אומגלויבליך! נטורי קרתא מחזק די פאלעסטינער צו פייטן ווייטער
66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14633
אומגלויבליך! נטורי קרתא מחזק די פאלעסטינער צו פייטן ווייטער
https://twitter.com/hasidic_1/status/1392257367597780992דערמאנט די טענה פון סאטמאר קעגן אגו"י...
נישט צו גלייבן ווי ווייט מען קומט אן מיטן זיך מתחבר זיין לרשעים..
פלעגן גיין פשוט צו זאגן אז מיר ווערן נישט פארטרעטן דורך די ציונים, און היינט טוהן זיי אפן שטיצן רציחה אין די מדינה!
איך האב געמיינט נארט קארעא איז מחזק די פאלעסטינער...
וואס איז די פראבלעם מיט מחזק זיין די פאלעסטינער? דו ווילסט זיי זאלן יא אויפגעבן? איך וויל נישט טראכטן וויאזוי די מצב וואלט אויסגעזען ווען זיי אלע זענען זיך אינגאנצען מייאש.
די פאלעסטינער דארף מען מחזק זיין אין זייער שווערע מצב. כאטש עס איז קלאר זיי וואלטן געקענט זיך ארויסזען דערפון ווען זיי טוען וואס זיי דארפן, איז עס נישט אונזער פליכט זיי צו זאגן מוסר. יעדער זאל זאגן מוסר פאר זיך און א גוט ווארט פאר די אנדערע זייט.
ביי די פאלעסטינער האט "נישט אויפגיבן די פייט" א טויטליכע באדייט.
יעקב מעקסוועלאיך האב געמיינט נארט קארעא איז מחזק די פאלעסטינער...
פאראכטן.
יעקב מעקסוועלאיך האב געמיינט נארט קארעא איז מחזק די פאלעסטינער...
וואס איז די פראבלעם מיט מחזק זיין די פאלעסטינער? דו ווילסט זיי זאלן יא אויפגעבן? איך וויל נישט טראכטן וויאזוי די מצב וואלט אויסגעזען ווען זיי אלע זענען זיך אינגאנצען מייאש.
די פאלעסטינער דארף מען מחזק זיין אין זייער שווערע מצב. כאטש עס איז קלאר זיי וואלטן געקענט זיך ארויסזען דערפון ווען זיי טוען וואס זיי דארפן, איז עס נישט אונזער פליכט זיי צו זאגן מוסר. יעדער זאל זאגן מוסר פאר זיך און א גוט ווארט פאר די אנדערע זייט.
יעקב מעקסוועל: 50% זענען מיר שוין מקיים. אונז פאכע מיר מיט דעם פאלעסטינער פאן אין טאג פון נאקבה. (נישט חלילה אן ענליך ווארט. הס מלהזכיר. עפ"ל.). דאס וואס די ציונים רופן זייער יום העצמות. ווען זייער מדינה של גהינום האטציך געגרינדעט. אונז ערליכע אידן זאגן דאמאלס יא תחנון. און אונז עסן דזשאחנון. נאר פארשטייצעך בצינעה. ווייל ס'הייסט אז אונז פאסטן אין דעם יום המר והנמהר. אפילו אויב ס'איז דא א ברית אין ביהמ"ד. ואס עפ"י שו"ע זאגט מען דאמאלס נישט קיין תחנון. ווייל אונזערע 2 הוגי דיעות פונ'ם דור. הרב ישראל מ. סופר המכונה מנשה'קעלע פיליפ. און הרב. נו, כ'האב שוין פארגעסן זיין נאמען. ער שרייבט אין בלאט. המכונה שמואל שלמה טעללער... האבן געזאגט אז אין דעם פאל (אויך אין עטליכע ענליכע פעלער) מעג מען אנפייפן דעם שו"ע.. שוין דערמאנט. הרב ש.ב. מרגליות (שליט"א) זצ"ל.
ס'געווען אמאל א איד. זייער א תמימות'דיגער און ערליכער. ער האט א יעדן טאג ביי די ברכות השחר ווען ער האט געזאגט די ווערטער ..."ומדינה של גהינום"... האט ער אינזין געהאט אז דער אייבישטער זאלל איהם ראטעווען פון די פארשאלטענע ציונים אין די מדינה של גיהינום. מדינת ישראל. איין טאג איז איהם אנגעקומען א טשעק פון מס הכנסה . דער שטייער אמט פון מדינת ישראל. אויף א סכום פון א פאר טויזנט דאללער. האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון. האט ער געפרעגט זיין רב (הרב מ.ב.ב.?) וואס ער זאלל טון. האט איהם די רב געפסקנ'ט אז ער קען איינקעשן דעם טשעק. נאר פון היינט אן זאלל ער זאגן די ברכה אן שם ומלכות...!
