☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אינטערסאנטע מענטשען פון מאנסי ניו יארק

אינטערסאנטע מענטשען פון מאנסי ניו יארק

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14675

טובי געלד » זונטאג יוני 6, 2021 7:19 pm

· #474863
אינטערסאנטע מענטשען פון מאנסי ניו יארק
און מאנסי איז באוויסט געווען א ווערטעל פון יארמער רב מאנסי איז אדער א בעל תשובה אדער א שארט קארט, איז אזוי שארט קאטס איז שוין ממש נישטא ווייל אלעס איז פארבויעט און בעל תשובה ווייניג בעיקר מישגעים, עס איז זייער אינטערסאנט דורכצוגיין די נעמען פון אינטערסאנטע פיגורען אין מאנסי , צום ערשט וועלו מיר אנבייהען מיט משה ניא יארקער וואס איז שפעטער געווארען ביי א טייל אידען א נסתר ווער עס ווייסט זיין ראשית צמיחת גדלותו זאל זיך אנרופען

אישתישבי » זונטאג יוני 6, 2021 7:29 pm

· #474864
ער איז געוועהן באשריבן באריכות דא אויף ק"ש.

טובי געלד » זונטאג יוני 6, 2021 10:52 pm

· #474887
מיר האבען פיל אינטערסאנטע מענטשען ווי החסיד היקר יצחק תהילים שליט"א וואס איז א זעלטענע משמח אנשים ביי שמחות חתן וכלה מיט זיינע שיינע ווערטליך א גבאי ביים הייליגען ריבניצער זי"ע ער פלעגט מאכען ביי חתונה'ס א ברוגז טאנץ אז סגעווען וואס צו זעהן,

אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 7, 2021 2:14 am

· #474906
ס'דא איינער, כ'ווייס נישט וויאזוי ער הייסט, וואס לויפט ארום צו אלע ברית'ן אין מאנסי, קען איינער זאגן ווער ער איז? אוי האב איך געכאפט קללות פון אים.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 8, 2021 11:02 am

· #475052
אלע צוזאמען
ס'דא איינער, כ'ווייס נישט וויאזוי ער הייסט, וואס לויפט ארום צו אלע ברית'ן אין מאנסי, קען איינער זאגן ווער ער איז? אוי האב איך געכאפט קללות פון אים.

אלע צוזאמען: איך האב באקומען ברכות פון איהם. ביי די ברית פון מיין אייניקל.

איך ווילל דיך בארואיגן. דו דארפסט זיך נישט זארגן. זיינע קללות זענען פונקט אזויפיהל ווערד ווי זיינע ברכות...לאל...!

טובי געלד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 3:34 pm

· #475326
און וואס טוט זיך מיט א אינטערסאנטע פיגור א ירושלימער לבוש מיט א זעלטענע צורה טוישט נישט קיין ווארט מיט א מענטש און ער האט כסדר א ציגאר וכו אויב איינער האט א בילד ביטע לתועלת הרבים

אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:15 pm

· #475367
טובי געלד
און וואס טוט זיך מיט א אינטערסאנטע פיגור א ירושלימער לבוש מיט א זעלטענע צורה טוישט נישט קיין ווארט מיט א מענטש און ער האט כסדר א ציגאר וכו אויב איינער האט א בילד ביטע לתועלת הרבים

מיינסט דער וולגייזער?

טיכטיגער » פרייטאג יוני 11, 2021 1:24 am

· #475398
ס'איז דא א איד איינער זעליג מאנדעל, ער וואוינט אין א באס, דאכצעך ערגעץ נעבן ניקלשבורגער שול אויף מילטאן

אלע צוזאמען » פרייטאג יוני 11, 2021 1:34 am

· #475401
ער איז געווען באשריבן אין די מאמענט, ער איז א בעל תשובה/גר צדק (דענק איך נישט וועלכע) פון 'וואשינגטאן' סטעיט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 17, 2021 5:14 am

· #475874
אלע צוזאמען: איז, ווי איז ער אנגעקומען צו וואוינען אין א באס...?! איינער וואס איז א מחנך. און ער האט זיך געג'ט גייט ער נאכנישט אויטאמאטיש וואוינען אין א באס. עפעס אינפארמעישן פעהלט דא...!

