☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #14618

אשכול אן א טיטל #14618

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14618

— » דאנערשטאג מאי 6, 2021 2:24 pm

· #472594

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מפיל קינד » דאנערשטאג מאי 6, 2021 2:30 pm

· #472595
נישט פאליציי פאליציי פאליציי, נאר דער אינגערמאן דארף א דאקטאר, דאקטאר, דאקטאר...

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 6, 2021 4:33 pm

· #472604
דיין חבר קוקט אויס צו זיין אן ערנסטע אפגעבריטער וויקטים.

וואס מיינסטו וועט פאליציי טון ווען 2 בחורים טוען וואס מען דארף נישט? מיינערס מיט מיינערס איז פאררעכנט נארמאל און זיי קענען גארנישט טאן, לפי ידיעתי.

אישתישבי » דאנערשטאג מאי 6, 2021 4:49 pm

· #472605
עס איז נישט קלאר צו דיין שאלה איז ביי א מאנס אדער א מפתה.

ווי אויך, דער באבערען ביי בחורים איז גאר א קליינע עבירה און עס געשעהן גארנישט. כל זמן מיט פארגעוואלדיגט נישט כמכחול בשפופרת איז עס א שוואכע עבירה. ווער עס ווייסט ווייסט אז דאס איז דער סטאנדארטער עבירה. אוודאי איז דא גרעסערע חזירים.

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 6, 2021 4:53 pm

· #472608
דאס בעסטע מיטל איז גארנישט צו טאן!
אז יא עפעס טאן, שיקט אים צו א ווארימע חסידישע איד, אן אויסגעווייקטער תלמוד פון רבינו הק' זי''ע, א איד וועלכער איז אויסגעקאכט אין די הייליגע שובבים תורות, און עסט די הייליגע מאכל פצע''י מיט אסאך קנאבל, שבת נאך די צוויבל מיט אייער. אז ער זאל אריינרעדן אין אים אביסל ווארימע מוסר, און אים פארציילן ווי שטארק דער רבי זי''ע האט געוויינט אויף דעם.
מ'מוז גלייכצייטיג זיכער מאכן, נישט צו פארשעמען דעם בחור. ער האט פאטענציאל אויסצווואקסן א צדיק וקדוש... און מיט אים פארשעמען קען אים חלילה אוועק לייגן אויף אייביג.

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 6, 2021 5:09 pm

· #472611
איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע אשכול. אבער וויאזוי זאגט מען עס גענוי? באברען? באברענען? אדער באבערן?

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 6, 2021 5:29 pm

· #472613
[ציטאט אראפגענומען]

דו מישט אביסל, קודם רעדסטו פון א אינגערמאן וואס טוט נישט גארנישט היינט אדער מ'ווייסט נישט צו ער טוט נישט אבער וואס ער האט יונגערהייט פארגוואלדיגט אנדערע. זעה די בּאָלד. ׁ(איך קען אויך מאכן פינטעלעך..)

דערנאך, טוישטו אזוי געניט אריבער די שמועס איבער א אינגערמאן וואס מ'האט געכאפט עס טוהן היינט. דא אבער ווייטער ווערסטו אומקלאר ווייל דו ביסט ממשיך "דארף מען זיך צוערשט נאכפרעגן אויב זיין לאקאלער רב וכדומה ווייסט אז דער יונגערמאן איז נעבעך עלול צו טון נישט גוטע זאכן." האט ער היינט פארגוואלדיגט אדער אמאל? האט מען אים געכאפט צו נישט?

בת קול » דאנערשטאג מאי 6, 2021 6:54 pm

· #472623
דו רעדסט פון א בחור וואס ווערט באצווינגען אדער נישט?
אויב שעדיגט ער אנדערע אוודאי דארף מען נעמען ערנסטע שריט. וואו קומט דא אריין פרעגן א רב וויפיל ער האט שוין פריער געשעדיגט?
עס מוז זיין כאטש 3 קרבנות מען זאל אוועקלייגן א פארברעכער?

אויב איז דאס פשוט 2 בחורים וואס ביידע שפילן זיך ארום ווילענדיג, איז אן אנדערע מעשה.

