☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #14638

אשכול אן א טיטל #14638

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14638
בלאט: 1 2

— » זונטאג מאי 16, 2021 12:47 pm

· #473222

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

טאמבל סאס » זונטאג מאי 16, 2021 12:53 pm

· #473228
דאסמאל איז נישט געווען קיין געיט ..

מרדכי מרדכי » זונטאג מאי 16, 2021 1:39 pm

· #473233
ליידער זענען 2 אוועק ה"י
📎 Screenshot_20210516-133717_N12.jpg

מיליאנער » זונטאג מאי 16, 2021 1:40 pm

· #473234
דער אויבערשטער האט זיך שוין לאנג נישט אזוי קלאר באוויזן! וד''ל

מאנטריאל » זונטאג מאי 16, 2021 1:41 pm

· #473235
געהערט אז אראבערס האבן עס געשטעלט אז זיי האבען עס געלאזט loose און נישט געמאכט טייט

ליב צו וויסן » זונטאג מאי 16, 2021 1:51 pm

· #473238
אין סטאלין גאר..

יאסל ראקאווער » זונטאג מאי 16, 2021 5:02 pm

· #473251
אצבע אלוקים הוא. מ'זעט ממש ווי ביי לוט, די גאנצע קהילה, מקטן טעג גדול, הכו בסנוירם. זענען געווארן בלינד.

נאך מירון, אויפגעשטעלט פארענטשעס מיט zipties. נישטא קיין ווערטער. ס'איז יד השם.

תוהו ובוהו » זונטאג מאי 16, 2021 5:17 pm

· #473252
מיליאנער
דער אויבערשטער האט זיך שוין לאנג נישט אזוי קלאר באוויזן! וד''ל

מיין דיסלייק קנעפל ארבעט נישט.. וד''ל

פאליטיקאנט » זונטאג מאי 16, 2021 6:48 pm

· #473258
ריבונו דעלמא. דאס איז פון די דברים פשוטים!
סקווירא האט עס שוין געהאט יארן צוריק. סטאלין האט דאך יא געשטעלט מענטשן אויף זיכערהייט??

(ווידיאו <a class="postlink" href="https://streamable.com/e5efom">https://streamable.com/e5efom</a>)

דער גאלדענער אדלער » זונטאג מאי 16, 2021 7:08 pm

· #473260
יאסל ראקאווער
אצבע אלוקים הוא. מ'זעט ממש ווי ביי לוט, די גאנצע קהילה, מקטן טעג גדול, הכו בסנוירם. זענען געווארן בלינד.

נאך מירון, אויפגעשטעלט פארענטשעס מיט zipties. נישטא קיין ווערטער. ס'איז יד השם.

דו מיינסט אז די "ואתה הסבות את ליבם אחורנית" וואס אליהו הנביא האט געזאגט פאר'ן באשעפער ביים הר הכרמל איז אין פולן שוואונג?? אדער איז עס סתם נאכלעסיגקייט פון די חרדים לדבר ד'???

די ווייטאג איז גאר שטארק צוויי פאכיג, איינס פאר די אומגליקליכע אומשולדיגע וואס זענען נעבעך אזוי פריצייטיג פארשניטן געווארן, און די וואס זענען פארוואונדעט געווארן ה"י.

והשנית, אז ס'געשעהן אין קארלין סטאלין!
ווי באקאנט האט דער סטאלינער רבי זיך ארויסגעשטעלט גלייך נאך די מירון'ע געשעהניש און געהאלטן א דרשה פון בערך א שעה צייט אז דער עולם ברויך זיך אנהייבן צוגעוואוינען אויסצופאלגן זיכערהייט אנווייזונגען, וכו' וכו' און בכלל שטעלט זיך ארויס דער סטאלינער רבי ווי א פארגעשריטענער רבי, און ער איז טאקע, ווי למשל ביי די אינטערנעט מערכה, און נאך פעלער.

און ער אליין האט געזאגט אז ביי זיינע טישן גייט ער איינפירן פארשידענע זיכערהייט אנווייזונגען ווי למשל אז מ'זאל זיך נישט שטופען.
אין מיטאמאל דארט ביים קביעת מזוזה טיש ביי עם אליין האט מען נישט אויסגעפאלגט קיינע זיכערהייַט אנווייזונגען, און מ'האט געבויט פראפעזארישע פארענטשעס?!?! סטייטש אז מ'קען שוין קיינעם נישט געטרויען??? אפילו די וואס שטעלן זיך ארויס ווי די עהרליכע געזעצן היטערס שפילן אונז אויס?!?!

