אינטעסאנטע פערזאנען פון בארא פארק
לעצטענס איז אוועק אין בארא פארק א איד מיט די נאמען יעקל מחותן אזוי פלעגען די קינדער אים רופען, איך ווייס אז זייער פיל מענטשען גייען נעבאך אוועק ובפרט פון די מלחמהאיבערלעבער נישט האבען קינדער נישט משפחה און זייער לעבען איז געווען א קייט פון צרות ויסורים כמיין עס איז כגאי צו ווידמענען שירות לעילו נשמתם ולהעלות זכרונם לטובה נישט חס ושלום בזיון נאר זייער מעלות ומדות וואס פון יעדען מענטש קען מען זיך לערנין כהייב אן מיט יעקל מחותן וואס איז כסדר געגאנגען נאך געלט און געווען א פאפלערע מענטשז מיט א גיט ווארט און גקענט יעדען ביים נאמען אדרבה ווער עס ווייסט מעלותיו יחוסיו ועוד יעלה ויבא און מהנה זיין די ציבור און לערנין א משנה לעילו נשמתו
קענסט אנהייבן ביי דער קדוש וטהור מענדעלע ח...
טובי' געלט: פארוואס האט מען איהם גערופן יאנקל מחותן...?! ווייל ער האט א יעדן באגעגנט מיט א שמייכל, זאגנדיג האאא.. מחותן. ער איז אנגעבליך געקומען פון אנטווערפן, בעלגיע. ער פלעגט אריין און ארויסגיין פון סטארס האלב זינגענדיג... האא, מחותן גיב א דאללער...! ער איז אייביג געווען צהלו בפניו ואבלו בליבו. נעבעך א פארצרה'טער איד...! יהא זיכרו לברכה...!
אישתישביקענסט אנהייבן ביי דער קדוש וטהור מענדעלע ח...
איש תישבי: איך געדענק נאך ווען איך האב געלערנט אין פאפא ישיבה אין די יארן תשכ"ה-כ"ו. איך בין א גאנצע וואך געווען אין דארמיטארי פון די ישיבה. נאר אמאל ווען כ'האב געדארפט עפעס ערלעדיגן ביניך אריינגעפארן. און כ'האב געדאוונט מנחה-מעריב אין פאפא ביהמ"ד. מענדעלע ווייס האט אויך דארט געדאוונט. ער איז געווען א 100% נארמאלע מענטש. געגאנגען אנגעטון בכבוד'יג נארמאל חסידיש. ער האט אויך געהאט אן עלטערן ברודער, חיים יאנקל וואס איז דאמאלס שוין געווען פאררוקט און מאדנע, ל"ע. אבער ער איז געווען אינגאנצן נארמאל...!
ווארשיינליך דער נערסטע טשיקאווע פראיעקט אין מאמענט...
berlbalagulehאישתישביקענסט אנהייבן ביי דער קדוש וטהור מענדעלע ח...
איש תישבי: איך געדענק נאך ווען איך האב געלערנט אין פאפא ישיבה אין די יארן תשכ"ה-כ"ו. איך בין א גאנצע וואך געווען אין דארמיטארי פון די ישיבה. נאר אמאל ווען כ'האב געדארפט עפעס ערלעדיגן ביניך אריינגעפארן. און כ'האב געדאוונט מנחה-מעריב אין פאפא ביהמ"ד. מענדעלע ווייס האט אויך דארט געדאוונט. ער איז געווען א 100% נארמאלע מענטש. געגאנגען אנגעטון בכבוד'יג נארמאל חסידיש. ער האט אויך געהאט אן עלטערן ברודער, חיים יאנקל וואס איז דאמאלס שוין געווען פאררוקט און מאדנע, ל"ע. אבער ער איז געווען אינגאנצן נארמאל...!
שמעתי ער האט געלערנט אין נייטרא און געוועהן א שטארקע תלמיד חכם. עס קען זיין ער האט אמאהל חתונה געהאט אויך?
און די יארען וואס איך געדענק אים פלעגט ער גיין אנגעטוהן מיט צענליגער קליידער, וואס ער האט נאר געטראפען (עס איז געוועהן נאך אזאנס, איינער געדענקט זיין נאמען?), און בדרך כלל זיך געגאנגען זיין וועג נישט געבאדערט קיינעם, חוץ אמאהל אמאהל האט ארויס געלאזט אין גאס א שאגת ארי.
