☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אנטי ציונים אדער אנטי יהודים

אנטי ציונים אדער אנטי יהודים

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14631

ליב צו וויסן » דינסטאג מאי 11, 2021 8:11 pm

· #472942
אנטי ציונים אדער אנטי יהודים
אין עטליכע אשכולות, טוט זיך א רייד, צו א גוי אן אנטי ציוני איז בהחלט אן אנטי יהודי.

אט זענען מיינע צוויי צענט:

אן אלגעמיינער גוי וואס האט פיינט מדינת ישראל, איז אדער א גאר לינקער וואס האט פיינט סיי וועלכע סוקסעספולער מענטש/פאלק, אדער איז ער אן אנטי יהודי.

דהיינו:
ווען איינער פון אינדרויסן קוקט אריין אין די מיטל מזרח קאנפליקט איז גארנישט דא ספעציעל צו ווערן אן אנטי ציוני..

געווען 2 צדדים וואס האבן זיך געשלאגן איבער א שטיקל לאנד, יעדער האט געטענה'עט כולו שלי (דער ווייל זיינע זיידעס האבן דא געוואוינט און דער ווייל זיינע עלטער זיידעס האבן דא געוואוינט..), איז געקומען די UN און געמאכט א פשרה, דער קריגט איין חלק און דער קריגט איין חלק.

אויבן אויף וואלט די קריגעריי זיך געדארפט בארואיגן.
למעשה האט נאר איין צד מסכים געווען, בשעת די צווייטע צד האט נישט נאר נישט מסכים געווען, נאר גאר ארויס אין א מלחמה, ווי זיי האבן צום סוף... פאלוירן!
למעשה האבן זיי נישט אנערקענט אין זייער דורכפאל, נאר עד היום פארלאנגען זיי צוריק דאס גאנצע.
און ס'גייט אזוי ווייט, אז די צד האט נישט "קיין שום פראבלעם" מיטן הארגענען ציווילע אבי צו דערגרייכן זייער ציל.

לענינינו: דאס אז אן אראבער האט פיינט א איד, אדער א איד האט פיינט אן אראבער דאס קען מען פארשטיין, זיי זענען דאך אין א מלחמה..
אבער דאס אז א פרעמדער זאל "פיינט" האבן די מדינה, נעמט זיך אויבן אויף פון איינס פון די צוויי אויבן דערמאנטע..

אמער! דו האנדעלסט דא מיט צוויי צדדים וואס ווילן א שטיקל לאנד, איינער איז זיכער א טעראריסט און דער צווייטער איז לכל היותר "אויך" א טעראריסט. נו, וואס מאכט דיך "פיינט" האבן דעם "אויך" טעראריסט?!

במילא נעם איך אן, אז פיינטשאפט צו מדנ"י נעמט זיך פון אן אלטער שנאה וואס מען האט בככליות צום איד, אדער אלס א לינקער וועט מען זיך אלס אנעמען פאר דער וואס ווערט באשטראפט/דערנידערט אפילו ער איז א פאברעכער.

יעקב מעקסוועל » דינסטאג מאי 11, 2021 9:00 pm

· #472946
עס איז שרעקעדיג ווי אומוויסנד אסאך אמעריקאנער זענען אין דעם ענין, זייער אסאך מאל קומט מיט די נאאיוויטעט אנטיסעמיטיזם און אנטי ציוניזם צוזאמען.

איך אליין האלט זייער נישט פון די פירערשאפט אין מדינת ישראל, נישט אזוי ווייט רעכט און לינקס, זיי זענען פשוט נישט אינטערעסירט אריינצולייגן כוחות אויסצופלאנען א מהלך פארן עתיד. אבער די מהלך פון אראפרייסן אייביג די מדינה און נישט קיין ווארט צו די פאלעסטינע, קומט פון אזעלכע וואס הייבן נישט אן צו פארשטיין די מיטל מזרח דיינעמיקס. און געווענליך קומט דאס צוזאמען מיט נישט פארשטיין נאך זאכן, און דאס ברענגט צו אנטיסעמיטיזם.


