☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אין נאמען פון סעיפטי

אין נאמען פון סעיפטי

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14642

אישתישבי » מיטוואך מאי 19, 2021 9:34 am

· #473298
אין נאמען פון סעיפטי
די אומגליקן אין מירון און סטאלין ווייזן אז מען איז נישט נזהר אין סעיפטי אנווייזונגען, דער רבי פין קארלין סטאלין האט געטראגן א מאסק ביז שבועות, און נישט געלאזט שטיין אויף דער פלאר וועגן א חשש סטאמפיד, און באותו מעמד גענוצט א בילדונג אהן א באשטעטיגונג ביודעים, און געהאט א פארענטשעס אהן א באשטעטיגונג (אפשר בלא יודעים).

אונז ווייסן מיר, אז ביי אונז חסידים זענען אונז נישט גורס די אנווייזונגען קיין סאך, אפילו אויב יעצט איז מען אביסל מער נזהר אין אפאר פארענטשעס וועגן דער מעשה וואס איז געשעהן, איז עס צייטווייליג ביז מען געוואוינט זיך צו, אדער סטעמפיד חששות זענען בכלל נישט עולה על הלב.

אלע צענטערן נעמען אריין פיל מער מענטשן ווי מען מעג, און אפילו ווען מען מאכט יא לעגאל איז עס נאר ווייל מען מוז און מען האט נישט קיין ברירה.

וואס איז פשט?

די שטאט איז שולדיג, זיי רייטע אויף די געזעצן אהן קיין רחמנות, זיי ציען אויס די נשמה, און מאכן עס שווער צו טוהן און אויספירן. דאס מאכט א קלות און אז מען זאל אליין מאכן החלטות וואס יא צו פאלגן און וואס נישט.

אונגעהויבן ביי די ספיד לימיטס, וואס זיי לכתחילה צו נידריג נאר צו קענען געבען טיקעטס דורך קעמרעס, און אלע זייערע תקנות גייען שוין אויך דעם נוסח, דאס מאכט מען זאל ווידערשפעניגן אין זייערע געזעצען, ווייל זיי מיינען עס נישט לשם סעיפטי, נאר פאר זייערע סטופיד געברויכן.

פרעגטס איינעם וואס דארף עפענען א געז ליין וואספארא נארישקייטן ער דארף אדורכגיין אין נאמען פון סעיפטי.

זאל זיין אלע כאפן דאס קדחת, און פארשאלטן זאלן זיי זיין.

ליב צו וויסן » מיטוואך מאי 19, 2021 10:22 am

· #473299
ס'איז זיכער אז ווען די המון עם זאל פארשטיין אז מען מיינט זייער טובה וואלטן פיל טראגעדיעס פארמיטן געווארן.

פאראן מאל וואס די המון עם איז מזלזל צוליב חסרון אין עדיוקעישן, אבער פיל מאל נעמט זיך עס טאקע פון נער'ישע תפשת מרובה'ניקעס (ווי מאסקעס אין נ"י אום חודש מעי 2021, אדער דער פאליציאנט וואס שטייט אונטן פונעם בארג צו כאפן די וואס פארן אראפ שנעלער ווי די ספיד לימיט).

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 19, 2021 10:54 am

· #473302
ה״חסידים״ היו פורשים משבעים שערים משערי המותר מיראתם שער אחד משערי האסור, וכמו שאמרו הפאונדינ״ג פאדער״ס ז״ל עשו סייג לקאנסטיטוש״ן. והמשכיל ידום ויציית בתמימות שנאמר תמים תהיה עם הוי״ה אלקיך, ונאמר את הוי״ה אלקיך תירא, את לרבות המחוקקים בסנאט והמשטר שלוחיהם.

אישתישבי » מיטוואך מאי 19, 2021 11:13 am

· #473303
רביה''ק זי''ע
ה״חסידים״ היו פורשים משבעים שערים משערי המותר מיראתם שער אחד משערי האסור, וכמו שאמרו הפאונדינ״ג פאדער״ס ז״ל עשו סייג לקאנסטיטוש״ן. והמשכיל ידום ויציית בתמימות שנאמר תמים תהיה עם הוי״ה אלקיך, ונאמר את הוי״ה אלקיך תירא, את לרבות המחוקקים בסנאט והמשטר שלוחיהם.


