☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » ווען א רבי שרייבט אויף קאווע שטיבל

ווען א רבי שרייבט אויף קאווע שטיבל

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14673

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 6, 2021 9:42 am

· #474799
ווען א רבי שרייבט אויף קאווע שטיבל
מיר האבן זוכה געווען אז @מורינו ורבינו הופיע ביד קדשו ונכנס לפני ולפנים צו אונזער קאווע שטיבל [און לאמיר דערווייל אנ-נעמען [נניח] אז אמת נכון הדבר אז ער איז א מנהיג ישראל]

השתא דאתינן להכי....
איך בין נייגעריג וואס וואלט געווען די דעת הקהל [המון עם] ווען מען ווערט געוואור אז א רבי ומנהיג וואס פירט הונדרעטער חסידים זיצט און שרייבט אויף דער אינטרנעט

איך גלייב אז חברי הקאווע שטיבל וואלט דאך זיכער געזאגט "קיפ איט אפ" ווי מען זעהט דא ביי @מורינו ורבינו, לאנג לעבן זאל ער.
אבער וואס וואלט געווען די רעאקציע פון זיינע חסידים ווען א גרויסער רבי וואס געהערט צו די כתות המוחים נגד האינטרנעט זיצט און שרייבט זיך.

בתר דאיבעיא הדר פשטא. איך וואלט געזאגט אז עס וואלט געווען צוטיילט לכמה כתות:
1. די פרומערע : רבינו סר מן הדרך
2. די גאר שטארקע חסידים: א רבי מעג אלעס.... ער שטייט העכער פון געזעץ!
3. די אויפגעקלערטע: "דער רבי האלט שוין פון לאנג אז די גאנצע מערכה איז בלויז שטותים", ער וויל זיך פשוט נישט פייטען מיט די חיות...
4. די עסקנים: דער רבי גייט פשוט אריין אין גיהינום ארויסצושלעפן די פארבלאנדזשענדע נשמות...

עד כאן איז מיין מיינונג, איר זענט אלע מכובד צו זאגן וואס איר האלט אינקלודעט @ מורינו ורבינו שליט"א אלס זיין פאזיציע אלס רבי ומנהיג ישראל

מי אני » זונטאג יוני 6, 2021 11:01 am

· #474802
עס איז שוין געווען א מבוכה בימי הביניים... 📎 28E47FAA-8493-43B1-8F0B-2E92C8BEC22B.jpeg

וואולקאן עראפציע » זונטאג יוני 6, 2021 11:13 am

· #474804
דער רבי איז ארומגענומען מיט א קופה של ק"ן שרצים וואו ער גייט און שטייט.
איבעראל זומט מען אים אריין די קעמערא.
איבעראל איז ער סענטער אוו עטענשאן.
אויך איז ער כלוא בבית.
דער רבי קען נישט גיין אליין כאפן א שפאציר, ער קען נישט גיין אין פארק, אין גראסערי, ארויסגיין פאר א סאפער.
נישטאמאל קען ער צוגיין צו א שמחה געבן מז"ט אן דארפן אויסרעכענען ווען אריינצוקומען און וויאזוי צו עקטן.
ער איז פשוט א רחמנות.
האוז ארעסט במלוא מובן הווארט.
יעצט טרעפט ער זיך א שטיבל וואו מ'טיילט קאווע און קיינער קוקט אים נישט אן מאדנע פארן אריינקומען אן די מאשבאקים.
ברוך מתיר אסורים...

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 6, 2021 11:36 am

· #474808
וואולקאן עראפציע
דער רבי איז ארומגענומען מיט א קופה של ק"ן שרצים וואו ער גייט און שטייט.
איבעראל זומט מען אים אריין די קעמערא.
איבעראל איז ער סענטער אוו עטענשאן.
אויך איז ער כלוא בבית.
דער רבי קען נישט גיין אליין כאפן א שפאציר, ער קען נישט גיין אין פארק, אין גראסערי, ארויסגיין פאר א סאפער.
נישטאמאל קען ער צוגיין צו א שמחה געבן מז"ט אן דארפן אויסרעכענען ווען אריינצוקומען און וויאזוי צו עקטן.
ער איז פשוט א רחמנות.
האוז ארעסט במלוא מובן הווארט.
יעצט טרעפט ער זיך א שטיבל וואו מ'טיילט קאווע און קיינער קוקט אים נישט אן מאדנע פארן אריינקומען אן די מאשבאקים.
ברוך מתיר אסורים...

דאס איז טאקע דעת חברי הקאווע שטיבל
און וואס האלט דערוילעם גולם ?

