☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » פראקטישע מאלציייטן ווען מ'פארט

פראקטישע מאלציייטן ווען מ'פארט

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1464

DotCom » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:27 pm

· #34311
פראקטישע מאלציייטן ווען מ'פארט
איז אזוי, די משפחה האט אויסגעפלאנט א וועקעישן קיין ניאגארא פאלל'ס וואס וועט אי"ה פארקומען בקרוב און וועט אנהאלטן אויף 3-4 טעג, מיר האט מען מכבד געווען צו דינען אלס שר האכילה, מיין אויפגאבע איז מיטצונעמען עסן פאר פיר מענטשן - פרישטיג, לאנטש און נאכטמאל, יעצט איז מיין שאלה וויאזוי זאל איך עס טהון אויף א פראקטישן אופן אז ס'זאל מיר נישט אוועקנעמען מיין טייל אינעם וועקעישן.

אויך אויב איינער ווייסט ווואס טוט מען מיט די פרידישידעיר/פריזער פראדוקטן (די קליינע פרידזשעס אין האטעל איז געווענליך צו קליין), א גרויסן יישר כח למפרע פאר אלע עצות און טיפ'ס.

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:46 pm

· #34320
קודם כל, פרעג דיך נאך, דאכט זיך אס ס'דא עפעס א מילכיגע פלאץ דארט.

קאל אן די האטעל, פרעג אויב דו האסט א פרידזש אין די רום, אויב ס'אינקלודעד, אויב דו קענסט בעטן צוויי.

טאמער האסטו א פריזער קענסטו מיט נעמען געהעריגע סאפערס, פארפרוירענערהייט, אייגען געמאכט אדער פון רעסטוראנט, אסאך רעסטוראנטען און טעיק אוטס וועלן דיר עס איינפאקן אז ס'זאל זיין גרינג צו פריזען.

אלס לעצטע מיטל וואס כ'האב איין מאל געדארפט נוצען איז אנצופילן די שעמפעין באקעט (אדער א קליינע גארביטש קען מיט א בעג אין דעם) מ'פולט עס אם מיט אייז (פון דעם איז געווענליך דא לרחצה אין האטעלן) און מ'לייגט אריין די חפיצים וואס מ'וויל פרירן. נישט פארגעסט צו טוישען די אייז יעדע 12 שעה, אפטער אויב איז ווארעם אין צומער.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:50 pm

· #34325
לייען אויך דא

DotCom » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:58 pm

· #34327
זר זהב
לייען אויך דא


שוין אדורכגעליינט דארט אבער דארט רעדט מען נישט פון עסן, עכ"פ נישט וואס האט מיר געקענט העלפן.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:59 pm

· #34328
ס׳איז אפשר נישט די בעסטע סאפער, אבער במקום שאין פיש איז הערינג אויך גוט.
מיעל מארט האט וועקיום פעקד עסן וואס דארף נישט קיין פרידזש/פריזער. מ׳קען עס טרעפן אויפן שעלוו אין רוב גראסערייען.
נישט די געשמאקסטע מאלצייט, נישט ביליג, אבער איך האב עס אמאל גענוצט ביי איין וואקאציע און ס׳איז נישט געווען געפערליך.

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:02 pm

· #34329
יא, אין אייוועלט ברענגט איינער דעי לינק, ס'זעט אויס אז דו האסט דארט אין די זומער מילכיג, פליישיג, און מנינים.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:03 pm

· #34332
אויך האב איך געזען לעצטענס אז די סאטמארע בוטשער פארקויפט אויך וועקיום פעקד.

שלומכן יסגא » זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:37 pm

· #34344
פאר די מיעל מארט וועקיום פעקד מאכלים דארף מען האבן א מייקראוועיוו. ס׳דא וואס ס׳קומט מיט א טאץ און א קעמיקאל וואס הייצט אליינס אויף דאס עסען.

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:04 am

· #34427
שלומכן יסגא
פאר די מיעל מארט וועקיום פעקד מאכלים דארף מען האבן א מייקראוועיוו.

