☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א ציטער! קינד אין מירון וויל נישט הילף צוליב סמארט פאון

א ציטער! קינד אין מירון וויל נישט הילף צוליב סמארט פאון

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14619

היכי דמי » דאנערשטאג מאי 6, 2021 5:49 pm

· #472615
א ציטער! קינד אין מירון וויל נישט הילף צוליב סמארט פאון
עס איז היינט ארויף א אינטערוויא אויף קול מבשר מיט א חשובע אינגערמאן וועלכע איז געווען אין מירון, און דעקט אויף א טראגיש קאמיש דעטאל. איך וואלט עס נישט געגלייבט, און אוודאי וואלט איך עס נישט פארשפרייט, אבער אזויווי איך האב עס געהערט אויף קול מבשר וואס איז די אפיציעלע נייעס קוואל ערלויב איך מיר עס איבערצוזאגן, אבער איך צווייפל נאך אלס אויב די מעשה איז אמת.

לויט ווי ער דערציילט האט א איד געוואלט אויפהייבן איינע פון די קינדער עד יעבור זעם, אבער אנטשלאסענערהייט האט דאס אומשולדיג קינד, אין די לעצטע מינוט'ן פון זיין לעבן, צוריקגעוויזן זיין הילף צוליב דעם וואס ער האט א כלי.

איך גלייב שווער אין די מעשה, אבער אפילו עס איז נאר א משל כאפט מיר א ציטער.

הערט און שטוינט: <a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1pvJezm4JdTvprB6DH16Lr1CiQtKcvAuS/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/1pvJezm ... p=drivesdk</a>

די אינטערוויא אויף קול מבשר: (בערך ביי 9:07)
אינטערוויו: "אוי חברותא או מיתותא", חברותא פון האברך ר' דוד קרויס ז"ל קען זיך נישט געזעגענען פון זיין חבר, און שילדערט די שווערע איבערלעבענישן אין מירון, און וואס עס האט דערציילט א איד בבית האבלים למשפחת ענגלארד פארוואס דאס יונגעל האט אים נישט געלאזט אונטערהייבן עד יעבור זעם : הרב יואל ראזענפעלד ‎ :
<a class="postlink" href="https://www.yiddish24.com/interviews/12/38774">https://www.yiddish24.com/interviews/12/38774</a>

גיב א שמייכעל » דאנערשטאג מאי 6, 2021 6:00 pm

· #472617
כ'האב געהערט די מעשה פון איינער וואס איז געווען מנחם אבל זיין משפחת ענגלארד, און בשעת ער איז דארט געווען איז אריינגעקימען א מזרח'ניק און פארציילט פארן טאטע אז ער איז די מענטש מיטן סמארטפאון וואס האט געוואלט ראטעווען זיין זוהן.

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 6, 2021 6:52 pm

· #472622
נישט שיין. מנחם אבל זיין מיינט קומען טרייסטן. נישט קומען וויי טוהן. אך, וואס קען מען ערווארטן פון א מזרחניק מיט א סמארטפאון..

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג מאי 6, 2021 7:19 pm

· #472629
וואסארא צופראסקעט פאלק מיר זענען. די גאנצע מערכה קעגן סמארטפאונס איז נישט ווערט א ספק ספיקא פון פיקוח נפש.

תרמב » דאנערשטאג מאי 6, 2021 9:34 pm

· #472642
איך האב געזען א סטאטוס מיט די מעשה און יענער האט צוגעשריבן אז השומרים דארף זיך איבערטראכטן אויב זיי האבן געהרג’עט א קינד בשוגג, מיט זייער מערכה.

פינטעלע איד » פרייטאג מאי 7, 2021 1:16 am

· #472665
און די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען מיט די סמארטפאונס און געכאפט ווידיא אנשטאט אויפהייבן מענשטן, דארפן זיך גוט איבער טראכטן וכו'

בכלל, דארפסט נישט ווערן אזוי פארציטערט, ס'זעט אויס פונעם שמועס אז דאס איז געווען אסאך פאר ס'איז איינעם איינגעפאלן אז דא גייט מען דערשטיקט ווערן.

גרעפיקסער » פרייטאג מאי 7, 2021 1:21 am

· #472667
תרמב
איך האב געזען א סטאטוס מיט די מעשה און יענער האט צוגעשריבן אז השומרים דארף זיך איבערטראכטן אויב זיי האבן געהרג’עט א קינד בשוגג, מיט זייער מערכה.

יעצט (און נאך אזא יאר וואס איז דורך...) בינעך שוין אינגאנצן צומישט מיט דיני גרמא ביי פיקוח נפש.

שמעון וואלף » פרייטאג מאי 7, 2021 1:23 am

· #472668
פינטעלע איד
און די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען מיט די סמארטפאונס און געכאפט ווידיא אנשטאט אויפהייבן מענשטן, דארפן זיך גוט איבער טראכטן וכו'
די ביסט נישט אפ טו דעיט. היינט קען מען אויך כאפן בילדער און ווידעאס פון פשוט'ע פאונס

פינטעלע איד » פרייטאג מאי 7, 2021 2:05 am

· #472670
גערעכט. און מען קען זיך אויך נעמען דאס לעבן מיט א פשוטע גארטל, אן השומרים קארטלעך.

