אין סומכין על הציונים, אויסער זיי צו בלעימען
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14599
אין סומכין על הציונים, אויסער זיי צו בלעימען
איך קום יעצט פון א רבי'ס טיש, האט איינער דארט געטומלט אז די רשעים, די ציונים, האבן אפגעשפארט דעם ציון.
איך זאג דעם איד: איך האב פאר דיר נייעס, דער ציון איז יעצט אפן. אבער ביסט גערעכט אז זיי זענען רשעים, זיי זענען רשעים פאר'ן ארויפלאזן אזויפיל מענטשן אויף אזא קליינעם שטח אן קיין שום שכל'דיגער און מענטשליכער סיסטעם, ווי ס'וואלט זיך געפאסט פאר אן אזויגערופענעם פארגעשריטענעם מערב-וועלט לאנד. זיי זענען טיפשים פאר'ן פארמאכן דעם וועג ארויס, כדי אפצוהאלטן נאך מענטשן פון גיין אריין, אבער מער פון אלעם זענען זיי רשעים פאר'ן צולאזן אזא הפקרות.
עס קומען פאר "סטעמפידס" יאר-יערליך אין להבדיל אלף אלפי הבדלות מעקא, און אנדערע ענליכע פלעצער. דארט רעדט מען פון פופציג פגרים קעגן מיליאנען לעבעדיגע מענטשן. זיי מאכן די נויטיגע אראנזשירונגען צו קענען אקאמאדירן אזויפיל מענטשן, אבער ווען אזויפיל מענטשן קומען זיך צוזאם אויף איין ארט איז אוממעגליך צו פארמיידן טראגעדיעס. דא איז געווען די זעלבע צאל הרוגים, רח"ל, קעגן בלויז צען פראצענט פון די מענטשן.
דער איד טענה'ט זיך מיט מיר, "איך פאר שוין קיין מירון צען יאר און אלעמאל זענען דא פונקט אזויפיל מענטשן, אבער קיינמאל זענען נישטא קיין הרוגים. איז דאך א ראי' אז מען דארף נישט מורא האבן."
איך פרעג אים, וואס איז מיט'ן אין סומכין על הנס? ענטפערט ער מיר "כדאי רבי שמעון לסמוך עליו."
יא אמת, איך ווייס אז די גמרא זאגט כדאי רבי שמעון לסמוך עליו, אבער נאר בשעת הדחק, נישט גיין און עס מאכן א לכתחילה, נעמען הונדערטער טויזנטער אידן און זיי אריינשטופן אין א קליינטשיגן שטח, אן קיינע מענטשליכע באדינגונגען.
די ציונים, די רשעים, וואלטן קיינמאל נישט צוגעלאזט אזוינס אין להבדיל זייערע סטאדיומס, אבער ווען ס'רעדט זיך פון חרדי'שע אידן קימערן זיי זיך ווייניג.
מיט אזא מענטאליטעט קען מען ערווארטן אז ביז א חודש-צוויי ארום וועט מען פארגעסן די לעקציע און שרייען "רשעים" אויף די וואס ווילן עפעס אויפטאן, אז מען זאל קענען פראווען די גרויסע הילולא מיט זיכערקייט.
דו ביזט וואויל גערעכט, אבער דא איז קלאר אז די משטרה זענען ליידער שולדיג, זיי האבן אפגעשפארט א עקזיט אן קיין חשבון.
ס'איז גארנישט אזוי קלאר!
קענסט זיך סומך זיין....
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2749449#p2749449">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p2749449</a>
שמעקעדיגקענסט זיך סומך זיין....
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2749449#p2749449">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p2749449</a>
שרעקליך
שמעקעדיגקענסט זיך סומך זיין....
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2749449#p2749449">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p2749449</a>
איינער קאממענט דארט: "דא זעהט מען קלאר א געיט.." 😂 😂 😂
בונה של טוב: ס'איז נישט קיין הוה אמינא אז די איזראעלי פאליס דארפן אדורכגיין אן ..."עטיטוד עדזשאסטמענט"...נאר זיי זענען דאך נישט כולו רע. איך האב געהערט אויף איינס פון די קליפס וואו די פאליס זענען גערופן געווארן צו שטערן א ..."הפגנה"...פון די שמאלציגע טשאלמערס. וואו דער סארדזשענט שרייט צו זיינע פאליסלייט ..."בעדינות"... אז זיי זאללן זיך אומגיין איידל מיט די מענטשן...!
זיכער איז דא אויסגעשפראכענע רשעים און אכזרים צווישן זיי. ספעציעל צווישן די רוסישע אימיגראנטן...! זיי האבן נישט קיין אידיש הארץ ווייל זיי זענען נישט קיין אידן...!
נאר אונזער היימישער עולם איז זיך אויך ווערט דאס געלט. זיי רייצן זיך אפן מיט די פאליס. אפילו דא אין ניו יארק איז נישט כדאי זיך פארטשעפענען מיט די פאליס.
איך האבמיך איינמאל (ב"ה) ארויסגעדרייט פון די פאליס. כ'האב מיך געמאכט משוגע. זאגט איינער צו זיין חבר. קום לאמיר איהם אפלאזן ער איז א צודרייטער...!
אן הוספה: ער האט שוין געהאט גענומען מיין לייסנס און רעגיסטרעישן. ר'האט מיר צוריקגעגעבן די פעיפערס און אוועקגעפארן...!
שמעקעדיגקענסט זיך סומך זיין....
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2749449#p2749449">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p2749449</a>
שמעקעדיג: אונז דארף מיר זיך אליין קאנטראלירן. אן די הילף פון די איזראעלי פאליציי. די הילף פון די פאליס וועט מען לאזן פאר ווען די סאטמאר'ע רעבעס פארן קיין א"י. און מ'דארף אפשפארן די טרעפיק כדי די עסקעלעידס זאללן קענען פארן גלאטיג...!
לעניינינו. מ'דארף שטעללן סדרנים (און פאלגן וואס זיי הייסן) כדי זיכער צו מאכן אז ס'גייען נישט אריין צו פיהל מענטשן אויפאמאל. אויך. אז אלע עקזיטס זאללן זיין פריי און נישט פארשטעלט. אזוי אז בשעת חירום (אין קעיס אוו עמערדזשענסי) זאלל מען קענען גלייך ארויסגיין אויף א מסודר'דיגן אופן...! וה' ישמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום...!
די ציונים זענען רשעים.
דאס איז קלאר, מען דארף נאר זוכן פארוואס אפילו ווען ס'איז זיך סותר.
פאר בערך צען יאר צוריק האט די מדינה געוואלט איבערנעמען די פלאץ, און עס פירן אויף א פראפעסיאנאלע אופן האט מען געשריגן רשעים זיי ווילן אונז בא'גנב'נען, מען האט זיך געשלאגן מיט זיי, ביז זיי האבן אויפגעגעבן.
ביי פרשת גשר דוב האט מען ווידער געשריגן רשעים, זיי ווילן דאך אונז אלע אויס'הרג'נען, היתכן זיי האבן צוגעלאזט אזא הפקירות.
זענען דא ציונים וואס זענען רשעים? ודאי שכן.
זענען דא חרדים וואס זענען רשעים? אוודאי יא.
זאגן אז ציונים זענען רשעים איז פונקט ווי זאגן אז חרדים זענען רשעים.