נ נח » זונטאג מאי 16, 2021 7:21 pm

· #473262
תוהו ובוהו
מיליאנער
דער אויבערשטער האט זיך שוין לאנג נישט אזוי קלאר באוויזן! וד''ל

מיין דיסלייק קנעפל ארבעט נישט.. וד''ל

גאט'ס דיסלייק קנעפל ארבעט פיין

שמערל » זונטאג מאי 16, 2021 7:30 pm

· #473263
נ נח
תוהו ובוהו
מיליאנער
דער אויבערשטער האט זיך שוין לאנג נישט אזוי קלאר באוויזן! וד''ל

מיין דיסלייק קנעפל ארבעט נישט.. וד''ל

גאט'ס דיסלייק קנעפל ארבעט פיין

נישט אזוי ווי אין די אמאליקע צייטן, ווען זעקס מיליאן אידן זענען פארגאזט געווארן, היינט אז פערציג אידן ווערן נסתלק איז עס שוין א חידוש.

יאסל ראקאווער » זונטאג מאי 16, 2021 7:43 pm

· #473264
דער גאלדענער אדלער
יאסל ראקאווער
אצבע אלוקים הוא. מ'זעט ממש ווי ביי לוט, די גאנצע קהילה, מקטן טעג גדול, הכו בסנוירם. זענען געווארן בלינד.

נאך מירון, אויפגעשטעלט פארענטשעס מיט zipties. נישטא קיין ווערטער. ס'איז יד השם.

דו מיינסט אז די "ואתה הסבות את ליבם אחורנית" וואס אליהו הנביא האט געזאגט פאר'ן באשעפער ביים הר הכרמל איז אין פולן שוואונג?? אדער איז עס סתם נאכלעסיגקייט פון די חרדים לדבר ד'???!

איך זאג אז די בויען פארענטשעס מיט flimsy light gage steal, tied with zipties און הונדערטער אידן זאלן דאס זעען, אפאר וואכן נאך מירון, אין די שול פון די איינציגע רבי וואס רעדט פון סעיפטי און קיינער זאל גארנישט זאגען און עס נאך ניצען איז נישט די באשעפער קוקט אפשר אוועק. ער איז אויסגעדרייט צו אונז מיט זיין ריקען. פארקערט ס'איז נישט קיין נאטירלעכע מעשה פון פארנאכלעסיקייט.

פארקערט מ'זעט אן אקטיווער יד השם. ס'איז אותות ומופתים. ס'נישט ער איז נישט דא. ער איז דא. ס'איז א נס גלוי לכל.

ליידער אן אקטיווע קום ועשה נס אויף שלעכטס.

נישט יעצט » מאנטאג מאי 17, 2021 7:36 pm

· #473265
קלארע וידיאו..
<a class="postlink" href="https://youtu.be/K91HRxeP0Gc">https://youtu.be/K91HRxeP0Gc</a>

חבדניק » מיטוואך מאי 19, 2021 4:01 am

· #473282
שמערל
נ נח
תוהו ובוהו
מיליאנער
דער אויבערשטער האט זיך שוין לאנג נישט אזוי קלאר באוויזן! וד''ל

מיין דיסלייק קנעפל ארבעט נישט.. וד''ל

גאט'ס דיסלייק קנעפל ארבעט פיין

נישט אזוי ווי אין די אמאליקע צייטן ווען זעקס מיליאן אידן זענען פארגאזט געווארן, היינט אז פערציג אידן ווערן נסתלק איז עס שוין א חידוש.

ווען איך בין געגאנגען אלץ קליין אינגל אין די גאס, און איך האב זיך אנגעטראפן מיט אן אלטע מענטש, וואס האט געעפנט א מיאוס'ער מויל און געפרעגט וואו איז גאט געווען אין אוישוויץ (עפ"ל), האב איך דאס דערציילט פאר מיין זיידן, וואס ער איז געווען אפאר יאר און די לאגער, זיינע עלטערן, געשוויסטער, און אויך זיין ערשטע פרוי און קינדער זענען אומגעקומען אין אוישוויץ, האט מיר מיין זיידע געזאגט אז קומענדיגע מאל זאל איך ענטפערן, ווען ענק האבן געפרעסן חזיר און געטוהן שמוציגע זאכן אין יוראפ, האבן ענק דאמאלטס געפרעגט וואו איז גאט ער שטראפט דאך נישט, יעצט וועסטו וויסן וואו ער איז געווען, טאקע און אוישוויץ...