תרמב » זונטאג יוני 6, 2021 7:52 pm

· #474866
איך האב נישט קיין רחמנות אויף די רבי’ס פארן זיין אין הויז ארעסט, זיי וועלן זיך אליינס אויס, יעדע רבי האט נאנטע וואס פייגערן צו זיין אין זיין פאזיציע, זיי קענען עס אויפגעבן בחפץ לב.

אישתישבי » זונטאג יוני 6, 2021 8:32 pm

· #474868
יודקאווסקי טוט וואס ער וויל.

יעקב מעקסוועל » זונטאג יוני 6, 2021 10:08 pm

· #474884
דו האסט עס צוטיילט אין פיר חלקים, איך מיין עס איז שוין נאר דא צוויי חלקים אין יעדע חסידות.

אזעלכע וואס האלטן שוין לאנג נישט פון די רבי, זיי דארפן נישט הערן אז די רבי שרייבט אויף ק"ש, זיי ווייסן שוין גענוג אנדעם. זיי זענען סך הכל מעמבערס אין די חסידות.

אדער איז דא אזעלכע וואס זענען נאכאלס חסידים נאך אלעס וואס זייער רבי האט געטון, אויב קענען זיי פארענטפערן אלעס ביז אהער וועלן זיי דאס אויך פארענטפערן. נאך מער, זיי וועלן מאכן א שיעור אין יעדע תגובה פונעם רבי'ן, און אלע ניקס וואס האבן זיך מתחצף געווען וועלן זיין פונקט ווי דתן ואבירם.

פארשטייט זיך דאס איז אלעס הייפאטעטיש, קענסט זיין רואיג קיין שום רבי וועט נישט אהערקומען.

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יוני 6, 2021 11:02 pm

· #474891
יעקב מעקסוועל
דו האסט עס צוטיילט אין פיר חלקים, איך מיין עס איז שוין נאר דא צוויי חלקים אין יעדע חסידות.

אזעלכע וואס האלטן שוין לאנג נישט פון די רבי, זיי דארפן נישט הערן אז די רבי שרייבט אויף ק"ש, זיי ווייסן שוין גענוג אנדעם. זיי זענען סך הכל מעמבערס אין די חסידות.

אדער איז דא אזעלכע וואס זענען נאכאלס חסידים נאך אלעס וואס זייער רבי האט געטון, אויב קענען זיי פארענטפערן אלעס ביז אהער וועלן זיי דאס אויך פארענטפערן. נאך מער, זיי וועלן מאכן א שיעור אין יעדע תגובה פונעם רבי'ן, און אלע ניקס וואס האבן זיך מתחצף געווען וועלן זיין פונקט ווי דתן ואבירם.

פארשטייט זיך דאס איז אלעס הייפאטעטיש, קענסט זיין רואיג קיין שום רבי וועט נישט אהערקומען.

איך גלייב אז עס איז רבי’ס אדער רבנים וואס באזוכען דא אין ק"ש פון צייט צו צייט און מאכן זיך א קאווע

אבשלום בן מעכה » מאנטאג יוני 7, 2021 1:16 am

· #474903
איך האב א געפיל אז מורינו ורבינו איז ר' אביש מספינקא. איך האב פארשידענע סימנים דערויף, אויך זיין שריפט איז אפשר א סימן דערויף.

אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 7, 2021 2:09 am

· #474905
איך וויל נאר פארשטיין, איך וואלט זייער געוואלט אז די @מורינו ורבינו זאל אליין ענטפערן, וויאזוי גייט עס צו? די עולם האלט אינמיטן זיך קוויטלען, פלוצים געט מען א פארהאק דעם טיר און מ'זעצט זיך שרייבן אויף ק''ש? מ'זיצט אויפן אינטערנעט א האלבן טאג, און דערנאך גייט מען ארויס בחרב ובחנית קעגן די טריפה'נע כלים? וויאזוי ארבעט דאס? איז דא איינער פון די גבאים וואס ווייסט פון די גרויסע סוד?

לכבוד שבת קודש » מאנטאג יוני 7, 2021 1:49 pm

· #474938
אישתישבי
יודקאווסקי טוט וואס ער וויל.


אפשר איז דאס טאקע יודקאווסקי? - ס'שטייט אזוי גוט אויף אים, ווער עס קען אים. עס שטימט אויך פיין לויט די שבת וואס ער האט באשריבן, ער איז דאך אזא מודי מענטש, ער קען וויינען און לאכן. ס'איז דאך אזוי אויסגעגאסן אויף אים.

