אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס - מו
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14635
ליב צו וויסן
איך כאפ נישט...
האסט א פראבלעם אז ווען ס'וועט זיין 2 סאטמארע מוסדות וועט מען שוין קענען קאנטראלירן די מארקעט?
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט גארנישט, איך בין נישט קיין תושב און איך פלאן נישט צו קויפן דארט לעת עתה. איך פארשטיי אבער אז ס'לוינט זיך צו לאזן די מארקעט אנדער קאנטראל, לטובת העיר.
מפיל קינד
פאקט נומער 1: יעדע הויז פאר סעיל ווערט צוכאפט בו ביום.
פאקט נומער 2: די פרייזן פאר הייזער זענען צופרידנשטעלנד פאר 95 פראצענט וואס ווילן דארט קויפן.
פאקט נומער 3: רוב הייזער גייען נישט פאר אידן.
פאקט נומער 4: פרייזן זענען אזוי אויך געשטיגן ווי משוגע. העכער און שנעלער פראפארציאנעל ווי אין סטעטן איילענד. ס'שוין דא הייזער וואס גייען פאר בערך זיבן מאות! דאס איז חוץ פון די וואס קויפן ביליק אבער דארפן אריינלייגן געלט אין זייערע הייזער וואס גרייכן עווענטועל אויך א הויכע פרייז.
איינס פון די פראבלעמען מיט די יעצטיגע סיסטעם איז אז מ'פארלירט הייזער צו די גוים וויבאלד די וועד מאכט אפ ווי סאך מען מעג צאלן פאר דעם הויז און צוליב נאך אפאר סיבות.
אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס - מו
קורקלענד נישט אמת.
הייזער גייען דארט נישט פאר זיבען, און נישט נאנט צו דעם, סיידען א שפאגל נייע אויפגעבויטע הויז, וואס פאר דעם איז זיבען א נארמאלע פרייז.
א הויז מיט פיר בעדראמ׳ס גייט דארט געווענטליך פאר פיר אהאלב אדער ווייניגער.
קורקלענדמפיל קינד
פאקט נומער 1: יעדע הויז פאר סעיל ווערט צוכאפט בו ביום.
פאקט נומער 2: די פרייזן פאר הייזער זענען צופרידנשטעלנד פאר 95 פראצענט וואס ווילן דארט קויפן.
פאקט נומער 3: רוב הייזער גייען נישט פאר אידן.
פאקט נומער 4: פרייזן זענען אזוי אויך געשטיגן ווי משוגע. העכער און שנעלער פראפארציאנעל ווי אין סטעטן איילענד. ס'שוין דא הייזער וואס גייען פאר בערך זיבן מאות! דאס איז חוץ פון די וואס קויפן ביליק אבער דארפן אריינלייגן געלט אין זייערע הייזער וואס גרייכן עווענטועל אויך א הויכע פרייז.
דאן קויף נישט
Lesser
לגבי די שכנים, מיין פערזענליכע עקפעריענס קען איך זאגן אז מיינע שכנים האבן מיר אביסל צו ליב, זיי זארגן זיך כסדר אין שמועסן אביסל צו סאך (קומענדיג פון ברוקלין איז דאס גאר ניי צו מיר). אבער רוב גויים וואס אפילו עשיו שונא ליעקב, זוכען א רוהיגע לעבן אין וועלן נישט באדערען קיינעם.
גוטע באַציאונגען מיט אלע שכנים איז א געװאַלדיגע מעלה!
איך האב פאר אייך נייעס: רוב גוים װאס איהר באַגעגנט זענען נישט קיין עשיו און איר זענט נישט קיין יעקב. דער אלגעמיינער גוי װייסט נישט פון רש"י'ס, (בשם רשב"י), הלכה בידוע צו זאָגן 😂 אז מע פיהרט זעך אויף צו עמעצן מיט רעספּעקט, באקומט מען צוריק די זעלבע. ודי בזה.
Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס
לינדען האט נישט ווי צו וואקסען גרויס בכלל,גאנץ יניאן קאונטי האט א פיוטשער ,אזוי ווי סטעטען איילענד וואס איז נישט באזירט אויף איין געגענט,און ב"ה דער עולם שפרייט זיך אויס,באבוב 45 איז אין יניאן ,און נאך אידן האבן שוין געמופט און דערנעבענדיגע שטעטלעך ,אזוי וועט אין גאנץ יאניאן קאונטי קענען וואינען טויזענטער משפחות אי"ה כן ירבו #ופרצתימהוקדמה
Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס
מפיל קינדליב צו וויסןסעגאלLesser@
לאזן די פרייזן קראכן מיינט אז די שטאט איז היסטאריע, פונקט ווי דזשערזי סיטי און בלומינגבורג.
נישט זשערסי סיטי און נישט בלומינגבורג סוקסעס האט מיט פרייזן קראכן!