בת קול » דאנערשטאג מאי 6, 2021 7:07 pm

· #472627
[ציטאט אראפגענומען]



מען קען קיינמאל נישט וויסן אויף זיכער.
Better safe than sorry.

אין ביידע פעלער איז דער וויקטים בארעכטיגן צו נעמען סיי וועלכע שריט ער זעהט פאר וויכטיג.
א רודף'ס בלוט איז נישט טייערער ווי די וויקטים'ס.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג מאי 6, 2021 7:29 pm

· #472630
דיין שאלה איז א Minor מיט א Minor?
וואס גייט די פאליציי טוהן?

בנוגע די 20 יאר צוריק שאלה.
ס'איז דא אזא זאך ווי Statue of limitation, כ'ווייס נישט ווילאנג ס'איז ביי די סארט אקטן.

אלע צוזאמען » דאנערשטאג מאי 6, 2021 9:03 pm

· #472639
א מעשה וואס פאסירט צווישן בחורים, זאל בעסער בלייבן צווישן די בחורים.
און א ווארט צו די בחור, די וויקטים, כאפ אן דיין רודף, און ברעך אים אן אלע ביינער, לערן אים א לעקציע וואס ער זאל עס געדענקן אויף אייביג, אפילו אויב עס איז די ערשטע מאל.

תרמב » דאנערשטאג מאי 6, 2021 9:40 pm

· #472645
די בחורים דארפן אלע קומען לייענען קאווע שטיבל צו הערן דיין הארציגע אויסשריי, אבער די מנהל קען זיי נאך אנברעכן די ביינער פאר דעם אליינס.

תוהו ובוהו » דאנערשטאג מאי 6, 2021 9:56 pm

· #472648
פתח במחטיא ועבר למאנס וסיים במחטיא...

א מחטיא איז נאר א אידישער פראבלעם, גארנישט מיט פאליציי צוטוהן, זאלן מחנכים וואס זארגן זיך פארן כרם השם, טוהן וואס זיי ווילן: דערשרעקן, שלאגן, מאכן שולד געפיהלן, אלעס צוזאמען. (דער עיקר איז צוקוועטשן דעם בחור'ס נאטורליכע סעקסואלע וואוקס, מיט א געמיש פון לייקענען אינעם פראבלעם, צוקוועטשן דעם פראבלעם, און אזוי דורכשטופן ביז מ'וועט אים טרעפן א כלי מחזיק ברכה)

א מאנס איז אן ערענסטן פראבלעם, בפרט ביי מיינער'ס וואס דער דרייוו איז אויפן העכסטן גראד, און דאס פארשטאנד/אחריות/רואה את הנולד איז היפש נידריג, און געווענטליך ווי נאר ער ווערט עלטער וועט ער אזאנס נישט טוהן, פונקט ווי קינדער וואס גנב'נען ריסעס...

און דאכטצעך לעגאל איז אויך נישט דא צופיל צוטוהן חוץ 'צו הרחקה'/מאסר ללילה.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

גרעפיקסער » פרייטאג מאי 7, 2021 1:12 am

· #472663
וואס צו טוען מיט יענעם איז א ערענסטע שאלה, אבער וואס דו דארפסט יא טון איז אויסלערנען ׳דיין׳ קינד ׳סעלף-דיפענס׳ שוין פון די 8-9 יאר. זאלעס זיין ׳סיי וואס׳ אפילו פאליציי! און פאר ׳סיי ווער׳ ס׳זאל זיך נישט מאכן...

נײגעריגער » פרייטאג מאי 7, 2021 1:14 am

· #472664
איי איז דאס א פּרוש... די נאַאיװיטעט אין די מענטשלעכע טבע, און אינעם מציאות, שרייט ארויס מבין הדברים.
ליבי אומר לי, און פון צװישן די שורות איז גאנץ קלאָר משמע, אז יענער איז נישט באמת "באגוואלדיגט געווארן" (דהײנו אין בוכשטעבליכן זין פון װארט: שלא מרצונו, - ד. ה. אז ער האט געזאגט "כ'װיל נישט" און דער אנדערער האט ממשיך געװען במעשה אָהן זיין הסכמה), נאר ער פּלאָגט זיך מיט רוחניות'דיגע שולד געפילן אויף מעשי ילדות. אלזא, אויסער אויב ער װאוינט אין איראַן אדער סאַודי אַראַביע. װאו מע טייטעט פאר די ענינים, װאס איז אפי' די הו"א דא צו גיין צו די פּאָליציי?