ער פלעגט אויך זיצען אין אפאר בתי מדרשים, און ארויסגענומען פעיפערס פין טאש און מעיין געוועהן, און ווען מען האט אים געפרעגט וואס עס איז, האט ער געענטפערט מיט א ענווה'סדיגע שמייכל, "דאס איז מיינע עניינים", וועלענדיג לכאורה לאזן א רושם ווי א ל"ו צדיק.
פין זיינע משוגעתן וואס איך געדענק, ער פלעגט גיין צו א לייט פאול, וואס האט אזא קרעק אין דער לענג, און פרובירן צו לעקען מיט דער צונג אז עס זאל בלייבן א סירכא פין איין זייט צו דער אנדערע. און ווען עס איז געלונגען האט שטארק געלאכט.
איך פארצייל עס פאר אפאר סיבות,
א. א מענטש איז קיינמאל נישט זיכער, ער איז געוועהן א נארמאלער מענטש, און געווארען נעבעך משוגע, ולעולם יבקש רחמים על מדה זו, עס זאל נישט קומען אויף אים קינדער אייניקלעך וכל ישראל וכל יושבי תבל.
ב. אז טאמער איז ער יא געוועהן א ל"ו צדיק, איז עס סיפורי צדיקים און מען דארף זאגן כוונות אויף זיינע הנהגות.
היינט האבן אפאר מענטשן געמאכט פין אים א צדיק, און מען גייט צו זיין קבר אין נוי גערסי מתפלל זיין.
ר' יוסף אמשינאווער רבי
ווער קען שרייבן איבער דער פלא'דיגער גברא?
אין בארא פארק איז דא די מענטש מיט אנגעשטאפטע ווען וואס האט א בלויע שלאק, און ער פארקויפט אזוב, אז דו ווילסט באשרייבן אסאך אינטערסאנטע פערזאנען אין בארא פארק מאך א סטאפ אין שומרי שבת שרייב אפ די נעמען פון א חלק מענטשן דארט, און ווען די ביזט פערטיג גיי אריבער צו ספינקא אויף 18 וועסטו אויך טרעפן א היפשע פאר.
א טשיקאווע מעשה האב איך בייגעוואינט מיט מענדלע ווי ער האט געוואלט אז הגאון הצדיק מקאלסבורג זצ"ל זייענדיג דיין אין סאטמאר ב"פ זאל זיך אננעמען פאר זייין כבוד ווען קינדער האבען אים נאכגעשריגען, דער דיין בימים ההם האט נישט געוואלט זאגענדיג ביסט אליינס שילדיג טוה דיך אן נארמאל וועט דיר גארניט פעלען! סזעהט אויס ווי די דיין ז"ל האט געהלטען ער איזנישט דער רחמנות און די געשעפט....
תרמבאין בארא פארק איז דא די מענטש מיט אנגעשטאפטע ווען וואס האט א בלויע שלאק, און ער פארקויפט אזוב, אז דו ווילסט באשרייבן אסאך אינטערסאנטע פערזאנען אין בארא פארק מאך א סטאפ אין שומרי שבת שרייב אפ די נעמען פון א חלק מענטשן דארט, און ווען די ביזט פערטיג גיי אריבער צו ספינקא אויף 18 וועסטו אויך טרעפן א היפשע פאר.
איינער וואס האט קינדער ביי אונז איז נישט עטיש.
דינב'ע רבי איך מיין ער לעבט שוין נישט . איינער ווייסט זיין סטארי?
טובי געלדא טשיקאווע מעשה האב איך בייגעוואינט מיט מענדלע ווי ער האט געוואלט אז הגאון הצדיק מקאלסבורג זצ"ל זייענדיג דיין אין סאטמאר ב"פ זאל זיך אננעמען פאר זייין כבוד ווען קינדער האבען אים נאכגעשריגען, דער דיין בימים ההם האט נישט געוואלט זאגענדיג ביסט אליינס שילדיג טוה דיך אן נארמאל וועט דיר גארניט פעלען! סזעהט אויס ווי די דיין ז"ל האט געהלטען ער איזנישט דער רחמנות און די געשעפט....
א. ווייל ער האט גערעדט נארמאל דא אן דארט מיינט נישט אז ער איז נישט געוועהן נעבעך משוגע.