גראדע זשערסי סיטי איז פונקט פארקערט, די וועד/גרינדערס/עסקנים האבן נישט געהאלטען ביים מיט ארבעטען מיט די אינוועסטערס ,איז ליידער אלע טויזענטער דירות/הייזער געגאנגען פאר גוים, און אסאך אידן זענען נתעשר געווארן פון די גויעשע טענענטס,די אלע טויזענטער דירות וואלטען געקענט גיין פאר אידן ,און ביי די וועי סיי בלומינגבורג און סיי זשערסי סיטי זענען נאך כהיום די הייזער אסאך ביליגער ווי לינדען
@
Lesser איך הער אז עפעס טוט זיך מיט די וועד, די ווייסט עפעס ? איז דא א נייע וועד? וואס איז געשען מיט די אלטע?
אזוי אויך זענען דא געוויסע פעלער ווען די וועד וועט געבן זכות קדימה פאר איינעם, ווי למשל פאר איינער וואס וויל אויפמאכן א שוהל, וועלכע נאך פעלער זענען דא?
אויב איז א שול א פריאריטעט דאן פארוואס האבן זיי פרובירט צו שטעלן א פיס ביי שולן?
זיי האבן ליסטעס לויט די ארדענונג פון ווער ס'האט אריינגעשיקט, אבער קיינער טאר עס נישט זעהן.
זיי האבן פריאריטעטן וואס קיינער טאר נישט וויסן.
זיי געבן סייווי נישט אפ קיין דין וחשבון פאר קיינער און דעריבער קענען זיי ממילא טוהן וואס זיי ווילן.
Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס
@קורקלענד די האסט נישט קיין איין גוט ווארט אויף די לינדען וועד, נישט דא און נישט אויף אייוועלט, עס קוקט אויס ווי די האסט עפעס אן אגענדע דא..
קורקלענדאויב איז א שול א פריאריטעט דאן פארוואס האבן זיי פרובירט צו שטעלן א פיס ביי שולן?
זיי האבן ליסטעס לויט די ארדענונג פון ווער ס'האט אריינגעשיקט, אבער קיינער טאר עס נישט זעהן.
זיי האבן פריאריטעטן וואס קיינער טאר נישט וויסן.
זיי געבן סייווי נישט אפ קיין דין וחשבון פאר קיינער און דעריבער קענען זיי ממילא טוהן וואס זיי ווילן.
וועלכע שולן האבן זיי געשטערט?! פונקט פארקערט, איינער וואס וויל עפענען א שול איז א פראיאריטעט ביי זיי. נאר זיי פארלאנגען אז ס'זאל זיין אביסל ווייטער נישט ממש נעבן קאסאן אז די געגנט זאל זיך שנעלער קענען אויסשפרייטן. איך האב דאס געהערט פון א תושב וואס פלאנט דארט צו עפענען א שול.
moneymindedמפיל קינדליב צו וויסןסעגאלLesser@
לאזן די פרייזן קראכן מיינט אז די שטאט איז היסטאריע, פונקט ווי דזשערזי סיטי און בלומינגבורג.
נישט זשערסי סיטי און נישט בלומינגבורג סוקסעס האט מיט פרייזן קראכן!
גראדע זשערסי סיטי איז פונקט פארקערט, די וועד/גרינדערס/עסקנים האבן נישט געהאלטען ביים מיט ארבעטען מיט די אינוועסטערס ,איז ליידער אלע טויזענטער דירות/הייזער געגאנגען פאר גוים, און אסאך אידן זענען נתעשר געווארן פון די גויעשע טענענטס,די אלע טויזענטער דירות וואלטען געקענט גיין פאר אידן ,און ביי די וועי סיי בלומינגבורג און סיי זשערסי סיטי זענען נאך כהיום די הייזער אסאך ביליגער ווי לינדען
די מעלה פון דזשערזי איבער אלע חסרונות איז געווען די שטוינענד ביליגע פרייזן, וואס איז שוין לאנג נישטא, פאר וואטעווער ריזען. דאס איז די מציאות.
צו קויפן יעצט א הויז דארט פאר 400,000 לוינט זיך שוין ענדערש צו קויפן אין לינדען פאר אסאך ווייניגער חסרונות. נישט קיין חילוק ווער ס'איז שולדיג דערין, האבן די פרייזן זיך געהויבן און די חסרונות זענען געבליבן.
די פרייזן אין לינדן זענען גארנישט אונטערשטעליג פון אנדערע געגנטער, זיי זענען פונקט אזוי ארויף אויב נישט מער. א הויז אין לינדען איז נישט ביליגער ווי מאנסי! די איינציגסטע וואס מ'האט יא אויפגעטון איז אז פיל ווייניגער אידן האבן געהאט די מעגליכקייט צו קויפן א הויז דארט.
