוניטי איז לכאורה יא קאנטיניואס אין דעגריס עכ"פ ביי עפעס א גרעסערע טרעשהאלד, וממילא קען מען טענה'ן אז ביי אונז איז דאס דאך מער). הגם אויב נעמט מען אן אז דאס איז ביי 75% איז מען דאך נאנט צו דעם פולשטענדיגן טרעשהאלד עפ"י די נומערן פון די סורוועי (וכ"ש אויב די טרעשהאלד איז טאקע ביי 70%). אבער פון סתם אנטיבאדיס איז דאך דאס א שוואכערע הערד אימיוניוי וויבאלד די אנטיבאדיס בלייבן דאך כנראה נישט זייער לאנג, וכנ"ל פארוואס מ'דארף זיך וואקסינירן על אף מ'האט שוין געהאט קאוויד. ועיין בזייט 12 אז דאס זיך נישט וואקסינירן שטערט טאקע צו באקומען דאדורך דעם הערד אימיוניטי.
קורקלענד
און פערזענליך בין איך צופרידן צו זעהן אזא שטארקע סקעפטיזים פון אונזער עם חכם ונבון.

אויף זייט 18 צייגן זיי אז אין די קאמיוניטי זענען די וואס האבן נישט קיין קאלעדזש עדוקעישאן מער דערקעגן ווי די וואס האבן יא. און טענה'ן אז אדרבה די וואס זענען נישט געלערענט און "מיטגעשלעפט" זענען גאר די וואס זענען די "חכמים ונבונים", איז שווער.

yatzmachp » דינסטאג יוני 8, 2021 9:27 pm

· #475121
ווען איך קוק וואס דו שרייבסט, די נאמבערס מאכן עפעס נישט קיין סענס. רוב מענטשן וועם איך קען וואקסינירן געהעריג. ביז איך האב מיך געכאפט אז די הצלה וויל פשוט באקומען געלט פון די רעגירונג האבן זיי זיכער געמאכט צו מאכן רעזאלטס פון א קאמיוניטי וואס מען קען נישט וועריפייען און אזוי וועלן זיי באקומען געלט. ווען דו וועסט פלוצלונג זעהן ווי די הצלה הייבט אן מיט עדס וועט שוין אלעס מאכן סענס. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז זיי האבן געמאכט געלט אויפן סורוועי אליינס.

די הצלה היינט צוטאגס איז פשוט א פריוואטע אייגנטום צו מאכן געלט.

קורקלענד » דינסטאג יוני 8, 2021 10:04 pm

· #475122
מי אני

קורקלענד
און פערזענליך בין איך צופרידן צו זעהן אזא שטארקע סקעפטיזים פון אונזער עם חכם ונבון.

אויף זייט 18 צייגן זיי אז אין די קאמיוניטי זענען די וואס האבן נישט קיין קאלעדזש עדוקעישאן מער דערקעגן ווי די וואס האבן יא. און טענה'ן אז אדרבה די וואס זענען נישט געלערענט און "מיטגעשלעפט" זענען גאר די וואס זענען די "חכמים ונבונים", איז שווער.

זייט ווען קען נישט איינער וואס איז נישט געגאנגען אין קאלעדזש זיין א חכם ונבון. ספעציעל אין א געזעלשאפט וואס איז זייער חכמיש ונבוניש און כמעט קיינער גייט נישט אין קאלעדזש.

(און זייט ווען איז דער וואס גייט אין קאלעדזש יא א חכם ונבון?)

אישתישבי » דינסטאג יוני 8, 2021 11:33 pm

· #475125
דער סערוועי קיין נישט זיין אמת, איך פרעג מען מענטשן וואס איך קען, און אפשר צוויי אדער דריי זענען קעגן נעמען דער וואקסין, און דער רעשט האלט אז עס איז א הכרח.

ווער עס זאגט אז דער וואקסין איז סעיף איז א גרעסערע טיפש ווי דער וואס זאגט אז מען זאל עס נישט נעמען.

אלע צוזאמען » מיטוואך יוני 9, 2021 12:59 am

· #475137
מי אני
[
אויף זייט 18 צייגן זיי אז אין די קאמיוניטי זענען די וואס האבן נישט קיין קאלעדזש עדוקעישאן מער דערקעגן ווי די וואס האבן יא. און טענה'ן אז אדרבה די וואס זענען נישט געלערענט און "מיטגעשלעפט" זענען גאר די וואס זענען די "חכמים ונבונים", איז שווער.