חסידות בטלה

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 19, 2021 11:29 am

· #473304
יא, ווען ס׳קומט צו האקן אויף יענעם איז חסידות בטלה, ווען ס׳קומט צום אייגענעם תחת לעבט עס און בליעהט עס אויף סטערוידס.

די פוינט איז אז פונקט ווי דו פארשטייסט אין הלכה אז מ׳דארף פאלגן די רבנים און זיך נישט האלטן קלוגער און מ׳דארף האלטן אין איין מאכן גדרים וסייגים והפורץ גדר ישכנו נחש וכו׳ וכו׳ קענסטו עס פארשטיין דא אויך, און באמת איז דאס מער ווייניגער וויאזוי דער אלגעמיינער אמעריקאנער גוי קוקט אן די גאנצע זאך. דער גוי איז נישט שולדיג אז אונז האבן זיך געמאכט אן אייגענעם פאראלעל יוניווערס מיט אייגענע געזעץ געבער וועם צו פאלגן ווי לעמעלעך וואס שטעקן אריין זייערע לאנגע נעזער ביז׳ן שלאפציממער און פרויענ׳ס אונטערוועש אריין.

אישתישבי » מיטוואך מאי 19, 2021 11:35 am

· #473305
ווער פרעגט די עקסטרימיסטן?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 19, 2021 11:44 am

· #473307
ווער האט גערעדט פון עקסטרעמיסטן? כ׳האב גערעדט פון פשוט׳ע חסידים וואס הארכן אויס דעם רבי׳ן און פאלגן זיינע הדרכות און אנווייזונגען. די האלבע מגולחים מיט אפענע סמארטפאונס וואס וואוינען אויף די גרעניצן פונעם געטאו און זייערע ווייבער שערן זיך נישט די האר און גייען מיט לעיס פראנט/טאפ שייטלען מיט סנודס און קומען אריין אויף יום טוב שטיין אין פאליש דורכטוהן אלע ביזנעס הוצאות והכנסות פון די לעצטע האלבע יאר פון זיי רעד איך טאקע נישט, זיי שפרינגען נישט אויף קיין שוואכע שאקלדיגע פארענטשעס, שטופן זיך נישט אין מירון, זיי זענען מסודר.

פאליטיקאנט » מיטוואך מאי 19, 2021 12:33 pm

· #473310
Re: אין נאמען פין סעיפטי
אה, טאקע נישט געווען קיין פאליציי אויך נישט קיין געיט, אבער זיי זענען נאך אלס שולדיג.......
היוצא לנו מזה, זיי אביוזן די סעיפטי געזעצן ממילא לאכן אונז זיך אויס 'אינגאנצן', עס קאסט 'אונז' קרבנות, אבער אונז זענען נישט שולדיג.
געפויעלט.


וואס איז דיין ציל מיט דעם אשכול? אז זיי זאלן טוישן די ספידינג געזעצן?
בד"וו אין מדינות ישראל איז זייער סעיפטי געזעצן זייער שכל'דיג און בכלל נישט אזוי קארופטירט און געלט גענויגט.

אישתישבי » מיטוואך מאי 19, 2021 12:34 pm

· #473311
מיין ציל איז צו ווייזן א פולע פיקטשער.

עפעס ראנג?

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 19, 2021 12:35 pm

· #473312
רביה"ק זי"ע: נו, אפשר איז שוין געקומען די צייט אז אונז זאללן זיי נאכמאכן. אפשר נישט מיט אלעס. אבער מיט געוויסע עקרונות'דיגע זאכן וועלכע האבן צו טון מיט אונזער אייגענע און פאבליק סעיפטי...!

יואליש » מיטוואך מאי 19, 2021 1:38 pm

· #473323
פילפול של רציחה
אישתישבי
די אומגליקן אין מירון און סטאלין ווייזן אז מען איז נישט נזהר אין סעיפטי אנווייזונגען, דער רבי פין קארלין סטאלין האט געטראגן א מאסק ביז שבועות, און נישט געלאזט שטיין אויף דער פלאר וועגן א חשש סטאמפיד, און באותו מעמד גענוצט א בילדונג אהן א באשטעטיגונג ביודעים, און געהאט א פארענטשעס אהן א באשטעטיגונג (אפשר בלא יודעים).