ב. מען טאר נישט טשעפענען אפילו אזא איינער, און, וועלענדיג מלמד זכות זיין אויף קארלסבורגער רב, איך בין זיכער אז ר'יחזקאל האט געגעבען א פסק פאר די קינדער ווי עס דארף צו זיין, נאר ער האט געזאגט פאר ר' מענדל וואס מען דארף אים זאגען.
ג. טשעפענען נשמות איז שרעקלעך דעינדזערעס, און בכלל אז מען לאזט קינדער טשעפענען אזעלכע מענטשן, טשעפענען זיי נארמאלער מענטשן ביז זיי ווערען משוגע ל"ע.
אברהם וויינבערגער פאיע רבי יא פאיע רבי געדענקט איינער? א בילד האט איינער?
אישתישבי: דער טעם וואס מ'גייט צו מענדעלע'ס קבר מתפלל זיין איז נישט אלס ל"ו צדיק ווייל ער איז געווען א בעל יסורים . און ער האט עס מקבל געווען באהבה...!
berlbalagulehאישתישבי: דער טעם וואס מ'גייט צו מענדעלע'ס קבר מתפלל זיין איז נישט אלס ל"ו צדיק ווייל ער איז געווען א בעל יסורים . און ער האט עס מקבל געווען באהבה...!
קען זיין. אבער די וואס פארברענגן דארט אסאך זאגן יא אז ער איז געוועהן א ל"ו.
אישתישביווער קען שרייבן איבער דער פלא'דיגער גברא?
קענענדיג דער בית המדרש פין דער נאנט, זיין טאטע ר' שימעלע איז געוועהן כידוע א איד א צדיק נשגב, א חכם מחוכם וואס האט נישט געמאכט פין זיך קיין וועזען, נאר געדינט דער אויבערשטער יעדער רגע מיט א דביקות עליון. זיין ק"ש איז געוועהן מיט א סארט כוונה און דביקות, ער פלעגט איבערזאגן ווערטער אין ק"ש ביז צען מאל, למען תזכרו האט ער איבערגעזאגט אייביג לכל הפחות פינף מאל, עס פלעגט נעמען א ערך פין צען מינוט זיין ק"ש.
ר' יוסף איז געוועהן א טשאטשקע פין א בחור, געוועהן א עילוי נשגב, געקענט ש"ס און חסידות און א עובד ד'. ער האט חתונה געהאט אויף אנטווערפן און דער שידוך איז נישט גוט געגאנגען, און ביז נאך דער גט איז ער שוין נישט געווען דער זעלבע, דמיונות האבן אים געפלאקערט אין קאפ, און זייענדיק אויף מעדיקאציע האט עס אים אראפגעשלעפט און ער האט שוין נישט פאנקציענירט געהעריג.
ער האט נישט געקענט חתונה האבן נאכאמאל, צויליב זיין צושטאנד.
זיין טאטע, ר' שימעלע, וויסענדיג דער מצב פין זיין זוהן, האט נאך אלץ געהאלטען אז ער וועט דאך קענען פירען דאס בית המדרש, און ער האט געשריבען א צוואה ביי ר' שפיצער פין בארא פארק, אז בני יוסף ימלא את מקומי, וכל אלו שהחזיקו בידי יחזיקו בידו.
ר' שפיצער האט פארגעליינט די צוואה ביי די שלושים סעודה און געוויינט בדמעות שליש, נישט קענענדיג פארשטיין דער אקציע פין ר' שימילע, אבער פארפאלען, צוואה איז צוואה.
ר' יוסף האט געהאלטען א דרשה ביי די שלושים, און געזאגט אז עס איז א הייליג בענקעל פין זעקס דורות, און אמשינוב שטייט נישט אויף פראפאגאנדע נאר אויף תורה און נאך אזעלכע דיבורים.
נאך ווערען רבי, פלעגט ער פארלערנען מנחת חינוך פרייטאג צו נאכטס העכער די בית המדרש, בחורים פלעגען קומען, ער האט זיך געקענט מתרגז זיין און ארויסווארפען אלע בחורים.
קורץ נאכדעם, האט ער געהאנגען א צעטל איז דער בית המדרש, אז זיין שוואגער און זיינע קינדער טארען נישט אריין טרעטען מער, און זיי האבן טאקע מער נישט דארט געדאוונט. אויך האט ער דארט געשריבן, אז זיין טאטע האט אים געזאגט, אז די שיינע אידן אין בית המדרש זענען נכשל אין מחשבות פין ניאוף.