מען קען אויך נוצען א טאפ מיט וואסער.
שלומכן יסגא
ס׳דא וואס ס׳קומט מיט א טאץ און א קעמיקאל וואס הייצט אליינס אויף דאס עסען.

'לבריאות' [בהברה ישראלית].

קווארטין » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:35 pm

· #34673
אוודאי קען אויך צוניץ קומען די אינסטענט זופ און פארשידענע פלעיווארס, הייס וואסער קאן מען דאך באקומען אין יעדן האטעל. איך האמער מיט גענומען בשר מיט צוויי בעקעלעך און געמאכט דארט א פיינעם גריל.

לעמיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:42 pm

· #34681
קווארטין
אוודאי קען אויך צוניץ קומען די אינסטענט זופ און פארשידענע פלעיווארס, הייס וואסער קאן מען דאך באקומען אין יעדן האטעל. איך האמער מיט גענומען בשר מיט צוויי בעקעלעך און געמאכט דארט א פיינעם גריל.

אויף וואס האסטו געגרילט? מיט געשלעפט א גריל?

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:45 pm

· #34684
מ'קען קויפן א דיספאוזעבעל גריל.

gehlungen » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:53 pm

· #34864
ונבנתה העיר
שלומכן יסגא
פאר די מיעל מארט וועקיום פעקד מאכלים דארף מען האבן א מייקראוועיוו.

מען קען אויך נוצען א טאפ מיט וואסער.
שלומכן יסגא
ס׳דא וואס ס׳קומט מיט א טאץ און א קעמיקאל וואס הייצט אליינס אויף דאס עסען.

'לבריאות' [בהברה ישראלית].

I think all hotels will give you a small microwave. Btw kashrus is no problem when it comes to micro wave. According to the BEIR MOiOSHE

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:07 pm

· #34880
אויב איז עס דאבעל-רעפד איז מותר.

גלעזעלע » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:38 am

· #35010
שמעקעדיג
ס׳איז אפשר נישט די בעסטע סאפער, אבער במקום שאין פיש איז הערינג אויך גוט.
מיעל מארט האט וועקיום פעקד עסן וואס דארף נישט קיין פרידזש/פריזער. מ׳קען עס טרעפן אויפן שעלוו אין רוב גראסערייען.
נישט די געשמאקסטע מאלצייט, נישט ביליג, אבער איך האב עס אמאל גענוצט ביי איין וואקאציע און ס׳איז נישט געווען געפערליך.


לעניות לשוני, האט דאס א טעם ווי די וועקיום-פעקד חרוסת וואס טעלז ישיבה פלעגט שיקן אין די פאסט. די חרוסת איז חאטש געווען בחינם.
במקום שאין על מה להתווכח, איז טעם וריח אויך א ויכוח!.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:40 pm

· #35126
הא הא.
גראדע האב איך זייער ליב חרוסת.

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:49 pm

· #35136
שמעקעדיג
הא הא.
גראדע האב איך זייער ליב חרוסת.

נישט דעי פון טעלז ישיבה, טו מיר א טובה, נאר פןן אנקוקן האב איך שוין נישט געקענט עסן מער.

נס קאווע » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:34 pm

· #35182
די לבריאות מאלצייטן זענען נישט אזוי געשמאק, אבער די מיעל מארט קען מען יא טרעפן וואס זענען אין מויל צו נעמען און מ'קען עס לייגן אין מייקראוועיוו, איך האב טאקע אין נייעגרע פאלס גענוצט א אייס באקס מיט אייז פון די האטעל, אבער ס'האט זיך נישט גוט אויסגעלאזט, אויב מען טוט עס דארף מען עס אנפולן מיט אייז און זיכער מאכן כסדר עס צו טוישן. די חב"ד הויז און די רעסטוראנט (כ'מיין ס'איז איינס) איז געווען פארמאכט.