נאך א זאך וואס מען דארף געדענקען, אין די אלגעמיינע וועלט ווערט די חרדי זייער אסאך מאל צוזאמגעשטעלט מיט עקסטרעמע ציוניזם. אויב איז איינער נאר קעגן די מדינה, האט ער אויך פיינט איינער וואס זעט אויס ווי מיר.

אפילו אין די אראבישע וועלט האב איך אמאל געזען א סורוועי אז שונא נאמבער 1 איז אן איזרעילי סאלדאט און נאמבער 2 איז א חרדי. און די סיבה איז פשוט, אייביג זעט מען אין די מידיע בילדער פון חרדים צוזאמען מיט אלעס איזרעילי. אויך פארשטייען זיי נישט צו מבחין זיין צווישן עקסטרעם רעליגיעז און עקסטרעם פאליטיש.

(איך אליין בין גראדע אויך נישט מבחין ביי מוסלעמענר, איך מיין די עקסטרעם רעליגיעז און עקסטרעם פאליטיש זענען די זעלבע זאך. קען זיין איין טאג וועל איך געוואר ווערן דארטן איז אויך דא עקסטרעם הייליגע וואס האלטן נישט פון גיין אין מיליטער...)

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 11, 2021 9:00 pm

· #472947
ליב צו וויסן
געווען 2 צדדים וואס האבן זיך געשלאגן איבער א שטיקל לאנד, יעדער האט געטענה'עט כולו שלי (דער ווייל די בריטישע האבן איהם עס צוגעזאגט און דער ווייל די בריטישע האבן עס איהם אויך צוגעזאגט...), איז געקומען די UN און געמאכט א פשרה, דער קריגט איין חלק און דער קריגט איין חלק..


ווי האט נאר דער היסטאריקער אלבערט חוראני געזאגט איבער די אלע ״אפמאכן״ און ״צוזאגעכצער״ וואס די בריטישע האבן געמאכט מיט די פעלקער אינעם מיטל-מזרח:
The argument about the interpretation of these agreements is one which is impossible to end, because they were intended to bear more than one interpretation

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 11, 2021 10:07 pm

· #472955
ר' יעקב מעקסוועלל שליט"א: דער חילוק (לשיטתך) פון אן עקסטרעם רעליגיעזן (א א ביסל צודרייטן) איד. און להבדיל אן עקסטרעם רעליגיעזן מוסולמענער איז, אז דער אידישער עקסטרעמיסט גייט (דערווייל) נאכנישט ארויס און הרג'עט אומשולדיגע מענטשן און לייגט אונטער באמבעס. און דער עקסטרעם מוסולמענער טוט עס יא. ער איז א פשוט'ער רוצח...!

איך האלט אז מ'דארף די נטורי קרתא'ניקס פיהרן צו א גרויס דאקטער אז ער זאלל זיי אונטערזוכן. אדער איבערלייגן און אריינשמייסן 39. אין א יעדן איינעם פון זיי מקטון ועד גדול... גענוג געווען די לימודי זכות ביז אהער...! איך וואלונטיר צו נעמען דעם קאנטשיג אין די הענט און אריינפראקן אין זייער יישבן...!

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 11, 2021 10:08 pm

· #472956
berlbalaguleh
ר' יעקב מעקסוועלל שליט"א: דער חילוק (לשיטתך) פון אן עקסטרעם רעליגיעזן (און א ביסל צודרייטן) איד. און להבדיל אן עקסטרעם רעליגיעזן מוסולמענער איז, אז דער אידישער עקסטרעמיסט גייט (דערווייל) נאכנישט ארויס און הרג'עט אומשולדיגע מענטשן און לייגט אונטער באמבעס. און דער עקסטרעם מוסולמענער טוט עס יא. ער איז א פשוט'ער רוצח...!