צו דיר רשע מרושע, דו מיינסט אז דער אייבירשטער'ס שטארקע האנט ענדיגט זיך, דו דערוואגסט זיך צו מאכן ליצנות ערגער ווי פרעה און המן, ווען ער איז געווען יונגער (עפ"ל) זיכער רעדסטו אזוי מתוך עובר זיין אויף די שלוש חמורות רח"ל, און נאך און נאך... דער אייבירשטער וועט נאך העלפן אז דו און דיינע חברים וועלן נאך גוט זעהן... אבער ביטע פרעג נישט נאכדעם פארוואס...

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך מאי 19, 2021 5:28 am

· #473286
איינער איז דא נישט מיט אונז...

סעגאל » מיטוואך מאי 19, 2021 8:09 am

· #473293
ווער שמערל אדער זופ מיט מאנדלען?

פערינא » מיטוואך מאי 19, 2021 8:13 am

· #473294
יום טוב ביינאכט האט דער רבי גערעדט קורצע ווערטער צו די צעבראכענע חסידים, און געזאגט מיט געוויין: עס שטייט 'אנא מפניך אברח', עס איז אוממעגליך צו אנטלויפן פון אלעס. פון די קאראנע האבן מיר מצליח געווען [זיך ארויסצודרייען - אונטערגענומען ערנסטע מאסנאמען און באווארענונגען], פון די אומגליק אין מירון האבן מיר מצליח געווען [זיך ארויסצודרייען - זיי גייען נישט קיין מירון?], אבער ליידער פון דעם אומגליק נישט

מיר מיר מיר, וואס איז די מיר ביזנעס? ער האט געמיינט אז אזויווי ביי די בכורי מצרים די אייבערשטער מאכט א חילוק צווישען איין חסידות און די צווייטע? דא וואוינט א קארלינער לאמיר איבערהאפן? און טאמער די שכן שטארבט פון קאראנע איז עס נישט מיר?

לפי שהוציא את עצמו מן הכלל, כפר בעיקר ואף אתה הקאה את פארענטשאוו

מפיל קינד » מיטוואך מאי 19, 2021 10:31 am

· #473301
פערינא

פונקט דאס וואס דו זאגסט האט דער רבי טאקע געזאגט. ער האט געזאגט ווידוי און גענומען אויף זיך דעם עונש פארן נישט נעמען ערנסט די פריעדיגע טראגעדיעס.

יעצט ווען ער קלאפט שוין על חטא, וואס איז דער ענין פון אראפרייסן?

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 19, 2021 12:49 pm

· #473315
שמערל
נ נח
תוהו ובוהו
מיליאנער
דער אויבערשטער האט זיך שוין לאנג נישט אזוי קלאר באוויזן! וד''ל

מיין דיסלייק קנעפל ארבעט נישט.. וד''ל

גאט'ס דיסלייק קנעפל ארבעט פיין

נישט אזוי ווי אין די אמאליקע צייטן ווען זעקס מיליאן אידן זענען פארגאזט געווארן, היינט אז פערציג אידן ווערן נסתלק איז עס שוין א חידוש.

שמערל: דו מאכסט מיך קוילערן פאר געלעכטער. ס'איז ליידער א טרויעריגער מצב. נאר די וועג ווי דו לייגסט עס אראפ איז זייער פאני...!

moneyminded » מיטוואך מאי 19, 2021 12:51 pm

· #473317
מפיל קינד
פערינא
יום טוב ביינאכט האט דער רבי גערעדט קורצע ווערטער צו די צעבראכענע חסידים, און געזאגט מיט געוויין: עס שטייט 'אנא מפניך אברח', עס איז אוממעגליך צו אנטלויפן פון אלעס. פון די קאראנע האבן מיר מצליח געווען [זיך ארויסצודרייען - אונטערגענומען ערנסטע מאסנאמען און באווארענונגען], פון די אומגליק אין מירון האבן מיר מצליח געווען [זיך ארויסצודרייען - זיי גייען נישט קיין מירון?], אבער ליידער פון דעם אומגליק נישט

מיר מיר מיר, וואס איז די מיר ביזנעס? ער האט געמיינט אז אזויווי ביי די בכורי מצרים די אייבערשטער מאכט א חילוק צווישען איין חסידות און די צווייטע? דא וואוינט א קארלינער לאמיר איבערהאפן? און טאמער די שכן שטארבט פון קאראנע איז עס נישט מיר?

