☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » קארלינער מה ידידות און סיגעטער בבואו מאדום

קארלינער מה ידידות און סיגעטער בבואו מאדום

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14611

צפור בודד » דינסטאג מאי 4, 2021 5:18 am

· #472330
קארלינער מה ידידות און סיגעטער בבואו מאדום
דער סיגעט/סאטמאר בבואו מאדום איז שטארק באקאנט און ס'איז מיר געווען א חידוש דא צו הערן אז דער קארלינער מה ידידות הייבט זיך אן כמעט דער זעלבער. קארלין איז אסאך אן עלטערער גזע ווי סיגעט אבער ס'קען אויך זיין אז די קארלינער האבן פארפאסט דעם ניגון שפעטער ווי בבואו מאדום.

דרך אגב, ס'איז כדאי אויך צו הערן ביי דעם לינק דעם קארלינער "בר-יוחאי" וואס איז א באקאנטער טאנץ ניגון, לא תבושי סטייל. איך האב נישט געוואוסט אז ס'איז קארלין און אויף בר-יוחאי.

סעגאל » דינסטאג מאי 4, 2021 7:17 am

· #472332
עס הייסט אז איינער פין די סיגוטע רבי'ס איז געווען ביי רבי הירש'עלע מרימינב אין פין דארט קימט די ניגון סאו קען זיין ביידע סיי די סאטמערע אין סיי די קארלינע קימען פין פריער אין פין די זעלבע פלאטץ.

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג מאי 4, 2021 7:43 am

· #472334
סעגאל
עס הייסט אז איינער פין די סיגוטע רבי'ס איז געווען ביי רבי הירש'עלע מרימינב אין פון דארט קימט די ניגון סאו קען זיין ביידע סיי די סאטמערע אין סיי די קארלינע קימען פין פריער אין פין די זעלבע פלאטץ.

קארלין שטאמט פון ר’ אהרן הגדול פון קארלין און פונעם בית אהרן, מקום מושבם אין ווייס רוסלאנד,
איך קען נישט זעהן ווי ביידע זאלן האבן עפעס שייכות, אז די קארלינער רביס זאלן אהין גיין.
[אחוץ דורך דעם וואס טשערנאבל איז געווען א מחותן מיט קארלין און מיט רוזשין און כידוע דער ר"ר איז געפארן קיין רוזשין]
עכ"פ איך מיין אז נאר די אנפאנג פונעם ניגון איז די זעלבע,
גראדע צווישען חב"ד און קארלין טרעפט מען אסאך ענליכע און זעלבע ניגונים צוליב די נאנטקייט ביידע זענען געווען געבעיסט אין די זעלבע געגנטער אין רוסלאנד

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 4, 2021 9:38 am

· #472344
צפור בודד
ס'איז מיר געווען א חידוש דא צו הערן אז (דער) א קארלינער מה ידידות הייבט זיך אן כמעט דער זעלבער.


גראדע די ערשטע ניגון אויף יענע סידי זינגט מען אויך אין ברעסלב אויף א נידריגערע טאון מיט נאך קליינע שינוים. די לעצטע ניגון דארט איז א באקאנטע כליזמר ניגון, בפשטות האבן עס די קארלינע חסידים געהערט אין מירון.

שאטן » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 7:54 pm

· #506071
צפור בודד
ס'איז מיר געווען א חידוש דא צו הערן אז דער קארלינער מה ידידות הייבט זיך אן כמעט דער זעלבער.
דו ווייסט אפשר ווי איך קען הערן די הויכע פאל פון די ניגון? איך האב געהערט א שיינע שטאטע ניגון וואס איך האב זייער האנה געהאט, די שפילער האט מיר געזאגט אז עס איז א קארלינער מה ידידית. איך זוך שוין לאנג די ניגון אער איך קען עס נישט טרעפן, עס איז מעגליך די ניגון.

מחצה''ק » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 11:28 pm

· #506084
שמחהלע קאפשטיק
סעגאל
עס הייסט אז איינער פין די סיגוטע רבי'ס איז געווען ביי רבי הירש'עלע מרימינב אין פון דארט קימט די ניגון סאו קען זיין ביידע סיי די סאטמערע אין סיי די קארלינע קימען פין פריער אין פין די זעלבע פלאטץ.
קארלין שטאמט פון ר’ אהרן הגדול פון קארלין און פונעם בית אהרן, מקום מושבם אין ווייס רוסלאנד,
איך קען נישט זעהן ווי ביידע זאלן האבן עפעס שייכות, אז די קארלינער רביס זאלן אהין גיין.
[אחוץ דורך דעם וואס טשערנאבל איז געווען א מחותן מיט קארלין און מיט רוזשין און כידוע דער ר"ר איז געפארן קיין רוזשין]
עכ"פ איך מיין אז נאר די אנפאנג פונעם ניגון איז די זעלבע,
גראדע צווישען חב"ד און קארלין טרעפט מען אסאך ענליכע און זעלבע ניגונים צוליב די נאנטקייט ביידע זענען געווען געבעיסט אין די זעלבע געגנטער אין רוסלאנד
סדא גראדע א קארלינע ניגון וואס קרלין שרייבט עס קימט פון ר''ר הערש די ניגון יהי החודש

בלויע בעקיטשע » פרייטאג יולי 19, 2024 12:42 am

· #568311
Re: קארלינער מה ידידות און סיגעטער בבואו מאדום
עס איז דא א שויתי ה' לקראתי וואס מען זינגט אין סלונים וואס קומט פון ר' יצחק ממעליץ.