☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווי איז די ליין?

ווי איז די ליין?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14629

שארפןקאפ » דינסטאג מאי 11, 2021 11:52 am

· #472912
ווי איז די ליין?
א גוטן טייערע חברים

אין ליכט פון די לעצטיגע רופן פון אויסשפארן טראלס אין די פארשידענע מיינונגען וואס עס גייט אריין אין די גדר פון א "טראל" (בין איך א טראל פארן עפענען א אשכול וועגן טראלס?)

איך וויל בעטן די נארמאלע עולם לאמער האבן א שמועס וואס זאל דארף יא אריין גיין אין קריטעריע פון טראל אין וואס נישט גלייכצייטיק וויל איך בעטן ביטע אין די אשכול לאמיר לאזן די טראלן אריין רעדן לאמיר
זיי געבן שאנס זיך צו פארטיידיקן

צום טראל וויל איך בעטן ביטע זיי אונז מסבר פארוואס טוסטו דאס? פארוואס איז דיין ליין ערגעץ אנדערש?

@אנאנים ביטע שטעל ארויס ווי די ליין איז אזוי זאלן מיר נישט אויסקוקן ווי טוויטער אין פעסבאק וואס זייער פאלסי איז וואס דער עולם מאכט אפ אדער האט נישט ליב גייט מען יענעם ווארפן

ביטע זייטן מסביר מיט לאגיק נישט מיט געפיל (למשל וויל וואס יענער זאגט טוט מיך וויי אדער ווייל יענער האלט אנדערש ווי מיר (שוין געזעןטענת ווי דעם אין פארגאנגענהייט))

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

תרמב » דינסטאג מאי 11, 2021 2:51 pm

· #472918
איך האב מורא זיך צו אנרופן ווייל איך וויל נישט אויסקוקן ווי די נער וואס גייט ארויס פון מקוה ווייל מ'האט אזוי אויסגערופן, איך פארשטיי דיך נישט, איך פארשטיי אז א טראל איז א שלעכטע זאך, וויאזוי ערווארטסטו אז איינער זאל זיך ארויסשטעלן אלץ א טראל?
איך האלט אז איינער טוט אמאל טראלישע שטיק דארף מען זיך נישט אזוי צוטון מאכן מ'מעג פארקוקן אמאל, קען זיין אז יענער האט היינט א שווערע טאג וכדומה, אבער טאמער יענער האלט עס אין איין טוהן אדער ער איז נאר דא פארדעם, דעמאלטס איז עס א ערנסטע פראבלעם, ווייל ס'קען ממש אוועקנעמען די אפעטיט פון שרייבן דא.

שארפןקאפ » דינסטאג מאי 11, 2021 3:44 pm

· #472920
Re: ווי איז די ליין?
@תרמב איך האב נישט ערווארטעט אז איינער זאל זיך דערקלערן אלטס א טראל אבער איך ערווארטעט אז פערזאנען וואס נעמען זיך אן פאר די רעכטן פון מענטשן זאלן זיך ארויסשטעלן אוין טראל זייט

אין אויף דאס וואסט די זאגסט וועגן עס קען אוועקנעמען דאס אפעטיט צו שרייבן איך קען דיך ווייזען 100טער פאסט'ס וואס האבן אוועקנעמען דאס אפעטיט פון מיר (אריינגערעכנט גוויסע זאכן וואס געוויסע מענטשןהאבןגעשריבן וועגן טראל'ס , יא אסכך מאל פלאג איך מיך צו פארשטיין וואס מענטשן וועלן ארויסנעמען פון מיינע ווערטער )מיינט דאס אז איך האב רעכט זיי צו שטערן פון שרייבן?

I really don't think so!!!!!!!!!


Sent from my SM-N986U using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 11, 2021 3:46 pm

· #472921
זאגסט א שטארקע נקודה, די גאנצע גערעדעכץ ארום טראללס נעמט פונקט אזוי אוועק די אפעטיט פון שרייבן ווי דאס טראללן אליינס.

שארפןקאפ » דינסטאג מאי 11, 2021 3:50 pm

· #472922
Re: ווי איז די ליין?
נאך מער דאס אז די האסט מורה צו רעדן אין אז 127 מענטשן האבן שוין געזען די פאסט אין קיינער חוץ 2 האבן באשלאסן זיך צו אנרופן ברענגט נאך מער ארויס די פראבלעם מיטן אויסשפארן טראלס

איך האלט ignoration is the best medication

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

יעקב מעקסוועל » דינסטאג מאי 11, 2021 3:50 pm

· #472923
לדעתי זאל מען אויסשפארן יעדער וואס איז נישט קיין טראל.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 11, 2021 3:56 pm

· #472924
כ׳שפאר דיך שוין אויס.

יעקב מעקסוועל » דינסטאג מאי 11, 2021 4:06 pm

· #472926
געב מיר א מינוט, איך עפן שוין נאך אן אשכול, איך האף יענס וועט דיר צופרידן שטעלן.

ליב צו וויסן » דינסטאג מאי 11, 2021 7:15 pm

· #472939
לדעתי איז קאווע שטיבל (ליידער..) צו א שטילע פלאץ צו האבן די פריווילעגיע אויסצושפארן סיי וועם.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 30, 2021 10:14 am

· #476911