איך האלט אז מ'דארף די נטורי קרתא'ניקס פיהרן צו א גרויסן דאקטער אז ער זאלל זיי אונטערזוכן. אדער איבערלייגן און אריינשמייסן 39. אין א יעדן איינעם פון זיי מקטון ועד גדול... גענוג געווען די לימודי זכות ביז אהער...! איך וואלונטיר צו נעמען דעם קאנטשיג אין די הענט און אריינפראקן אין זייער יישבן...!

יעקב מעקסוועל » דינסטאג מאי 11, 2021 10:34 pm

· #472959
איך מיין מער פון דעם. דער עקסטרעמער אראבער איז זייער ערליך, האלט ער מען דארף הארגענען אלע כופרים. דער עקסטרעמער איד אזויווי מיר און דיר, האלטן שבת, פאסטן תעניתים, און טוען אלע אנדערע עקסטרעם רעליגיעזע געפיראכץ. אבער אונז האלטן בכלל נישט מען זאל הארגענען פאלעסטינע, אויב עפעס פונקט פארקערט.

תרמב » מיטוואך מאי 12, 2021 1:40 am

· #472979
גראדע האט זיך שוין געמאכט פרומע עקסטרעמיסטן וואס האבן געמאכט טעראר אטאקעס, ווי ברוך גאלדשטיין.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 12, 2021 2:00 am

· #472982
אין דעם זענען פארהאן חילוקי דיעות. ער האט זיי די אראבערס אריינגעפליקט בשעת זיי זענען געפאללן כורעים. ס'דא פוסקים וואס האלטן אז ער האט עס געטון אין רעאקציע ווייל ער אלס דאקטאר האט באהאנדלט זיינע נאנטסטע חברים וואס די אראבישע רוצחים האבן ליידער אוועקגעהרג'עט...!

סעגאל » מיטוואך מאי 12, 2021 2:21 am

· #472985
בערל גראדע די עקסטרעמע ביי אידן האבען שוין אויך געהאט זייער געלעגענהייט ווי קינג דעוויד האטעל באמבע. הגנה אצ"ל אין לח"י. אין ווען די מדינה איז שוין געשטאנען כ"ך מאיר כהנה. נישט אז איך נעם מיר אן פאר אראבער נאר עקסטרעמיזם ענדיגט זיך אייביג די זעלבע.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 12, 2021 3:08 am

· #472988
סעגאל: נו, די גדולי ישראל זענען טאקע נישט מיט געשטאנען מיט זיי און זייערע טעראריסטישע שטיק.

מ'קען זיך פארשטעללן דעם צער פון די עלטערן און משפחה (אפילו גוי'אישע) ווען זיי האבן געהערט אדער געזעהן בילדער ווי זייער זון הענגט נעבעך פון א תליה. עפ"י התורה האט מען דאס נישט געטארט טון. מ'מעג נאר דן זיין דיני נפשות אויף א רוצח וואס בית דין האט איהם מחייב געווען. אבער צו ניצן טעראר אלס פאליטישער מיטל איז 100% פארבאטן עפ"י התורה.

ס'געווען א מעשה ווען די אידישע בחורים פון אצ"ל אדער לח"י האבן געבעטן רשות ארויפצוגיין אויפ'ן דאך פון בנין פון די גערער ישיבה. כדי צו קענען שיסן אויף די בריטישע סאלדאטן. דער גערער רבי זצ"ל האט זיי נאטירליך נישט ערלויבט דאס צו טון. כאטש ס'האט געברענגט אין איהם זיין אהבת ישראל...!

אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 12, 2021 3:26 am

· #472989
סעגאל
בערל גראדע די עקסטרעמע ביי אידן האבען שוין אויך געהאט זייער געלעגענהייט ווי קינג דעוויד האטעל באמבע. הגנה אצ"ל אין לח"י. אין ווען די מדינה איז שוין געשטאנען כ"ך מאיר כהנה. נישט אז איך נעם מיר אן פאר אראבער נאר עקסטרעמיזם ענדיגט זיך אייביג די זעלבע.