DotCom » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 3:24 pm

· #35198
נס קאווע
די לבריאות מאלצייטן זענען נישט אזוי געשמאק, אבער די מיעל מארט קען מען יא טרעפן וואס זענען אין מויל צו נעמען און מ'קען עס לייגן אין מייקראוועיוו, איך האב טאקע אין נייעגרע פאלס גענוצט א אייס באקס מיט אייז פון די האטעל, אבער ס'האט זיך נישט גוט אויסגעלאזט, אויב מען טוט עס דארף מען עס אנפולן מיט אייז און זיכער מאכן כסדר עס צו טוישן. די חב"ד הויז און די רעסטוראנט (כ'מיין ס'איז איינס) איז געווען פארמאכט.


סא דו וואלטסט אפגערעדט פון מיטנעמען זאכן וואס מען דארף רעפרישזשערעיטן?

נס קאווע » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 3:35 pm

· #35208
ניין מען דארף האבן אסאך אייז וואס קאסט נישט קיין געלט אבער אביסל ארבייט אדער קענסטו קויפן פעקלעך אייז וואס קאסט אויך נישט קיין סאך געלט אבער מיזט עס אנפולן ביז אויבן עטליעסט איינמאל א טאג

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:19 pm

· #35346
כ'וועל דיר זאגן וואס איך טוה ווען איך פאר אויפן פליגער און דו קענסט טוהן דאס זעלבע, איך גיי אריין צו נשר אין ב"פ (קענסט עס מן הסתם טוהן אין אנדערע געשעפטן אויך אבער דארט ווייס איל אז איך האב געהאט גיטע עקספיריענס) און איך בעט עם (דער גוי ווייסט ווי אזוי עס צו טוהן אבער בעסער איז ווען דער בעה"ב איז דארט) ער זאל מיר איינפאקען א מעין קארס מיט צוויי סייד דישעס אויף אזא טעצל און דערנאך פאקט ער עס איין דאבל רעפט כיס בתוך כיס און אויפן פליגער בעהט איך די מאנשאפט זאל עס מיר אנווארימען, אויב איז עס א לאנגע פלייט אדער מיט א סטאפאווער לייג איך עס אין פריזער און ווען עס איז פראזען האלט זיך עס 10-12 שעה.

דאכט זיך ער רעכנט א צוגענוגליכע $12.99 פאר אזא פארציע.

פאר דיר וואלט איך געזאגט זאלסט איינקויפן אזענע מאלצייטן און זיי פרירן, דארט אין געגענט קויף דיר א ביליגע מייקראוועיו פאר $40 אדער קענסט עס אפילו אנווארימען אין די אויבן פונעם האטעל, לכאורה קענסטו בעטן פאר א עקסטערע קליינע פרידג-פריזר אין דיין צימער און אויב איז עס גוט איינגעפאקט קענסטו עס אפילו האלטן אין די האטעלס פריזר.

אפילו אויב דו נוצט למעשה יא א אייז באקס איז אויך בעסער אז דו פריזט עס אינדערהיים אזוי האלט זיך עס אסאך לענגער.

קווארטין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:37 am

· #35504
לעמיל
קווארטין
אוודאי קען אויך צוניץ קומען די אינסטענט זופ און פארשידענע פלעיווארס, הייס וואסער קאן מען דאך באקומען אין יעדן האטעל. איך האמער מיט גענומען בשר מיט צוויי בעקעלעך און געמאכט דארט א פיינעם גריל.

אויף וואס האסטו געגרילט? מיט געשלעפט א גריל?

ניין, כ'האב מיר מיטגעברענגט צוויי גרויסע בעקעלעך (קיגעל בעקעלעך) איינס אין וואס די טשארקאל זאל ליגן, און ס'אנדערע במקום דעקל, אונזער חשבון איז געוועזן אז די בעקעלע וועט מען ארויפלייגן אויף אזא גרילל סטענד אדער אויף די צעמענט. א רעק דענקעך נישט, כ'מיין כאב געקויפט אין די דאלאר סטאר צוויי רעקס.