װי דער עולם האט אנגעמערקט, מישט ער צאַם א קוגל איום ונורא. נעמט אייך אריין אין קאָפּ: מענטשן שפּילן זיך צװישן בני גילם. װאָס איז דאס עמיצנס דאגה?
װילסט תשובה טוהן? זאג תהילים, תיקון הכללי, געב צדקה אא'װ. חרטה על העבר מיינט נישט גיין צו די פאליציי אדער באַרעדן יענעם, אדער באַשולדיגן דעם שותף לדבר עבירה וכדו'
איינער איז זיך מוחל די עבירות אויף די עלטערע יארן, נו זאל עם װאויל באַקומען. נישט אויף יענעמס חשבון אבער. ס'נישט מענטשלעך און נישט יודישלעך.

װי עס שיינט פעלט דא די בעיסיק ידיעה אין אזעלכע יסודות'דיגע ענינים װאס יעדע אכט יעריגס ברויך צו װיסן, אז אפשר איז טאקע בעסער אז מ'שװייגט. װי עס שטייט כשם שמצוה על אדם לומר וכו'
איך אלײן בין לדאבוני נישט געװען צופיל בעסער, נישט לאנג צוריק 😳
דעם עלטערן יונגערמאן ראָהט איך ער זאל ביטע גיין פאר פּראָפעסיאָנעלע היילונג סיי װי אזוי, ס'װעט עם העלפן געבן א קלאָרערע בליק אויף זיין פּיין און נישט פאָרזעצן װייטאגן אויף נאך צװאנציג יאר. שרייען פּאליציי פּאליציי פּאליציי װעט נישט היילן זיינע װאונדן.

[ציטאט אראפגענומען]

לאו דוקא. ודי בזה.

[ציטאט אראפגענומען]

חס וחלילה!
דאס קען זיין די סיבה פארװאס יענער האלט אז ער איז באגװאלדיגט געװארן. די נאָגנדע שולד געפיהל װאס מ'פּרעדיגט אזוי אריין, קען חרוב מאַכן ס'נפש פאַר יאָרן לאַנג.
דרכיה דרכי נועם, לא ניתנה תורה למלאכי השרת. מ'ברויך דעם בחור נייטן א פארשטענדלעכן אויער, פארשטיין געבן אז דאס איז די סדר העולם, יעדער האט די תאװה, ס'נישט זיין שולד אז ער האט די האַרמאָנען. יעדער יחיד מוטשעט זעך מיט דעם אויף זיין שטייגער. און ער זאל טאַקע זעהן צו ארבעטן דערויף, זיך האלטן אין די ראַמען כּפי שידו מגעת. און די װעלט װעט זיך נישט ענדיגן אויב ער "זינדיגט" אמאל. דאס איז די נאַטור פון די מענטשהייט. (זיסע חלומות, כװייס... מי יתן והיה)

נישט נאר סטראַשען און פראסקענען ארבעט נישט, ס'האט אפט די פארקערטע השפּעה.

כמובן, אויב רעדט מען פון איינער װאס גייט ארום באצװינגען אנדערע, פּשוטו כמשמעו; איז עס דאך גאָר אַן אנדערע מעשה. טערעפּי און טאַבלעטן װערן לכאו' גע'עצה'ט אין אזאַ פאל, (בפרט באַ אונדז װאס לאזן פארפילן דעם אמת'ן געברויך לכתחילה איז דאך אומדערהערט), ביז דער בחור קומט לכּלל דעת מיט א געזונטערע צוגאַנג אין די נושא אדער באַקומט פּת בסלו.

אז א יונגערמאַן טשעפּעט זיך צו יונגערע בחורים אדער א בחור צו יונגלעך, איז עס דאך גאר אן אנדערע סוגיא בכלל. ואינו דומה צו אייער חבר'ס ערפאַרונג.

כל זה נראה לפענ"ד, ואם טעיתי בעט איך מחילה. וה' הטוב יכפּר.