ס'פארפארט אביסל פון די נושא, אבער וואס איז מיט הבא להרגו השכם להרגו?
איך פרעג עס פשוט ווייל מיינס א נאנטע משפּחה מיטגליד איז געווען פון די וואס האבן אויפגעריסן דעם האטעל, מוז איך מיך אננעמען פאר אים.

פאליטיקאנט » מיטוואך מאי 12, 2021 3:35 am

· #472990
Re: אנטי ציונים אדער אנטי יהודים
ביי די קינג דעוויד האטעל אטאקע האט אצ"ל אריינגערופן און געווארנט אז עס איז דא א באמבע (געוויסע טענה'ן אז זיי האבן געווארנט עטליכע מאל) נאר מ'האט זיי נישט גענומען ערנסט. די פארזיכערונג כוחות האבן געהאלטן אז זיי זוכן סתם אנצוזייען פאניק.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 12, 2021 3:39 am

· #472992
אלע צוזאמען: הבא להרגך השכם להורגו מיינט אז ווען א רויבער האלט א גאן אדער מעסער אויף דיר. און דיין לעבן איז אין א באלדיגע סכנה מעגסטו איהם הרג'נען. אבער די בריטישע מיליטער האבן דאס נישט געטון. זיי האבן נאר אונטערדריקט די אידישע פרייהייט קעמפער (איך קען זיי נישט אנרופן טעראריסטן.). און זיי נישט געלאזט אויספיהרן זייערע פאליטישע און נאציאנאליסטישע אספיראציעס. אבער זייער לעבן איז נישט געווען אין א באלדיגער סכנה. אין אזא פאל איז פארבאטן עפ"י התורה צו טון די שטיק וואס זיי האבן געטון. דאס הייסט רציחה. אזוי ווי אונטערלייגן באמבעס אדער הענגען בריטישע סאלדאטן...!

אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 12, 2021 3:41 am

· #472993
פאליטיקאנט
ביי די קינג דעוויד האטעל אטאקע האט אצ"ל אריינגערופן און געווארנט אז עס איז דא א באמבע (געוויסע טענה'ן אז זיי האבן געווארנט עטליכע מאל) נאר מ'האט זיי נישט גענומען ערנסט. די פארזיכערונג כוחות האבן געהאלטן אז זיי זוכן סתם אנצוזייען פאניק.

זיי האבן נאר אריינגערופן, צו קענען דערנאך זאגן אז זיי האבן געווארנט, זיי האבן געוויסט אז מ'עט זיי נישט נעמען ערענסט.

פאליטיקאנט » מיטוואך מאי 12, 2021 3:42 am

· #472994
Re: אנטי ציונים אדער אנטי יהודים
אונטערלייגן באמבעס ביזטו גערעכט, אבער מיט'ן הענגן די צוויי בריטישע סאלדאטן איז דאך געווען א ציל אונטער דעם. איך האלט טאקע נישט אז זיי זענען גערעכט געווען דערמיט, אבער די געדאנק איז געווען צו אפהאלטן די בריטישע פון הרג'ענען נאך 'אידישע פרייהייט קעמפער'.

.....און עס האט געארבעט.

אלע צוזאמען » מיטוואך מאי 12, 2021 4:00 am

· #472996
berlbalaguleh
אלע צוזאמען: הבא להרגך השכם להורגו מיינט אז ווען א רויבער האלט א גאן אדער מעסער אויף דיר. און דיין לעבן איז אין א באלדיגע סכנה מעגסטו איהם הרג'נען. אבער די בריטישע מיליטער האבן דאס נישט געטון. זיי האבן נאר אונטערדריקט די אידישע פרייהייט קעמפער (איך קען זיי נישט אנרופן טעראריסטן.). און זיי נישט געלאזט אויספיהרן זייערע פאליטישע און נאציאנאליסטישע אספיראציעס. אבער זייער לעבן איז נישט געווען אין א באלדיגער סכנה. אין אזא פאל איז פארבאטן עפ"י התורה צו טון די שטיק וואס זיי האבן געטון. דאס הייסט רציחה. אזוי ווי אונטערלייגן באמבעס אדער הענגען בריטישע סאלדאטן...!