איך וויל נישט פארפארן פון די נושא, אבער זייער אסאך פון די גרעסטע ''חכמים ונבונים'' פון די היינטיגע דור, זענען פון די וואס זענען נישט געלערנט און זענען נישט מיטגעשלעפט.

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך יוני 9, 2021 1:15 am

· #475138
yatzmachp
ווען איך קוק וואס דו שרייבסט, די נאמבערס מאכן עפעס נישט קיין סענס. רוב מענטשן וועם איך קען וואקסינירן געהעריג. ביז איך האב מיך געכאפט אז די הצלה וויל פשוט באקומען געלט פון די רעגירונג האבן זיי זיכער געמאכט צו מאכן רעזאלטס פון א קאמיוניטי וואס מען קען נישט וועריפייען און אזוי וועלן זיי באקומען געלט. ווען דו וועסט פלוצלונג זעהן ווי די הצלה הייבט אן מיט עדס וועט שוין אלעס מאכן סענס. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז זיי האבן געמאכט געלט אויפן סורוועי אליינס.

די הצלה היינט צוטאגס איז פשוט א פריוואטע אייגנטום צו מאכן געלט.
הצלה לויפט שוין מיט עדס פאר א שטיק צייט. איך בין שוין לאנג נייגעריג צו איינער קען איינעם וואס איז נשפע געווארן פון זייערע עדס.

(נשפע געווארן צו נעמען די וואקסין. איך ווייס עטליכע וואס זענען נשפע געווארן פון פעטער שמואל דורך די עדס... וד"ל)

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 9, 2021 3:33 am

· #475143
מי אני
און נאכדערצו וואס זיי ברענגן ארויס אין די הקדמה אז די ראטע פון די וואס זענען קעגן זיך וואקסינירן קעגן קאוויד ביי די וואס נוצן נישט קיין אינטערנעט וכו׳ אין די קהילות, און האבן דעריבער נישט געקענט ענטפערן אויף די סורוועי, איז ווארשיינליך נאך העכער. 😮 😞

מי אני: איך בין נישט זיכער אז ס'איז נאך דא א הויכער פראצענט פון אידן וועלכע האבן (אמת'דיג) נישט קיין אינטערנעט...!

לאמיר עס בעסער איינטיילן. צווישן היפאקריטס און נישט היפאקריטס. ווייל קיין שום נארמאלער מענטש היינטיגע צייטן איז אינגאנצן אפגעשיידט פונ'ם אינטערנעט. ווייל ס'איז (כמעט) נישט מעגליך...!

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 9, 2021 3:42 am

· #475144
yatzmachp
ווען איך קוק וואס דו שרייבסט, די נאמבערס מאכן עפעס נישט קיין סענס. רוב מענטשן וועם איך קען וואקסינירן געהעריג. ביז איך האב מיך געכאפט אז די הצלה וויל פשוט באקומען געלט פון די רעגירונג האבן זיי זיכער געמאכט צו מאכן רעזאלטס פון א קאמיוניטי וואס מען קען נישט וועריפייען און אזוי וועלן זיי באקומען געלט. ווען דו וועסט פלוצלונג זעהן ווי די הצלה הייבט אן מיט עדס וועט שוין אלעס מאכן סענס. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז זיי האבן געמאכט געלט אויפן סורוועי אליינס.

די הצלה היינט צוטאגס איז פשוט א פריוואטע אייגנטום צו מאכן געלט.

טאמבל סאוס: איך זעה אז דו האסט גע'לייק'ט יצמח פ. אפשר אין לאנדאן אדער מאנטשעסטער וואו דו וואוינסט איז דאס דער מצב. אבער נישט דאהי אין אמעריקע. דערווייל איז הצלה, (ב"ה) נישט קיין מאני מעיקינג ארגאניזאציע...!

הקטן » מיטוואך יוני 9, 2021 7:23 am

· #475151
די מטרה זייערע איז נישט מאני-מעקאינק די מטרה איז הצלות נפשות אבער ס'איז נאטאינג-ראנג צי מאכן אפאר טאלער, וואס פעלט זיך זייער וויכטיג אויס

זייער מעגלעך אז די נאמבערס זענען געפאדשט צי סערווירען אן אגענדע און צי זיין "שאקירנדע"

איז דען נישט דאס די קעס מיט אסך אנדערע סטאטיסטיקס, סטאדיס און דאטא וואס זענען גטריבען פין אגענדעס???
און תמימי לב ארבעטען שווער אריינצילערנען פשטים און ווערן שאקירד....