ממילא איז ער נישט אן אינטרעסאנטער מענטש ווייל דער מאמענט האט איהם געקרוינט. נאר דער מאמענט האט איהם געקרוינט ווייל ער איז...!

יין שרף » דאנערשטאג יוני 17, 2021 4:40 pm

· #475928
שמו רבי יוסף לייב. תלמיד חכם עצום וזכרון נפלא. האט שוין לאנג נישט זיינע ציגעלעך. יארן לאנג געווען די אפעציעלע substitute אין בית דוד חדר, און אויך א ענגליש טיטשער דארט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 17, 2021 9:21 pm

· #475970
איינער שרייבט מיר יעצט אז דער זעליג מאנדל האט שוין חתונה געהאט נאכאמאל און וואוינט שוין מער נישט אינעם באס.

מחצה''ק » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 2:37 am

· #483327
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב א אלטע חלום צוזאם ציברענגען דוד צבי מאסקאוויטש מיט מעזעבושע רבי מיט לימאנוב'ע רב מיט מבקשי השם רבי מיט פינטו אין דער ווערעצקיער אין נייטרא רבי
זיי זאלן פארארבעטן מעשים משיח זאל שוין קימען

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:46 pm

· #483375
שמעקעדיג
איינער שרייבט מיר יעצט אז דער זעליג מאנדל האט שוין חתונה געהאט נאכאמאל און וואוינט שוין מער נישט אינעם באס.

שמעקעדיג: ביזדערווייל. איך וואלט איהם מייעץ געווען ער זאלל נאכנישט אויפגעבן זיין דירה אינ'ם באס. ווייל אפשר איז דעתו לחזור...!

שמחהלע קאפשטיק » מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 8:15 pm

· #483392
מאך זיכער
יין שרף
שמו רבי יוסף לייב. תלמיד חכם עצום וזכרון נפלא. האט שוין לאנג נישט זיינע ציגעלעך. יארן לאנג געווען די אפעציעלע substitute אין בית דוד חדר, און אויך א ענגליש טיטשער דארט.

איך האב זיך אלע יארן איינגערעדט אז ער הייסט ראין ' זבולון...

אין ירושלים אין די הוראדנא הייזער האט געוואוינט א טייערע איד מיטן נאמען הגאון ר’ זבולון האמבורגער ז"ל מח"ס שערי זבול, ס’געווען א פארגעניגען צו פארברענגן מיט אט דעם איד. ער האט געהאט א ברייטע ידיעה אין די קליינע אותיות

moneyminded » זונטאג אקטאבער 17, 2021 5:11 am

· #483405
מחצה''ק

איך האב א אלטע חלום צוזאם צו ברענגען דוד צבי מאסקאוויטש מיט מעזעבושע רבי מיט לימאנוב'ע רב מיט מבקשי השם רבי מיט פינטו אין דער ווערעצקיער און נייטרא רבי
זיי זאלן פארארבעטן מעשים משיח זאל שוין קומען

קען איינער מסביר זיין אין קורצן איבער מאסקאוויטש?

פאלאצ'ינטא » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 10:28 pm

· #483618
איך האב געהערט א ווארט אויף מאנסי אז איינער וואס וואוינט אין מאנסי איז אדער אן עושר אדער א משוגענר

החוקר » מיטוואך אקטאבער 20, 2021 11:37 pm

· #483619
Re: אינטערסאנטע מענטשען פון מאנסי ניו יארק
אין מאנסי דרייט (פלעגט?) זיך אן אינטערסאנטן איד'ל נחום ....? איך קען זיך נישט דערמאנען זיין לעצטן נאמען.

איינער ווייסט פון וועם איך רעד?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:20 am

· #483643
פאלאצ'ינטא
איך האב געהערט א ווארט אויף מאנסי אז איינער וואס וואוינט אין מאנסי איז אדער אן עושר אדער א משוגענר

פאלאצ'ינטא: ווען איך בין אן עושר אהרט מיך נישט אז מ'האלט אז איך בין א משוגע'נער...!

קא משמע לן » זונטאג אקטאבער 24, 2021 8:25 pm

· #483799
החוקר
אין מאנסי דרייט (פלעגט?) זיך אן אינטערסאנטן איד'ל נחום ....? איך קען זיך נישט דערמאנען זיין לעצטן נאמען.

איינער ווייסט פון וועם איך רעד?


נחום שווארץ - דער מלאך הברית