ר' משה שטערנבוך אטאקירט ''אתרא קדישא''
עפעס טוט זיך "לעבעדיג" מיט אתרא קדישא.
ר' משה איז ארויס מיט א בריוו אז א.ק. מאכט פאלשע פראטעסטן אין באר שבע דארט וואו -לויט ווי ער זאגט - גראבט מען מיט אן השגחה.
ירושלימע'ר רב האלט מיט אתרא קדישא, ר' משה שטייט מיט אן אנדערע ארגענעזעשען וואס האט אויך געהאט די שטיצע פון הרב אלישיב.
פארעכט די ספעלינג ביטע, "אתרא" מיט א אלף
גאלדפארעכט די ספעלינג ביטע, "אתרא" מיט א אלף
אין אזא פאל איז בעסער צו שיקן אין אישית... אזוי וועט זיך נישט אנזעהן אז מיין תגובה איז פארראכטן געווארן!
איז אמת אז דער גאב״ד העדה שטיצט יא אתרא קדישא?
די בריוו
📎 2012810_1641010029_png.png
סוי די 3 רבנים האבען 'אטאקירט' ר' יצחק טובי' ווייס, ר' דוד שמידעל אין יצחק ווייס?
איך מיין אז עס פאסט נישט אזא אויסדריק אויף אזעלכע גאונים
קלארסוי די 3 רבנים האבען 'אטאקירט' ר' יצחק טובי' ווייס, ר' דוד שמידעל אין יצחק ווייס?
די ראב"ד אטאקירט נישט דעם גאב"ד, ער אטאקירט ר' דוד שמידל (יצחק ווייס איז א נאכשלעפער און א שרייבער פאר דער איד). ער בעהט גאר אז בי"ד זאל פארדאמען אתרא קדישא.
קלאראיך מיין אז עס פאסט נישט אזא אויסדריק אויף אזעלכע גאונים
און דזשאוסט עס א ביי דע וועי, כ'מיין דער ראב"ד און די אנדערע צוויי קענען זיך נאך פארמעסטן מיט זייער גאונות...
a1b2אתרא קדישא איז די זאליס?
זאלי געשטימט...
דאס מיינט אז עס גייט אונז גוט
a1b2דאס מיינט אז עס גייט אונז גוט
ווער איז אונז? זאג מיך מיין פארטי נישט אונז
לעמילa1b2דאס מיינט אז עס גייט אונז גוט
ווער איז אונז? זאג מיך מיין פארטי נישט אונז
אינז מיינט מען כלל ישראל נאר דא אינעם גלות זעהט מען עס נאך נישט
אתרא קדישא איז נישט זאליס
קדמונינו, וועד להצלת בתי עלמין/אדמת קודש, אגודה למניעת חילול קברים זענען נישט קיין ארונים
קיין איינס דערפון האט מיסודו נישט קיין סאך מיט סאטמאר
עס איז נאר ווי יעדע מחלוקה אריינגעמישט אין די סאטמערע חאזעריי
די ערשטע פאנטשער איז געווען ביי די פרשה פין קדמונינו ווי דער ברך משה ז''ל האט צואזאמען מיט די עדה שטארק געבעקט קדמונינו קעגן אתרא קדישא'ס פאשקעווילן
דער צווייט גרעסטער פאנטשער איז געווען ביי די פרשה פין טאלעדא אין שפאניע ווי די רעגירונג האט נאר געוואלט ארבייטן מיט וועד להצלת בתי עלמין אין בשו''א נישט געוואלט האנדעלען מיט אתרא קדישא טענה'נדיג אז א''ק איז נאר דא צו שרייען אין זיי באצווינגען אויף זאכען וויי זיי זענען נישט מחיוב לויט זייערע געזעצן אן קיין טראפ סענס
אין די ארונים האבען דעמאלסט שטארק געשטיצט הגאון ר' אליקום שלעזניגער פין לאנדאן קעגן וועם די 'זאליס' האבען פארריפען א עצרת אין מאריאט האטעל
די פראטעסט האבען די זאליס פארריפן אויפן פארלאנג פין אלימלך שטערן - א שטארקע האסער קעגן די ארונים
אין די ארונים האבען זיך אנגענומען פאר ר' אליקום שלעזינגער - א לאנג יעריגע ידיד פאר סאטמאר פין צענדליגע יארען
(צום סוף האט טאקע די רעגירונג צירקוגעגבן די עצמות פאר אדמת קודש טראץ די פראטעסטן פין א''ק 2 מאל א וואך אין מאנהעטן)
אין די לעצטע פאנטשער איז דא ביי אגודה למנועת חילול קברים וועלכע באשטייט פין רובא דרובא געוועזענע ארבייטער פאר א''ק וועלכע האבען זיך אפגעשאקעלט פין זיי וועגן גרויסע קאראפציע טענות
אין האבען די שטיצע פין אסאך גרויסע רבנים טייל אפען אין טייל נישט אפען, אין שפיץ פין זיי איז הגאון ר' משה שטערנבוך