איך האב עס נאך קיינמאל נישט נאכגעקיקט. אבער בפשטית אין ש"ע שטייט נישט אז מען זאגט נישט קיין תחנן. נאר איינער וואס מאכט א ברית מוהל אין סנדוק אין אזוי האט מען זיך טאקע געפירט אין זיי האבען געזאגט פאר אנדערע אז ווען זיי האבען געהאט א ברית האבען זיי נישט געזאגט.
סעגאלאיך האב עס נאך קיינמאל נישט נאכגעקיקט. אבער בפשטית אין ש"ע שטייט נישט אז מען זאגט נישט קיין תחנן. נאר איינער וואס מאכט א ברית מוהל אין סנדוק אין אזוי האט מען זיך טאקע געפירט אין זיי האבען געזאגט פאר אנדערע אז ווען זיי האבען געהאט א ברית האבען זיי נישט געזאגט.
סא קוק עס נאך, ווייל דו ביסט נישט גערעכט.
יעקב מעקסוועלאיך האב געמיינט נארט קארעא איז מחזק די פאלעסטינער...
וואס איז די פראבלעם מיט מחזק זיין די פאלעסטינער? דו ווילסט זיי זאלן יא אויפגעבן? איך וויל נישט טראכטן וויאזוי די מצב וואלט אויסגעזען ווען זיי אלע זענען זיך אינגאנצען מייאש.
די פאלעסטינער דארף מען מחזק זיין אין זייער שווערע מצב. כאטש עס איז קלאר זיי וואלטן געקענט זיך ארויסזען דערפון ווען זיי טוען וואס זיי דארפן, איז עס נישט אונזער פליכט זיי צו זאגן מוסר. יעדער זאל זאגן מוסר פאר זיך און א גוט ווארט פאר די אנדערע זייט.
יעקב מעקסוועל: דו ביסט צו שטארק אידעאליסטיש. דו טראכטסט ראמאנטיש. הלוואי וואלט אזוי געווען ווי דו ווינטשסט. דאמאלס וואלט שוין געווען דער תיקון השלם.
התינח. דאס אלעס איז געזאגט געווארן אויב זיי (די אראבערס) וואלטן נישט געווען אזעלכע רוצחים ווי זיי זענען. אפשר דאמאלס וואלט איך אויך געקענט האבן א שטיקל סימפאטיע אין מיין הארץ פאר די אזוי-גערופענע היימלאזע פאלעסטינער. און מ'וואלט געדארפט ארבעטן צו קומען צו עפעס א סעטטלמענט. אבער אין דעם יעצטיגן מצב בארירט מיך גארנישט זייער סיטואציע. איך הייב אפילו נישט אן אריינצוטראכטן ווער ס'איז דא גערעכט. אויסער דעם פאקט אז אונזער רעכט אויף ארץ ישראל איז שוין פון ששת ימי בראשית. אזוי ווי רש"י זאגט אויף דעם ערשטן פסוק אין די תורה...!
איך פלעג אויך אמאל טראכטן אזויווי@יעקב מעקסוועל, דערציטערט בין איך אבער געווארן ווען סהאבן זיך איין טאג אנגעהויבן יאווען מחשבות צו בארעכטיגן אייכמאן און גערינג, מיר לעבן אין א וועלט ווי א פאזיטיווע בליק איז ליידער נישט מעגליך אלעמאל.
אויב אונז קענען נישט טראכטן נואנסד, וויאזוי קענען אונז פארלאנגען פון אנדערע צו פארשטיין דקות'דיגע חילוקים. אויב דו האסט נישט קיין סימפאטיע פאר צובראכענע פאלעסטינער וועגן עס איז דא טעראריסטען, קענסטו נישט האבן קיין טענות ווען קארטעז וויל נאר פארדאמען מדינת ישראל ווייל זיי טוען עוולות.
יעצט קומט ברעכעדיגע נייעס, אז כאמאס איז שוין גרייט געווען צו אויפהערן באשירעמען אר"י מיט ראקעטן, זיי זענען שוין געווען אויפן וועג אהיימגיין שלאפן, נאר ווי נאר זיי האבן געזען אויף וואסעפפ אז דער נטורי קרתא פון ענגלאנד איז זיי מחזק זיין, האבן זיי זיך צוריק אויסגעדרייט און געשאסן נאך איין ראקעט.