יואליש » מיטוואך יוני 9, 2021 9:55 am

· #475157
הקטן
די מטרה זייערע איז נישט מאני-מעקאינק די מטרה איז הצלות נפשות אבער ס'איז נאטאינג-ראנג צי מאכן אפאר טאלער, וואס פעלט זיך זייער וויכטיג אויס

זייער מעגלעך אז די נאמבערס זענען געפאדשט צי סערווירען אן אגענדע און צי זיין "שאקירנדע"

איז דען נישט דאס די קעס מיט אסך אנדערע סטאטיסטיקס, סטאדיס און דאטא וואס זענען גטריבען פין אגענדעס???
און תמימי לב ארבעטען שווער אריינצילערנען פשטים און ווערן שאקירד....

די רעזולטאטן זענען נישט שאקירנד, נישט ווייל די דאטא איז אונטער א פראגע צייכן, נאר ווייל מיר זענען שוין צוגעוואוינט פאר א יאר צייט אז דאס איז די מציאות ביים עולם. איך האב געמאכט אן אומסייענטיפישע אויספרעג אין א צימער פון איבער זעכציג חסידים א וואך פאר שבועות. חוץ די צוויי הצלה מעמבערס דארט האט קיינער נישט גענימען די וואקסין און האט נישט געפלאנט צו נעמען די וואקסין. די אנגעבענדע סיבות זענען געווען די זעלבע ווי די סורוועי רעכענט אויס, א range פון עדידטודס און גלויבונגן איבער די וויירוס, די וואקסין און פאליטיק. סאו כ'ווייס נישט וואס טרייבט די שפעקעלאציעס אז די סורוועי איז נישט אויפריכטיג. פאר מיר איז עס א גרויסע duh מיט גרעפיקס. אין מיין מאגערע מיינונג איז עס טראגיש, אבער נישט שאקירנד. ס'איז פארט בייהילפיג צו זעהן די דאטא און וויאזוי ס'ברעכט זיך אראפ צווישן גרופעס און די ניואמסן אונטער די סענטימענטן.

הקטן » מיטוואך יוני 9, 2021 11:38 am

· #475166
אישתישבי
דער סערוועי קיין נישט זיין אמת, איך פרעג מען מענטשן וואס איך קען, און אפשר צוויי אדער דריי זענען קעגן נעמען דער וואקסין, און דער רעשט האלט אז עס איז א

יואליש
... איך האב געמאכט אן אומסייענטיפישע אויספרעג אין א צימער פון איבער זעכציג חסידים א וואך פאר שבועות. ...

ווער איז גרייט צי מאכן א מעטא-אומסייענטיפישע-אויספרעג פין אלע אומסייענטיפישע-אויספרעג וואס איז דא ביז דערווייל?

הקטן » מיטוואך יוני 9, 2021 11:43 am

· #475167
איז שוין היינט די וואקסין געהעריג FDA עפראווד אדער איז דאס נאך אלץ נאר אינטער עמערדשענסי אטערעזעשען?

יואליש » מיטוואך יוני 9, 2021 12:03 pm

· #475168
הקטן
איז שוין היינט די וואקסין געהעריג FDA עפראווד אדער איז דאס נאך אלץ נאר אינטער עמערדשענסי אטערעזעשען?

Moderna became the latest COVID-19 vaccine maker to apply for full approval by the Food and Drug Administration, announcing last week that it has started the process for approval in people ages 18 and up. That follows Pfizer's announcement in early May that it was seeking approval in those ages 16 and up.

The FDA will take several months to review the full set of data before granting approval, which several experts told ABC News was very likely. For Moss, with nearly 300 million doses administered in the U.S., "there's nothing about that review process that's going to reveal anything we don't know."

<a class="postlink" href="https://abcnews.go.com/Health/full-fda-approval-drive-covid-19-vaccinations-experts/story?id=78048166">https://abcnews.go.com/Health/full-fda- ... d=78048166</a>

הקטן » מיטוואך יוני 9, 2021 12:31 pm

· #475171
טענקס

The FDA will take several months to review the full set of data before granting approval

וואו אויך הגדת עדות פין א צייטאנג שרייבער וואס זאגט נאך פון פארשידענען "עקספערטן" ....