לפי שהוציא את עצמו מן הכלל, כפר בעיקר ואף אתה הקאה את פארענטשאוו

פונקט דאס וואס דו זאגסט האט דער רבי טאקע געזאגט. ער האט געזאגט ווידוי און גענומען אויף זיך דעם עונש פארן נישט נעמען ערנסט די פריעדיגע טראגעדיעס.

יעצט ווען ער קלאפט שוין על חטא, וואס איז דער ענין פון אראפרייסן?

עס איז אינטערסאנט אז דער עולם קען נישט קיין רביס, די סטאלינער איז א מאדנע קוריאזע איד, ער איז געווען די ערשטע צו פארן קיין דוביי מיט זיין ווייב ביים ביעטש, בקיצור א שאד צו רעדן פון אים.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 19, 2021 12:58 pm

· #473318
פון וועם דען דארף צו זיין אינטערעסאנט צו רעדן אויב נישט פון קוריאוזע מענטשן???

moneyminded » מיטוואך מאי 19, 2021 1:37 pm

· #473321
רביה''ק זי''ע
פון וועם דען דארף צו זיין אינטערעסאנט צו רעדן אויב נישט פון קוריאוזע מענטשן???

די אויפגעקלערטע קאווע שטיבעל אידן רעדן הייליג פון א רבי א היפעקריט ,ער האקט אויף גאנץ כלל ישראל נאן סטאפ, אין די צייט ווען ער גייט אריין אין א שול אן קיין סי.אף.אוי. ,מיט פארענטשעס געמאכט פאר קינדער שיכלעך.....

מיליאנער » מיטוואך מאי 19, 2021 1:38 pm

· #473322
מפיל קינד
פערינא
יום טוב ביינאכט האט דער רבי גערעדט קורצע ווערטער צו די צעבראכענע חסידים, און געזאגט מיט געוויין: עס שטייט 'אנא מפניך אברח', עס איז אוממעגליך צו אנטלויפן פון אלעס. פון די קאראנע האבן מיר מצליח געווען [זיך ארויסצודרייען - אונטערגענומען ערנסטע מאסנאמען און באווארענונגען], פון די אומגליק אין מירון האבן מיר מצליח געווען [זיך ארויסצודרייען - זיי גייען נישט קיין מירון?], אבער ליידער פון דעם אומגליק נישט

מיר מיר מיר, וואס איז די מיר ביזנעס? ער האט געמיינט אז אזויווי ביי די בכורי מצרים די אייבערשטער מאכט א חילוק צווישען איין חסידות און די צווייטע? דא וואוינט א קארלינער לאמיר איבערהאפן? און טאמער די שכן שטארבט פון קאראנע איז עס נישט מיר?

לפי שהוציא את עצמו מן הכלל, כפר בעיקר ואף אתה הקאה את פארענטשאוו

פונקט דאס וואס דו זאגסט האט דער רבי טאקע געזאגט. ער האט געזאגט ווידוי און גענומען אויף זיך דעם עונש פארן נישט נעמען ערנסט די פריעדיגע טראגעדיעס.

יעצט ווען ער קלאפט שוין על חטא, וואס איז דער ענין פון אראפרייסן?

די זעלבע ענין ווי תולדות אהרן נאך מירון

אוהב ספרים » מיטוואך מאי 19, 2021 5:13 pm

· #473337
moneyminded
מפיל קינד
פערינא
יום טוב ביינאכט האט דער רבי גערעדט קורצע ווערטער צו די צעבראכענע חסידים, און געזאגט מיט געוויין: עס שטייט 'אנא מפניך אברח', עס איז אוממעגליך צו אנטלויפן פון אלעס. פון די קאראנע האבן מיר מצליח געווען [זיך ארויסצודרייען - אונטערגענומען ערנסטע מאסנאמען און באווארענונגען], פון די אומגליק אין מירון האבן מיר מצליח געווען [זיך ארויסצודרייען - זיי גייען נישט קיין מירון?], אבער ליידער פון דעם אומגליק נישט

מיר מיר מיר, וואס איז די מיר ביזנעס? ער האט געמיינט אז אזויווי ביי די בכורי מצרים די אייבערשטער מאכט א חילוק צווישען איין חסידות און די צווייטע? דא וואוינט א קארלינער לאמיר איבערהאפן? און טאמער די שכן שטארבט פון קאראנע איז עס נישט מיר?