דאס בית המדרש איז ווייטער אנגעגאנגען, די חסידים האבן געהאלטען די צוואה ערליך (די וואס האבן געקענט) און ווייטער דארט געדאוונט, לאורך הזמן פלעגט ער דאווענען אין באבוב בית יעקב נעקסט דאר. אויף זיין שטענדער פלעגט ער האבן געפרינטעד גאנצע ספרים צוזאמענגעשטעלט אלעס אויף דער שבת, למשל אויף שבת שקלים אנגעהויבן פון די גמרא ביז די היינטיגע אחרונים.
א מוח עצום איז ער געבליבן ביז'ן לעצטן טאג. אבער ליידער האט ער נישט זוכה געווען צו קענען ניצען זיינע קענטעניסן און משפיע זיין לויט זיינע מוחין.
אישתישביקענסט אנהייבן ביי דער קדוש וטהור מענדעלע ח...
א בלבול שאין כדוגמתו.... ס'מעג זיך שוין טוישן איינמאל פאר אלעמאל. נישט ווייל איינער האט אזוי ארויפגעקלעבט אויף אים א נאמען. מ'דארף אכטונג געבן.
אבשלום בן מעכהאישתישביקענסט אנהייבן ביי דער קדוש וטהור מענדעלע ח...
א בלבול שאין כדוגמתו.... ס'מעג זיך שוין טוישן איינמאל פאר אלעמאל. נישט ווייל איינער האט אזוי ארויפגעקלעבט אויף אים א נאמען. מ'דארף אכטונג געבן.
ויקרא שמו בישראל מענדעלע חכם.
אישתישביאישתישביווער קען שרייבן איבער דער פלא'דיגער גברא?
קענענדיג דער בית המדרש פין דער נאנט, זיין טאטע ר' שימעלע איז געוועהן כידוע א איד א צדיק נשגב, א חכם מחוכם וואס האט נישט געמאכט פין זיך קיין וועזען, נאר געדינט דער אויבערשטער יעדער רגע מיט א דביקות עליון. זיין ק"ש איז געוועהן מיט א סארט כוונה און דביקות, ער פלעגט איבערזאגן ווערטער אין ק"ש ביז צען מאל, למען תזכרו האט ער איבערגעזאגט אייביג לכל הפחות פינף מאל, עס פלעגט נעמען א ערך פין צען מינוט זיין ק"ש.
ר' יוסף איז געוועהן א טשאטשקע פין א בחור, געוועהן א עילוי נשגב, געקענט ש"ס און חסידות און א עובד ד'. ער האט חתונה געהאט אויף אנטווערפן און דער שידוך איז נישט גוט געגאנגען, און ביז נאך דער גט איז ער שוין נישט געווען דער זעלבע, דמיונות האבן אים געפלאקערט אין קאפ, און זייענדיק אויף מעדיקאציע האט עס אים אראפגעשלעפט און ער האט שוין נישט פאנקציענירט געהעריג.
ער האט נישט געקענט חתונה האבן נאכאמאל, צויליב זיין צושטאנד.
זיין טאטע, ר' שימעלע, וויסענדיג דער מצב פין זיין זוהן, האט נאך אלץ געהאלטען אז ער וועט דאך קענען פירען דאס בית המדרש, און ער האט געשריבען א צוואה ביי ר' שפיצער פין בארא פארק, אז בני יוסף ימלא את מקומי, וכל אלו שהחזיקו בידי יחזיקו בידו.
ר' שפיצער האט פארגעליינט די צוואה ביי די שלושים סעודה און געוויינט בדמעות שליש, נישט קענענדיג פארשטיין דער אקציע פין ר' שימילע, אבער פארפאלען, צוואה איז צוואה.
ר' יוסף האט געהאלטען א דרשה ביי די שלושים, און געזאגט אז עס איז א הייליג בענקעל פין זעקס דורות, און אמשינוב שטייט נישט אויף פראפאגאנדע נאר אויף תורה און נאך אזעלכע דיבורים.
נאך ווערען רבי, פלעגט ער פארלערנען מנחת חינוך פרייטאג צו נאכטס העכער די בית המדרש, בחורים פלעגען קומען, ער האט זיך געקענט מתרגז זיין און ארויסווארפען אלע בחורים.