אונז ווייסן מיר, אז ביי אונז חסידים זענען אונז נישט גורס די אנווייזונגען קיין סאך, אפילו אויב יעצט איז מען אביסל מער נזהר אין אפאר פארענטשעס וועגן דער מעשה וואס איז געשעהן, איז עס צייטווייליג ביז מען געוואוינט זיך צו, אדער סטעמפיד חששותַ זענען בכלל נישט עולה על הלב.

אלע צענטערן נעמען אריין פיל מער מענטשן ווי מען מעג, און אפילו ווען מען מאכט יא לעגאל איז עס נאר ווייל מען מוז און מען האט נישט קיין ברירה.

וואס איז פשט?

די שטאט איז שולדיג, זיי רייטען אויף די געזעצען אהן קיין רחמנות, זיי ציען אויס די נשמה, און מאכן עס שווער צו טוהן און אויספירן. דאס מאכט א קלות און אז מען זאל אליין מאכן החלטות וואס יא צו פאלגן און וואס נישט.

אונגעהויבן ביי די ספיד לימיטס, וואס זיי לכתחילה צו נידריג נאר צו קענען געבען טיקעטס דורך קעמרעס, און אלע זייערע תקנות גייען שוין אויך דעם נוסח, דאס מאכט מען זאל ווידערשפעניגן אין זייערע געזעצען, ווייל זיי מיינען עס נישט לשם סעיפטי, נאר פאר זייערע סטופיד געברויכן.

פרעגסט איינער וואס דארף עפענען א געז ליין וואספארא נארישקייטן ער דארף אדורך גיין אין נאמען פין סעיפטי.

זאל זיין אלע כאפען דאס קדחת, און פארשאלטען זאלען זיי זיין.


חז"ל און די מפרשים לערנען אונז אז ווען די סנהדרין "חזו דנפישי רוצחים" האבן זיי זיך געפאקט פעקלעך, די גאנצע ישיבה מיט אלע תלמידים ולומדים, און אפגעפיצט פונעם לשכת הגזית און אויפגעהערט דן זיין דיני נפשות. ענליכס געפינען מיר אין די משנה אז "משרבו הרוצחים" האבן די חכמים מבטל געווען די עגלה הערופה פראצעדור.

איז דאך זייער שווער, אדרבה, ווען ס'איז נפישי רוצחים ברויך מען נאך מער האבן א סנהדרין מיט לומדים צו קענען ברענגן דאס געזעץ צום פאלק. דאס זעלבע איז מיט עגלה ערופה, אז די תורה האט געגעבן אזא מיטל צו קלאר מאכן דעם ידינו לא שפכו את הדם הזה, ברויך מען דאס הערשט ניצן ווען ס'איז רבו הרוצחים.

אבער זעהנדיג דא די קאלטבלוטיגע לומדישע פילפול אין ידינו לא שפכו את הדם הזה, דער קרומער מהלך אז איימיצער וואס איז יא משים דמים בביתך איז דירעקט נישט קיין רוצח און קען נאכאלס רוהיג זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה מיטן שם ומלכות, און בלוט זאל זיך גיסן און יתומים זאלן זיך פארמערן אבער שלום עלי נפשי, און דאס גאנצע קאלטקייט צו רציחה ממש זאל אונז באנעמען ווייל (און דא קומט א לומדישע דריי מיטן פינגער הארט נעבן א צוברעקעלטן סטיירעפאם קאפ) אמער, כ'האב דאך באקומען א ספידינג טיקעט אויף דא פאסט (!), יעצט פארשטייען מיר שוין פארוואס די חכמים זענען אריינגעקומען און לשכת הגזיז און געזאגט: "יעדער נעמט זיך די שטענדער און פעקעלט זיך ארויס פון דא!" אויס למדנים, אויס פילפולים, אויס ישיבה, אויס סנהדרין, אויס דיני נשפות, עטס זענט אינגאנצען משוגע געווארן, אזוי קאלט צו זיין קען מען נאר ווען קרומע פשטלך נעמט איבער דעם טאג טעגליכן לעבן און מ'פארלירט דאס מינדעסטע מענטשליכע געפיל. יעצט פארשטייען מיר פארוואס חז"ל האבן פראסט און פשוט געקענסעלט א פרשה אין תורה שבתב "עגלה ערופה"! ווען די תורה האט געוואלט מיר זאלן זאגן 'ידינו לא שפכו את הדם הזה ועינינו לא ראו' האט דאס געזאלט קומען אחר דרישה וחקירה פון א בלו ריבאן קאמישאן און מיט א שווער הארץ, נישט בניחותא אויפן זעקסטע הקפה מיט הויכהילכער אויף בעדפארד עוועניו: הא הא הא, ידינו לא שפכו את הדם הזה, ווייל סאמטינג סאמטינג בילדונג פערמיט, אדער טעקניקלי ועינינו לא ראו ווייל כ'האב מיך פארדעקט די אויגן און כ'וויל נישט קוקן אויף די גילטי מעשה וואס האט גורם געווען רציחה.