קהל'ס נער: איך פארשטיי נישט . דו ווילסט אז דער איד און דער בלאט זאללן נישט האבן קיין סחורה איבער וואס צו שרייבן. זיי קענען נאך ח"ו ארויסגיין פון ביזנעס. אונז דאנק מיר דעם באשעפער אז ער האט באשאפן די ציונים. ווען נישט די ציונים וואלטן מיר געמוזט צוריקגיין צו די גמרא ותוס'. ס'איז א סאך גרינגער צו ציען אן עולם פון הונדערטער מענטשן צו א דעמאנסטראציע אין מאנהעטן אקעגן די ציונים און זייערע פיהרערס שר"י, עפ"ל, ימ"ש ווי צו שלעפן אן עולם צו א דרשה איבער א סוגיא אין א ביהמ"ד...!
בערל: אז מען רעדט שוין...
אפשר דערצייל דא די מעשה פון ילדי טהרן, איך קען נאר די מעשה פון אנטי ציונ'סטישע מקורות, וואס כידוע (פאליטיקלי קארעקט חברה: ידוע פאר וועימן?) זענען גרייט צי שרייבן שקרים, וויל די מטרה כשר'ט די אמצעי, במילא גלייב איך נישט קיין איין ווארט וואס זיי זאגן, (כמו שאמר ההוא גברא, ווען זיי זאגן אמת, ווערן זיי בלאס).
ווידער די ציונים לייקענען שטיין אין ביין, ווייטער זיי קען מען אויך נישט גלייבן, ווייל זיי זענען דאך די באשילדיגטע.
מילא האלט איך אז די ביסט די מערסטע נאמן צי דערציילן די מעשה, (אפשר געדעינקסט עס נאך אפילו 😉) ווייל די ביסט א ציוני און די זעלבע צייט האסטו נישט קיין פראבלעים זיי צי בא'שגצ'ן ווען ס'קומט זיך זיי.
נא בערל גיי הוצאה.
קהל'ס נער: איך וויל ערפילן דיין בקשה און שרייבן איבער די ילדי טהרן, הגם דאס איז (אפשר) נישט דער ריכטיגער אשכול פאר דעם, ווייל דאס פאדערט א לענגערע באהאנדלונג. אזוי אויך די פרשה פון די ילדי תימן. נאר גאר בקיצור וועל איך בלי"נ פרובירן באשרייבן ראשי פרקים פון די ילדי טהרן. והנה:
אין יאר 1940, ווען די נאציס ימ"ש זענען אריין קיין פוילן און זיי האבן אנגעהויבן אויסצו'הרג'ענען און סתם פייניגן און מבזה זיין אידן האבן א סאך אידן דערטראכט א פלאן צו אנטלויפן. זיי זענען געגאנגען קיין צפון אין די געגנט פון רוסלאנד. די קאמוניסטן ימ"ש האבן זיי ווייטער געשטופט ביז קיין סיביר, דארט האבן זיי געליטן פון הונגער און קעלט, ווייל די טעמפעראטורן אין סיביר אין ווינטער פלעג אראפגיין ביז העכער (אונטער) 50 דעגריס אונטער זערא.
אין יאר 1941 האטציך מיט די הילף פון די רוסישע רעגירונג ארגאניזירט אן ארמיי פון פוילישע סאלדאטן אונטער די אנפירערשאפט פון גענעראל אנדערס, און זיי האבן זיך גערוקט צו דרום פון רוסלאנד נאנט צו די גרעניץ מיט איראן, אין אוזבעקיסטאן. צוזאמען מיט זיי זענען די "ילדי טהרן" מיטגעגאנגען (זיך מיטגעשלעפט), ביז זיי זענען אנגעקומען קיין טעהראן, די הויפטשאט פון איראן. די גרופע איז באשטאנען די מערסטע פון יתומים (אריבער 700 אין צאל). דארט האט איבערגענומען די "אחריות" אויף זיי די "סוכנות היהודית"... און זיי האבן גע'שתדל'ט ביי די בריטישע מאנדאט רעגירונג אז זיי זאלן זיי געבן ערלויבעניש אריינצוגיין קיין ארץ ישראל. די סוכנות האט גע'טענה'ט אז די דאזיגע יתומים זענען קינדער פון עלטערן וועלכע זענען אומגעקומען דורך די נאציס. האבן די בריטישע בטובם הגדול זיי ערלויבט אריינצוגיין קיין ארץ ישראל. זיי (די ילדי טהרן) מיט עטליכע לעבנגעבליבענע ערוואקסענע מענטשן.
דאס איז געווען אין יאר 1943. זייער ערשטע סטאנציע איז געווען אין א מחנה הפליטים אין עתלית. פון דארט האבן זיי די אגענטן פון סוכנות צושיקט אין פארשידענע טיילן פון ארץ ישראל, מערסטנס אין קיבוצים, ווייל די קיבוצים זענען געוען די בעסטע אהערגעשטעלט אויפצונעמען די קינדער. ס'איז נישט געווען קיין אנדערע ארגאניזאציע וועלכע האט געקענט באהאנדלען די 700 קינדער. דער פראבלעם איז געווען אז 99.9% פון די קיבוצים זענען געווען פרייע קיבוצים, אבער נישט סתם פריי אויפ'ן נוסח פון די אמעריקאנער נישט-רעליגיעזע אידן, נאר ממש אפיקורסים. מערסטנס באלשעוויקס. כמו קאמוניסטן, וועלכע האבן עוקר מן השורש געווען א יעדעס ביסל אידישקייט. די מערסטע קינדער זענען ליידער פארפאלן געווארן און געווארן נישט רעליגיעז...!
פון די אלע אינפארמאציע וואס איך האב געקענט צוזאמקראצן האביך נישט געטראפן קיין עווידענס אז די רעגירונג און די סוכנות האבן געהאט אן אקטיוון פראגראם אויסצו'שמד'ן (ח"ו) די קינדער. נאר מ'קען זאגן אז בן גוריון און די אנדערע רעגירונגס פיהרער אין יענע צייט האבן נישט געהאט קיין גרויס הארצווייטאג אז די אידישע קינדער ווערן גויים, ר"ל. דעמאלס איז נאכנישט געווען די ארגאניזאציע פון פעילים/יד לאחים, וואס האט שוין עקזיסטירט ביי די שפעטער'דיגע מאסן אימיגראציעס פון די ילדי תימן ומרוקו, וואו די בחורים און יונגעלייט פון די ארגאניזאציע האבן געטון אלערליי פעולות, מיט מסירות נפש ממש, כדי ארויסצוראטעווען די אידישע קינדער פון באקומען אן ערציאונג פון כפירה און שמד.
די מסקנא איז, אז כאטש ס'איז נישט געווען קיין אפיציעלער פראגראם אדער אגענדע אויסצו'שמד'ן די קינדער, איז אבער נישט געווען קיין שום ארגאניזאציע וואס זאל טון פעולות צו ראטעווען די קינדער (בגשמיות וברוחניות).
אויף וואס מ'קען יא באשולדיגן די ציוני'סטישע פיהרערס פון יענע צייט איז גלייכגילטיגקייט. ס'האט זיי נישט געשטערט אז די קינדער ווערן (ח"ו) אויסגע'שמד'ט (אזוי צו זאגן). ועל זה דוה לבנו...!
די פרשה פון די ילדי תימן איז גאר אנ'אנדערע, געטריבן דורך אנדערע מאטיוון. וואס מיר וועלן אי"ה באשרייבן ביי א צווייטע געלעגנהייט. איך מיין אז ס'איז שוין דא אן אשכול איבער דעם. איך וועל בלי"נ נאכזוכן און צולייגן מיין אייגענע פערספעקטיוו. כיד ה' הטובה עלי...!