אלע צוזאמען » פרייטאג מאי 7, 2021 3:01 am

· #472672
פינטעלע איד
און די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען מיט די סמארטפאונס און געכאפט ווידיא אנשטאט אויפהייבן מענשטן, דארפן זיך גוט איבער טראכטן וכו'

פאר ווער ס'איז שוין געווען אין 'מירון' ווייסט אז די ביסט נישט גערעכט מיט דיין טענה, יעדע יאר געשעהן באלאגאנים דארט, צו זאל עס זיין מ'שלאגט זיך צווישן זיך, מיט אונזער ספרד'ישע ברודער, צו מיט די משטרה, צו סתם אן איבערקערעניש ארום א געצעלט, און די עולם שטייט און כאפט בילדער און קליפ'ס.
קיין איין איד וואלט נישט געשטאנען גלייכגילטיג ביי די, די יעריגע טראגעדיע ווען ער ווייסט אז עס גייט זיך ענדיגן אפילו נאר מיט איין טויטע, מ'איז פשוט צוגעוואוינט אז עס טוט זיך, און מ'גייט ווייטער.

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 7, 2021 3:36 am

· #472675
פינטעלע איד
גערעכט. און מען קען זיך אויך נעמען דאס לעבן מיט א פשוטע גארטל, אן השומרים קארטלעך.

סאוי דו זאגסט אז דאס קינד איז אפשר געווען סוסיידעל? וואספארא פארדרייטע ארגומענט..!

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 7, 2021 3:38 am

· #472676
פינטעלע איד
און די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען מיט די סמארטפאונס און געכאפט ווידיא אנשטאט אויפהייבן מענשטן, דארפן זיך גוט איבער טראכטן וכו'

.

זיי האבן עס געטוהן כדי דו זאלסט נישט נאכדעם קענען קומען טענהן אז ס'איז געווען א געיט.

אונטער חכם » זונטאג מאי 9, 2021 2:07 am

· #472762
Re: א ציטער! קינד אין מירון וויל נישט הילף צוליב סמארט פאון
טאמבל סאס
פינטעלע איד
און די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען מיט די סמארטפאונס און געכאפט ווידיא אנשטאט אויפהייבן מענשטן, דארפן זיך גוט איבער טראכטן וכו'

.

זיי האבן עס געטוהן כדי דו זאלסט נישט נאכדעם קענען קומען טענהן אז ס'איז געווען א געיט.
דאס איז מען דאך נאר געוואויר געווארן פון די אויגעלעך...

סיי וויאזוי, כ'האף אז די אידן דא לאזן אויס די קינות וואס דערציילן וויאזוי טאטעס האבן געשחטן די אייגענע קינדער אבי נישט זיך צו ביקן צו עפעס א נארישן קלעצל.

טאמבל סאס » זונטאג מאי 9, 2021 4:14 am

· #472766
דו מיינסטט טאקע אלס איז געווען בלויז איבער א נארישע קלעצל...?

טאמבל סאס » זונטאג מאי 9, 2021 7:52 am

· #472767
איך כאפ מיר יעצט אז אין יארן ארום וועט מען זאגן אז די קאנפליקט דא איז אויכעט געווען סתם איבער א נארישע שטיקל סיליקאן.. סיליקאן אפשר, שוין גארנישט אבער נאריש.

פינטעלע איד » מאנטאג מאי 10, 2021 12:17 am

· #472810
טאמבל סאס
פינטעלע איד
גערעכט. און מען קען זיך אויך נעמען דאס לעבן מיט א פשוטע גארטל, אן השומרים קארטלעך.

סאוי דו זאגסט אז דאס קינד איז אפשר געווען סוסיידעל? וואספארא פארדרייטע ארגומענט..!
אלע צוזאמען
פינטעלע איד
און די אלע מענטשן וואס זענען געשטאנען מיט די סמארטפאונס און געכאפט ווידיא אנשטאט אויפהייבן מענשטן, דארפן זיך גוט איבער טראכטן וכו'

פאר ווער ס'איז שוין געווען אין 'מירון' ווייסט אז די ביסט נישט גערעכט מיט דיין טענה, יעדע יאר געשעהן באלאגאנים דארט, צו זאל עס זיין מ'שלאגט זיך צווישן זיך, מיט אונזער ספרד'ישע ברודער, צו מיט די משטרה, צו סתם אן איבערקערעניש ארום א געצעלט, און די עולם שטייט און כאפט בילדער און קליפ'ס.
קיין איין איד וואלט נישט געשטאנען גלייכגילטיג ביי די, די יעריגע טראגעדיע ווען ער ווייסט אז עס גייט זיך ענדיגן אפילו נאר מיט איין טויטע, מ'איז פשוט צוגעוואוינט אז עס טוט זיך, און מ'גייט ווייטער.


דאס איז פונקט וואס איך ברענג ארויס, אז דאס קינד איז אויך נישט איינגעפאלן וואו אזוי דאס גייט ענדיגן.