נאר על דרך הלומדות קען מען ציען א מסקנה אז די מוסר השכל פון די מ"ז חרידישע קרבנות איז אז סעיפטי און בילדונג קאוד פארשריפטן און oversight איז גאר די גורם. מ'ברוך ארויסגיין ברחובה של עיר, מיט די הסכמה פון התאחדות, און אויסשרייען לעיני העמים What do we want? Uninspected gas lines and makeshift structures! When do we want it? Now!!!

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 19, 2021 2:26 pm

· #473325
.

תרמב » מיטוואך מאי 19, 2021 5:11 pm

· #473336
וואס שרייעט עטס אזוי? איש תשבי האט נישט געזאגט אז מ’קען טוהן וואס מ’וויל, ער האט געזאגט א שטיקל לימוד זכות פארוואס מ’פייפט זיך אזוי אן אין די געזעצן, ער האט געזאגט גאנץ גוט איך האב נישט געהאט געטראכט אין דעם ריכטונג, ווען די געזעצן זאלן ווען מאכן סענס וואלט מען געהאט סאך א בעסערע געפיל דערצו.

פאליטיקאנט » מיטוואך מאי 19, 2021 5:43 pm

· #473342
Re: אין נאמען פין סעיפטי
ניין, ווען די געזעצן וואלטן געווען פונקט וויאזוי תישבי וויל וואלט די עולם אויך פיין זיך אויסגעלאכט. קוק אין א"י די געזעצן דארט זענען זייער צום זאך.

דאס איז עפעס א מין נארישע געדאנק וואס הייבט זיך נישט אן [און נאך א פערפעקט דיסטראקציע אויף ווײטער גארנישט צו טוען].
ווען דו זאגסט עס אויף ביזנעס (ווייל מען לייגט אזויפיל קאמפליקאציעס גנבענען מענטשן מער) און טעקס, פארשטיי איך עס - ווייל די מענטש פארדינט דערפוו. אבער ביי סעיפטי - ווי די מענטש אליין איז דער וואס דערלייגט? כ'וואלט פארשטאנען אז מענטשן זאלן זיך האלטן קלוגער און נישט אלעס פאלגן, אבער טוען זאכן וואס יעדע 5 יעריגע קינד פארשטייט איז סכנות'דיג? און נאכדערצו נאכן זיך אפבריען?


א גוטע מעסטער וואלט געווען צו קוקן אויף די נישט חסידישע וועלט. גנבים און מענטשן וואס האלטן נישט איין געזעצן זענען דא איבעראל, אבער איז דען דא אפיציעלע קאמיוניטיס ווי די פשוט'ע סעיפטי רעגולאציעס ווערן נישט געטוען?

תרמב » מיטוואך מאי 19, 2021 8:42 pm

· #473356
קען זיין אין ארץ ישראל איז דא א איינגעווארצעלטע שנאה פון די חרדים צו די פאליציי און די אינסטאנצן

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 20, 2021 12:23 am

· #473370
berlbalaguleh
יואליש: לאז אפ התאחדות. דו ווילסט אז איצא שייגעץ וסייעתו........


אריינגעפארן אין די פעיוואריט סובזשעקט.
ווי לאוו יו

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 20, 2021 10:23 am

· #473379
תרמב
וואס שרייעט עטס אזוי? איש תשבי האט נישט געזאגט אז מ’קען טוהן וואס מ’וויל, ער האט געזאגט א שטיקל לימוד זכות פארוואס מ’פייפט זיך אזוי אן אין די געזעצן, ער האט געזאגט גאנץ גוט איך האב נישט געהאט געטראכט אין דעם ריכטונג, ווען די געזעצן זאלן ווען מאכן סענס וואלט מען געהאט סאך א בעסערע געפיל דערצו.