חוקר ודורש@קורקלענד די האסט נישט קיין איין גוט ווארט אויף די לינדען וועד, נישט דא און נישט אויף אייוועלט, עס קוקט אויס ווי די האסט עפעס אן אגענדע דא..
נישט עכט. איבערהויפט ווען אנטשטאט צו אפענטפערן די טענות וואס מאנכע לייגן פאר, קלויבן זיך די וועד סימפאטיקער ליבערשט צו אטאקירן די אנפרעגער'ס כאראקטער. אנשטאט צוריקשרייען ליידיגע לאזונגען ווי 'אנגעווייטאגטער', 'נעגאטיווער', קפוי טובה, שלעכטקייט, זייט אזוי גוט און פאקוסירט אויף ענטפערן די סובסטאנץ פונעם סאביעקט.
קורקלענדדי פרייזן אין לינדן זענען גארנישט אונטערשטעליג פון אנדערע געגנטער, זיי זענען פונקט אזוי ארויף אויב נישט מער. א הויז אין לינדען איז נישט ביליגער ווי מאנסי! די איינציגסטע וואס מ'האט יא אויפגעטון איז אז פיל ווייניגער אידן האבן געהאט די מעגליכקייט צו קויפן א הויז דארט.
ביז יעצט האב איך געמיינט אז די טענה'סט אז די וועד איז פשוט קארופטירט און שטעלן אייגענע פריאריטעטן אן דעם דעת הקהל. אויף דעם קען איך נישט אריינרעדן ווייל איך בין נישט פון די וועד צו וויסן אויב ס'איז אמת.
אבער פון דעם תגובה איז משמע אז דו האלטסט אז קאנטראלירן פרייזן העלפן נישט צו האלטן די פרייזן נידריג. דא האסטו מיך פארלוירן. ס'מיינט אז דו ווילסט פשוט קריכן אויף גראדע ווענט אבי צו קריטיקירן לינדען פאר דיינע אינטערעסן.
Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס
קורקלענדדי פרייזן אין לינדן זענען גארנישט אונטערשטעליג פון אנדערע געגנטער, זיי זענען פונקט אזוי ארויף אויב נישט מער. א הויז אין לינדען איז נישט ביליגער ווי מאנסי! די איינציגסטע וואס מ'האט יא אויפגעטון איז אז פיל ווייניגער אידן האבן געהאט די מעגליכקייט צו קויפן א הויז דארט.
אבי גערעדט, ווי מאנסי?! ווען האסטו ס'לעצטע מאל נאכגעקוקט די פרייזן פון לינדאן און פון מאנסי?!
ציוואס זאל מען זיך דינגען אויף א זאך וואס יעדער קען זעהן. אדרבה פרובירט צו טרעפן סיי וועלכע דריי הייזער אין מאנסי און לאמיר פרובירן נאכדעם צו אידענטיפיצירן דריי קאַמפּ'ס אין לינדן פאר פיל ביליגער. איין זאך אבער, איר קענט נישט ניצן די סמעטענע געגנט אין מאנסי ווייל א שטארק קאָנדענסט היימישע געגנט איז נישט קיין פארגלייך. ס'דארף זיין עטוואס ארויס פון געגענט.
מפיל קינדקורקלענדדי פרייזן אין לינדן זענען גארנישט אונטערשטעליג פון אנדערע געגנטער, זיי זענען פונקט אזוי ארויף אויב נישט מער. א הויז אין לינדען איז נישט ביליגער ווי מאנסי! די איינציגסטע וואס מ'האט יא אויפגעטון איז אז פיל ווייניגער אידן האבן געהאט די מעגליכקייט צו קויפן א הויז דארט.
ביז יעצט האב איך געמיינט אז די טענה'סט אז די וועד איז פשוט קארופטירט און שטעלן אייגענע פריאריטעטן אן דעם דעת הקהל. אויף דעם קען איך נישט אריינרעדן ווייל איך בין נישט פון די וועד צו וויסן אויב ס'איז אמת.
אבער פון דעם תגובה איז משמע אז דו האלטסט אז קאנטראלירן פרייזן העלפן נישט צו האלטן די פרייזן נידריג. דא האסטו מיך פארלוירן. ס'מיינט אז דו ווילסט פשוט קריכן אויף גראדע ווענט אבי צו קריטיקירן לינדען פאר דיינע אינטערעסן.
סתם קריטיקירן? פארוואס מיינט איר אזוי? איז נישט די פאקט אז פרייזן אין לינדן זענען געשטיגן ווי משוגע? אויב איז עס אמת איז דא א ריזיגע שאלה צו די וועד קען בכלל האלטן קאנטראל? און אויב נישט דאן פארוואס פעלט אויס א וועד?