יואליש » מיטוואך יוני 9, 2021 1:08 pm

· #475174
הקטן
טענקס

The FDA will take several months to review the full set of data before granting approval

וואו אויך הגדת עדות פין א צייטאנג שרייבער וואס זאגט נאך פון פארשידענען "עקספערטן" ....

פארוואס אזוי קארג מיט די גענזן פיסלעך?

די "FDA" גייט "ריוויוען" די "דאטא" און שענקן "עפראוועל."

קוק, כ'בין א גרעסערע סקעפטיק פון דיר, נישט סתם א סוקער פאר די "מידיא. "

הקטן » מיטוואך יוני 9, 2021 1:29 pm

· #475176
איך האב מורא ביסט גערעכט די "full set of data" איז לא מעלה או מורד

אישתישבי » מיטוואך יוני 9, 2021 3:06 pm

· #475184
קען זיין איך בין מיך טועה, און רוב מענטשן וואס ארבעטען נישט נאר לערנען אין כולל אדער מלמדים וכדומה אן פרויען וואס זענען אינדערהיים זענען נישט בדעה צו נעמען דער וואקסין.

פארוואס נישט מאכן עדווערטייזונג אין לוח הצבור קול ברמב און אין אלע היימישע אויסגאבעס?

פאליטיקאנט » מיטוואך יוני 9, 2021 3:30 pm

· #475188
Re: הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-ו
אישתישבי
דער סערוועי קיין נישט זיין אמת, איך פרעג מען מענטשן וואס איך קען, און אפשר צוויי אדער דריי זענען קעגן נעמען דער וואקסין, און דער רעשט האלט אז עס איז א הכרח.

אקעי הערט זיך גאנץ פארשטענדליך

אישתישבי

ווער עס זאגט אז דער וואקסין איז סעיף איז א גרעסערע טיפש ווי דער וואס זאגט אז מען זאל עס נישט נעמען.

אופס, דא האמער אונז שוין איינער.....

(איך פארשטיי אז דו ביסט נישט קעגן, אבער דאס זיין אזוי זיכער אז עס איז 'נישט סעיף' איז א פארם פון אנטי וואקסינאציע)

הקטן » מיטוואך יוני 9, 2021 3:45 pm

· #475192
פאליטיקאנט

אישתישבי

ווער עס זאגט אז דער וואקסין איז סעיף איז א גרעסערע טיפש ווי דער וואס זאגט אז מען זאל עס נישט נעמען.

אופס, דא האמער אונז שוין איינער.....

(איך פארשטיי אז דו ביסט נישט קעגן, אבער דאס זיין אזוי זיכער אז עס איז 'נישט סעיף' איז א פארם פון אנטי וואקסינאציע)

איך זעה נישט ער זאל זאגן ס'איז נישט סעיף, לעט-עלאן זאגן ס'איז זיכער נישט סעיף

פאליטיקאנט » מיטוואך יוני 9, 2021 3:47 pm

· #475193
Re: הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-ו
יא סעיף, נישט סעיף. וועלכע נאך אפציע איז דא?

כלבאשבוע » מיטוואך יוני 9, 2021 4:26 pm

· #475200
קורקלענד
פערזענליך בין איך צופרידן צו זעהן אזא שטארקע סקעפטיזים פון אונזער עם חכם ונבון.

כהאף אז די חכמה און פיקחות גייט נישט אלל די וועי

<a class="postlink" href="https://twitter.com/Tylerjoelb/status/1402288748575002632">https://twitter.com/Tylerjoelb/status/1 ... 8575002632</a>

אלע צוזאמען » מיטוואך יוני 9, 2021 4:53 pm

· #475203
לדעתי איז א גרויס חלק פון די קעגנערשאפט ביים היימישן ציבור, א רעזולטאט פון דאס צווינגען די באפעלקערונג עס צו נעמען, אזא בחינה פון ''די וועסט מיך נישט אנטיילן וואס צו טון''.

החוקר » מיטוואך יוני 9, 2021 5:02 pm

· #475204
Re: הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-ו
ווער צווינגט וועם?

דו ווייסט פון איין איינציגער מענטש וואס איז געווארן געצווינגן צו נעמען די וואקסין?