לפי שהוציא את עצמו מן הכלל, כפר בעיקר ואף אתה הקאה את פארענטשאוו

פונקט דאס וואס דו זאגסט האט דער רבי טאקע געזאגט. ער האט געזאגט ווידוי און גענומען אויף זיך דעם עונש פארן נישט נעמען ערנסט די פריעדיגע טראגעדיעס.

יעצט ווען ער קלאפט שוין על חטא, וואס איז דער ענין פון אראפרייסן?

עס איז אינטערסאנט אז דער עולם קען נישט קיין רביס, די סטאלינער איז א מאדנע קוריאזע איד, ער איז געווען די ערשטע צו פארן קיין דוביי מיט זיין ווייב ביים ביעטש, בקיצור א שאד צו רעדן פון אים.

כל המוסיף גורע.

ער איז טאקע געפארען קיין דובאי, אבער עס איז נישטא קיין שום בילד פון איהם ביים ביטש.

תוהו ובוהו » מיטוואך מאי 19, 2021 7:17 pm

· #473349
ווייל ער איז קעגן בילדער, נישט ווייל ער איז קעגן ביטשעס...

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 19, 2021 7:45 pm

· #473352
שמעקעדיג: ייש"כ פאר מעקן מיין תגובה. איך בין מודה אז ס'איז געווען ..."גערעדט סתם אין די וועלט אריין"...! און אפשר א פחיתות הכבוד פון די רעבעס בכלל...!
וואס דער נעקסטער מגיב (שמערל) האט געשריבן נאך מיר ווייס איך נישט. אבער איך פארלאז מיך אויף דיין דזשאדזשמענט אז דו האסט געטון די ריכטיגע זאך... ברוך שנתן עולמו לשומרים...! ס'איז טאקע דא פרייהייט פון ווארט און אויסדרוק. אבער ס'איז נישט הפקר וועלט...! א יעדער מענטש דארף זיך האלטן אונטער קאנטראל. ער דארף וויסן זיינע גבולים. און אויב מ'פארגעסט צומאל (אטו בשופטני עסקינן?!) איז דא ווער ס'דערמאנט...! אנישט וועט מען ח"ו האבן אזא פנים ווי די בלאטע פון ..."פאליש"...!

שמערל » מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 pm

· #473362
נמחק! רעד נישט ווי קיין רשע!! אדער דו וועסט פליען פון דאנעט!!

שמערל » דאנערשטאג מאי 20, 2021 12:02 am

· #473364
שמעקעדיג
נמחק! רעד נישט ווי קיין רשע!! אדער דו וועסט פליען פון דאנעט!!

לאל! מען זעהט אז ביסט נאך יא געזונט און פריש און דיין גרימצארן ארבעט פיין!

סעגאל » דאנערשטאג מאי 20, 2021 7:02 am

· #473374
איך האב מיר געווינדערט ווען עס קימט פאר אלע מערכות דא אויף ק"ש. יעצט זעי איך. איך שטיי דא אויף מיט א רואיקייט אין עס טיט זיך א מעקעריי אין א שרייעריי עד לב הארץ.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 20, 2021 7:11 am

· #473375
סעגאל: די מעקעריי טוט זיך נישט אפ א יעדן טאג. אבער ווען דער באליבטער מוחק נעמט זיך צו די עבודה ארבעט ער אריין וויפיהל ער קען נאר. נאר ס'איז בעסער אזוי ווי איידער ס'זאלל זיין א הפקר וועלט. און א יעדער איינער וועט קענען ארויסגעבן זיין גאנצע בויכווייטאג אומגעשטערט. ווייל דאמאלס וועללן מיר (ח"ו) האבן א פנים ווי די בלאטע פון ..."פאליש"...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 20, 2021 7:25 am