רח"ל לאן הגענו!!!
יא, מה נפשך איז דער נטורי חרטא נישט צום זאך, אויב טראכט ער אז קיינער הארכט איהם נישט אויס איז ער דאך סתם א שוטה פאר׳ן שרייען אינעם ווינט אריין, ווידער אויב רעדט ער זיך איין אז איינער הארכט איהם אויס איז ער סיי א שוטה און סיי א רשע.
לפי האמת ער האלט אז מיט דעם נעמט ער אראפ דעם חרון אף פון שונאי המדינה קעגן אידן בשאר המדינות. קענסטיך דינגען, אבער דאס פונקטליך העלין זיי דיר זאגן ווען די רעדסט צו זיי.
איז ער דאך ממש א שוטה משוטה, ער טראכט אזוי, דער אייראפעישער גוי הארכט איהם אויס מיט׳ן פולן ערנסקייט אבער דער ישראלישע מוסולמענער לאכט אין די פויסטן פון זיינע רייד, גיי פארשטיי א גאלדענע קאך לעפל.
.....
סקען דאך נישט שאטן צו פרובירן.
זעהסטעך וואס דא גייט פאר, יעדער פאלעסטינער מיט זייערע שטיצער, דא אין אמעריקע זענען ביטער אנגערעגט אויף יעדן איד, צו וואס פעלט דאס אויס? וועמען העלפט דאס? ממילא זענען זיי מכריז ידינו מסולקת, מיר האבן גארנישט מיט דעם געמויזעכטס, און מיט דעם מונע זיין אפשר אטאקעס אויף אידן.
דאס איז זייער סברה.
ס׳קען פונקט אזוי זיין פארקערט, אז דער אייראפעישע גוי וועט זיך אויסלאכן און דער מוסלומענער וועט איהם ערנסט נעמען, אינטערעסאנט פארוואס פאר די חסידים פון ווילנא איז נישט איינגעפאלן דעם סברא. (כ׳האב שוין געקאווערט אלע דיינע ניקס? 😃 )
ענק האלטן עכט דאס מאכט מער טעראר?
א פאלעסטינער הערט ווי א חסיד'ישער איד זאגט ער שטיצט פאלעסטינער, גייט דאס אים אויפרייצן צו טעראר?
דיסקלעימער: די אלע רעפרעזענטירן נישט מיין מיינונג, נטורי קרתא, די ציונים, מיין רב, ביידן, טראמפ, און מיין ווייב.
די פוינט איז נישט צו ס׳פאראורזאכט פאקטיש טעראר צו נישט, די פוינט איז אז אין זיין קאפ וואו די גאנצע וועלט שטייט געשפאנט אויסצוהערן זיינע פערל רייד וואלט ער געמעגט טראכטן וועגן די אימפליקעשנס פון זיין אויסבראך.
נו וואס קלערסטו די ערגסטע אומפליקעישן איז? כ'עגרי אז לא זו הדרך, אבער כזעה נישט על מה יצא הקצף, ס'דא גענוג עלעמענטן זיך צו רעגן וואס מאכן זיכער שאדן פאר אידן, זיי זענען נישט די פראבלעם דא,
אפילו אין זיין קרומע קאפ וואו נאר אייראפעישע גוים הארכן איהם אויס קענען זיינע רייד אויך האב ווייטגרייכענדע שלעכטע אימפליקעשנס, צ.ב. ס׳קען זיין אז דער מעיאר פון לאנדאן, סאדיק כהאן, (אן אייראפיעישע גוי!) וואס איז אן אראבישע מוסולמענער וועט וואטשן דעם קליפ און איבערגעבן פאר זיינע קאזינס אין עזה אז זיי האבן שטיצע פון די אמעריקאנע אידן און ס׳וועט זיי געבן קוראזש ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.
יעקב מעקסוועלאויב אונז קענען נישט טראכטן נואנסד, וויאזוי קענען אונז פארלאנגען פון אנדערע צו פארשטיין דקות'דיגע חילוקים. אויב דו האסט נישט קיין סימפאטיע פאר צובראכענע פאלעסטינער וועגן עס איז דא טעראריסטען, קענסטו נישט האבן קיין טענות ווען קארטעז וויל נאר פארדאמען מדינת ישראל ווייל זיי טוען עוולות.