נס קאווע » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:39 pm

· #35784
פונקט געטראכט צו נעמען צווי ראוסטער אדער 9 ביי 13 (פרעג דיין ווייב וואס דאס איז) און לייגן א רעק אבער ווי קען מען טרעפן אזא סייז רעק געטראפן אויף עמעזאן אבער טייער און נישט די גוטע סייז און שעיפ

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:01 pm

· #35803
נס קאווע
פונקט געטראכט צו נעמען צווי ראוסטער אדער 9 ביי 13 (פרעג דיין ווייב וואס דאס איז)

דשאסט פאר מיי קוריאסיטי (נישט די פון נאסא):
דו ביסט א פרוי? 😂 😂

נס קאווע » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:20 pm

· #35812
ניין אבער יעדעס מאל איך קויף בעקעלעך בין איך מיט מיין אשת חבר א לאנגע צייט אויפן פאון און הערשט קום איך אהיים מיט די ראנג וואן קען זיין איך בין א אויסנאם (גראדע 9 ביי 13 ווייס איך וואס דאס איז ווייל מיןן טאטע פלעגט עס קויפן ביי די קעיס)

DotCom » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:43 pm

· #35934
א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן מגיב געווען עס האט מיר אסאך ארויסגעהאלפן און וועט מסתמא אויך העלפן אנדערע חברים.

יעצט פלאנען מיר זיך ערנסט ארויסצולאזן בקרוב, צוריקקומענדיג זאגט מען מיר פאר א ביזי פארקעסט, סא כווייס נישט ווען כוועל נעקסט האבן די זכי' צו טרינקען קאווע מיט ענק, דעריבער וואונטש איך ענק אלע א כתיבה וחתימה טובה, לא נתנשי מכם ולא תתנשי מנאי. מיין אימעיל איז <!-- e --><a href="mailto:dotcomyid@gmail.com">dotcomyid@gmail.com</a><!-- e --> האטס מיר אלע א לעכטיגן תמיד.

יידל » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:45 pm

· #35936
האטס א געזונטען רייזע. כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:51 pm

· #35948
יידל
האטס א געזונטען רייזע. כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך.

גם אני מצרף

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:50 pm

· #35993
גיי און קום געזונטערהייט און האב א געשמאקן ראונד טריפ.
גיב איבער קרישקעלעך פון די נסיעה נאכדעם, און ווי גוט אונזערע עצות האבן געהאלפן!...

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:51 pm

· #35994
וואו גייט ער?

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:04 pm

· #36008
<!-- w --><a class="postlink" href="/post/34311">www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=34311#p34311</a><!-- w -->

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:17 pm

· #36013
שמעקעדיג
נס קאווע
פונקט געטראכט צו נעמען צווי ראוסטער אדער 9 ביי 13 (פרעג דיין ווייב וואס דאס איז)

דשאסט פאר מיי קוריאסיטי (נישט די פון נאסא):
דו ביסט א פרוי? 😂 😂



נס קאווע
ניין אבער יעדעס מאל איך קויף בעקעלעך בין איך מיט מיין אשת חבר א לאנגע צייט אויפן פאון און הערשט קום איך אהיים מיט די ראנג וואן קען זיין איך בין א אויסנאם (גראדע 9 ביי 13 ווייס איך וואס דאס איז ווייל מיןן טאטע פלעגט עס קויפן ביי די קעיס)



דערמאנט מיר פון דעם געשמאקן ארטיקל:
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=9795">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=9795</a>

נס קאווע » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:19 pm

· #37968
גענוצט א אייז-באקס מיט גרויס סוקסעס, געקויפט איין פעקל אייז יעדן טאג (בערך $2 - $1) און אויסגעגאסן דאס וואסער, און מ'קענישט אריין לייגן נאר פארמאכטע זאכן.

DotCom » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:07 pm

· #38196
א דאנק אייך מיינע חשובע פריינט פון קאווע שטיבל, האב מיר געהאט געשמאקע סעודות אין ניאגרא פאללס.
📎 Small.jpg

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:38 pm

· #38217
נאך געבליבן א שטיקל? כ'בין הונגעריג.