עס איז קלאר אז די סיבה פאר די הויכע ראטע פון סקעפטיציזם צום וואקסין ביי אונזער ציבור איז צוליב וואס אונזער ציבור איז זייער רייף צו ווערן איינגערעדט אין מיסאינפארמאציע. א חלק פון דעם איז לכאורה דאס וואס מיר פארלאזן זיך מער אויף וואס "מיין שוועסטער האט אליינס געזאגט", ווי אויף די אפיציעלע אינפארמאציע קוועלער.

אפילו אויב עס איז דא גאר א שטארקע סיבה פארוואס נישט צו טראסטן דעם וואקסין, איז די סיבה אויף די מיסטראסט נישט צוליב דעם וואס דער עם חכם ונבון איז צו קלוג צו ווערן איינגערעדט, נאר ווי געשריבן, עס האט מיט וואסערע אינפארמאציע קוועלער מיר "גלייבן" אלס אמת.

אלע צוזאמען » מיטוואך יוני 9, 2021 5:35 pm

· #475207
אויפן מינוט צווינגט מען ב''ה נאכנישט, אבער מ'רעדט אזוי סאך אז עווענטועל גייט מען אפשר פארלאנגן פון יעדעם זיך צו וואקסענירן, און בכלל די גאנצע קאראנע סומאטוכע איז צוגעגאנגען געצווינגענערהייט, אז די עולם וויל נישט הערן גארנישט פון עס.

קורקלענד » מיטוואך יוני 9, 2021 5:54 pm

· #475209
קיינער צווינגט קיינעם נישט צו נעמען קיין וואקסין. אבער אנע וואקסין קען מען נישט ארויפגיין אויף א פליגער, נישט גיין אין רעסטוראן, נישט גיין אין קיין שפיטאל. אבער באמת זענט איר גערעכט מ'צווינגט קיינעם נישט.

yatzmachp » דאנערשטאג יוני 10, 2021 1:28 am

· #475284
לאמיר זעהן ווען די געלערנטע פאליטיש אנס און סתם געלערנטע גוים וועלן פאלגן די סייענס.

<a class="postlink" href="https://www.news-medical.net/news/20210608/No-point-vaccinating-those-whoe28099ve-had-COVID-19-Findings-of-Cleveland-Clinic-study.aspx">https://www.news-medical.net/news/20210 ... study.aspx</a>

Scientists from the Cleveland Clinic, USA, have recently evaluated the effectiveness of coronavirus disease 2019 COVID-19) vaccination among individuals with or without a history of severe acute respiratory syndrome coronavirus 2 (SARS-CoV-2) infection.

The study findings reveal that individuals with previous SARS-CoV-2 infection do not get additional benefits from vaccination, indicating that COVID-19 vaccines should be prioritized to individuals without prior infection. The study is currently available on the medRxiv* preprint server (not peer-reviewed).

הקטן » דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:42 am

· #475291
הקטן
פאליטיקאנט

אישתישבי

ווער עס זאגט אז דער וואקסין איז סעיף איז א גרעסערע טיפש ווי דער וואס זאגט אז מען זאל עס נישט נעמען.

אופס, דא האמער אונז שוין איינער.....

(איך פארשטיי אז דו ביסט נישט קעגן, אבער דאס זיין אזוי זיכער אז עס איז 'נישט סעיף' איז א פארם פון אנטי וואקסינאציע)

איך זעה נישט ער זאל זאגן ס'איז נישט סעיף, לעט-עלאן זאגן ס'איז זיכער נישט סעיף

פאליטיקאנט
יא סעיף, נישט סעיף. וועלכע נאך אפציע איז דא?

איך ווייס נישט!
ממילא איז נעריש צי נעמען א שטעלאנג מיט א זיכערקייט "ס'איז סעיף!"
דער וואס נעמט נישט מיז נישט זאגן מיט א זיכערקייט ס'איז נישט סעיף ער איז נאר נישט זיכער ס'איז יא סעיף

ס'אויך שייך צי זאגן איך בין נישט זיכער וואו סעף ס'איז דאך איז כדי צי נעמען ווייל די ריסק פין נישט נעמען איז פיל מער
אנדערע קענען האלטן פארקערט (געוואנדען לויט די עלטער און ריסק פעקטארס)

הקטן » דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:56 am

· #475293
החוקר

עס איז קלאר אז די סיבה פאר די הויכע ראטע פון סקעפטיציזם צום וואקסין ביי אונזער ציבור איז צוליב וואס אונזער ציבור איז זייער רייף צו ווערן איינגערעדט אין מיסאינפארמאציע.
א חלק פון דעם איז לכאורה דאס וואס מיר פארלאזן זיך מער אויף וואס "מיין שוועסטער האט אליינס געזאגט", ווי אויף די אפיציעלע אינפארמאציע קוועלער.