אין טעאריע זאגסטו א גוטע פוינט אבער אין רעליטעט איז נישט דא קיין שום ענין צו האבן סימפאטיע מיט זיי, ווען אידן האבן געוואוינט אין אראבישע מדינות האבן זיי אויך נישט געלעקט קיין האניג. כ׳מיין די גאנצע סיבה פארוואס ס׳דא ספרדישע אידן אין ארץ ישראל היינט צוטאגס איז דאך נאר ווייל די אראבער האבן זיי ארויסגעווארפן בשן ועין זענען זיי ארויף אויף ארץ ישראל און ארויסגעווארפן די אראבער ושלום על ישמעאל, ס׳נישט קיין חכמה צו באראבעווען מענטשן און נאכדעם קומען פארלאנגען גערעכטיקייט ווען די באראבעוועטע קומען צוריק אפנעמען וואס קומט זיי. מיט אכציג יאר צוריק האבן אונז איינגענומען און יעצט איז די צייט פאר זיי איינצונעמען, און אז די פאלעסטינער מוסולמענער האבן טענות אז מ׳בארויבט זיי זייערע רעכטן זאלן זיי קודם צוריקגעבן די נכסים וואס זייערע עלטערן האבן בארויבט פון אונזערע עלטערן און נאכדעם וועט מען רעדן. מ׳קען בעטן מיט שיינעם אז פאר׳ן טובת הכלל איז בעסער אז מ׳זאל פארגעסן די אלטע עבירות און אנפאנגען פון פריש אבער פארלאנגען ״גערעכטיגקייט״ איז ממש נישט אין פלאץ.
אדער אהער אהין, איין מינוט זאגסטו אז קיינער הערט זיי נישט אויס, (וואס מאכט סענס), א מינוט שפעטער זאגסטו אז מ'הערט זיי יא אויס אבער דוקא לרעה, זעהסט נישט דא א גראבע בייעס,
נאך איין מאל קאך לעפל, קיינער הערט איהם נישט אויס, אבער לשיטתו וואס מ׳הערט איהם יא אויס איז ער א רשע, פארשטאנת? אז נישט ביזטו פטור.
איים סארי, ביסט געקארנערט דא,
ווייל דו ביסט מודה אז זייערע מעשים האבן בעצם קיין שום השפעה, נו וואסי די גאנצע מילער? זארגסטעך פאר זייערע עבירות? דעמאלטס קענסטע דשוינען צימערמאן,
גאלדאיים סארי, ביסט געקארנערט דא,
ווייל דו ביסט מודה אז זייערע מעשים האבן בעצם קיין שום השפעה, נו וואסי די גאנצע מילער? זארגסטעך פאר זייערע עבירות? דעמאלטס קענסטע דשוינען צימערמאן,
העי, דו זארגסט זיך אויף מיינע עבירות? גיימער צוזאמען דשוינען ציממערמאן...
גאלדיעצט קומט ברעכעדיגע נייעס, אז כאמאס איז שוין גרייט געווען צו אויפהערן באשירעמען אר"י מיט ראקעטן, זיי זענען שוין געווען אויפן וועג אהיימגיין שלאפן, נאר ווי נאר זיי האבן געזען אויף וואסעפפ אז דער נטורי קרתא פון ענגלאנד איז זיי מחזק זיין, האבן זיי זיך צוריק אויסגעדרייט און געשאסן נאך איין ראקעט.
רח"ל לאן הגענו!!!
יעצט קומט אריין די נייעס אז די קאווע שטיבל לייט זענען געווען אויפן וועגן צו אויסהארגענען די נטורי קרתא, נאר ווי זיי האבן געזעהן די דברי חכמה פון "גאלד" זענען זיי געגאנגען שלאפן.
גאלדאון מיט דעם מונע זיין אפשר אטאקעס אויף אידן.
דאס איז זייער סברה.
So מיטן אפן בעטן זיי זאלן אנהאלטן די "Fight", דערמיט טוהן זיי מונע זיין אטאקעס... 😂 😂 😂 😂
גאלדלפי האמת ער האלט אז מיט דעם נעמט ער אראפ דעם חרון אף פון שונאי המדינה קעגן אידן בשאר המדינות. קענסטיך דינגען, אבער דאס פונקטליך העלין זיי דיר זאגן ווען די רעדסט צו זיי.