קווארטין » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:54 pm

· #38223
וואס האסטע געטוהן מיט מיר דו מאכסט מיר דזשעלוס. הםםםם

נס קאווע » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:26 pm

· #38998
אגב האב איך געזעהן אז ריב סטעיק מאכט מען צוגעדעקט וכך עשיתי ונהניתי זייער גוט געלונגען נאר עס בלייבט אייביג אביסל ראבערי האט מיר איינער געזאגט אז מ' נוצט אנדערע סטעיקס האט איינער א טיפ?

אגב האסטו שוין געשריבן ערגעץ דיין בארביקוי ארטיקל ערגעץ?

DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:45 pm

· #39005
דעם ארטיקל האב איך אנגעפאנגען אבער כאב נישט געהאט קיין געדולד ווייטער צו גיין.

אוודאי איז בעסער אויב מאכט מען עס צוגעדעקט, כאב עס נאר גע'עפנט פאר די פיקטשער, די ראבער-פעטנ'ס איז די בעסטע חלק פונעם פלייש, מ'קען קויפן ריב סטעיק'ס אנעם ביין ס'איז גרינגער צו גרילן, אבער געשמאקער איז אויפצועסן דעם פלייש ביזן ביין...

נס קאווע » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:55 pm

· #39059
כ' האב אמאל געקויפט א 40 אונס סטעיק מיט א ביין און ס' געווען קריספי פונדערויסן און ווייעך פון אינעווייניג ווי א פעט שטיקל געבאקענע פלאנקען וואס צוגייט נישט ווי א סטעיק וואס אפילו ס' וויעך בלייבט עס נאך אלס ראבערי

שטעלט זיך די פראגע ניצט די סטאר א אנדער סארט סטעיק מיט א ביין וואס מ' קען בעסער קאכן אדער ווייסן זיי וויזוי צו ערלעדיגן א סטעיק וואס איך ווייס נישט

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:44 pm

· #39088
לאמיר עפענען אן אנדער אשכול וועגן סטעיק.
איך האב אויך וואס צו פרעגן און צו זאגן.

נס קאווע » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:18 pm

· #39105
האסט דא דעם בעל הסטעיק (אזוי זאגט ער) און ער וויל נישט רעדן

נס קאווע » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:04 pm

· #39126
נו עפן שוין א אשכול, ווילסט נישט איך זאל דארפן עפענען

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:36 pm

· #39208
נס קאווע
ווילסט נישט איך זאל דארפן עפענען

נאר אויב דו טרינקסט שווארצע קאווע שטייטציך.

DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:36 pm

· #39242
נס קאווע

שטעלט זיך די פראגע ניצט די סטאר א אנדער סארט סטעיק מיט א ביין וואס מ' קען בעסער קאכן אדער ווייסן זיי וויזוי צו ערלעדיגן א סטעיק וואס איך ווייס נישט


מסתבר איז די צווייטע אז דו ווייסט נישט וויאזוי צו ערלעדיגן, אדער ענדערש דו ווייסט יא וויזוי צו ערלעדיגן...

איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט 'ראבערי', די ווייסע פעטנ'ס אדער די רויטליך אינעווייניג?

אייגענארטיג » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 12:16 am

· #39287
היינט איז געווען די טאג!

מיר אפאר חבירים זענען ארויס גרילן עס האט זיך אזוי געמאכט אז די שטיבער האבן עס ערלויבט.

יא עס האט זיך געלוינט. אינ איך וועל ענק געבן די טיפ עס זאל נישט טריקן ווערן אין נישט פארברענט ווערן אין נישט זיין ראבערי

עס איז דא ציבאקומען א ספעציעלע פענדל דאכט זיך מיר עס הייסט stake plate פאר א גריל.

מען לייגט ארויף די בשר הסטעק אויף דעם אין עס גרילד זיך אזוי בערעך 5 מינוט א זייט אין דערנאך לייגט מען אוועק דעם פלעט אין מ'לייגט ארןיף דעם בשר אויפן גריל דירעקט ביז ער ווערט וועל דאון.