מ'קען שרייבן לאנגע מגילות איבער די מחלוקת אין טעראר וואס א''ק האט געפירט די א''ד ארגענעזאציעס אין זייער רבנים
אויף קול סאטמאר איז דא ערגעץ ווי מ'קען מיטהאלטן די פאזעטיווע אפדעיטס
איך קען מיך נישט אויס מיט דעם האטליין אז איינער ווייסט וויאזוי מ'קומט אן צו יענעם אפטיילונג קען עס מודיע זיין
פארדעם האב איך געשריבן "זאלי געשטימט". אוודאי איז מהרז"ל נישט נשיא... אבער די מנהלי הארגון (אין ניו יארק זעכער) זענען זיינע מענטשן. און חוץ אין זיינע בתי מדרשים [מיינע] נעמט מען שוין אין ערגעץ נישט צאם קיין געלט ערב יום הקדוש
באקומען אין אימעיל פין בחצרות סאטמאר
קלארער מכתב קודש פון הגאון ראב"ד ירושלים שליט"א ערשיינט איבער די פרשת חילול קברים אין ארה"ק
א גאר געוואונטשענע און באגריסנדע קלארקייט איבערן מצב פון די קברי אבותינו איבער ארץ ישראל, האט זיך אויסגעשפרייט איבער די חרדיש'ע וועלט בכלל און אין ארץ ישראל בפרט, מיטן ערשיינונג פונעם תשובה וואס איז געשריבן געווארן דעם ערש"ק דורכ'ן שר התורה העומד בראש מערכת ישראל פאר צענדליגער יארן כולם שוין לטובה, הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד ירושלים.
אינעם בריוו וועלכער איז א תשובה איבער וואס מען האט אנגעפרעגט ביים ראב"ד שליט"א איבער די מצב פון די קברי אבותינו אין ארץ ישראל, באציהט זיך דער ראב"ד אויף דריי פראיעקטן איבערן לאנד וועלכע זענען יעצט עומד על הפרק, ווען צו ערשט רעדט זיך עס וועגן די אנגייענדע פראיעקט אין באר שבע, וואו דער וועד למניעת חילול קברים האט ב"ה באוויזן אפצוראטעווען אלע קברים בסייעתא דשמיא, און עס האבן זיך פארט געטראפן אזעלכע וועלכע האבן געשיקט יונגעלייט צושטערן די ארבעט דארט מיט פארשידענע אויסריידן.
אויף דעם שרייבט דער ראש בי"ד זיין פריוואטע עדות'שפאט, אז אלעס ווערט דארט געמאכט לויט די פיקוח הרבנים אויפ'ן בעסטן פארנעם, און די פירמע דארט האט אויסגעגעבן צענדליגער טויזנטער דאלער צו טוישן די בוי פלענער אין ליכט פון די אנטדעקטע קברים, און דעריבער איז "אין שום מקום למחאות" וויבאלד אלעס ווערט געמאכט אונטער א השגחה ווי שוין דערמאנט, און אדרבה, מען דארף משבח זיין די ארטיגע פראיעקט אייגנטומער, כדי אנדערע זאלן נאכגיין אין זייערע וועגן בסייעתא דשמיא.
דערנאך באציט זיך דער ראב"ד צו די יעצטיגע סכנה פון חילולי קברים אין מסילת ציון, נעבן די געגנט אשתאול, וואו דער ראב"ד שרייבט, אז דארט הערשט יא אן ערנסטע סכנה אויף די קברים, און דער ראב"ד לייגט צו אז מען טוט יעצט השתדלות אין דעם ענין, און אויב זיי וועלן זיך פאר'עקשנ'ן ווייטער אנצוגיין מיט די חילול הקברים, וועט זיך טאקע דארט יא אויספעלן ערנסטע מחאות, און ער וועט בעטן פון דעם גאנצן בית דין אויסצורופן אז עס איז פאראן א חובת מחאה.
דערנאך באציט זיך דער ראב"ד איבער די ווייטאגליכע טעמע פון די קברי נשר וואס ווערן ליידער נתחלל מידי יום ביומו, און דער ראב"ד שרייבט קלאר ארויס, אז דאס וואס די וועלכע פירן אן מיט די גראבונגען פאררופן זיך כאילו זיי פארמאגן א היתר פון פוסק הדור הגאון הגדול הרב וואזנער שליט"א בעל שבט הלוי, איז א שקר גמור, און אז דער שבט הלוי שליט"א איז דאס בכלל נישט מתיר, און ליידער האט מען שוין ארויסגעשלעפט אסאך אידישע נפטרים פון זייער מקום מנוחה, און דער ראב"ד שרייבט צו, אז עס וועט נאך בעז"ה נתפרסם ווערן וואס דארט גייט פאר.