איך קען גאר גוט שיטת הנטורים... און ווילאנג זיי פלעגן בלויז גיין און זיך האלזן וכדומה האב איך געהערט זייער סברא, די רגע וואס זיי שטיצן זייער Fight (כלשונו) זענען זיי פשוטע טעראר שטיצער!
רביה''ק זי''עיעקב מעקסוועלאויב אונז קענען נישט טראכטן נואנסד, וויאזוי קענען אונז פארלאנגען פון אנדערע צו פארשטיין דקות'דיגע חילוקים. אויב דו האסט נישט קיין סימפאטיע פאר צובראכענע פאלעסטינער וועגן עס איז דא טעראריסטען, קענסטו נישט האבן קיין טענות ווען קארטעז וויל נאר פארדאמען מדינת ישראל ווייל זיי טוען עוולות.
אין טעאריע זאגסטו א גוטע פוינט אבער אין רעליטעט איז נישט דא קיין שום ענין צו האבן סימפאטיע מיט זיי, ווען אידן האבן געוואוינט אין אראבישע מדינות האבן זיי אויך נישט געלעקט קיין האניג. כ׳מיין די גאנצע סיבה פארוואס ס׳דא ספרדישע אידן אין ארץ ישראל היינט צוטאגס איז דאך נאר ווייל די אראבער האבן זיי ארויסגעווארפן בשן ועין זענען זיי ארויף אויף ארץ ישראל און ארויסגעווארפן די אראבער ושלום על ישמעאל, ס׳נישט קיין חכמה צו באראבעווען מענטשן און נאכדעם קומען פארלאנגען גערעכטיקייט ווען די באראבעוועטע קומען צוריק אפנעמען וואס קומט זיי. מיט אכציג יאר צוריק האבן אונז איינגענומען און יעצט איז די צייט פאר זיי איינצונעמען, און אז די פאלעסטינער מוסולמענער האבן טענות אז מ׳בארויבט זיי זייערע רעכטן זאלן זיי קודם צוריקגעבן די נכסים וואס זייערע עלטערן האבן בארויבט פון אונזערע עלטערן און נאכדעם וועט מען רעדן. מ׳קען בעטן מיט שיינעם אז פאר׳ן טובת הכלל איז בעסער אז מ׳זאל פארגעסן די אלטע עבירות און אנפאנגען פון פריש אבער פארלאנגען ״גערעכטיגקייט״ איז ממש נישט אין פלאץ.
אוי ווי ריכטיג זענען די ווערטער!
די נטורים מיט זייער מעשים (מכלומר'שט צו מאכן בעסער די אנזעהן פון אידן), העלפן פארדרייען די מציאות און מאכן דעם איד אויסזעהן פיל מער שמוציג.
--נאכן שרייבן האב איך ערשט געזעהן אז דו באציעסט זיך צו עפעס אנדערש... 😂 אבער מיין געשרייבאכטס איז סתם אזוי ריכטיג...--
יעקב מעקסוועלענק האלטן עכט דאס מאכט מער טעראר?
א פאלעסטינער הערט ווי א חסיד'ישער איד זאגט ער שטיצט פאלעסטינער, גייט דאס אים אויפרייצן צו טעראר?
.
לאמיר זיין קלאר: היימישע אידן וואס שטיצן די ציונים אנבאלאנגט זייערע גיוס געזעצן דארפן נישט ספעציעל פארדאמט ווערן..
א ציוניסט הערט חרדישע אידן שטיצן אים גייט עס אים אויפרייצן צו ארעסטירן נאך בחורים?
ליב צו וויסן: איך ווייס אז דו פרעגסט נאר רעטאריש (א שאלה צו וואס מ'ווייסט שוין דעם ענטפער. מ'ווילל נאר הערן וואס יענער זאגט. אדער סתם לשמה.). אבער איך ווילל דיר אויפמערקזאם מאכן אז דער פאלעסטינער רוצח וואס זעהט און הערט אז חסיד'ישע אידן שטיצן איהם און זיינע חברים אין די מעשי רציחה, וועט נישט ווערן מער אנגערייצט ווי ער איז שוין. אבער דאס וועט איהם אויך נישט צוריקהאלטן פון טון ווייטער און מער מעשי רציחה און שנאת ישראל...!
berlbalagulehליב צו וויסן: איך ווייס אז דו פרעגסט נאר רעטאריש (א שאלה צו וואס מ'ווייסט שוין דעם ענטפער. מ'ווילל נאר הערן וואס יענער זאגט. אדער סתם לשמה.). אבער איך ווילל דיר אויפמערקזאם מאכן אז דער פאלעסטינער רוצח וואס זעהט און הערט אז חסיד'ישע אידן שטיצן איהם און זיינע חברים אין די מעשי רציחה, וועט נישט ווערן מער אנגערייצט ווי ער איז שוין. אבער דאס וועט איהם אויך נישט צוריקהאלטן פון טון ווייטער און מער מעשי רציחה און שנאת ישראל...!