ס'געווען א שאלה פון ''אדער אונז אדער זיי'', און די ווערטער פון די אידישע פרייהייט קעמפער, ''דעריבער האבן אונז עס באמבאדירט''

תוהו ובוהו » מיטוואך מאי 12, 2021 2:15 pm

· #473011
Re: אנטי ציונים אדער אנטי יהודים
berlbalaguleh
סעגאל: נו, די גדולי ישראל זענען טאקע נישט מיט געשטאנען מיט זיי און זייערע טעראריסטישע שטיק.


די 'אמת'ע' גדולי מוסלומענער/פאלעסטינער זענען אויך נישט מיטגעשטאנען...

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

תוהו ובוהו » מיטוואך מאי 12, 2021 2:17 pm

· #473012
Re: אנטי ציונים אדער אנטי יהודים
סעגאל
בערל גראדע די עקסטרעמע ביי אידן האבען שוין אויך געהאט זייער געלעגענהייט ווי קינג דעוויד האטעל באמבע. הגנה אצ"ל אין לח"י. אין ווען די מדינה איז שוין געשטאנען כ"ך מאיר כהנה. נישט אז איך נעם מיר אן פאר אראבער נאר עקסטרעמיזם ענדיגט זיך אייביג די זעלבע.
דיר יאסין, דומא, המחתרת היהודית, און די ליסטע גייט אן..

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

זופ מיט מאנדלען » מיטוואך מאי 12, 2021 3:08 pm

· #473015
בנוגע די שאלה אויף וואס דער אשכול איז לכתחילה געעפנט געווארן, איך אלס סאטמארער האב עטליכע מאל געהערט פון עלטערע סאטמארע אידן אז סאטמאר רב ז"ל האט געהאלטן אז א גוי דארף ליב האבן ארץ ישראל און אויב האט ער פיינט מדינת ישראל איז ער א אנטיסעמיט און מדארף אים פארדאמען, כווייס נישט צו דאס איז אויך געזאגט געווארן לגבי אראבישע פאליטיקאנטן אבער און אלגעמיין איז א אנטי ציוני א אנטיסעמיט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 13, 2021 6:20 am

· #473043
אלע צוזאמען
פאליטיקאנט
ביי די קינג דעוויד האטעל אטאקע האט אצ"ל אריינגערופן און געווארנט אז עס איז דא א באמבע (געוויסע טענה'ן אז זיי האבן געווארנט עטליכע מאל) נאר מ'האט זיי נישט גענומען ערנסט. די פארזיכערונג כוחות האבן געהאלטן אז זיי זוכן סתם אנצוזייען פאניק.

זיי האבן נאר אריינגערופן, צו קענען דערנאך זאגן אז זיי האבן געווארנט, זיי האבן געוויסט אז מ'עט זיי נישט נעמען ערענסט.

דאמאלס איז די טראגישע רעזולטאט געקומען צןליעב די שטאלצקייט און גאווה פון די בריטישע אפיצירן. זיי האבן געהאלטן...וואס קענען דען א פאר אידישע יונגלעך טון אויסער סטראשען און דערשרעקן. אונז, די שטארקע בריטישע מיליטער דערשרעקן זיך נישט פאר די ראציגע !...אידישע יונגלעך

גאלד » דאנערשטאג מאי 13, 2021 12:40 pm

· #473063
2 פאקטן.

1. דער סאטמאר רבי האט קיינמאל געזאגט אז א גוי וואס האט פיינט די מדינה איז א אנטיסעמיט. אויב יא קענסטו אויסרייסן האלב זיינע ספרים. בכל אופן ער האט עס במציאות נישט געזאגט.