כניאק » מאנטאג מאי 10, 2021 12:44 am

· #472812
Re: א ציטער! קינד אין מירון וויל נישט הילף צוליב סמארט פאון
פלוצלינג גלייבן די אויפגעקלערטע פון קאווע שטיבל, א מעשה וואס איינער האט פארציילט וואס איינער האט געטראכט וואס איינער האט גע׳חלוםט.

די מעשה איז קיינמאל נישט געשען אזוי ווי רוב מעשיות וואס גייען ארום.

די איינציקסטע קשיא איז פארוואס מ׳באקט אזאלכע רישעות׳דיגע מעשיות.

תרמב » מאנטאג מאי 10, 2021 1:19 am

· #472816
די חשבון מיטן באקן די מעשיות איז אז די אלע וואס מאכן די מעשיות פאר השומרים זאלן וויסן אז די מעשיות קענען גיין ביידע וועגן, אז מ’באקט שוין קען מען שוין באקן פאר יעדן.

תוהו ובוהו » מאנטאג מאי 10, 2021 1:59 pm

· #472829
Re: א ציטער! קינד אין מירון וויל נישט הילף צוליב סמארט פאון
דעס איז א מעשה 'השוה לכל נפש' באשטעלט סיי דורך השומרים און סיי דורך ק''ש.
דער כאפט א ציטער ווי מ'האט זיך דערקייקעלט, און דער טוט זיך גאר אויף אויף קול מבשר וואסארא 'הייליגע חינוך' די קינדער האבן...

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

ואידך » מאנטאג מאי 10, 2021 2:41 pm

· #472831
כניאק
פלוצלינג גלייבן די אויפגעקלערטע פון קאווע שטיבל, א מעשה וואס איינער האט פארציילט וואס איינער האט געטראכט וואס איינער האט גע׳חלוםט.

די "ציטער" איז נישט אזוי ווייט פון דעם וואס א קינד האט יא אדער נישט געטאהן.
די ציטער כאפט ענדערשט פון די מעסעדזש וואס די מעשה פארציילער זוכן צו פארשפרייטן.

אישתישבי » מאנטאג מאי 10, 2021 4:09 pm

· #472839
ואידך
כניאק
פלוצלינג גלייבן די אויפגעקלערטע פון קאווע שטיבל, א מעשה וואס איינער האט פארציילט וואס איינער האט געטראכט וואס איינער האט גע׳חלוםט.

די "ציטער" איז נישט אזוי ווייט פון דעם וואס א קינד האט יא אדער נישט געטאהן.
די ציטער כאפט ענדערשט פון די מעסעדזש וואס די מעשה פארציילער זוכן צו פארשפרייטן.


נישט נארמאל, אונז ווערען געפירט דורך מענטשן וואס ווערען וואס א טאג מער ראדיקאל.

איין עצה איז דא, זיי אויסשרייען און אויספויקען אז זיי זענען ראדיקאל, קיינער האט נישט ליב צו זיין אפיציעל ראדיקאל.

Hadasim » מיטוואך מאי 12, 2021 3:38 am

· #472991
כניאק
פלוצלינג גלייבן די אויפגעקלערטע פון קאווע שטיבל, א מעשה וואס איינער האט פארציילט וואס איינער האט געטראכט וואס איינער האט גע׳חלוםט.

די מעשה איז קיינמאל נישט געשען אזוי ווי רוב מעשיות וואס גייען ארום.

די איינציקסטע קשיא איז פארוואס מ׳באקט אזאלכע רישעות׳דיגע מעשיות.

____________________________________
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון

ווער זאגט דיך אז מ'גלייבט? די Damaging Message איז פונקט אזוי שלעכט נישט קיין חילוק צי די מעשה איז אמת אדער נישט.

פון וואנעט ווייסט איהר אז די ספעציפישע מעשה איז נישט געשעהן? וואס איז אייער באוויייז?

די ראדיקאלן האלטן און איין באקן שלעכטע מיאוסע און רשעותדיגע מעשיות, ווייל זיי דארפן די Damaging Message וואס קומט ארויס פון דעם, כנ"ל.

געדענק ביי ראדיקאלן איז אלעמאהל די מטרה מקדש די אמצעי!

אישתישבי » מיטוואך מאי 12, 2021 10:47 am

· #473002
דער יונגעל איז נישט שולדיג אז דער מעשה האט זיך נישט גוט געענדיגט.

דער מעשה גייט "באמת" אזוי.

איינער מיט א סמארטפאן האט געזאגט פאר א יונגעל ער וועט אים אויפהייבן עד יעבור זעם, און ער האט געזאגט ניין און ער איז געבליבן לעבן. א צווייטער האט געזאגט יא און ער איז ל"ע אוועק.

דורש אמת » דאנערשטאג מאי 20, 2021 7:36 pm

· #473403
א ציטער! קינד אין מירון וויל נישט הילף צוליב סמארט פאון
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/photo?fbid=548621243191845&set=gm.2947621928822114">https://www.facebook.com/photo?fbid=548 ... 1928822114</a>


Sent from my iPad using Tapatalk