תרמב » מאנטאג יוני 7, 2021 3:45 pm

· #474955
מיין קשיא איז, די איסור פון גילוי גייט נישט אן ביי רבנים און רביס?

קאך_לעפל » מאנטאג יוני 7, 2021 3:59 pm

· #474956
אבשלום בן מעכה
איך האב א געפיל אז מורינו ורבינו איז ר' אביש מספינקא. איך האב פארשידענע סימנים דערויף, אויך זיין שריפט איז אפשר א סימן דערויף.


נא! ס'איז רבי מעכלע פון נתניה אדער זיין זון דער לאכעדיגער...

אייראפעישער חסיד » מאנטאג יוני 7, 2021 7:43 pm

· #474978
קומענדיג פון די חסידישע וועלט איז גאר שווער צו גלייבן אז א רבי וואס גלייבט באמת אין זיך אז ער האט העכערע כוחות , מתקן נשמות וכו' זאל שרייבן אויפן אינטערנעט אין בפרט דא אין ק''ש.

לכבוד שבת קודש » מאנטאג יוני 7, 2021 7:53 pm

· #474980
הרב איראפעישער חסיד, איר ווייסט נישט אלעס...

מען זאגט אז א שטיק צייט האט הרב מעכל לעבאוויטש מניקלשבורג געהאט דא א ניק און געשריבן. אויב איך געדענק גוט, האט ער געהייסן "קאפשטיק" - עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ, מען קען עס נאכקוקן.

אייראפעישער חסיד » מאנטאג יוני 7, 2021 8:05 pm

· #474983
לכבוד שבת קודש
הרב איראפעישער חסיד, איר ווייסט נישט אלעס...

מען זאגט אז א שטיק צייט האט הרב מעכל לעבאוויטש מניקלשבורג געהאט דא א ניק און געשריבן. אויב איך געדענק גוט, האט ער געהייסן "קאפשטיק" - עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ, מען קען עס נאכקוקן.

יא ! הרב מיכל לעבאוויטש איז נישט באמת איבערצייגט אז ער איז א העכערע מענטש, אין אלץ זיין אמט אלס רבי קען ער צורירן אין פלעצער ווי אנדערע קענען נישט ! אבער אינזער רבי באטראכט זיך אלץ א אדמו''ר מיט אלע פירושים!

אלע צוזאמען » מאנטאג יוני 7, 2021 9:11 pm

· #474990
אייראפעישער חסיד, איר זענט מנ'הסתם גערעכט, מורינו ורבינו איז א ל''ץ וואס טרייבט שפאס פון די גאנצע שטיבל

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג יוני 7, 2021 9:13 pm

· #474991
לכבוד שבת קודש
הרב איראפעישער חסיד, איר ווייסט נישט אלעס...

מען זאגט אז א שטיק צייט האט הרב מעכל לעבאוויטש מניקלשבורג געהאט דא א ניק און געשריבן. אויב איך געדענק גוט, האט ער געהייסן "קאפשטיק" - עפעס אזוי ליגט מיר אין קאפ, מען קען עס נאכקוקן.

כ’האף אז דו מיינסט נישט מיך...

תרמב » דינסטאג יוני 8, 2021 12:05 pm

· #475057
וואס האסטו אזוי מורא נחשד צו ווערן אלץ ניקלשבורגע רבי? איך האב געהערט אז זייער חשובע אידן פלעגן זיין אייערע חסידים ווי למשל רז"ל פילאפ שליט"א ועוד אנשים חשובים.....

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג יוני 8, 2021 12:23 pm

· #475058
תרמב
וואס האסטו אזוי מורא נחשד צו ווערן אלץ ניקלשבורגע רבי? איך האב געהערט אז זייער חשובע אידן פלעגן זיין אייערע חסידים ווי למשל רז"ל פילאפ שליט"א ועוד אנשים חשובים.....

גערעכט !
אבער מהיכן דנתנו אז איך בין עס?

אייראפעישער חסיד » דינסטאג יוני 8, 2021 5:45 pm

· #475089
[ציטאט אראפגענומען]

יא מווויל נישט קוקן די מציאות אין פנים ! אז אינז האבן דא א געריבענע לץ ווואס נעמט אינז אלע אויף א רייד!

מי אני » זונטאג יולי 25, 2021 10:14 am

· #478271
מי אני
עס איז שוין געווען א מבוכה בימי הביניים... 📎 28E47FAA-8493-43B1-8F0B-2E92C8BEC22B.jpeg

📎 501473E0-E672-47D9-B4D8-2B7AE80EF272.jpeg

פאלאצ'ינטא » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 9:01 am

· #489226
אישתישבי
יודקאווסקי טוט וואס ער וויל.