אויב אוזער ציבור איז אזוי גאלעבעל, דארף אויך נישט זיין שווער איינרעדן אויף יא צי נעמעערן די וואקסין
און אסך וועלן פשוט נעמען ווייל זייער שוועסטר האט אליין געזאט

אונטער חכם » דאנערשטאג יוני 10, 2021 10:33 am

· #475308
Re: הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-ו
<a class="postlink" href="https://www.brookings.edu/research/how-misinformation-is-distorting-covid-policies-and-behaviors/">https://www.brookings.edu/research/how- ... behaviors/</a>
35% אמעריקאנער האלטן אז קאוויד האט אן איבער פופציג פראצענט האספיטאליזאציע, און נאך 30% האלטן אז עס איז איבער צוואנציג, אז די 65% זענען איבערצייגט אז מען דארף נעמען די וואקסין איז נישט קיין גרויסע קונץ, מען דארף פארגלייכן דעם היימישן ציבור צו די 35% וואס האבן כאטש א שטיקל טאטש מיט ריאליטעט איבער די ריסק פון קאוויד, און דעמאלט קען מען זעהן ווער עס שטייט בעסער.

(די איינציגסטע תירוץ וואס זיי האבן דארט איז אז דער עולם ווייסט נישט וואס פופציג פראצענט מיינט בכלל..... אבער אונז זעמער די טפשים.[emoji12])

מי אני » דאנערשטאג יוני 10, 2021 12:31 pm

· #475314
איה״נ. (ולפי״ז קען מען אויסטייטשן ווי א פאזיטיוו דאס אז אויף זייט 8 האלטן נאר 18% פון חסידים אינעם סורוועי אז קאראנע איז א סכנה צום געמיינדע, אויב זאגט מען אז ״סכנה״ מיינט מען בכלל/אַן עוורידזש. די שאלה איז אבער צי דאס איז מכח דורכגעטראכטע אינפארמאציע עפ״י די פאקטן [״חכם ונבון״], צי פשוט וועגן סתם ציניזם.)

וואס @אנאנים ברענגט ארויס איז אז די וואס זענען דערקעגן, וואס איז א העכערע ראטע, זענען בעיקר וועגן די סעיפטי פונעם וואקסין [71%; זייט 13] און דאס איז נישט אין טאָטש.
אונטער חכם
(די איינציגסטע תירוץ וואס זיי האבן דארט איז אז דער עולם ווייסט נישט וואס פופציג פראצענט מיינט בכלל..... אבער אונז זעמער די טפשים.[emoji12])

אגב, למען הדיוק, ס׳נישט אז זיי האבן נישט געוואוסט וואס 50% מיינט בכלל. די בּערלין נומעריסי טעסט וואס מ׳האט זיי געגעבן פרעגט די שאלות (פון זיי האט מען זיי געפרעגט צוויי):
Out of 1,000 people in a small town 500 are members of a choir. Out of these 500 members in the choir 100 are men. Out of the 500 inhabitants that are not in the choir 300 are men. What is the probability that a randomly drawn man is a member of the choir?

Imagine we are throwing a five-sided die 50 times. On average, out of these 50 throws how many times would this five-sided die show an odd number (1, 3 or 5)?

Imagine we are throwing a loaded die (6 sides). The probability that the die shows a 6 is twice as high as the probability of each of the other numbers. On average, out of these 70 throws how many times would the die show the number 6?

In a forest 20% of mushrooms are red, 50% brown and 30% white. A red mushroom is poisonous with a probability of 20%. A mushroom that is not red is poisonous with a probability of 5%. What is the probability that a poisonous mushroom in the forest is red?

דאס טעסט אויף באהאווענטקייט אין נומעריסי בכלל ופראצענטן/פראבעביליטי.