דער ראב"ד פירט אויס מיט א תפלה, אז דער אויבירשטער זאל העלפן, מיר זאלן זוכה זיין צו טון גענוי ווי דעם רצון ה', ןשלום תהא בישראל.
דער שטארקער בריוו מיט'ן קלארן דעת תורה האט געמאכט א גרויסן שטורעם אין די ארץ ישראל'דיגע גאסן, און איז א שטארקער חיזוק פאר די ערליכע מסירות נפש'דיגע עסקנים, וועלכע האבן נאר איין ציל פאר די אויגן, צו ראטעווען וואס מער קברי ישראל.
עס איז צום האפן אז די אלע מחרחרי ריב וועלן זיך בארעכענען און אפלאזן דעם דרך עקלתון, און אנשטאט דעם זיך אפגעבן מיט ראטעווען קברים אויף די פלעצער ווי די קברים זענען טאקע ריכטיג אין א סכנה, אריינגערעכנט די קברי נשר וואו עס איז נאך דערווייל ליידער גארנישט געטון געווארן אפצושטעלן דעם שרעקליכן בזיון הקברים.
-עשה למען שוכני עפר-
וואס גייט שוין ווייטער פאר אין אתרא קדישא ?
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=44017">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=44017</a>
שלומכן יסגאאיז אמת אז דער גאב״ד העדה שטיצט יא אתרא קדישא?
די חאזעריי פין אתרא קדישא ווערט אין מער אין באקאנט, בעיקר ביי די קהילות פין די עדה החרדית
היסטאריקער ווייסן צו זאגען אז אז די לעצטע פאר ירושלימער רבנים האבען אייביג געליטען פין אתרא קדישא,
אנגעהויבן פונעם מנחת יצחק, ר' משה ארי', הרב דשינסקיא - נאך אלס ראב''ד,
אויסער ר' יצחק טובי' וואס פלעגט זיי ביז לעצטנס געבן בריווען בלינדערהייט, חוץ ביי די פרשה פין ווילנא ביה''ח ווי ער האט געמוזט צירוקצויען נאך דרוק פין די חברי הביד''ץ וועלכע האבען פאררופן א ישיבת בי''ד מיט די פארשטייער פין אדמת קודש
אינטערסאנט אז די אטאקירטע סעטן זיך נישט אויף אויפצודעקן אתרא קדישא'ס היסטארי
עס גייט אבער נאך לכאורה געשהן איין טאג
אין דעמאלטס גייט זיין בזיונות
סתם נייגעריק, איז אמת אז מען האט געבלאקט אים א׳י קול סאטמאר פין אלע מאושר טעלעפאנס ווייל זיי אטאקירן ר׳ דוד שמידל?
אתרא PWOER
עס איז געלונגן צאמצושלעפן כעמט 10 יונגעלייט מוחה צו זיין אין באר שבע אויפן רוף פין הרב שמידל
<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=138592">http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=138592</a>
קאלמאנאוויטש פין אתרא קדישא ארעסטירט
חזקי קלמאנאוויץ איז ארעסטירט געווארן
מ'האט אים געכאפט ביי די מעשה גנב'ן עצמות נעבן בית שמש.
אוי טאטיסתם נייגעריק, איז אמת אז מען האט געבלאקט אים א׳י קול סאטמאר פין אלע מאושר טעלעפאנס ווייל זיי אטאקירן ר׳ דוד שמידל?
פארוואס מעלדט נישט די זאלי טוויטער גרופ אז עס ארבעט שוין ווייטער ווי געהעריג?
איינער שיקט מיר די נומבער פין די אתרא קדישא האטליין
א גרויל ווי מענטשן רעדן אזוי שמיציג
718-513-7660
די ס''ה איז אז ווער עס איז קעגן אתרא איז אטאמאטיש א ציוני וכו' ווייל יצחק ווייס פסקנ'ט ווער ס'איז לוחם מלחמות ה..