די שאלה איז נישט נאר צו "ס'רייצט אן" אדער נישט...
ווען איינער שטיצט שלעכטס דארף מען עס פארדאמען, אויב דער איינער זעהט אויס ווי מיר דארף מען עס מער פארדאמען...
ליעב צו וויסן: דו ביסט גערעכט. דער איינציגער לימוד זכות וואס איך האב אויף זיי און זייער רבי'ן זצ"ל הרב משה בער בעק, איז אז זיי האבן זיך ערגעץ (אינמיטן וועג צו קעמפן קעגן די ציונים) טועה געווען. און זיי מיינען אז דאס איז דער רצון ה'...! לאמיר האפן אז ס'וועט מקויים ווערן דער פסוק..."וילמדו תועים בינה"...און ..."ומלאה הארץ דעה את ה', כמים לים מכסים"..?!
איז דא א שיינער טייטש אויף דעם פסוק. ס'הייסט לעתיד לבוא וועט א יעדער באקומען אייניג דעת צו פארשטיין די תורה. סיי דער וואס האטציך געפלאגט (יגיעת התורה) און סיי דער וואס האט זיך גארנישט אנגעשטרענגט...?!
דער תירוץ איז ..."כמים לים מכסים"... די וואסער דעקט צו דעם אפגרונט. פון אויבן דערקענט מען נישט צי די וואסער איז טיעף אדער נישט. אזוי וועט זיין בביאת המשיח. דער איד וואס האטציך געפלאגט אויף די תורה וועט פארשטיין מיט א סאך א טיפער'ן עמקות די תורה ווי דער צווייטער איד וואס האטציך גארנישט געפלאגט...!
Re: אומגלויבליך! נטורי קרתא מחזק די פאלעסטינער צו פייטן וויי
עס העלפט עפעס זיכער פאר די גוי דא זיי זאלן אונז נישט אטאקירן אזוי שנעל און ער קען טראכטן אז אונז זענען נטורי קרתא
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
berlbalagulehליעב צו וויסן: דו ביסט גערעכט. דער איינציגער לימוד זכות וואס איך האב אויף זיי און זייער רבי'ן זצ"ל הרב משה בער בעק, איז אז זיי האבן זיך ערגעץ (אינמיטן וועג צו קעמפן קעגן די ציונים) טועה געווען. און זיי מיינען אז דאס איז דער רצון ה'...! לאמיר האפן אז ס'וועט מקויים ווערן דער פסוק..."וילמדו תועים בינה"...און ..."ומלאה הארץ דעה את ה', כמים לים מכסים"..?!
איז דא א שיינער טייטש אויף דעם פסוק. ס'הייסט לעתיד לבוא וועט א יעדער באקומען אייניג דעת צו פארשטיין די תורה. סיי דער וואס האטציך געפלאגט (יגיעת התורה) און סיי דער וואס האט זיך גארנישט אנגעשטרענגט...?!
דער תירוץ איז ..."כמים לים מכסים"... די וואסער דעקט צו דעם אפגרונט. פון אויבן דערקענט מען נישט צי די וואסער איז טיעף אדער נישט. אזוי וועט זיין בביאת המשיח. דער איד וואס האטציך געפלאגט אויף די תורה וועט פארשטיין מיט א סאך א טיפער'ן עמקות די תורה ווי דער צווייטער איד וואס האטציך גארנישט געפלאגט...!
ס'איז א הימל שרייענדע חילוק פון זאגן "זייט'ס נישט ברוגז אויף אידן ווייל מיר זענען נישט אלע די זעלבע", ביז "גייט'ס שלאגטס זיי".
און כאטש וואס לויט זייער היינטיגע גאנג זענען אלע וואס וואוינען דארט ציונים, און במילא איז מיתה ע"פ תורה נישט אזא ווייטע שפרונג....
פארט דארפן נארמאלע מענטשן פארשרייען די דאזיגע פאנאטישע רייד.
געדענק: סיי ווער ס'שטיצט הארגענען צוליב זיינע גלויבונגען, איז מיט גארנישט בעסער ווי די קרייץ ציגלער/אינקוויזיציע/נאציס.