דער עיקר מקור אויף די פרשה איז דער בוך 'ילדי טהרן מאשימים' (נדפס כמה פעמים, לראשונה גלייך ביי די פרשה אין תש''ג).
עס איז געדרוקט געווארן דורך אגודת ישראל, גארנישט מיט די קנאים. אוודאי האבען די ציונים זיי פראבירט אויסצושמדן וואס איז די שאלה בכלל.
איך אויך: איך וועלל מיך דינגען מיט דיר איבער דעם. ס'איז דאך בעצם נישט קיין גרויסער נפקא מינה. די רעזולטאטן זענען די זעלבע. רובא דרובא פון די ילדי טהרן (אויסער א גאר קליינער מיעוט) זענען נעבעך אויסגעוואקסן ווי גויים. אן קיין שמע ישראל און אן אמונה אין באשעפער...!
אבער למען האמת דארף געזאגט ווערן אז ס'איז נישט געווען קיין שום אקטיווער פראגראם מצד די רעגירונג אויסצושמד'ן די קינדער...! כמו שאמרתי. בן גוריון וסייעתו האבן זיך נישט צוריסן די קאפאטע איבער דעם מצב. זיי האבן געטון דאס גרינגסטע און שנעלסטע וואס זיי האבן געקענט לויט דעם מצב. כמובן מאליו. אז מיט א ביסל מענטשליכקייט וואלט מען געקענט א סאך אויפטון...!
יישקויעח בערל פאר די פרשנות אויף ילדי טהרן.
האוו עבאוט עפען א אשכול אויף די אלע מעשיות, ילדי תימן, אלטלנה, דהן (דעהאן), ס'איז מיר זייער אינטרעסאנט צי הערן דיין טעיק.
קהל'ס נער: בעז"ה. ווען דער אייבישטער וועט געבן כח און מח. און א גוטן רצון. ס'וועט זיין אי"ה דבר דבור על אופניו. ווי רש"י הק'. פלעגט צו זאגן. איך בין נישט דארט געווען. נאר אזוי האביך . געליינט/געלערנט.
איך האב גאר א גרויסן געשמאק צו די אלע היסטארישע פרשיות ווס דו האסט דא אויסגערעכנט...!
קהל'ס נעריישקויעח בערל פאר די פרשנות אויף ילדי טהרן.
האו עבאוט עפען א אשכול אויף די אלע מעשיות, ילדי תימן, אלטלנה, דהן (דעהאן), ס'איז מיר זייער אינטרעסאנט צי הערן דיין טעיק.
קןדם: איבער ר' יעקב ישראל דע-האן ז"ל. איך וועל שרייבן בקיצור נמרץ, אפשר ביי א געלעגנהייט מער באריכות, אי"ה, בל"נ.
והנה, ווען דו זאלסט וויסן זיין אמת'ן בעקגראונד וואלסטו געזעהן אז ער איז גארנישט געווען אזא קדוש ווי ס'איז אנגענומען אין די חסידיש/קנאי'שע וועלט. אמת, ער האט א סאך אויפגעטון, און געהאלטן אינמיטן אויפטון פאר די עדה החרדית יודן. ער איז געווען זייער שטארק געשעצט ביי הרה"צ ר' יוסף חיים זוננפלד זצ"ל. דערפאר זענען די ציוניסטישע פיהרערס געווען זייער שטארק אויפגערעגט אויף איהם. נאר דער וואס האט איהם געשאסן האט דאס געטון על דעת עצמו. ס'איז נישט געווען קיין אפיציעלער פלאן איהם צו שיסן...! ואכמ"ל, אפשר ביי א צווייטע געלעגנהייט, בל"נ...!
אינטערסאנט.
איך האלט אז ער איז געוועין א פלעינע מסור, נאך וואס די ציונים זענען נישט געוועין אינטערעסירט אין זיין הילף האט ער מחליט געוועין צי העלפן די עדה, וואס וויזט אז ער האט נישט געמיינט לשם שמים ער האט נאר געזיכט כבוד, מאכט, קרעדיט וכו'
איך האלט אז די ציונים האבן עס יא געטין (לאפוקי א יחיד), אבער איך האלט אז זיי האבן גיט געטין.
בין איך נייגעריג, צי ער איז אזוי פארהייליגט ביי אונז נאר ווייל ער איז געוועין אנטי ציוני, צי מען האלט אז ער האט געמיינט לשם שמים?
אזוי צי אזוי קיין קדוש איז ער זיכער נישט געוועין, ער איז געוועין א משכב זכר'ניק
קהל'ס נער: נאר דאס?! ווען ער האט געוואוינט אין האלאנד איז ער געווען א שרייבער אין א צייטונג . ער האט געשריבן א פאעמע פול מיט שרעקליכע נבול פה וואס די (גוי'אישע) צייטונג האט נישט געוואלט דרוקן. מפני הכיעור...!
ווען ער איז צוערשט אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער פארדעים געשיקט א הודעה צו די ציוניסט'ישע פיהרערס אז ער קומט. ער האט געמיינט אז מ'וועט איהם אפווארטן מיט כבוד מלכים. דערווייל איז קיינער נישט געקומען. שפעטער האט ער פרובירט צו האלטן דרשות פאר די ציונים. נאר זיי האבן זיך נישט צוקראצט פון איהם. האט ער געזעהן אז דארט האט ער גארנישט צו זוכן. איז ער געגאנגען צו די ערליכע אידן און ר'האט זיי געאפפערט זיינע סערוויסעס. אמת ער האט געהאט קאנעקשאנס אין די הויכע פענצטער אין ענגלאנד. האט ער דאס אויסגעניצט צו שעדיגן די אינטערעסן פון די ציוניס'טישע פיהרערס אין ארץ ישראל. דערפאר זענען זיי געווען שרעקליך אויפגעברויזט אויף איהם. אין זיין פערזענליכן לעבן אפילו אין ארץ ישראל איז ער בכלל נישט געווען בגדר פון א קדוש...בלשון המעטה...שוין...!
Re: אין סומכין על הציונים, אויסער זיי צו בלעימען
קהל'ס נער
אזוי צי אזוי קיין קדוש איז ער זיכער נישט געוועין, ער האט געשפילט מיט קינדער וכו'
פון וואו נעמסטו דאס?
ער איז געווען א הומוסקסואל אבער נישט קיין פדופיל.
איך מיין אז תוהו ובוהו איז גערעכט. מ'דארף מבחין זיין. ער איז געווען א האומאו, (ל"ע). ער האט געהאט אן אראבישן לאווער. אבער אז ער איז געווען א פעדאפייל איז נישט געווען קיין שום משמעות...!
תוהו ובוהוקהל'ס נער
אזוי צי אזוי קיין קדוש איז ער זיכער נישט געוועין, ער האט געשפילט מיט קינדער וכו'
פון וואו נעמסטו דאס?
ער איז געווען א הומוסקסואל אבער נישט קיין פדופיל.
איך בעיט דא מחילה ברבים פון הטמא דהן פארן חושד זיין אין אין פדופיליה, להוי ידוע ער איז נאר געוועין א פלעינע משכב זכר'ניק
(אל תשליכיני לעת זקנה)
איך האב עס פארראכטן
די פארשאלטענע אינטערנעט. נישט אומזיסט האבן עס די רבנים געאסר'ט. ווען נישט די אינטערנעט וואלטן מיר נישט געוואוסט די אלע זאכן. איך האב אייביג געליינט אין דער איד (דער בלאט איז נאך אפילו נישט געווען אין דייפערס דאמאלס) אז הקדוש ר' יעקב ישראל דע האן זצוק"ל, הי"ד איז געהרג'עט געווארן דורך די ציונים שר"י עפ"ל ימ"ש וכו'. ארויסגייענדיג פון ביהמ"ד פון מעריב...נאר איך האב געליינט די מעשה א ביסל אנדערש...!