ס׳קען נישט זיין אז דאס איז די סיבה ווייל אונזערע הלכות מאכן נאך ווייניגער סענס און דער עולם פאלגט אין גרויסן, און די סיבה איז ווייל אונז האמיר זיך געשאפן א פאראלעל יוניווערס מיט אייגענע געזעץ געבער. אין יעדע קולטור זענען דא א קליקע מענטשן וואס זיצן פון אויבן און פארשרייבן פאר׳ן עולם וואס צו טוהן און דער עולם פאלגט ווי לעמעלעך, איינער וואס קוקט פונדרויסן קען לאכן אבער ווען ער זאל קוקן אין זיין אייגן בעקיארד וועט ער זעהן אז אין זיין פאראלעל יוניווערס איז די מצב פונקט די זעלבע אדער ערגער. דער חסיד איז פארגלייבט אין זיין חסידות, דער ליטוואק אינעם משנה ברורה, דער דעמאקראט אינעם דעמאקראטישן מאשין, דער קאנסערוואטיוו אין ראש לימבאו און בנימין שפירא, א.א.וו., זייער ווייניג מענטשן האבן צייט/נערוון/געדולד צו נוצן דעם אייגענע דשעלי. און די ראיה דערצו איז אז די מציאות איז פונקט פארקערט ווי ס׳וואלט זיך געקענט דאכטן לויט דיין אפשאצונג, די פאקט איז אז ווי מער איינער מאכט זיך צו טוהן פון אונזערע הלכות אלץ ווייניגער וועט ער זיך צוטוהן מאכן פון זייערע הלכות, און די זעלבע די אנדערע וועג. ווי מער איינער איז פארקויפט פאר בנימין שפירא אלץ ווייניגער וועט איהם אינטערעסירן וואס די רבנים האבן צו זאגן, די מענטשן וואס פאלגן די חסידישע סיסטעם אויפ׳ן האר בתמימות זענען די זעלבע מענטשן וואס ווען ס׳קומט צו מאסקעס ווערן זיי גאנצע קריטיקל טינקערס, הלא דבר הוא. אין אנדערע ווערטער, ווי מער די בת היענה פארשטעקט איר קאפ אין די זאמד אלץ ווייניגער פארשטייט זי וואס טוט זיך אינדרויסן, ווי מער א מענטש איז פארגלייבט אין זיין קולטור אלס נארישער וועט איהם אויסקוקן א צווייטנס.

אישתישבי » דאנערשטאג מאי 20, 2021 12:20 pm

· #473382
אם כן, יעדער גוי איז אדער א דעמאקראט אדער א רעפובליקאנער, פארוואס פאלגט ער די געזעצען?

תרמב » דאנערשטאג מאי 20, 2021 12:25 pm

· #473383
מ'פאלגט טאקע נישט, די דעמאקראטן האבן געגנבעט און געפלינדערט ביי די בל"ם פראטעסטן און די רעפאבליקענס האבן זיך איינגעבראכן אין די קעפיטאל, יעדער פאלגט נאר וואס ער וויל.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 20, 2021 12:26 pm

· #473384
צ״ל יעדער פאלגט וואס זיינע סעלעבריטיס האקן איהם אריין אין קאפ.

אישתישבי » דאנערשטאג מאי 20, 2021 3:43 pm

· #473392
רביה''ק זי''ע
צ״ל יעדער פאלגט וואס זיינע סעלעבריטיס האקן איהם אריין אין קאפ.


ביסט אנגעפרעגט, ווייל דער קארלינער האקט אין טשייניק וועגן סעיפטי און מען פאלגט אים אויך נישט, אלא מאי שמע מינה ווי איך האב געזאגט.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג מאי 20, 2021 9:22 pm

· #473411
רביה''ק זי''ע
יא, ווען ס׳קומט צו האקן אויף יענעם איז חסידות בטלה, ווען ס׳קומט צום אייגענעם תחת לעבט עס און בליעהט עס אויף סטערוידס.

די פוינט איז אז פונקט ווי דו פארשטייסט אין הלכה אז מ׳דארף פאלגן די רבנים און זיך נישט האלטן קלוגער און מ׳דארף האלטן אין איין מאכן גדרים וסייגים והפורץ גדר ישכנו נחש וכו׳ וכו׳ קענסטו עס פארשטיין דא אויך, און באמת איז דאס מער ווייניגער וויאזוי דער אלגעמיינער אמעריקאנער גוי קוקט אן די גאנצע זאך. דער גוי איז נישט שולדיג אז אונז האבן זיך געמאכט אן אייגענעם פאראלעל יוניווערס מיט אייגענע געזעץ געבער וועם צו פאלגן ווי לעמעלעך וואס שטעקן אריין זייערע לאנגע נעזער ביז׳ן שלאפציממער און פרויענ׳ס אונטערוועש אריין.