2. אנטי ציונת איז לגמרי נישט מוכרח אז ס'איז אנטי-סעמיטיזם. קיין הכרח זיכער נישט. דער אנטיסעמיט קען זיין העט רייטן אויף עס. זייער מעגליך. אבער און טעאיריע אויסדריקליך נישט.

זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג מאי 13, 2021 12:44 pm

· #473065
דאס אז דער סאטמאר רב האט "קיינמאל" עפעס געזאגט אדער געטון איז נישט עפעס וואס סיי ווער קען זאגן, נעקסטיים שרייב אז דער סאטמארער רב וואס איר קענט אדער ווילט קענען האט אזאנס נישט געזאגט....

זאג נישט אז מען קען אויסרייסן האלב פון זיינע ספרים ווען סאיז נישט זיכער צו איר קענט אפילו איין פאראגראף, אז איר זעהט א שטיקל וואס איז זיך סותר מיט דעם מימרא ברענג עס אראפ און מוועט דן זיין.

גאלד » דאנערשטאג מאי 13, 2021 1:06 pm

· #473068
רבי איד, מאכט נישט קיין השערות, וואס איך קען און וואס איך ווייס.

דער א"ג מימרא פון סאטמאר רבי'ן האב איינער חוקר ודורש געווען פון ווי עס שטאמט, דער ערשטער מקור דערפון איז א געוויסע ציוניסטישע שרייבער אין ערוץ-שבע וואס האט דאס ערפונדן. ביז דעמאלטס האט עס קיינער קיינמאל געזאגט. די רעדע איז איבער א באזוך וואס הערבערט האמפרי האט געהאט ביים רבי'ן בשנת תשכ"ז. און דער רבי האט געזאגט עפעס ענליכס אבער האט לגמרי נישט געהאט די משמעות. דאס איז פעסטגעשטעלט פון א עד ראי' ר' חיים משה שטאובער ז"ל וואס האט קלאר געשטעלט די אמת. די רבי האט געזאגט בזה"ל: "וואס האסטע געוואלט? איך זאל לערנען מיט איהם די שלש שבועות? דאס איז זיין וועג צו ווייזן אז ער האט ליב אידן" דאס אלעס וואס דער רבי האט געזאגט ותו לא. 20 יאר שפעטער איז געקומען א ציוני לץ שרייבער און ציגעלייגט א בארד צו די מעשה.

גאלד » דאנערשטאג מאי 13, 2021 1:09 pm

· #473069
דער רבי שרייבט אין דברי יואל אז ס'איז א מצוה צו מודיע זיין פאר די גויים אז ערליכע אידן האבן נישט קיין שייכות מיט די מדינה.

ווי אויך שרייבט דער רבי אז די מדינה איז א צרה סיי פאר אידן און סיי פאר גויים.

בלויז די 2 זאכן אליין קענען נישט שטימען מיט דעם א"ג פאלשע מימרא פון רבי'ן.

מאנטריאל » דאנערשטאג מאי 13, 2021 1:27 pm

· #473070
Re: אנטי ציונים אדער אנטי יהודים
א יעדער וועסט ווי מען אינטרעדיקט די פאליסטינער און די לינקע חלק אין די מדינה איז עס מודה און אז עס טוט וויי שריט מען ווי לאנג קענען זיי עס אויסהאלטן

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג מאי 13, 2021 1:29 pm

· #473071
די מעשה מיט רבי חיים משה וועלמיר מברר זיין בעזר השם.

די צוויי אימרות וואס די ברענגסט נאך זענען זיך בכלל נישט סותר מיט יענעם מימרא, די מדינה מעג זיין א סכנה פאר גוים, און מדארף זיי מודיע זיין אז אונז האב מיר גארנישט מיט ציונות, מיט דעם אלעם דארפן די גוים זיי נישט פיינט האבן.