בריסקער ראש ישיבה שאקעלט זיך אפ פין א''ק
אין א''י קאכט זיך יעצט איבער די לעצטע שאס וואס אתרא (ע''ט אין י''ו) האבען געוואלט שיסן קעגן די אגודה למניעת חילול קברים אין דער ראב''ד
זיי האבען פאררופן אן אסיפה ביי ר' דוד סאלאווייטשיק אין שטוב ווי מ'האט געזאלט ארויסדערווישן א קול קורא קעגן די אגודה לח''ק
אלע דעטאלען ארום די אסיפה איז צו לאנג פאר יעצט
אבער אזופיל האט יעדער מיטגעהאלטן ווי אתרא איז געווען מורא'דיג אויפגעהייטערט פין די בריוו וואס ער האט זיי געגבן
אין זיי האבען צוגעשריבן אז די בריוו איז למען אתרא קדישא אין עס ארומגעהאנגען אין די גאנצע וועלט
אין ענדליך האבען זיי גיט צויגעפיקסט די אלח''ק
דער בריסקער ראש ישיבה האט דאס אבער באמערקט
אין ביי זיין שיעור דינסטוג אין ישיבה האט ער זיך זייער שארף אויסגעדריקט ברבים קעגן די עסקנים פין א''ק וועלכע ניצן זיין בריוו פאר זייער פאליטיק
ער האט גערעדט אפען מיט נעמען אין געזאגט אויף איינעם אז ער האט א קפידא אויף יענעם
פארשטייט זיך אז א''ק האט נישט גערישט אויף אזאנס, נאכדעם וואס צום וויפילטען מאל ווערט די עולם געוואר וויפיל ליגענט זיי ניצן
די ווערטער פונעם ר' דוד
אן די נעמען, (ביידע נעמען וועם ער רעכנט אויס זענען באקאנט ביים עולם)
📎 A2Ino4oCQAEyGGO.jpg
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס א נארמאלער רעכטדענקיגער מענטש זאל ענדערש גלייבן א פאשקעוויל אנע מקורות אן קיין אונטערשריפט, ווי א בריוו וואס ער האט געגעבן מיט זיין אונטערשריפט?
זייער פאני.
אוי טאטיקען מיר איינער מסביר זיין פארוואס א נארמאלער רעכטדענקיגער מענטש זאל ענדערש גלייבן א פאשקעוויל אנע מקורות אן קיין אונטערשריפט, ווי א בריוו וואס ער האט געגעבן מיט זיין אונטערשריפט?
זייער פאני.
ווי זעהסטו א אינטערשריפט? אין ווער לייקענט א אינטעשריפט? די שאלה איז נאר צו האט דערמיט געמיינט א''ק
אין פארוואס ער האט זיך אזוי אויפגערעגט ווען ער האט געזעהן אז מ'האט צוגעלייגט אויפן קעפל 'למען אתרא קדישא'
מיר איז אסאך מער אינטערסאנט, וויאזוי איינער קען גלייבן א געטייפטע צעטיל
בשעת דער ראש ישיבה האט ברבים זיך אפגעשאקעלט דערפון במעמד פין אלע תלמידים
יעצט שטעלט זיך ארויס אסאך מער
אז די אלע חתימות לעצטע וואך פין די א''ג עסקנים זענען געווען פשוט מזיוף מתוכו אדער מגבו- ווי כמעט אייביג, די לעצטע יארען
איך האב מיך געווינדערט וויאזוי קען זיין אז ר' חיים קנייווסקי גיבט זיי א בריוו בשעת זיי זענען מוחה אויף די פראיקאט אין באר שבע ווי די אלח''ק פאלגט דיין הוראה פין ראב''ד צו וואס ער האט צוגעשטומט בכתב
אין פארוואס זאל הרב וואכטפויגל שרייבן קעגן ראב''ד, הרב קניסקסקי אין הרב קרליץ
איך האב פריער באקומען די קונטרס אין אימעיל, ער שרייבט זייער צום פוינטאבער רבותי מיר עגבערט די פראגע עם מי האמת סאיז דא צוויי צדדים ביידע זאגען מיט א גלייכע מינע אן א בלינצעל מיט די אויג אז ביי מיר איז גיט און ביים צווייטען גראבט מען ביידע האבען רבנים,צייטונגען,האטליינס, פארטייען, ארגענעזאציעס, אפיעלס, בראשאורען, וועמען כדארף מען גלייבען
בדרך צחות שלאג איך פאר אז מען זאל צאלען פאר איינער פון די חברי הק.ש. אן טיקעט קיין א.י. און ער זאל אונז געבן אן ערשטהאנטיגען עקסיליוו באריכט......
דרך אגב איין זאך האט א.ק. מער דאס אז זיי האבען ליידיגייערס וואס זאלען גיין מאכען א באלאגען און א.י. און אפהאלטען א קאר פיקעטינג און מאנהעטן (ווי אומסעקספול דארף א פראטעסט זיין אז מען זאל עס אנרופען א פיקעטינג ? )י