· #473376
אן הערה כללית: הגם דער אשכול איז פיין פארפארן. איך בין אבער נישט מקפיד. (נישט אויף מיר און נישט אויף אנדערע מגיבים.) ווייל איך האלט אז אויסברייטערן דעם שמועס. אפילו אויף ענליכע סאבדזשעקטס פון די אריגינאלע פתיחת האשכול איז אויך א מעלה. ס'ברענגט אריין אן הרחבת הדעת (תרתי משמע.). נאר איך וואלט בכלל נישט ברויגז געווען ווען איינער פון די מגיבים זאלל שרייבן איבער דעם אריגינאלן סאבדזשעקט פון די פתיחה. אבער מצדי האט א יעדער איינער די פרייהייט צו שרייבן סיי וואס ס'דריקט איהם אין בויך...! ס'הייסט נישט ..."טענו בחיטים והודו לזכר קדשו"...! לאל...!

סעגאל » דאנערשטאג מאי 20, 2021 7:29 am

· #473377
פאליש???
מי הוא זה?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 20, 2021 10:20 am

· #473378
דאס איז א וועבסייט (איך מיין זיי האבן זיך שוין אויסגעשטרעקט, ב"ה). וואו איעדער פערווערט קען אויפקומען מיט קראנקע און קרענקליכע נישט געשטויגענע מעשיות. וואו ער קען לאזן זיין קראנקע פאנטאזיע לויפן ווילד. און קיינער סטאפט איהם נישט.

איך האב געליינט נאר איין (קראנקע) מעשה דארט. און ס'איז מיר עטליכע מאל געקומען צו ברעכן.

את חטאי אני מזכיר. איך האב מיך אפילו איינגעשריבן דארט. מיט אן אינטרעסאנטן ניק וואס איז צוגעפאסט צו דעם רוח פון די וועבסייט. נאר איך האב ב"ה קיינמאל נישט געשריבן דארט. אבער איך מיין אז ס'איז שוין ב"ה אונטערגעגאנגען. איך האב נישט געטשעקט...!

תרמב » דאנערשטאג מאי 20, 2021 12:18 pm

· #473381
דו עפענסט א ניק אויף יעדע וועבסייט וואס איז שייך?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 20, 2021 2:54 pm

· #473388
ניין: נאר וואו ס'איז אינטרעסאנט. אדער וואו איך מיין אז ס'איז אינטרעסאנט...!

אויב דו ווילסט וועל איך דיר שרייבן (אין אישי) עטליכע פון די (אינטרעסאנטע) ניקס וואס איך האב אויפגעמאכט. מערסטנס אין ענגליש. הכל לפי העניין...!

איך קען עס נישט ארויסשרייבן אין אפענעם פארום מכח כמה טעמים מובנים...!

ואאלפך בינה » דאנערשטאג מאי 20, 2021 7:52 pm

· #473406
[ציטאט אראפגענומען]

פחד פחדים!
פון ווי איז עס יעצט ארויסגרינען?
איך וויל פארשטיין ווי איז די קעמערע געווען?

מהיכי תיתי » דאנערשטאג מאי 20, 2021 8:25 pm

· #473407
די ווידיאו איז ארומגעפארן מינוטן נאכן טראגעדיע, איך כאפ נישט פארוואס דו האסט עס ערשט יעצט אויפגעכאפט.

די מעמד, וועלכע איז פארגעקומען א קורצע צייט בעפאר זמן כניסת יו"ט אין ירושלים, איז געווען אויף לייוו ווידיאו פאר חסידי קארלין סטאלין איבער דער גארער וואלט. איינער האט געכאפט ווידיאו פון זיין סקרין וואס האט געשפילט די מעמד.

סעגאל » פרייטאג מאי 21, 2021 4:48 pm

· #473451
איך האב געזען היינט אז אין גור האט מען געמאלדן אז אין ליכט פון די טראגעדיע וועט פון היינט מער נישט זיין קיין פארענטשעס.
ווייסט איינער צי עס איז אמת?
אין צי גור האט בכלל פארענטשעס ?

תרמב » זונטאג מאי 23, 2021 1:12 am

· #473467
אין זייער אלטע בית מדרש פלעגן זיי האבן נאר קליינע פארענטשעס אויף די גאלערי, אין די נייע האב איך געהערט האבן זיי יא געפלאנט צו האבן פארענטשעס אבער זיי האבן עס אראפגענומען פון טיש די פלענער, (מפי השמועה).