דער איד וואס פאלגט די הלכה בתמימות, טוט עס ווייל ער האט מורא פון גיהנם, חבלי משיח, און די רבי'ס קפידא... וואס לשיטתו וועט עס אים שאטן נישט קיין נ"מ צו ער פארשטייט אדער נישט. און אה"נ, ביי אלגעמיינע געזעצן, ווען מען זעהט דעם פאליציאנט, וועט טאקע יעדער פאלגן אפגעזעהן וואס מ'האלט.

משא"כ ווען מען האלט אז ס'איז איבערגעטריבן און קיינער זעהט נישט...

ליב צו וויסן » דאנערשטאג מאי 20, 2021 9:29 pm

· #473412
פאליטיקאנט
אה, טאקע נישט געווען קיין פאליציי אויך נישט קיין געיט, אבער זיי זענען נאך אלס שולדיג.......
היוצא לנו מזה, זיי אביוזן די סעיפטי געזעצן ממילא לאכן אונז זיך אויס 'אינגאנצן', עס קאסט 'אונז' קרבנות, אבער אונז זענען נישט שולדיג.
געפויעלט.


די אשכול איז נישט דן ווער ס'איז שולדיג אין דעם ספעציפישן פאל (עכ"פ כך הבנתי..).
עס טוט ענדערש ארויס ברענגען א לעגיטימע נקודה פאר די וואס זענען אין פאוער, אז תפשת מרובה לא תפשת!

אזוי לאנג ווי די מענטשהייט פילט אז די געזעצן זענען דא אונז צו באשיצן וועט עס מער-ווייניגער ארבעטן, ווי נאר מען הייבט אן פילן ביאקראטיע, אדער גאר פאליטישע אינטערעסן איז די וואס פירט די זאך, קענסטו מאכן געזעצן ביז איבערן קאפ און ס'וועט נישט ארבעטן.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 20, 2021 9:47 pm

· #473414
ליב צו וויסן
דער איד וואס פאלגט די הלכה בתמימות, טוט עס ווייל ער האט מורא פון גיהנם, חבלי משיח, און די רבי'ס קפידא... וואס לשיטתו וועט עס אים שאטן נישט קיין נ"מ צו ער פארשטייט אדער נישט... משא"כ ווען מען האלט אז ס'איז איבערגעטריבן און קיינער זעהט נישט...

נו אויף דעם גופא איז מען דא דן, פארוואס אין די גיהנם און משיח׳ס שטריקן גלייבט דער חסיד בתמימות אבער די מאסקעס איז איבערגעטריבן אבער דער קאוועשטיבל איד (כ׳מיין נישט דיר, ווייסט וועם איך מיין...) איז פארקערט, אין די מאסקעס גלייבט ער בתמימות און די גיהנם האלט ער איז איבערגעטריבן? נאכדעם זענען דא די קילע אינגעלייט וואס האלטן אז ביידע גיהנם און מאסקעס זענען איבערגעטריבן אבער דאנעלד טראמפ איז קודש קדשים... ס׳דא גענוג געטשקעס פאר יעדעם.

אישתישבי » דאנערשטאג מאי 20, 2021 11:14 pm

· #473415
רביה''ק זי''ע
ליב צו וויסן
דער איד וואס פאלגט די הלכה בתמימות, טוט עס ווייל ער האט מורא פון גיהנם, חבלי משיח, און די רבי'ס קפידא... וואס לשיטתו וועט עס אים שאטן נישט קיין נ"מ צו ער פארשטייט אדער נישט... משא"כ ווען מען האלט אז ס'איז איבערגעטריבן און קיינער זעהט נישט...

נו אויף דעם גופא איז מען דא דן, פארוואס אין די גיהנם און משיח׳ס שטריקן גלייבט דער חסיד בתמימות אבער די מאסקעס איז איבערגעטריבן אבער דער קאוועשטיבל איד (כ׳מיין נישט דיר, ווייסט וועם איך מיין...) איז פארקערט, אין די מאסקעס גלייבט ער בתמימות און די גיהנם האלט ער איז איבערגעטריבן? נאכדעם זענען דא די קילע אינגעלייט וואס האלטן אז ביידע גיהנם און מאסקעס זענען איבערגעטריבן אבער דאנעלד טראמפ איז קודש קדשים... ס׳דא גענוג געטשקעס פאר יעדעם.