הקדוש ר' יעקב ישראל דעי האן הי"ד
וועגן ר' יעקב ישראל דע האן, קודם וועגען דעם יוד אליין איך ווייס נישט ווער איז ער געווען און וועלכע מצוות האט ער געטוהן און וועלכע עבירות האט ער עובר געווען און וואס נישט, וואס איך ווייס יא איז ווער האט איהם ערמארדעט און פארוואס האבען זיי איהם ערלעדיגט. די ציונים!
ער פלעגט העלפן פאר גאב"ד ירושלים הרב זאנענפעלד און ר' משה בלויא זצ"ל מיט צעשטערן די ציונים מיט זייערע פינסטערע פלענער און וועגן דעם האבען זיי איהם עלימינירט, און וועגן דעם איז ער א קדוש ווייל מ'האט איהם ערמארדעוועט צוליב זיינע וואוילטעטיקע אקטיוויטעטן.
און ר' בערל דאס וואס איר שרייבט אז איר האט געלייענט אין דער איד אז מ'האט איהם גע'הרג'ט אויפן וועג ארויס פון דאווענען מעריב, אזוי שטייט טאקע אין וויקיפעדיע נאר ס'שטייט מנחה און נישט מעריב.
א גוטע נאכט און א גוטע וואך.
טאהשער אייניקל: איך וועל דיר ענטפערן, נאר בתנאי כפול אז דו וועסט אויפהערן צו פגע'נען און זיין א טראלל.
והנה: ר' יעקב ישראל דע האן האט נאענט מיטגעארבעט מיט די עדה החרדית ובראשם הרה"צ ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל. ס'האטציך געהאנדלט אז די ועד הלאומי איז געווען די איינציגע רעליגיעזע קעפערשאפט וואס איז געווען אנערקענט פון די בריטישע מאנדאט רעגירונג. און ר' יוסף חיים זאנענפעלד ברוב פיקחותו האט פארשטאנען אז די חרד'ישע אידן זאלן נישט זיין אונטערגעווארפן דעם ועד הלאומי. און ר' יעקב ישראל דע-האן האט געפלאנט צו פארן די קומענדיגע וואך קיין לאנדאן צו שתדל'ען לטובת דעם ענין. ער האט אויך געטון אנדערע אקטיוויטעטן וואס די ציוניס'טישע פיהרערס האבן געזעהן א שטער אין דעם צו זייערע אינטערעסן. ס'זענען געווען מיימינים ומשמאילים. געווען ווער ס'האט געזאגט אז מ'דארף גארנישט טון איהם צו סטאפן. אנדערע האבן געזאגט אז מ'דארף יא עפעס טון (דהיינו, אפרוימען פון וועג). האטציך אנגערופן איינער פון די ציונים, ער האט געהייסן אברהם. (כ'האב פארגעסן זיין לעצטן נאמען) אז ער וויל גיין מאכן א לעצטן פראוו צו רעדן מיט ר' יעקב ישראל אז ער זאל אויפהערן מיט זיינע אנטי-ציוניסטישע אקטיוויטעטן, און ער זאל אויפהערן צו שעדיגן זייערע אינטערעסן.
האט ער אפגעשמוסט מיט ר' יעקב ישראל אז ער גייט זיך טרעפן מיט איהם אין דר. וואלאך'ס שול, וואס איז געווען ביים שערי צדק האספיטאל. ער (דער אברהם) איז אריינגעקומען ביי מנחה (פרייטאג נאכמיטאג), ר' יעקב ישראל איז שוין געווען דארט. נאך מנחה האט ער זיך אראפגעזעצט שמועסן מיט ר' יעקב ישראל. פלוצלינג האט ער גענומען שרייען אויף איהם און אנשייגעצן. ביז יענער האטציך אויפגעהויבן און ארויסגעגאנגען. ער האט איהם אפגעווארט ביים עק גאס (קארנער) און ער האט איהם געשאסן. קיינער האט איהם נישט געשיקט. ער האט עס געטון על דעת עצמו...!
יא. די העצערייען אקעגן ר' יעקב ישראל דע-האן זענען אנגעגאנגען פאר א לאנגע צייט. כ'מיין די מזרחי האבן געהאט א צייטונג מיט'ן נאמען קול יעקב. האבן די ערליכע אידן געזאגט א ווערטל. אז דער קול יעקב האט גורם געווען אז די ידי עשיו זאלן זיך צופיהרן...!
ר' בערל, ערשטנס אנטשולדיגט אויב איך האב פוגע געוועהן אין 'געטראלט' כלשונך, אויב איך שרייב עפעס וואס שטעכט אדער עפעס אזוי, שרייב מיר איך זאל וויסן וואס נישט צו שרייבן.
וועגן דע האן, איך ווייס נישט פונקטליך וואס איז געשעהן און ווי אזוי איך ווייס וואס איך לייען (פין ציונ'יסטישע אגודה'יסטישע און קנאי'שע קוועלער [דא שרייב איך נאר וואס איך האב געלייענט ביי די אגודה'יסטישע און ציונ'יסטישע די קוועלער]).
דאס וואס דו שרייבסט אז ס'נישט געוועהן געפלאנט, איך האב געלייענט (בא ציונ'יסטישע קוועלער) אז ס'יא געוועהן געפלאנט,
אבער נישט דאס בין איך געקומען זאגן, נאר איך זאג אז ער איז געווארן א קדוש וועגן דעם ווייל די ציונים שר"י האבן איהם גע'הרג'ט כדי ער זאל זיי נישט שטערן מיט זייערע בייזוויליגע פלענער וואס ער האט עס געטוהן צוליב הרבנים זאנענפעלד אין בלויא זצ"ל דאס איז די סיבה צו דעם אז ער איז געווארן א קדוש.
(איך גיי נישט פארגלייכן אבער אזוי ווי יעדער יוד וואס די דייטשן ימח שמם וזכרם האבן אומגעברענגט איז א קדוש בלויז וועגן דעם אז מ'האט איהם גע'הרג'ט ווייל ער איז א יוד, אזוי אויך אין די מעשה פון דע-האן הי"ד איז ענליך צו דעם און ער איז געווארן א קדוש).
טאהשער אייניקל: דו ביסט גערעכט. מ'קען זאגן אויף איהם..."יש קונה עולמו בשעה אחת". ס'וועט נאר זיין איין פראבלעים אין גן עדן וואו צו לייגן איהם. מ'וועט איהם מוזן לייגן אין ווייבער שול. צוזאמען מיט די אנדערע נשים צדקניות. אויב דו גלייבסט מיר נישט פרעג נחום...לאל
ער וועט זיצען אין גן עדן לעבן "הקדושים" נחום ראזענבערג און נפתלי מאסטער.
מיט אזא גן עדן וואלט איך שוין ענדערש געזיצן אין גיהנם מיט בן-גוריון און ז'בוטינסקי.
עס דערמאנט מיר א ווערטל וואס איך האב אמאל געהערט.
ווען ר’ עמרם בלוי ז"ל איז נפטר געווארן איז ער אנגעקומען צום בי”ד של מעלה, האבן זיי אים געפרעגט וואס האסטו געטאן אין דיין לעבן, האט ער געענטפערט מיט א שטאלץ, וואס הייסט וואס, איך האב זיך געשלאגן מיט די פארשאלטענע ציונים וואס האבן געמאכט די טמא'נע מדינה... שוין, די בי”ד זאגט אונז ווייסן נישט פונקטליך וואס דאס איז, גיי צו יענע און יענע צימער און ווארט דארט ביז מען וועט דא קלאר מאכן וואס דאס איז די מדינה. איז ער געגאנגען אין צימער און געווארט.
