☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אשכול אן א טיטל #14648

אשכול אן א טיטל #14648

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14648

— » זונטאג מאי 23, 2021 4:50 pm

· #473542

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קורקלענד » זונטאג מאי 23, 2021 4:58 pm

· #473544
פארוואס נישט? ער איז בארעכטיגט צו בעטן וויפיל ס'געפעלט איהם.

לדעתי האלט איך אבער אז ס'איז נאריש פון איהם צו בעטן אזוי טייער ווייל ס'קען גורם זיין אז מ'זאל עס ווייניגער קויפן. וויבאלד מ'קען עס שאפן אן באצאלן. און פילע וואס באצאלן טון איהם א גאנצע טובה. איז אויב וועט ער פרובירן צו קוועטשן די קליענטעל וועט די עולם איהם נישט צוליב טוהן. אבער אפשר ווייסט ער בעסער. אויב ווייסט ער אז אזוי וועט ער פארדינען מער איז עס הונדערט פראצענט ריכטיג.

לייבל שטילער » זונטאג מאי 23, 2021 5:52 pm

· #473548
די דאונלאוד קאסט נאר 12 דאלללער. ווער קויפט סי. די.'ס היינט?

מפיל קינד » זונטאג מאי 23, 2021 8:05 pm

· #473559
די דאונלאוד קאסט כמובן ביליגער, ווייל ווער ס'האט אינטערנעט קען עס באקומען בחינם. משא"כ די סידי איז פאר אינטערנעטלאזע אידן, זאלן זיי בעטן וויפיל ס'גייט...

נאך א מזל אז זיי מאכן דאס נישט פאר קיין איבערלעבעניש פאר 50 דאלער. אינאיינעם מיט א חלה דעקל און נעגל שניידער.

היכי דמי » מאנטאג מאי 24, 2021 5:03 pm

· #473606
זיכער נישט בארעכטיגט, אבער עס איז זייער פראדוקט און ער מעג טוהן וואס ער וויל. שולדיג זענען אונז וואס קויפן עס.

פון היינט און ווייטער קען מען ערווארטן אז אלע סידיס זאלן קאסטן א צוואנציגער.

די חידוש איז אז רוב סידיס לייגן מסתם אריין אסאך מער געלט אין פראדוקציע, משא"כ דא איז כמעט אלעס אינהאוז, פון די ניגונים ביז מוזיק און מיקס. אויך פארקויפט ער גאר אסאך קאפיעס, וואלט ער געמעגט מאכן ביליגער ווי אנדערע

סאנטיאגא » דאנערשטאג מאי 27, 2021 8:26 pm

· #473947
[ציטאט אראפגענומען]


וויפיל פאר טעקס? אפשר איז תלפיות דער ריפ אף?

יאלא שטעל ארויף א בילד פונעם רעסיט

סאנטיאגא » דאנערשטאג מאי 27, 2021 8:35 pm

· #473950
בעצם איז די גאנצע סידי א רויבעריי, אנגעהויבן האט זיך עס ווען א די רעקארד לעיבלס האבן געהויבן די פרייז אין די פריע 2000's הגם די אודיא קוואליטי האט זיך פארבעסערט אין א וועג, און ס'האט געהאט געוויסע מעלות ווי למשל אז מ'קען שפרונגען פון איין טרעק צו צווייטן, אבער למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט אזוי ווי זיי האבן געוואלט מיט די אינטערנעט עפאכע אינטערוועגנס.

אמאל פלעג איך טראכטן אז סטיוו דזשאבס האט ביליג געמאכט די רעקארד מארקעט מיטן אויפטרעף פון אייטונס פון פארקויפן אן אלבום פאר 9.99 אדער א ניגון פאר 0.99 אבער בעצם האט ער עס צוריקגעברענגט צום טעיפ, א טעיפ האט דאך געקאסט ביליגער. 8.95 בערך.

בכל אופן נישט דאס איז זיין חשבון געווען, איך זאג עס נאר numbers wise דיגיטאל איז פשוט אז ס'איז ביליגער ווייל ס'איז direct to consumer משא"כ א דיסטריבוטער מאכט איבער א 50 פראצענט מארקאפ פון יעדע סידי פארקויפט

סאנטיאגא » דאנערשטאג מאי 27, 2021 8:42 pm

· #473952
היכי דמי
זיכער נישט בארעכטיגט, אבער עס איז זייער פראדוקט און ער מעג טוהן וואס ער וויל. שולדיג זענען אונז וואס קויפן עס.

פון היינט און ווייטער קען מען ערווארטן אז אלע סידיס זאלן קאסטן א צוואנציגער.

אויב איז עס זיין פראדוקט וואס אויסער דיין נישט גלייכן דעם פרייז מאכט אים אומבארעכטיגט? דאס איז פרי מארקעטס! א סטעיקהאוז איז יא בארעכטיגט? אז ער האלט אז ער האט א דימענד קען ער בעטן טויזנט דאלער אויך. מ'דארף שוין נישט מאכן קיין סידי, ער קען ארויסקומען מיט א NFT token פון די קאווער...

שלי שלך » דינסטאג יוני 8, 2021 2:06 pm

· #475064
לייבל שטילער
די דאונלאוד קאסט נאר 12 דאלללער. ווער קויפט סי. די.'ס היינט?
אנהייב, גלייך ביים ריליעסן, האט עס טאקע נאר געקאסט צוועלף דאלער. כהיום, קאסט שוין א דאונלאוד $15

Sent from my Jelly2 using Tapatalk

קורקלענד » דינסטאג יוני 8, 2021 2:23 pm

· #475065
שלי שלך
לייבל שטילער
די דאונלאוד קאסט נאר 12 דאלללער. ווער קויפט סי. די.'ס היינט?
אנהייב, גלייך ביים ריליעסן, האט עס טאקע נאר געקאסט צוועלף דאלער. כהיום, קאסט שוין א דאונלאוד $15

Sent from my Jelly2 using Tapatalk

זעהט אויס אז ס'איז נישט געבליבן גענוג.

פאלאצ'ינטא » מאנטאג אוגוסט 9, 2021 10:25 am

· #479215
ער דען בעטען וויפיהל ער וויל די שאלה איז ווער וויל באצאלען