אבער א געטשקע איז אייביג דא.

כלומר, עפעס וואס מען האלט אלץ פרינציפ אדער שיטה, איז אויך בבחינת געטשקע.

טענה'סט דו, אז די געזעצען פין סעיפטי זענען נישט די געטשקע פין חרדים, ווייל זיי האבן היימישע רבי געטשקעס, ווידער די ק"ש אידן, די אויפגעקלערטע חברה האבן די מאסקעס געטשקעס, און די חשבונות פין יידל און אנאנים זענען די כתבי אר"י פין דער ע"ז, וואס פראבירט אוועק צושטעלן דער שיטה פין דער געטשקע, מיט מאכען אויסזעהן דער געטשקע, ווי א סייענס, וואס הגם סייענס קען אויך זיין, און פאר פארשידענע איז א געטשקע, וויל דאך קיינער נישט מודה זיין אז ער אז א מאמין אין געטשקעס, און אז זיין געטשקע איז א געטשקע, נאר ליבערשט איינרעדען די צוקוקער אז זיין געטשקע איז אמת גמור.

איך בין מודה צו דיין פשט'ל, ביסט גערעכט.

אבער עס בלייבט נאך אלץ א קשיא. פארוואס ווילען מיר נישט האלטען סעיפטי געזעצען אלץ קאמאן סענס, נישט אלץ געטשקע? די סעיפטי געזעצען זענען נישט אנגעפרעגט מכל וכל פין פשוטער שכל. למשל איינער וואס טראגט א קאפעל, מוז זיין וועגן רעליגיע וכו', אין פשוטע זינען איז נישטא קיין סיבה צו טראגן א קאפעל, אבער מאכן א בנין געזעצליך, נישט נוצען פאר עס איז באשטעטיגט סעיף מאכט סענס. און קל וחומר מאכן פארענטשעס דורך טיי ראפס וכו'.

ועוד, קארלין האלט סעיפטי געזעצען פאר א געטשקע.

אלא מאי כדאמרן.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 20, 2021 11:22 pm

· #473416
וויפיל מענטשן קענסטו וואס קאממאן סענס דיקטירן זייער לעבן? קאממאן סענס איז גארנישט אזוי קאממאן... און מ׳קען שוין מיינען כאילו לויט דיין אפשאצונג וויפיל קאממאן סענס ס׳ליגט דערין, אפילו לשיטתך איז דאך עס אויך בהמיש געטראכט.

די קשיא פון די קארלינע געטשקע איז טאקע זייער שווער, דערפאר איז עס דאך טאקע אזא חידוש אז פונקט ביי זיי איז עס געשעהן, אבער איך האלט מיך נאך ווייטער ביי מיין אפשאצונג, אפשר איז דאס מיין געטשקע. 😃

תרמב » דאנערשטאג מאי 20, 2021 11:26 pm

· #473418
איש תשבי, א שטארקע געדאנק זאגסטו, איך האב זיך פונקט לעצטנס געטענה’ט מיט איינעם איבער די נושא, זאגט ער מיר אז מ’קען נישט לערנען א לימוד פון מירון וועגן סעקיוריטי ווייל די אייבירשטער האט געוויזן ביי קארלין וואס איז געווען די מערסטע אפגעהיטן בנושא פון סעקיוריטי, אז ס’געשעט דארטן טראגעדיעס, ווייל נישט דאס איז די לימוד וואס מ’דארף זיך לערנען פון די טראגעדיעס, האב איך אים געזאגט אז דאס איז די טעות, סאיז נישט קיין לימוד אזויווי סמארטפאונס און לעיס טאפ שייטלעך וואס מ’קען דן וואס די באשעפער האט געמיינט, דא רעדט מען פון פשוט קאמאן סענס אז טויזענטער מענטשן שטופן זיך געשעהט א סטעמפיד! אז מ’בויעט פאפירענע פארענטשעס פאלט עס אראפ! אז מ’לאזט א האנטוך לעבן א אנגעצינדענע האט פלעיט איבערנאכט צינדט זיך עס אן! אז מ’פאלגט נישט די סעיפטי אנווייזונגען פאלט מען אריין אין א סכנה ל’’ע!