‏די תירוץ אויפ׳ן ערשטן שאלה איז 25%, וויבאלד עס זענען נאר דא 400 מענער אינעם דארף און פון זיי זענען נאר 100 אינעם כאר. די תירוץ אויפ׳ן צווייטן שאלה איז 30, ווייל דאס איז 3/5 [די צאל פון אַדד נומערן דערויף לעומת די איִווען נומערן דערויף] פון 50. די תירוץ אויפ׳ן דריטן שאלה איז 20, וויבאלד אז איך האב 6 זאכן און 5 פון זיי די זעלבע פראבעביליטי און די זעקסטע פונקט דאפלט פון זיי, איז די פראבעבילטי פון די פינעף 1/7 און די זעקסטע 2/7; 2/7 פון 70 איז 20. די תירוץ אויפ׳ן פערטן שאלה איז 50%, ווייל 20% פון 20% איז 4% און 5% פון 80% [די איבעריגע צוזאמען] איז אויך 4%.

וואלטן חסידים געווען/געטוהן בעסער דערויף?

זיי ברענגן אויך ארויס אז פון וואו מ׳באקומט אינפארמאציע שפילט גאר א שטארקע ראלע, און צו באקומען דאס פון סאָשׁעל מיִדיִאַ איז עלול פאר גרעסערע מיסאינפארמאציע. דאס איז וואס די הצלה סורוועי האט אויך געוואוזן איז מער ביי חסידים ווי אנדערע קוועלער [זייט 9].

ווי אויך קען אפשר נוגע זיין אז דאס איז דאך גענומען געווארן א האלבע יאר צוריק. קען זיין אז דאס איז א חילוק מיט יעצט וואס מער אינפארמאציע איז עוועילעבּל וכו׳.

הקטן » דאנערשטאג יוני 10, 2021 1:17 pm

· #475316
פארמעקט.
האלט זיך צו די נושא פון די אשכול.
העניך

ליב צו וויסן » דאנערשטאג יוני 10, 2021 7:57 pm

· #475343
אונטער חכם
https://www.brookings.edu/research/how-misinformation-is-distorting-covid-policies-and-behaviors/
35% אמעריקאנער האלטן אז קאוויד האט אן איבער פופציג פראצענט האספיטאליזאציע, און נאך 30% האלטן אז עס איז איבער צוואנציג, אז די 65% זענען איבערצייגט אז מען דארף נעמען די וואקסין איז נישט קיין גרויסע קונץ, מען דארף פארגלייכן דעם היימישן ציבור צו די 35% וואס האבן כאטש א שטיקל טאטש מיט ריאליטעט איבער די ריסק פון קאוויד, און דעמאלט קען מען זעהן ווער עס שטייט בעסער.

(די איינציגסטע תירוץ וואס זיי האבן דארט איז אז דער עולם ווייסט נישט וואס פופציג פראצענט מיינט בכלל..... אבער אונז זעמער די טפשים.[emoji12])

דאס איז זייער א שטארקע נקודה.

אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:45 pm

· #475350
yatzmachp
ווען איך קוק וואס דו שרייבסט, די נאמבערס מאכן עפעס נישט קיין סענס. רוב מענטשן וועם איך קען וואקסינירן געהעריג. ביז איך האב מיך געכאפט אז די הצלה וויל פשוט באקומען געלט פון די רעגירונג האבן זיי זיכער געמאכט צו מאכן רעזאלטס פון א קאמיוניטי וואס מען קען נישט וועריפייען און אזוי וועלן זיי באקומען געלט. ווען דו וועסט פלוצלונג זעהן ווי די הצלה הייבט אן מיט עדס וועט שוין אלעס מאכן סענס. איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז זיי האבן געמאכט געלט אויפן סורוועי אליינס.

די הצלה היינט צוטאגס איז פשוט א פריוואטע אייגנטום צו מאכן געלט.

צו אוועק שטעלן אזא כלל אז ''די הצלה היינט צוטאגס איז פשוט א פריוואטע אייגנטום צו מאכן געלט'' ברויכסטו האבן מער באווייזען!

אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:51 pm

· #475351
berlbalaguleh
מי אני
און נאכדערצו וואס זיי ברענגן ארויס אין די הקדמה אז די ראטע פון די וואס זענען קעגן זיך וואקסינירן קעגן קאוויד ביי די וואס נוצן נישט קיין אינטערנעט וכו׳ אין די קהילות, און האבן דעריבער נישט געקענט ענטפערן אויף די סורוועי, איז ווארשיינליך נאך העכער. 😮 😞

מי אני: איך בין נישט זיכער אז ס'איז נאך דא א הויכער פראצענט פון אידן וועלכע האבן (אמת'דיג) נישט קיין אינטערנעט...!