דאן איז ארויפגעקומען בן גוריון און עודך, די בי”ד פרעגט אים וואס האסטו אין דיין לעבן אויפגעטאן, האט ער זיי געענטפערט וואס הייסט, איך האב געבויט א מדינה! האבן די דיינים געזאגט אקעי גיי אױך אריין אין יענע שטוב און ווארט דארט ביז מען וועט עס אויסקלארן.
בחייהם ובמותם לא נפרדו.
טאהש'ער אייניקעלר' בערל ערשטנס אנשולדיגט אויב איך האב פוגע גיוועהן אין 'געטראלט' כלשונך אויב איך שרייב עפעס וואס שטעכט אדער עפעס אזוי שרייב מיר איך זאלל וויסן וואס נישט צי שרייבען
עיין מה שכתבתי כאן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/484235">viewtopic.php?p=484235#p484235</a><!-- l -->
berlbalagulehטאהשער אייניקל: דו ביסט גערעכט. מ'קען זאגן אויף איהם..."יש קונה עולמו בשעה אחת". ס'וועט נאר זיין איין פראבלעים אין גן עדן וואו צו לייגן איהם. מ'וועט איהם מוזן לייגן אין ווייבער שול. צוזאמען מיט די אנדערע נשים צדקניות. אויב דו גלייבסט מיר נישט פרעג נחום...לאל
חחח (בלשונך לאל [ס'קען זיין אז צים סוף וועלל איך קענען עהנגלאי"ש נאר פין קאווע שטיבל חחח / לאל])
אבער איך מיין אז בעסער מ'זאל נישט ריידן אויף א יוד וואס איז שוין לאנג אין עולם האמת אין א וודאי האט ער תשובה געטיהן אויף זיינע מעשים פאר ער איז אוועק אין אפילו אויב ליידער האט ער נישט תשובה געטיהן האט ער זיכער שוין לאנג געענדיקט זיין תיקון אין עולם העליון
נכון, אבל...
1. דעס מאכט אים נאך נישט פאר א קדוש,
2. אינטרעסאנט אז די זעלבע מענטשן וואס פאריעמאכשעמויען יעדע צווייטע יוד אן קיין חשבון, ווערן אזעלכע בארדיטשובע און קענען נישט צוזען ווען מען זאגט אז דע-האאן איז קיין קדוש ניט.
פארוואס איז ער א קדוש איז נישט די תגובה, לייען איינע פון מיינע פריערדיגע תגובות, דארט האב איך עס מסביר געוועהן. דא האב איך נאר געשריבן אז מ'זאל נישט לאכן אויף איהם.
אין איך ווייס נישט וועגן אנדערע יודן, אבער איך בין משתדל ווי מער צו היטן וואס די בעל התניא שרייבט אין קאפיטל ל"ב אין תניא אז מ'טאר נישט פיינט האבן קיין יוד, אפילו די וואס שטייט אויף זיי אז מצוה לשנאותם, דארף מען נאר פיינט האבען די שלעכטס וואס זיי טוען, אבער זיי זעלבסט טאר מען נישט פיינט האבן.
נאר מינים אין אפיקורסים דארף מען אינגאנצן פיינט צו האבן אזוי ווי ס'שטייט "משנאיך ה' אשנא לאויבים היו לי".
און דע-האן, אפילו אויב ער נישט געוועהן אזא גרויסע צדיק, דארף מען פיינט האבן נאר די רע שבו און נישט איהם זעלבסט.
טאהשער אייניקל: אויב דו ביסט טאקע אזא שטארקער "בארדיטשוב'ער"... וויל איך דיך פרעגן וואס דו זאגסט אויף הרב קוק זצ"ל. ס'נישט אז דיין מיינונג איז מעלה או מוריד. נאר אויפצו ווייזן א נקודה פאר דיר אליין. דו שעלטסט איהם זיכער צוזאם, אזוי ווי אלע חשוב'ע אידן פון דיין שניט. ביי דיר איז ער א ימאכשעמוי. אויף אים קענסטו נישט טרעפן קיין לימוד זכות. ווען דו זאלסט צולייגן די תורה, מצוות ומעשים טובים פון הרב קוק זצ"ל און להבדיל ר' יעקב ישראל דע-האן, פארשטייסטו אליינס אז ס'איז אפילו נישט קיין פארגלייך...! לאל.
איך האב געשריבן אז איך האב ליעב יעדן יוד אין איך פראביר ווי ווייט מעגליך צו זיין א מליץ יושר אויף יודן און רעדן נאר גוטס אויף יודן אויסער מינים ואפיקורסים, אזוי ווי ס'שטייט אין קאפיטל ל"ב אין תניא.
און וועגן הרב קוק, לויט די פסקים פין גדולי ישראל איז ער געוועהן אן אפיקורס און וועגן דעם האב איך א נעגאטיווע מיינונג אויף איהם, אזוי ווי להבדיל האב איך א נעגאטיווע מיינונג אויף די קריסטן ימח שמם,
אבער איך וויל נישט רעדן אויף יודן וואס זענען שוין לאנג אין עולם העליון, ספעציעל אז אזוי ווי געזאגט מיין מיינונג איז לא מעלה ולא מוריד ווייל ווער בין איך נאך די רייד פון גדולי ישראל זצוק"ל און יבלחט"א.
און וועגן דעם אויסדריק ימח שמו, איך האב אמאל געהערט אז מ'טאר נישט זאגן ימח שמו אויף א יוד.
און אויב דו ווילסט פארגלייכן הרב קוק צו ר' יעקב ישראל דע-האן הי"ד זאלסטו וויסן אז ס'בעסער צו זיין א פושע ישראל וואס גלייבט אין י"ג עיקרים ווי צו זיין א יוד וואס היט די תורה און ער איז אן אפיקורס.
טאשער, דו ביסט פיין סקרוד.
וואס איך האב פריער געזאגט אז קנאים קענען נישט לערנען, און ת"ח זענען נישט קיין קנאים, מיינט מען דיך.
ס'איז נישטא קיין איין יוד א ת"ח וואס האלט אז הרב קוק איז געווען א אפיקורס, ער האט סה"כ געהאט א אנדערע השקפה.
פאר איינער וואס ווייסט נישט וואס א אפיקורס מיינט קען מען פארקויפן אז יעדע צווייטע מענטש איז א אפיקורס.
און פאר איינער וואס ווייסט נישט וואס א קדוש מיינט קען מען פארקויפן אויף א משכב זכר'ניק אלס א קדוש.
ווי האט סאטמאר רב געזאגט: א ת"ח ווערט מען נישט איבער נאכט, א קנאי קען מען יא ווערן איבער נאכט
#איך_בין_א_בארדיטשעבער_ווען_ס'שטימט_מיט_מיין_אג'ענדע
#אויב_דו_האלסט_אנדערש_ווי_מיך_ביסטו_א_אפיקורס
#שנייד_די_טיפשות
א. איך קען נישט קיין עהנגלאי"ש ביטע זיי מוחל ווען דו שרייבסט עפעס וואס דו ווילסט איך זאל עס לייענען זיי מוחל און קוק איבער אויב ס'נישדא קיינע ווערטער אויף עהנגלאי"ש,
ב. ביסט לכאורה האלב גערעכט און האלב טועה, ווייל לכאורה א תלמיד חכם בין איך טאקע נישט אבער א קנאי בין איך אויך נישט, הלוואי וואלט איך געוועהן א קנאי.