אישתישבי » פרייטאג מאי 21, 2021 6:31 am

· #473432
ווייל די אייבירשטער האט געוויזן ביי קארלין וואס איז געווען די מערסטע אפגעהיטן בנושא פון סעקיוריטי, אז ס’געשעט דארטן טראגעדיעס, ווייל נישט דאס איז די לימוד וואס מ’דארף זיך לערנען פון די טראגעדיעס


חוץ פין דעם וואס די זאגסט, איז פשוט אז דאס איז נישט דער לימוד, צרות קומען מעורר זיין מענטשען צו תשובה, נישט צו טוהן נאך עבירות, און נישט זיין נזהר אין סעקיוריטי עניינים איז דאך א עבירה.

פאליטיקאנט » פרייטאג מאי 21, 2021 7:48 am

· #473434
Re: אין נאמען פון סעיפטי
פאלגן סעיפטי אנווייזונגען און זיך היטן די געזונט איז נישט "ווייל עס איז געשען א טראגעדיע". כלומר, לאמיר זיך פארבעסערן אין ליכט פון די טראגעדיע אזויווי תשובה. עס איז "כדי עס זאל נישט געשען".

דאס דארף מען אלעמאל פאלגן אלס..... סעיפטי. גארנישט איינגעשטויסן מיט וואס האט געשען.
(צו איבער'חזר'ן, ווען די טראגעדיע אין מירון אדער קארלין וואלט נישט פאסירט דארפן מיר נאך אלס שטעלן זיכערהייט מאסנאמען ביי פארזאמלונגען און בויען פארענטשעס מיט אן אינזשעניר ווייל עס 'קען' געשען. מ'קען נישט ווארטן אז זאכן זאלן פאסירן זיך צו לערנען דערפון.)

ליב צו וויסן » מוצ"ש מאי 22, 2021 10:24 pm

· #473459
זעהט אויס איך בין נישט גענוג קלוג צו כאפן די עמקות פונעם שקלא וטריא דא.. 😂

1. כ'מיין ס'איז גאנץ קלאר, אז די סעיפטי געזעצן ווערן נישט געמאכט און אינפארסירט "בלויז" אינזינען האבנדיג סעיפטי..
(ס'איז פאראן אן א שיעור משלים.. אבער די היידראקסי-קלאראקווין דעבאטע, ווי רעפובליקאנער און דעמאקראטן האבן ביידע; אטאמאטיש מתיר געווען און גע'אסר'ט אין די זעלבע צייט "בלויז פאר סעיפטי", איז א גוטע עקסטרעמע משל...)

2. אין די אלגעמיינע גאס איז דא גענוג און נאך, וואס אפרישיעיטן בכלל נישט מער די סעיפטי געזעצן "דארט ווי מען קען זיך ארויסדרייען", בס"ה איז מען ביי אונז "פיל מער מקיל" וויבאלד מען קען זיך ביי אונז "פיל מער ארויסדרייען", וויבאלד קיינער מסר'ט נישט + אפילו ווען יא, איז דאך די עסקנים וואס קומען צו הילף...

3. לדעתי, ווען די ציבור פילט אז א געזעץ ווערט געמאכט לטובתם, וועט עס גורם זיין א גאר הויכע ראטע פון סופארט -און אטאמאטיש פאלגזאמקייט- ביים ציבור (ווי די פארשידענע אנטי טעראר געזעצן, וואס האבן גענאסן פון אסאך שטיצע אזוי לאנג ווי מען האט זיך איינגערעדט אז ס'ווערט ריכטיג אינפארסירט).

מאנטריאל » מוצ"ש מאי 22, 2021 11:50 pm

· #473462
Re: אין נאמען פון סעיפטי
פארוואס ביסטו אזוי זיכער אז אין קארלין פאלגט מען נישט סעיפטי רולס? די מעשה פון דעם נייעם שוהל איז נאך נישט קלאר וואס איז געשעהן דארטן זיי טענה'ן אז אלעס איז דארט געווען לעגאל אויך די פארענטשעס איז נישט קיין נייע אויך די טיירעפ איז געמאכט פון אייזן און מען נוצט עס אין ארץ ישראל איבעראל ווען מען בויט

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג מאי 23, 2021 5:47 am

· #473481
זיי טענה'ן


וואס דען זאלען זיי טענה'ן?