קורץ נאכדעם, האט ער געהאנגען א צעטל איז דער בית המדרש, אז זיין שוואגער און זיינע קינדער טארען נישט אריין טרעטען מער, און זיי האבן טאקע מער נישט דארט געדאוונט. אויך האט ער דארט געשריבן, אז זיין טאטע האט אים געזאגט, אז די שיינע אידן אין בית המדרש זענען נכשל אין מחשבות פין ניאוף.
דאס בית המדרש איז ווייטער אנגעגאנגען, די חסידים האבן געהאלטען די צוואה ערליך (די וואס האבן געקענט) און ווייטער דארט געדאוונט, לאורך הזמן פלעגט ער דאווענען אין באבוב בית יעקב נעקסט דאר. אויף זיין שטענדער פלעגט ער האבן געפרינטעד גאנצע ספרים צוזאמענגעשטעלט אלעס אויף דער שבת, למשל אויף שבת שקלים אנגעהויבן פון די גמרא ביז די היינטיגע אחרונים.
א מוח עצום איז ער געבליבן ביז'ן לעצטן טאג. אבער ליידער האט ער נישט זוכה געווען צו קענען ניצען זיינע קענטעניסן און משפיע זיין לויט זיינע מוחין.
געשריבן עטליכע שיינע נקודות, אבער אויך טעותים. די טעותים וויל איך פארבעסרן ואוסיף עוד נקודות.
1. ר' יוסף'ס טאטע האט געהייסן ר' איציקעל, נישט ר' שימעלע. ר' שימעלע איז געווען ר' איציקלס פעטער.
2. ר יוסף איז געווען א איידעם ביי ר' אלי' שטערנבוך פון אנטווערפן. פון דעם זיווג האט ער געהאט אלע זיינע קינדער.
3. ר' איציקל האט געשריבן עטליכע צוואות, און אין געוויסע האט ער געשריבן פיל שוואכער אויף זיין זון. כ'האב געהערט אז ס'האט זיך געוואנדן אויב ר' יוסף איז געשטאנען נעבן דעם טאטן און געלייגט לחץ, וואס דאן האט ר' איציקל געשריבן די גרויסע הפלגות בלית ברירה.
4. ר' אברהם חיים שפיצר האט זיך געהאלטן פאר א שטיקל חסיד פון ר' איציקל, און די מעשה איז טאקע באקאנט.
5. זיין שוואגער, ר' ישראל ערנסטער שליט"א (זון פון ר' משה ז"ל חדב"ן אמרי חיים מוויזניץ, און פאטער פון בעריש וואס האט יעצט חתונה געמאכט זיין טאכטער מיט רב"צ באבובערס יונגסטער זון), האט טאקע אפגעטראגן פון שול און דעמאלט האט זיך געעפנט אן אנדערע שטיבל אמשינאוו אין ב"פ. דארט האבן אויך געדאווענט חסידים פון אמשינאוו ארץ ישראל. שפעטער, ווען ר' יוסף איז שוין נישט געווען צו אקטיוו אין זיין שול, האט זיך די אנדערע שטיבל פארמאכט און אלע זענען צוריק דאווענען אין שול. אגב, נאך אינמיטן האט ר' ישראל ערנסטער און זיינע זין צוריק אנגעהויבן דאווענען ביים שוואגער/פעטער געוויסע תפילות.
6. ר' יוסף פלעגט צומאל האלטן שארפע דרשות קעגן פריוואטע מענטשן אין שול. געוויסע האבן זיך באליידיגט און ארויס פון דארטן, אנדערע האבן זיך פשוט נישט וויסנדיג געמאכט וויסנדיג אז ער איז נעבעך נישט געזונד.
7. די חסידים האבן ממש נישט געהאלטן די צוואה ערליך, נאר קיין שלעגערישע עלעמענטן זענען זיי נישט, און קיינער האט נישט גענומען די זאך אין די הענט אויף מסלק צו זיין דעם רבין. קיין חסידים האט ער כמעט נישט געהאט, און במשך השנים זענען די געציילטע פארבליבענע חסידים פון אים אליינס אויך געווארן אויס חסידים. געווענליך זענען זיי געווארן חסידים פון אמשינאוו בית וגן.
8. ער האט אנגעהויבן דאווענען ביי רמ"ד באבובער כמעט אנהייב זיין חסידות, אבער דאס איז נאכאלץ צען יאר נאכן זיין רבי אין זיין שול. אין די יארן האט ער אסאך פאר'הרגעט די פלאץ, און נאכן אנהייבן דאווענען אין 45 האט אמשינאוו למעשה אפגעאטעמט.