ג. מיך האט מען נישט פארקויפט אז קוק איז געוועהן א אפיקורס אפשר מ'האט מיך איינגערעדט אז גדולי ישראל האבן אזוי געזאגט.
ד. איך האב נישט געשריבן אז דע-האן איז גיוועהן א קדוש, איך האב נאר מסביר געוועהן פאר וואס ס'דא מענטשן וואס האלטן איהם פאר א קדוש.
ה. אז דו זאגסט אז קוק איז נישט גיוועהן קיין אפיקורס, ערשטנס לויט די שיטה וואס ציונות איז אסור וועגן ג' שבועות איז ציונות א כפירה, און אויך שיק איך דא א טייל פון די ספר משכנות הרועים ער ברענגט דא ציטאטן פון גדולי ישראל ווי אזוי האבן זיך אויסגעדריקט וועגן קוק:
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1EjAGUXS0KPD-eQnDug2R_ttFr2i86P5E/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1EjAGUX ... sp=sharing</a>
ו. אויב האסטו עפעס א פירכא אויף וואס איך האב געשיקט אדער עפעס אנדערש וואס האט צוטוהן מיט דעם, בבקשה שרייב אונז דא פארוואס איז ער נישט געוועהן קיין אפיקורס.
נ.ב. אויב דו ווילסט נאך האסטו א סאך חומר אין דעם וועבזייטל
<a class="postlink" href="https://www.yhe.center/">https://www.yhe.center/</a>
קהל'ס נער.ווי האט סאטמאר רב געזאגט: א ת"ח ווערט מען נישט איבער נאכט, א קנאי קען מען יא ווערן איבער נאכט.
האסט אפשר א מקור צי דעם אז דער סאטמאר'ער רב זצוק"ל האט געזאגט אז א ת"ח ווערט מען נישט איבער נאכט, א קנאי קען מען יא ווערן איבער נאכט?
אפשר קען דא איינער מיר מסביר זיין ווי אזוי קען מען ווערן א קנאי איבער נאכט?
כ'האב אויך געוואלט ווערן א קנאי איבער'ן נאכט
קהל'ס נער
#שנייד_די_טיפשות
די טיפשות איז אזוי דיק אז עס איז זייער שווער עס צו שניידן
בן נוןקהל'ס נער
#שנייד_די_טיפשות
די טיפשות איז אזוי דיק אז עס איז זייער שווער עס צו שניידן
ווענדט זיך ווי שארף איז די מעסער
טאשער האט דאס געשריבען איך וועל פארענטפערען אין גרויסע אותיות
א . איך קען נישט קיין עהנגלאי"ש ביטע זיי מוחל ווען די שרייבסט עפעס וואס די ווילסט איך זאל עס לייענען זיי מוחל אין קיק
איבער אויב ס'נישדא קיינע ווערטער אויף עהנגלאי"ש
דאס איז א אידישע/ענגלישע פארום המכונה יונגליש, אעפ"כ אשתדל לכתוב בעברית הקודש למען אחינו שבישראל
ב . ביסט לכאורה האלב גערעכט אין האלב טועה ווייל לכאורה א תלמיד חכם בין איך טאקע נישט אבער א קנאי בין איך אויך נישט הלוואי וואלט איך גיוועהן א קנאי
איך קען דיר נישט פערזענליך אבער איך וואונטש דיר זאלסט ווערן א ת"ח, מילא וועט דיין קנאות אוטומאטיש אוועקגיין ווייל תורה מאכט קליג
ג . מיך מ'האט נישט פארקויפט אז קוק איז גיוועהן א אפיקורס אפשר מ'האט מיך איינגערעט אז גדולי ישראל האבען אזוי געזאגט
בסדר, דאן ביסטו א תינוק שנשבה, זיי מוחל און זיך נאך די אמת אויף הרב קוק
ד . איך האב נישט געשריבען אז דע - האן איז גיוועהן א קדוש איך האב נאר מסביר גיוועהן פאר וואס ס'דא מענטשן וואס האלטען עיהם פאר א קדוש
און איך האב מסביר געוועין פארוואס זיי מאכן א טעות, אדער פרובירן זיי צו נערן די עולם, אדער צי נערן זיך אליין
ה . אז די זאגסט אז קוק איז נישט גיוועהן קיין אפיקורס ערשטנ'ס לויט די שיטה וואס ציונות איז אסור וועגען ג' שבועות איז ציונות א כפירה אין אויך שיק איך דא א טייל פין די ספר משכנות הרועים ער בענגט דא ציטאטן פין גדולי ישראל ווי אזוי האבען זיי אויס געדריקט וועגען קוק
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1EjAGUXS0KPD-eQnDug2R_ttFr2i86P5E/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1EjAGUX ... sp=sharing</a>
די גאנצע ג' שבועות נושא איז נישט קיין הלכה'דיגע נושא, ס'האט נאר מיט השקפה, און אמת הרב קוק האט געהאט א השקפה וואס אסאך גדולים האבן זיך געקריגט דערויף, אבער פון זיך קריגן אויף א השקפה ביז ווערן א אפיקורוס איז א ריזיגע מהלך
ו . אויב האסטו עפעס א פירכא אויף וואס איך האב געשיקט אדער עפעס אנדערש וואס האט צי טיהן מיט דעים בבקשה שרייב אינדז דא פאר וואס איז ער נישט גיוועהן קיין אפיקורס
נ . ב . אויב די ווילסט נאך האסטי א סאך חומר אין דעים וועבזייטל
<a class="postlink" href="https://www.yhe.center/">https://www.yhe.center/</a>[/quote]
פיין האב איך דא געשריבען, ביטע נישט פעיגערן אויפן פארום און אויך נישט באישי צי ענטפערען, דאס ווערט דא אנגערופן ספעמן אדער טראולן און עס מאכט זייער נערוועיז, איך האב ב"ה וואס צי טין מיט מיין צייט, דא קום איך ווען כ'דארף א קאווע
טאהש'ער אייניקעלכ'האב אויך געוואלט ווערן א קנאי איבער'ן נאכט
טאהשער אייניקל: נו, ווער. ביי מיר ביסטו מקוגל...!
המשך
האסט אפשר א מקור צי דעים אז דער סאטמאר'ער רב זצוק"ל האט געזאגט אז א ת"ח ווערט מען נישט איבער נאכט, א קנאי קען מען יא ווערן איבער נאכט ?
ס'איז די זעלבע מקור פון, אז מען זאל זיך ענדערש ביקן צי א צלם הינדרעט מאל ווי צי רעדן איין ווארט עיברית
אין אפשר קען דא איינער מיר מסביר זיין ווי אזוי קען מען ווערן א קנאי איבער'ן נאכט ?
די נקודה איז אז א קנאי דארף גארנישט קענען אדער ארבעטען פארדעים, ער דארף נאר שרייען פוי, אנשפייען אפאר מענטשן, פאריעמכשמויען אפאר צדיקים און ער איז א
פול פלעדזש קנאי (קנאי עם תעודה)
טאהשער אייניקל: דו ביסט אפשר נישט קיין קנאי. אבער א תינוק שנשבה ביסטו זיכער. די וועלט האט א טעות. מ'מיינט אז די תינוקות שנשבו דרייען זיך ארום אין רוסלאנד אדער אין א קיבוץ אין מדינת ישראל. זיי דרייען זיך ארום אין וויליאמסבורג און אין ארץ ישראל. זיי גייען אויך א שטריימל און בעקישע און ווייסע זאקן. (און אפשר אויך שמאלציגע כאלאטן און געלע טלית קטנ'ס) דאך זענען זיי תינוקות שנשבו...!
