☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ל"ג נהפך ד"ם - א קינה

ל"ג נהפך ד"ם - א קינה

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14603

אמת45 » פרייטאג אפריל 30, 2021 10:18 am

· #471981
ל"ג נהפך ד"ם - א קינה
ל"ג נהפך ד"ם - א קינה

גאט האט געצערנט און געשלאגן,
א מכה ביי ר' שמעון,

מ'קען נישט צו זיך קומען,
און ווי קען מען דערטראגן,

די סעקונדע צווישן לעבן אין טויט,
פון טאנץ ביז טרעט,
פון פרייד ביז טרויער,

די שרעק פון געדרענג ביים שוועל פון לעבן,
גסיסה פלוצים,

די פאניק ביים פאלן, א מענטשן קבר,
צו אייגענע ברודער לייבן,

די שוידער פון שפירן פיס איבער די קערפער,
סקילה און חניקה אין הויף ר' שמעון,

די כאאס פון דערשטיקטע שטימעס,
שרייען הילף פארלוירן,
און זייער לעצטע געדאנקען אין א פרייליך פלאץ,

די פיין פון פארלוסט, ביטערניש פון טויט,
ייאוש אין אָרט פון האפענונג,

די צובראכנקייט פון א באטראפן פאלק,
אן אומגליק ווי א שווערד אין הארץ.