די מעלות

די פענדל האלט די זאפט אז עס זאל זיך איינקאכן מיט די זאפט. בלייבט ער זאפטיג.
די פענדל געט אים א הפסק צווישן די פייער ער זאל נישט תיכף פארברענט ווערן אזוי באקט ער זיך גיט אויס און ער איז נישט ראבערי

נס קאווע » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 11:48 am

· #39433
פון 5 מינוט א זייט באקט ער זיך גוט אויס? איך האב אויך געזעהן אזוי אויפן וועב, אבער טו מי איט דאזענט מעיק עני סענס, א האלבע שעה א זייט מינימום.

און צו כבוד הרב דאט קאם, ראבערי מיינעך נישט די חלק אדער יענע חלק, הגם ווי ס'מקובל זוכט מענישט גראבע שטיקער פעטנס, נאר דייקא אסאך דינע סטריפס, אבער ראבערי מיינעך די עצם חלק הבשר צוגייט נישט ווי וואסער.

ווי איך הער איז אין געוויסע מקומות אנגענומען ענדערש צו גרילן ריב איי וואס האט נישט קיין ביין, ווייל ס'אסאך זאפטיגער.

כ'האב עס טועם געווען ביי עפעס א געשעפט אין וויליאמסבורג יענער האט זיך אויפגעטוהן אז ער מאכט עס בעסער ווי אן אנדערע געשעפט, אבער כ'האב נישט פארשטאנען מיט וואס, זיין ריב איי וואס דארף זיין בעסער פון א סטעיק איז געווען פיל ערגער פון יענעמס סחורה בכלל.

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:05 pm

· #39491
DotCom
דעם ארטיקל האב איך אנגעפאנגען אבער כאב נישט געהאט קיין געדולד ווייטער צו גיין.

לייג עס אוועק אויף נעקסטע יאר זומער וועמער זיך מחיה זיין דערמוט

DotCom » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:47 pm

· #39503
נס קאווע


און צו כבוד הרב דאט קאם ראבערי מיינעך נישט די חלק אדער יענע חלק הגם ווי ס' מקובל זוכט מענישט גראבע שטיקער פעטנס נאר דייקא אסאך דינע סטריפס אסער ראבערי מיינעך די עצם חלק הבשר צוגייט נישט ווי וואסער



גערעכט, א שטיקל פלייש מיט דינע ווייסע סטריפס הייסט א פעט שטיקל פלייש, אויב לאזט מען עס צו לאנג אויפ'ן פייער טריקנט ער אויס און עס ווערט ראבערי.

קווארטין » זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:25 pm

· #39701
יא, און דאכט זיך מיר אז אין די פראפעסינאל לענגוויטש רופן זיי דאס אן "מארבאלייזד" מלשון "מארבל". ודו"ק

אייגענארטיג, א ריזן יש"כ פאר דיין עצה, כאב שוין לאנג געטראכט פון אזא סארט איידיע, לכאורה האטעס נאך א מעלה דער "סטעיק פלעיט", אז דער סטעיק ווערט נתבשל כמאכל בן דרוסאי, סאו מ'פארלאנגט שוין נישט צו קיין שווערע ארבייט פונעם "גריל" נאר אז דאס זאל צו ענדיגן דעם סטעיק, ווי אויך ס'זאל אריינגעבן דעם געשמאקן גריל פלעיווער. איך האב אפי' אמאל געהערט אז די גרויסע סטעיק הייזער קויפן סעמי, אדער אביסל ווייניגער, אפגעגרילטע סטעיק, און זיי פארענדיגענעס נאר ווען דער הונגעריגער קוסטומער קומט אריין.

אייגענארטיג » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:34 am

· #47742
m.crateandbarrel.com/nordic-ware-griddle-grill-pan/s354671

אזוי ווי מהאט מיר געפרעגט אין אישית וועל איך עס דא אויך פאסטען ווי מקען דאס באקומען אין בכלל די מעלות דערפון