קהל'ס נערטאשער האט דאס געשריבען איך וועל פארענטפערען אין גרויסע אותיות
א . איך קען נישט קיין עהנגלאי"ש ביטע זיי מוחל ווען די שרייבסט עפעס וואס די ווילסט איך זאל עס לייענען זיי מוחל אין קיק
איבער אויב ס'נישדא קיינע ווערטער אויף עהנגלאי"ש
דאס איז א אידישע/ענגלישע פארום המכונה יונגליש, אעפ"כ אשתדל לכתוב בעברית הקודש למען אחינו שבישראל
איך האב גיבעיטען זאלסט טיהן א טובה אין נישט שרייבן צווישן די יודישע ווערטער עהנגלאי"שע ווערטער כדי איך זאל קענען פארשטיין מיזסט מיך נישט פאלגען (אויב די ווילסט קענסט שרייבען עיבריט אויך)
ב . ביסט לכאורה האלב גערעכט אין האלב טועה ווייל לכאורה א תלמיד חכם בין איך טאקע נישט אבער א קנאי בין איך אויך נישט הלוואי וואלט איך גיוועהן א קנאי
איך קען דיר נישט פערזענליך אבער איך וואונטש דיר זאלסט ווערן א ת"ח, מילא וועט דיין קנאות אוטומאטיש אוועקגיין ווייל תורה מאכט קליג
א דאנק אייך פאר די ווארעמע וואונטש אין די קנאות קענט נישט אוועק גיין פאר זי איז אריין אין מיר אין ווי געזאגט הלוואי זאל איך ווערען א קנאי אין אויב מ'קען איבער'ן נאכט
ג . מיך מ'האט נישט פארקויפט אז קוק איז גיוועהן א אפיקורס אפשר מ'האט מיך איינגערעט אז גדולי ישראל האבען אזוי געזאגט
בסדר, דאן ביסטו א תינוק שנשבה, זיי מוחל און זיך נאך די אמת אויף הרב קוק
זיי מוחל אין העלף מיר צי אנדעקן וואס גדולי ישראל האבען יא געזאגט איך זאל נישט חושד זיין חס ושלום א יוד ופרט אז ער איז שוין אין עולם האמת אין עפעס א זאך וואס ער האט נישט געטיהן טיה א טובה פאר א יוד וואס וויל וויסן דע אמת אין געב מיר צי פארשטיין וואס גדולי ישראל האבען געזאגט אין געשריבען אויף עיהם
ד . איך האב נישט געשריבען אז דע - האן איז גיוועהן א קדוש איך האב נאר מסביר גיוועהן פאר וואס ס'דא מענטשן וואס האלטען עיהם פאר א קדוש
און איך האב מסביר געוועין פארוואס זיי מאכן א טעות, אדער פרובירן זיי צו נערן די עולם, אדער צי נערן זיך אליין
אפשר ביסט גערעכט (איך האלט עיהם נישט , נישט פאר א קדוש אין נישט פאר א רשע) איך האב נאר געוואלט ערקלערען פאר וואס קען מען האבען אזא טעות (לויט דיין דיעה)
ה . אז די זאגסט אז קוק איז נישט גיוועהן קיין אפיקורס ערשטנ'ס לויט די שיטה וואס ציונות איז אסור וועגען ג' שבועות איז ציונות א כפירה אין אויך שיק איך דא א טייל פין די ספר משכנות הרועים ער בענגט דא ציטאטן פין גדולי ישראל ווי אזוי האבען זיי אויס געדריקט וועגען קוק
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1EjAGUXS0KPD-eQnDug2R_ttFr2i86P5E/view?usp=sharing">https://drive.google.com/file/d/1EjAGUX ... sp=sharing</a>
די גאנצע ג' שבועות נושא איז נישט קיין הלכה'דיגע נושא, ס'האט נאר מיט השקפה, און אמת הרב קוק האט געהאט א השקפה וואס אסאך גדולים האבן זיך געקריגט דערויף, אבער פון זיך קריגן אויף א השקפה ביז ווערן א אפיקורוס איז א ריזיגע מהלך
איך וועלל נישט קריגען מיט דיר אבער לויט די שיטה וואס מ'טאר נישט אויפשטעלן א מדינה פאר ביאת המשיח וועגען ג' שבועות איז עס להלכה (אין אויב אינדז רעד'מיר שוין הר' קוק האט עס אויך געהאלטען להלכה) אין ס'איז כפירה אין דינג דיך נישט מיט מיר גיי דינג דיך מיט הרש"ב מליובאווישט אין דער סאטמאר'ער רב זצוקללה"ה אין אלע אדערע גדולי ישראל אדמו"רים ורבנים וואס האבען אזוי געהאלטען
אין וואס איך האב געשיקט איז נישט נאר אויף זיינע דיעות וועגען ציונות נאר אין אלגעמיין מ'האט געזאגט אויף זיינע דיעות אז דאס זענען אפיקוס'ישע דיעות אין מ'האט גע'אסר'ט צי ליינען זיינע ביכער אלטץ ספרי מינות קענסט זעין דראט אין וואס איך האבס געשיקט
ו . אויב האסטו עפעס א פירכא אויף וואס איך האב געשיקט אדער עפעס אנדערש וואס האט צי טיהן מיט דעים בבקשה שרייב אינדז דא פאר וואס איז ער נישט גיוועהן קיין אפיקורס
נ . ב . אויב די ווילסט נאך האסטי א סאך חומר אין דעים וועבזייטל
<a class="postlink" href="https://www.yhe.center/">https://www.yhe.center/</a>
פיין האב איך דא געשריבען, ביטע נישט פעיגערן אויפן פארום און אויך נישט באישי צי ענטפערען, דאס ווערט דא אנגערופן ספעמן אדער טראולן און עס מאכט זייער נערוועיז, איך האב ב"ה וואס צי טין מיט מיין צייט, דא קום איך ווען כ'דארף א קאווע[/quote]
אנשוליגט אבער איך האב דיך נישט פארשטאנען וויל די הלכות טראל ונטרל איז געשריבען געווארען כאטש האלב עהנגלאי"ש אין איך קען נישט קיין עהנגלאי"ש
קהל'ס נערהמשך
האסט אפשר א מקור צי דעים אז דער סאטמאר'ער רב זצוק"ל האט געזאגט אז א ת"ח ווערט מען נישט איבער נאכט, א קנאי קען מען יא ווערן איבער נאכט ?
ס'איז די זעלבע מקור פון, אז מען זאל זיך ענדערש ביקן צי א צלם הינדרעט מאל ווי צי רעדן איין ווארט עיברית
איך האב נישט געהערט אויף אזא זאך קיינמאל אין מיין לעבן , מיינסט צי זאגען אז דער סאטמאר'ער רב האט נישט געזאגט אזא זאך ? אויב ער האט עס נישט געזאגט זיי מוחל אין פארדריי נישט קיין קאפ מיט הוילע לגיונות
נ.ב. עפ"י הלכה קיין איין רב וועט דיר נישט זאגען אז ס'איז ענדערש צי ביקען צי א צלם פין צי רעידען עיבריט
אין אפשר קען דא איינער מיר מסביר זיין ווי אזוי קען מען ווערן א קנאי איבער'ן נאכט ?