וואס וועסטי טין מיט די ד' מיתת בית דין?
כמעג פרעגן א אינעסענט שאלה, וואס האלט איר איז ענדערש גורם אז פאלעסטינער רוצחים זאלן בפועל אטאקירן אידישע קינדער,
1. א נטורי קרתא לא לנו גיבט זיי א"ג חיזוק.
2. אדער מתנחלים ווארפן ארויס אראבער פון זייערע היימען אין אלט שטאט.
כוויל אבער נישט מ.זאל מיך שלעכט פארשטיין, אוואדי איז צידרייט און א הימלשרייענדע עולה צו זאגן אז די אראבער זאלן ממשיך זיין מיט די קאמפיין,
כבין נייגעריק נאך איין זאך, מהיכי תיתי אז דער מענטש האט א שייכות מיט נ"ק כאב קיינמאל געזעהן דעם צורה בעפאר,
שנית, מיין אבדשעקשן איז פשוט אז מענטשן מאכן אזא מילער פון א צידרייטער וואס האט קיין שום השפעה, און די צייט וואס אויף מעשים וואס כוליגיאנע מתנחלים טוען וואס דאס האט לכאורה אויפגפלאקערט דעם איצטיגן איבערקערניש, אויף זיי איז אין פוצה פה ומצפצף,
Re: אומגלויבליך! נטורי קרתא מחזק די פאלעסטינער צו פייטן וויי
ליב צו וויסן
געדענק: סיי ווער ס'שטיצט הארגענען צוליב זיינע גלויבונגען, איז מיט גארנישט בעסער ווי די קרייץ ציגלער/אינקוויזיציע/נאציס.
מיינסט צו זאגן פארקערט, סיי ווער עס שטיצט צו הרג'ענען פאר זיינע גלויבונגען (נאציס, פאלעסטינער) איז מיט גארנישא ערגער ווי רוב אלגעמיינע רעליגיעס.
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהו: דו קענסט מיר ברענגען איין דאקומענטירטן פאל ווען אידן האבן געהרג'עט איינעם צוליעב זיין אפשטאם. אדער אנדערע רעליגיעזע מאטיוון...!(די פארשידענע בלוט בילבולים וואס די גויים האבן אויסגעטראכט אויף אידן קענמען נישט רעכענען. נו, ס'איז דאך געווען א בילבול...!) הגם ס'איז דא א ..."אידישער פראפעסאר"... וועלכער האלט אז געוויסע אידן אין א געוויסע תקופה האבן יא געשחט'ן קריסטליכע קינדער כדי צו צאפן זייער בלוט פאר די מצות...!
Re: אומגלויבליך! נטורי קרתא מחזק די פאלעסטינער צו פייטן וויי
berlbalagulehתוהו ובוהו: דו קענסט מיר ברענגען איין דאקומענטירטן פאל ווען אידן האבן געהרג'עט איינעם צוליעב זיין אפשטאם. אדער אנדערע רעליגיעזע מאטיוון...!
בדקו בתריה ואשכוחוהו דארמאה הוא וקטלוהו (פסחים ג:)
[emoji4]
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
מען האט אים גע'הרג'עט פארן עסן פינעם קרבן פסח בשעתן זיין א גוי נישט פארן זיין א גוי.
איך געדענק נישט ווער עס שרייבט. אז מען האט אים געהרגעט פאר גניבה וואס איז פין די ז' מצות וואס ביי גוים איז נידן במיתה.
גאלדשנית, מיין אבדשעקשן איז פשוט אז מענטשן מאכן אזא מילער פון א צידרייטער וואס האט קיין שום השפעה, און די צייט וואס אויף מעשים וואס כוליגיאנע מתנחלים טוען וואס דאס האט לכאורה אויפגפלאקערט דעם איצטיגן איבערקערניש, אויף זיי איז אין פוצה פה ומצפצף,
אהן אריינגיין אין אפווענדן די ליגענט אז דאס האט לכאורה אויפגעפלאקערט די מצב, עס איז צו א לאנגע און קאמפלעצירטע דעבאטע.
וואו נעמסטו די פרעכקייט פון שרייבן 'אין פוצה פה ומצפצף' סתם צו פארענטפערן די נטורי קרתא, בו בזמן וואס יעדער רעכטדענקיגער פאליטיקאנט און דעה זאגער אינעם רעכטן לאגער אין מדינת ישראל איז גאר שארף ארויסגעקומען קעגן די איזראעלישע טעראריסטן?