דאס מיינט אז ער איז מסתמא א עכטע רבי. דער סטאלינער טוהט אויך וואס ער וויל.
אלע אנדערע טאנצען נאך יענעם און זייערע גבאים איז ווער איז דער רבי? די חסידים אדער די גבאים? אויב דער רבי דארף זיי פאלגען זענען זיי נישט קיין רביס

מורינו ורבנו » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:24 pm

· #489270
איך וויל נישט מגיב זיין אין דעם אשכול מטעמים מובנים, אבער מענטשן זענען אזוי ווייט פון דאס לעבן פון מנהיגי ישראל... מען דארף זיך אריינלייגן אין זייערע שיך איידער מען איז מגיב.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 7, 2022 2:10 pm

· #497748
מי אני
עס איז שוין געווען א מבוכה בימי הביניים... 📎 28E47FAA-8493-43B1-8F0B-2E92C8BEC22B.jpeg

קאנט האט געמאכט א חילוק, אין זיין The Science of Right, צווישן דעם וואס דער קעניג איז תחת די געזעצן אבער נישט תחת די עונשים וואס קומען פאר איינער וואס פארלעצט זיי, ווילאנג ער איז נאך קעניג; די געזעצגעבער, וואס איז נישט אים, דארף אים מעביר זיין מקודם. ווייל ער איז דאך דער וואס איז געשטעלט מעניש צו זיין דערויף, וממילא איז דאס דאך א סתירה אז ער זאל זיך אליין מעניש זיין.
The legislative authority ought not at the same time to be the executive or governor; for the governor, as administrator, should stand under the authority of the law, and is bound by it under the supreme control of the legislator. The legislative authority may therefore deprive the governor of his power, depose him, or reform his administration, but not punish him. This is the proper and only meaning of the common saying in England, “The King — as the supreme executive power — can do no wrong.” For any such application of punishment would necessarily be an act of that very executive power to which the supreme right to compel according to law pertains, and which would itself be thus subjected to coercion; which is self-contradictory

מי אני » מאנטאג יוני 20, 2022 7:15 pm

· #502612
לפי טאַמעס האַבּס פאליטישע פילאזאפיע איז וויבאלד דער מושל [sovereign] איז די שורש פון געזעץ, איז דאס וואס ער טוהט טאקע נישט געבינדען דערצו און ער קען נישט טוהן קעגן דאס געזעץ און ״צדק״. הגם ער קען עובר זיין אויף נאטורליכע געזעצן, והיינו ״ג-ט״׳ס געבאטן. ער ברענגט זיך ראיות דערצו מנ״ך מיפתח ודוד, וז״ל אין זיין לויתן:
For it has been already shown that nothing the sovereign representative can do to a subject, on what pretence soever, can properly be called injustice or injury; because every subject is author of every act the sovereign doth [by relinquishing their rights to the sovereign], so that he never wanteth right to any thing, otherwise than as he himself is the subject of God, and bound thereby to observe the laws of nature. And therefore it may and doth often happen in Commonwealths that a subject may be put to death by the command of the sovereign power, and yet neither do the other wrong; as when Jephthah caused his daughter to be sacrificed: in which, and the like cases, he that so dieth had liberty to do the action, for which he is nevertheless, without injury, put to death. And the same holdeth also in a sovereign prince that putteth to death an innocent subject. For though the action be against the law of nature, as being contrary to equity (as was the killing of Uriah by David); yet it was not an injury to Uriah, but to God. Not to Uriah, because the right to do what he pleased was given him by Uriah himself; and yet to God, because David was God's subject and prohibited all iniquity by the law of nature. Which distinction, David himself, when he repented the fact, evidently confirmed, saying, "To thee only have I sinned”
אין די לעקציע [7:34-9:38] (וואס מ׳קען טאקע טרעפן אויפ׳ן אינטערנעט…) איז דאס דר. סטיווען סמיט מסביר במשנתו.

די חקירה דא רירט אויך אָן אויף וואס מאכיאַוועלי האט געשריבן אז א פירער דארף שטארק ״אויסזעהן״ ווי ער איז רעליגיעז; אבער ווען ס׳קומט למעשה זאל ער טוהן וואס אימער מיטלען עס איז אים נוצליך אויף אָנצוהאלטן דאס מטרה זיינע (פון שררה). המטרה מקדשת את האמצעים.