די נקודה איז אז א קנאי דארף גארנישט קענען אדער ארבעטען פארדעים, ער דארף נאר שרייען פוי, אנשפייען אפאר מענטשן, פאריעמכשמויען אפאר צדיקים און ער איז א
פול פלעדזש קנאי (קנאי עם תעודה)
דאס זענען אפשר זאכען וואס א קנאי וועט דארפען טיהן פין מאל צי מאל אבער דאס איז נישט קיין קנאי
פנחס הכהן האט עס געטיהן אז ער איז געווארען א קנאי ? ניין ער האט עס ניט געטאן אין ער איז גיוועהן א קנאי
טאהשער אייניקל: איך וועלל נעמען די פעדער און דיר א ביסל מסביר זיין דעם חילוק פון פנחס' קנאות ביז די היינטיגע.."קנאים"... אדער קנקאים.
פינחס האט נישט אויסגעבראכן די פענצטערס ביי א צווייטן רעבי'ן*: ער האט אויך נישט געווארפן פאשקעוויללן*: ער האט אויך נישט געשריגן שייגעץ און אפיקורס אויף א יעדן גדול בישראל*:ער האט אויך נישט אריינגעדרייווט א טראק פול מיט פארווערטס צייטונגען אין האדסאן ריווער אריין*: ער האט אויכעט נישט פארשמירט דעם קלויזנבורגער ביהמ"ד אויף ליע עוועניו*: ער האט אויכעט נישט אונטערגעלייגט שטינק באמבעס ווען דער בעלזער רב איז געקומען קיין אמעריקע*:ער האט אויכעט נישט צוריסן און פארברענט די פאן פון מדינת ישראל*: ער האט אויך נישט געשלאגן ליובאוויטשער בחורים וולעכע זענען געקומען אום יו"ט קיין וויליאמסבורג זאגן א פאר (נארישע) ווערטער...!
וואס ער האט יא געטון איז, ווען ער האט געזעהן ווי א שיינער איד, א ראש שבט לישראל האט געטון אן עבירה און זיך נאך גערייצט מיט משה רבינו. אויף וואס דער אייבישטער האט געצארנט. און ס'האט אויסגעבראכן א מגיפה. האט ער געכאפט א שפיז און ער האט אפגעשטעלט דעם חילול ה' דורך באשטראפן די 2 זינדיגע מענטשן. זמרי בן סלורא מיט די מדיינית. דער אייבישטער האט געטון א סאך נסים פאר איהם דאמאלס. און דער חרון אף ה' האטציך אפגעשטעלט...! דערפאר האט איהם דער אייבישטער געגעבן א ברכה פון א ברית פון שלום. כדי מ'זאלל נישט זאגן אז ער איז געווען א צוהיצטער מענטש ווען ער האט געשטאכן דעם שיינעם איד זמרי בן סלוא און די מדיינית. ער איז געווען זייער א פרידליכער און שטילער מענטש. נאר ווען מ'האט געדארפט האט ער געטון וואס מ'האט געדארפט...!
berlbalagulehטאהשער אייניקל: איך וועלל נעמען די פעדער און דיר א ביסל מסביר זיין דעם חילוק פון פנחס' קנאות ביז די היינטיגע.."קנאים"... אדער קנקאים.
פינחס האט נישט אויסגעבראכן די פענצטערס ביי א צווייטן רעבי'ן*: ער האט אויך נישט געווארפן פאשקעוויללן*: ער האט אויך נישט געשריגן שייגעץ און אפיקורס אויף א יעדן גדול בישראל*:ער האט אויך נישט אריינגעדרייווט א טראק פול מיט פארווערטס צייטונגען אין האדסאן ריווער אריין*: ער האט אויכעט נישט פארשמירט דעם קלויזנבורגער ביהמ"ד אויף ליע עוועניו*: ער האט אויכעט נישט אונטערגעלייגט שטינק באמבעס ווען דער בעלזער רב איז געקומען קיין אמעריקע*:ער האט אויכעט נישט צוריסן און פארברענט די פאן פון מדינת ישראל*: ער האט אויך נישט געשלאגן ליובאוויטשער בחורים וולעכע זענען געקומען אום יו"ט קיין וויליאמסבורג זאגן א פאר (נארישע) ווערטער...!
וואס ער האט יא געטון איז, ווען ער האט געזעהן ווי א שיינער איד, א ראש שבט לישראל האט געטון אן עבירה און זיך נאך גערייצט מיט משה רבינו. אויף וואס דער אייבישטער האט געצארנט. און ס'האט אויסגעבראכן א מגיפה. האט ער געכאפט א שפיז און ער האט אפגעשטעלט דעם חילול ה' דורך באשטראפן די 2 זינדיגע מענטשן. זמרי בן סלורא מיט די מדיינית. דער אייבישטער האט געטון א סאך נסים פאר איהם דאמאלס. און דער חרון אף ה' האטציך אפגעשטעלט...! דערפאר האט איהם דער אייבישטער געגעבן א ברכה פון א ברית פון שלום. כדי מ'זאלל נישט זאגן אז ער איז געווען א צוהיצטער מענטש ווען ער האט געשטאכן דעם שיינעם איד זמרי בן סלוא און די מדיינית. ער איז געווען זייער א פרידליכער און שטילער מענטש. נאר ווען מ'האט געדארפט האט ער געטון וואס מ'האט געדארפט...!
ישר כח ר' בערל פאר מיך מסביר זיין
ס'דא (אנשולדיגט אויף די אויסדריק) א פאר שלעכטע מענטשן וואס שטעלען זיך אהער אלטץ וואוילע מענטשן וואס זענען נלחם אויף די כבוד פינ'ם אייבערשן אין ס'דא א פאר (נאכאמאל אנטשולדיגט אויף דע אויסדריק) נאראנים וואס ריפען זיי 'קנאים'
טיטץ א טובה אין נעמטץ אריין דעים כלל אין קאפ אריין זיי זענען סתם בטלנים וואס זיכען אויף וועם גיסען זייער שלעכטע מידות אין די טפשים וואס ריפען זיי קנאים געיבען זיי נאך לעגיטימאציע ווייל זיי זעהען ווי מענטשטן ריפען זיי מיט די חשובה טיטול 'קנאים' אין זיי ווערען חשוב בא זיך וועגען דעים
ריפטץ נישט די שלעטע מענטשן מיט דעים חשוב'ע טיטול א 'קנאי' א קנאי איז ווער עס טיט וואס דער אייבערשער וויל לויט ווי די רבנים פסק'נען
דער וואס האלט זיך נישט צי וואס די רבנים זאגען איז נישט קיין קנאי ער איז אן איינפאכע פורץ גדר
טאהשער אייניקל: א מוסטער פון אן אמת'דיגן קנאי איז געווען ר' עמרם בלוי זצ"ל. ער האט נישט געשלאגן א צווייטן. נאר ער האט געלאזט זיין אייגענעם גוף צוקלאפט ווערן דורך די רשעים. און ער האטציך קיינמאל נישט צוריקגעהאלטן פון מוחה זיין ...!
גריח"ז גאב"ד העדה החרדית נישט גאב"ד רושלים.
ראי"ה קוק זצוק"ל נישט רשע
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2817811#p2817811">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p2817811</a>
📎 27780_9_708_979.png 📎 בידספיריט מכירות פומביות _ אמנות, עתיקות, אספנות, תכשיטים, יודאיקה.pdf 📎 הדס במדבר א.pdf 📎 יחס הגדולים לרב קוק כרבה של ירושלים.pdf 📎 כיפת קרמבו_ ה_עדה_ נובחת...pdf