אזויווי די דירה ווערט אביסל ענג און זוכנדיג לאקאל האבן מיר אנערקענט אז מיר וועלן נישט קענען אפפארדן א וואוינארט אין די שטאט הייבן מיר אן אביסל צו קוקן אויף ארויס, און לינדען זעט אויס אביסל אונטערסאנט. אבער נאכן אריינקוקן הער איך אז היינט איז דא צוויי וועד'ס וואס ביידע האלטן אז מען מעג נאר קויפן אויסשליסליך דורך זיי. ווייסט איינער מער פרטים ווער עס איז די עכטע און ווער עס איז די פאלשע?
ס'איז געווען א הערליכע הכנסת ספר תורה אין לינדען לעצטע וואך דאנערשטאג
נו מהאלט שוין היינט ציטאגס ביי איבער 300 משפחות, פילע פרייען זיך אז די שטאט האט אויפגעפיקט אין עס וועט זיך ערווערבלען א עכטע נייע בארא פארק (מיט ביימער), סדא אנדערע וואס האבן ענדערש ליב געהאט די שטילע צייטן מיט ווייניגער מענטשען...
סתם א קליינע שיקל אינפא..
טריי סטעיטאזויווי די דירה ווערט אביסל ענג און זוכנדיג לאקאל האבן מיר אנערקענט אז מיר וועלן נישט קענען אפפארדן א וואוינארט אין די שטאט הייבן מיר אן אביסל צו קוקן אויף ארויס, און לינדען זעט אויס אביסל אונטערסאנט. אבער נאכן אריינקוקן הער איך אז היינט איז דא צוויי וועד'ס וואס ביידע האלטן אז מען מעג נאר קויפן אויסשליסליך דורך זיי. ווייסט איינער מער פרטים ווער עס איז די עכטע און ווער עס איז די פאלשע?
אפילו אלץ א לינדענע איינוואוינער ווייס איך נישט די פרטים...
איין זאך ווייס איך, די פרייזען זענען ארויף ווי משוגע..
פארואס נישטס'איז געווען א הערליכע הכנסת ספר תורה אין לינדען לעצטע וואך דאנערשטאג
געווען אויך אפאר גוים וואס האבן נישט ליב געהאט די גאנצע טראסק אין זייער שטילע שטעטל, אבער קלאר געווען א קבוצה גוים וואס זענען געשטאנען דארט אין ממש מיטגעטאנצן
אמת וצדקקורקלענד נישט אמת.
הייזער גייען דארט נישט פאר זיבען, און נישט נאנט צו דעם, סיידען א שפאגל נייע אויפגעבויטע הויז, וואס פאר דעם איז זיבען א נארמאלע פרייז.
א הויז מיט פיר בעדראמ׳ס גייט דארט געווענטליך פאר פיר אהאלב אדער ווייניגער.
איך שמייכל, אדורך קוים א האלבע יאר אין פילע 4 בעדראמם זענען געגאנגען פאר 650 אדער מער, ארום מיין גאס האב איך צוויי וואס זענען אין קאנטראקט, איינס פאר 700 אין די צווייטע פאר 720...
די פרייזען מיזן אראפגיין....
ס'איז צייט זיך צו ריקן ווייטער, די עולם זאל קויפן אין געגענטער וואו עס איז ביליגער. אזוי גייט עס אין מאנסי און אין מאנרוי און אין לעיקוואד.
קורקלענדס'איז צייט זיך צו ריקן ווייטער, די עולם זאל קויפן אין געגענטער וואו עס איז ביליגער. אזוי גייט עס אין מאנסי און אין מאנרוי און אין לעיקוואד.
להוי ידוע, ווען איינער זאגט ער וואוינט אין לינדען, מיינט דאס נישט דוקא לינדען, עס קען קען אויך מיינען די ארומיגע געגענטער אויך ווי למשל ראזעלל, ראוועי, קרענפאורד, יוניען.
אגב, פארגאנגענע וואך האט סאטמאר אויפגענומען זייער עמפעטליכע רב הרב סופר.
Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס
אויסער די צוויי וועדים איז דא די באבוב45 וועד עקסטער?
קענסטו צו ווייזן אנליין לינקס פון די הייזער וואס זענען אין קאנטראקט ? איך וויל עס ווייזן פאר חברים וואס לעבן אין דמיון אז אין לינדען איז דא ביליגע הייזער
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
נייע צייטען אין לינדען, נאך א שטיק צייט וואס די עולם האט געקויפט אליינס, אן קיין שום וועד, זענען אלע בתי מדרשים ארויסגעקומען מיט שטיצע צו א נייע וועד, ברענד ניו! לאמיר האפן אז דאס וועט זיין לטובת יודישע קינדער.
Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס
כבוד הרב @Lesser וואס זאגסטו צו די גאנצע טענעריי, האט די וועד געהאלפן האלטן די פרייזן נידריג צו נישט?