Lesser » זונטאג מאי 23, 2021 1:23 am

· #473469
סעגאל
איך האב געזען היינט אז אין גור האט מען געמאלדן אז אין ליכט פון די טראגעדיע וועט פון היינט מער נישט זיין קיין פארענטשעס.
ווייסט איינער צי עס איז אמת?
אין צי גור האט בכלל פארענטשעס ?

געהערט זיי וועלן טוהן ווי בעלז וועט טוהן, אנשטאט אין שול, וועט עס פארקומען אין א סטאדיום.

מפיל קינד » זונטאג מאי 23, 2021 1:35 am

· #473471
תרמב
אין זייער אלטע בית מדרש פלעגן זיי האבן נאר קליינע פארענטשעס אויף די גאלערי, אין די נייע האב איך געהערט האבן זיי יא געפלאנט צו האבן פארענטשעס אבער זיי האבן עס אראפגענומען פון טיש די פלענער, (מפי השמועה).

פלעגט געהעריג זיין אין די אלטע בית המדרש אין די היכל ביי יעדע טיש. און יו"ט אויך ביים דאווענען. נאר אנשטאט הויכע האבן זיי געהאט ברייטע, 5 שורות מענטשן אויף יעדע שטאק צוליב די נידריגע דאך.

אין די נייע האבן זיי שוין געהעריגע פארענטשעס, ביי די חתונות איז דא 25 שטאק הויעך אויף די זייט וואו ס'נישטא קיין גאלארי.

סעגאל » זונטאג מאי 23, 2021 3:08 am

· #473477
זיי זיצן אן ספאדיקס - היטן נישט צי שטערן אנדערע פין זען .
מאכט עפעס נישט קיין סענטס עס זאל זיין הויכע פארענטשעס.

מפיל קינד » זונטאג מאי 23, 2021 1:05 pm

· #473512
דאס זיצן אן היטן/ספאדיקס איז א פוילישער מנהג אלס כבוד צום רבי'ן. גארנישט מיט יא אדער נישט קענען זען.

מפיל קינד » זונטאג מאי 23, 2021 1:11 pm

· #473513
מאכט נישט קיין סענס? איז נישט.

דא האסטו די אלטע בית המדרש. די ברייטע פארענטשעס צוליב די נידריגע דאך
📎 maxresdefault.jpg 📎 images.jpeg

מפיל קינד » זונטאג מאי 23, 2021 1:12 pm

· #473514
דאס איז א חתונה אין די נייע בית המדרש
📎 download.jpeg

מפיל קינד » זונטאג מאי 23, 2021 1:14 pm

· #473515
שבועות תשע"ט אין גור
📎 xfkm5ksx.jpeg

מפיל קינד » זונטאג מאי 23, 2021 1:16 pm

· #473516
Lesser
געהערט זיי וועלן טוהן ווי בעלז וועט טוהן, אנשטאט אין שול, וועט עס פארקומען אין א סטאדיום.

די חתונה גייט יא זיין אין בית המדרש.

די בחורים גייען עס מיטהאלטן אין די אלטע בית במדרש.

סעגאל » זונטאג מאי 23, 2021 3:34 pm

· #473535
מפיל קינד
מאכט נישט קיין סענס? איז נישט.

דא האסטו די אלטע בית המדרש. די ברייטע פארענטשעס צוליב די נידריגע דאך

מפיל קינד
די נישט מאכן סענטס איז געווען מיט די הנחה וואס איך האב געוויסט אז דאס נישט גיין מיט היטן איז נישט צי שטערן אנדערע צי זען דעמאלטס מאכט נישט קיין סענטס אז עס איז דא פארענטשעס ווייל דעמאלטס שטערט מען נישט קיינעם.
אבער אויב די ווייסט אז עס איז א פוילישע מנהג מאכט טאקע יא סענטס
(אנטשילדיגט פארען דיר אזוי אויפרעגן)

איך אויך » זונטאג מאי 23, 2021 7:40 pm

· #473554
גארנישט מיט כבוד פארען רבין צטוהן, פשוט פוילישע קארגשפט עס זאל נישט קאליע ווערן.
בלאט: 1 2