לאמיר עס בעסער איינטיילן. צווישן היפאקריטס און נישט היפאקריטס. ווייל קיין שום נארמאלער מענטש היינטיגע צייטן איז אינגאנצן אפגעשיידט פונ'ם אינטערנעט. ווייל ס'איז (כמעט) נישט מעגליך...!

איבער די ענין זע דא

אונטער חכם » דאנערשטאג יוני 10, 2021 10:17 pm

· #475386
Re: הצלה סורוועי ווייזט שאקירנדע רעזולטאטן פון חסידיש אנטי-ו
מי אני
איה״נ. (ולפי״ז קען מען אויסטייטשן ווי א פאזיטיוו דאס אז אויף זייט 8 האלטן נאר 18% פון חסידים אינעם סורוועי אז קאראנע איז א סכנה צום געמיינדע, אויב זאגט מען אז ״סכנה״ מיינט מען בכלל/אַן עוורידזש. די שאלה איז אבער צי דאס איז מכח דורכגעטראכטע אינפארמאציע עפ״י די פאקטן [״חכם ונבון״], צי פשוט וועגן סתם ציניזם.)

וואס @אנאנים ברענגט ארויס איז אז די וואס זענען דערקעגן, וואס איז א העכערע ראטע, זענען בעיקר וועגן די סעיפטי פונעם וואקסין [71%; זייט 13] און דאס איז נישט אין טאָטש.

איך מיין אז די פראגע פון סעיפטי איז רעלאטיוו, אפי' דו פרעגסט א מענטש נאר וועגן סעיפטי נעמט ער עס אין קאנטעקסט פון די שעדליכקייט פון קאוויד, און אפי' אין די סייענטיפישע וועלט, כאטש עס זענען דא וואס לייגן עס אראפ ווי עס איז אזוי סעיף אז מען קען עס רואיג עסן פאר פרישטאג, אבער די מער אפיציעלע חברה רעדן אנדערש, פאוטשי צב''ש זאגט געווענליך נאר אז The benefits outweigh the risks ווען מען פרעגט אים וועגן סעיפטי.

א גרויסן ייש''כ פארן ברענגען די נומערעסי טעסט אזוי שיין איבערגעטייטשט אויף אידיש, עס איז זייער אינטערעסאנט, סאו עס איז לכאורה נישט דא קיין 60% וואס פארשטייט נישט וואס 50% איז, אבער זייער פוינט מיט ברענגען די רעזאלטס פון די טעסט איז נאכאלץ כדי צו שפעקולירן אז די סיבה פארוואס אזויפיל מענטשן זאגן אז עס איז דא א 50% האספיטאליזאציע ראטע איז ווייל זיי ווייסן נישט וואס 50% מיינט.

קורקלענד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 11:12 pm

· #475390
ביי די גאר אינגע וואס טראגן רעלאטיוו בכלל נישט קיין שום ריזיקע איז דייקא יא דא מער סייד עפעקטס פון די וואקסין. וואס איז טאקע פשט פון בכלל רעקאמענדירן/צווינגן א וואקסין פאר איינער וואס דארף עס נישט?

פאר מער פרטים

וואס זאגן יעצט די אלע וואס האלטן אז די וואקסין קען נישט שאטן?

הקטן » פרייטאג יוני 11, 2021 12:22 am

· #475396
קורקלענד
ביי די גאר אינגע וואס טראגן רעלאטיוו בכלל נישט קיין שום ריזיקע איז דייקא יא דא מער סייד עפעקטס פון די וואקסין. וואס איז טאקע פשט פון בכלל רעקאמענדירן/צווינגן א וואקסין פאר איינער וואס דארף עס נישט?

פאר מער פרטים

וואס זאגן יעצט די אלע וואס האלטן אז די וואקסין קען נישט שאטן?

די זעלבע איז אויך מיט די וואס האבן שוין געהאט דעם ווייארס, פאר זיי געט אויך די וואקסין נישט קיין סך צי

rand-paul-cleveland-clinic-study-indicates-point-vaccinating-people-coronavirus/

when-will-the-governing-experts-grant-the-premise-of-natural-immunity-to-covid-19-n1453164

דאס קען זיין ווערט ריפלעקטעט אין די "שאקירנדע" הצלה סערוועי -

הקטן » פרייטאג אוגוסט 27, 2021 11:56 am

· #480581

study finds natural immunity ***-superior-*** to vaccination

If the findings are confirmed, the implications for Covid policy will be profound