יכול להיות איר זענט א חריף ובקי טובא אין ספרי רביה"ק זי"ע, אבער פארדריי נישט די מציאות.
תוהו ובוהוליב צו וויסן
געדענק: סיי ווער ס'שטיצט הארגענען צוליב זיינע גלויבונגען, איז מיט גארנישט בעסער ווי די קרייץ ציגלער/אינקוויזיציע/נאציס.
מיינסט צו זאגן פארקערט, סיי ווער עס שטיצט צו הרג'ענען פאר זיינע גלויבונגען (נאציס, פאלעסטינער) איז מיט גארנישא ערגער ווי רוב אלגעמיינע רעליגיעס.
כ'מיין זייער פשוט, אויב דיין רעליגיע/גלויבן ערלויבט מערדעריי, דאן האסטו גוטע שותפים...
סעגאלוואס וועסטי טין מיט די ד' מיתת בית דין?
ווען איינער זאל היינט שטיצן ד' מיתות ב"ד דארף מען אים פארשפארן אין טורמע...
גאלדכמעג פרעגן א אינעסענט שאלה, וואס האלט איר איז ענדערש גורם אז פאלעסטינער רוצחים זאלן בפועל אטאקירן אידישע קינדער,
1. א נטורי קרתא לא לנו גיבט זיי א"ג חיזוק.
2. אדער מתנחלים ווארפן ארויס אראבער פון זייערע היימען אין אלט שטאט.
So ווען ראובן טרינקט פארדארבענע מילך, טאר מען נישט זאגן פאר שמעון אז די ברויט איז פארשימלט...
ווער האט דא ביז אהער גערעדט ווער ס'איז ערגער?
אבער אז דו ביסט שוין יא מדמה, לאמיר טאקע א קוק טוהן.
דער מתנחל האט (לשיטתו) א לעגיטימע מחלוקת אויף די רעכטן פון א פראפערטי, און איז בכלל נישט דא זיך צו הארגענען מיט קיינעם. ווידער דער דער נטורי קרתא'ניק קען באשטיין יענער זאל געהארגעט ווערן פשוט ווייל ער "גלייבט" אנדערש.
יא, דער נתורי קרתא'ניק איז ערגער....
תוהו ובוהוberlbalagulehתוהו ובוהו: דו קענסט מיר ברענגען איין דאקומענטירטן פאל ווען אידן האבן געהרג'עט איינעם צוליעב זיין אפשטאם. אדער אנדערע רעליגיעזע מאטיוון...!
בדקו בתריה ואשכוחוהו דארמאה הוא וקטלוהו (פסחים ג:)
[emoji4]
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהו: ווייל ס'שטייט אין די תורה ביי קרבן פסח אז א גוי (אן ערל) טאר נישט עסן פון קרבן פסח. און ער האט גע'טשיעט. ער האט אויסגעפאפט די מענטשן. זיי האבן געמיינט אז ער איז איד.
אט איצט טוט זיך אין ארץ ישראל די פרשה מיט דעם קריסטליכן מיסיאנער, וועלכער האטציך אנגעגעבן אלס איד. ער האט אפילו געהאט דעם חרדי'שן, בני ברק'ער אויסקוק. זיין ווייב (ע"ה) איז געגאנגען א שפיצל...! און זיי זענען געווען קריסטליכע מיסיאנערן.
איך זאג נישט אז ביי די מעשה וואס די גמ' ברענגט אראפ אין מס' פסחים מיט דעם גוי, אז איך וואלט איהם געהרג'עט. אבער וועגן סעקיוריטי אליינס וואלט מען איהם געדארפט צו באשטראפן. ווייל ער האט געקענט זיין א שפיאן פאר די רוימישע רעגירונג...!
תוהו ובוהו: איך האלט אז די נטורי קרתא זענען סתם צודרייטע ברואים...!
אויב דו וועסט באמערקן. רוב. כ'ווייס נישט. אבער א גרויס חלק פון זיי זענען באלטשיעוועס. און פוסטע עמי הארצים. ר' משה בער בער ז"ל איז געווען אן אויסנאם. ער האט מסתמא געהאט א קאנפליקטעד נפש. ווייל ער איז געווען א תלמיד חכם. ערגעץ האט ער פארלוירן די דיירעקשן. ער האטציך (צוערשט פאר זיך) איינגערעדט אז דאס איז דער רצון ה'...!