☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אקאונטעביליטי פאר ישיבות -והוקע אותם

אקאונטעביליטי פאר ישיבות -והוקע אותם

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14641

או אינו » מיטוואך מאי 19, 2021 4:11 am

· #473284
אקאונטעביליטי פאר ישיבות -והוקע אותם
צייט אז די וועקער זאל באשרייבען אלע פראגרעמען וואס ישיבות געניסען אין פרובירען צי צייגען א בערך׳דיגע חשבון פאר די וואס פארטיסיפעטען, צי דורך שיקען די קינדער אדער סתם נדבנים. שכלי אומר לי אז א יעדער ישיבה וואס איז אין די גרעסערע סיסטעמס זענען אין א שווערען סורפלוס ספעציעל זינט די TAP פראגרעם.
מטרה: איז ארויף ציברענגען די קוואליטי פינעם חינוך ברוחניות והגשמיות אין ארויסשטעלן די נעמען פין די אלע וואס זענען מועל בהקדש.

והעיקר אז די סטודנטען וואס געניסען פינעם פראגראם זאלן נישט ווערן בארויבט מיטן פארלאנגען זיי זאלען שכר לימוד.

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך מאי 19, 2021 5:24 am

· #473285
וואס גייט דיר אן אז יענער מאכט געלט? ווען די שכר לימוד איז רשעותדיג טייער איז איין זאך, בסך הכל קליין געלט, ווער סהאט נישט צאלט נישט, קוק עס אן ווי כאילו די צאלסט געלט פארן מענטש וואס ערלעדיגט דיר די טעקס ריטוירן.

תרמב » מיטוואך מאי 19, 2021 9:28 am

· #473297
מיר האט זייער געבאדערט ווען איך האב געלערנט אין כולל ווי מ’האט גענומען פראגרעמס אויף מיר און ווען סאיז געקומען סוף יאר ווען מ’האט געקענט מאכן עפעסס געלט דורך באקומען א 1098 פון די מוסד און מ’האט געקענט עפעס באקומען אויף די טעקס רעטורן האב איך עס נישט באקומען, פלוצלינג האט די אדמיניסטראטאר נישט געהאט קיין צייט קעיר צו נעמען דערפון, ווען איך האב געקווענקעלט אויב איך זאל איבערגעבן די פראגרעמס האט ער געהאט צייט מיך נאכצולויפן.

או אינו » דאנערשטאג מאי 20, 2021 12:10 am

· #473365
Re: אקאונטעביליטי פאר ישיבות -והוקע אותם
זופ מיט מאנדלען
וואס גייט דיר אן אז יענער מאכט געלט? ווען די שכר לימוד איז רשעותדיג טייער איז איין זאך, בסך הכל קליין געלט, ווער סהאט נישט צאלט נישט, קוק עס אן ווי כאילו די צאלסט געלט פארן מענטש וואס ערלעדיגט דיר די טעקס ריטוירן.
דאס איז געלט וואס באלאנגט פארן ציבור. אין די מטרה איז אקונטעביליטי פארן עתיד

או אינו » דאנערשטאג מאי 20, 2021 12:12 am

· #473366
Re: אקאונטעביליטי פאר ישיבות -והוקע אותם
תרמב
מיר האט זייער געבאדערט ווען איך האב געלערנט אין כולל ווי מ’האט גענומען פראגרעמס אויף מיר און ווען סאיז געקומען סוף יאר ווען מ’האט געקענט מאכן עפעסס געלט דורך באקומען א 1098 פון די מוסד און מ’האט געקענט עפעס באקומען אויף די טעקס רעטורן האב איך עס נישט באקומען, פלוצלינג האט די אדמיניסטראטאר נישט געהאט קיין צייט קעיר צו נעמען דערפון, ווען איך האב געקווענקעלט אויב איך זאל איבערגעבן די פראגרעמס האט ער געהאט צייט מיך נאכצולויפן.
דאס איז א נקודה פינעם עיקר פראבלעם. אין דיין חתימה אויף שקר איז א מסייע להני דמועלין.

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 20, 2021 12:19 am

· #473368
תרמב
מיר האט זייער געבאדערט ווען איך האב געלערנט אין כולל ווי מ’האט גענומען פראגרעמס אויף מיר און ווען סאיז געקומען סוף יאר ווען מ’האט געקענט מאכן עפעסס געלט דורך באקומען א 1098 פון די מוסד און מ’האט געקענט עפעס באקומען אויף די טעקס רעטורן האב איך עס נישט באקומען, פלוצלינג האט די אדמיניסטראטאר נישט געהאט קיין צייט קעיר צו נעמען דערפון, ווען איך האב געקווענקעלט אויב איך זאל איבערגעבן די פראגרעמס האט ער געהאט צייט מיך נאכצולויפן.

די באקומסט נישט קיין 1098T ווען די כולל באקומט פראגרעמס. די באקומסט עס נאר טאמער די צאלט טואישן (tuition).

תרמב » דאנערשטאג מאי 20, 2021 12:22 am

· #473369
איך ווייס נישט פונקטלעך, עפעס א צעטיל האט רוב עולם באקומען פאר אן אפצאל פון 75 דאלער און מיין צעטיל איז נישט דארט געווען, די עולם האט געמאכט דערויף בערך 800 דאלער ביים פיילן טעקס ריטורן.

סעגאל » דאנערשטאג מאי 20, 2021 6:46 am

· #473373
שוין געהערט פין א ישיבה - כולל וואס בעט $500