9. ער האט געהאלטן פון רמ"ד אלס צדיק וקדוש, און ער פלעגט שנדרן גרויסע געלטער פאר עליות, און רמ"ד האט אים אייביג געלאזט קויפן עליות הגם ער האט קיינמאל נישט געהאט פון וואו צו צאלן... ער האט פשוט רחמנות געהאט אויף אים, א איד וואס איז געווען שברי לוחות.
10. כ'האב אמאל געזען א בריוו וואס ער האט נאך געשריבן אלס בחור, אין זיינע שטארקע יארן צו א חבר, וואו ער ערקלערט וואס איז דאס חסידות ווארקע און אמשינאוו, און ס'איז ממש הפלאדיג געשריבן בטעם זקנים מיט מראי מקומות און א בקיאות והבנה נפלאה. מ'קען נאר חלומ'ן וואס אזא כלי וואלט געקענט משפיע זיין, אויב ער וואלט נישט געווארן א שבר כלי אינדערמיט.
וואו, קיינמאל נישט געקענט זיין היסטאריע.
נאך זיין הסתלקות איז געקרוינט געווארן איינע פון זיינע זוהן אלס מ"מ, דאכט זיך יענער וואוינט אין ארץ ישראל.
ווער נאך זענען זיינע יוצ"ח? און צו זענען זיי בר הכי?
ער האט צוויי קינדער אין א"י וואס האבן אנגעהויבן פירן באדמו"רות אין א"י נאך זיין פטירה. דער עלטסטע (מיטן לאנגע בארד) קומט כסדר קיין ב"פ און איז דא יעצט, געפירט ל"ג בעומר טיש אין ב"פ. דאס פלאץ לעבט פון פריש אויף. עס איז מעגליך אז רבי איצקל ז"ל האט געשטעלט רבי יוסף ז"ל אלץ ממשיך מיט א בליק פאראויס אויף זיינע קינדער.
א איד מיט די נאמען ר' יוסף בנימין חייקין ע"ה א אינטערסאנטע איד א חסדישע איד א גבאי געווען ביי וויזניצע רבי רבי מאטעלע זצ"ל ער אזי דעווען זייער הייזעריק און זיך דעקנט בייזערען אבער איך מיין א שיינע יוגע ספר געוען כמיין ער איז אוועק אנע קינדער יהא זכרו לברכה
פלעגט זיין איינער וואס איז געווארען א בייק און געגעבן ביזנעס קארטלעך פאר קינדער, אויף דער ביזנעס קארטעל איז געשטאנען גרענד ראביי אף יו עס עי
וואס טיט זיך מיט די דרייצען רבי?
קאנווערסעשן איז קלאסד אוי יוי יוי יוי יוי יוייוי יוי!!!!!!
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=imiOWvZUPF0">https://www.youtube.com/watch?v=imiOWvZUPF0</a>
ער איז געווען גאנץ א נארמאלער מענטש. איך האב אן אינטערוויא וואס א צייטונג האט אפגעהאלטן מיט אים, אויב איינער וויל זיך מתנדב זיין, קען איך עס אים שיקן און ער וועט עס ארויפלייגן דא.
good newsער איז געווען גאנץ א נארמאלער מענטש. איך האב אן אינטערוויא וואס א צייטונג האט אפגעהאלטן מיט אים, אויב איינער וויל זיך מתנדב זיין, קען איך עס אים שיקן און ער וועט עס ארויפלייגן דא.
וואו. ביי וועלכע פונקט איז ער ..."משוגע"... געווארן?
ער קען רעדן ווי גאנץ א נארמאלער מענטש. נאר פלוצלינג נעמט ער זיך שרייען אדער זינגען מיט קולי קולות...!
דער פארשוין (כ'וויל נאכנישט ארויסגעבן זיין נאמען..) פירט די עוו. ביי דער נאז... (איר וועט שוין באלד פארשטיין פארוואס...). ער פירט דעם טראפיק, שטעלט אפ אויטאס זיך צו באגריסן, מאכט העוויעס, גרימאסן... אבער קיינמאל נישט שעדליך, וועט זיך קיינמאל נישט קריגן, אלעמאל מיט א העפליכן שמייכל...
ג' שמות איז ער ארויפגעקומען צו אונז אין אפיס און מיר האבן געמאכט אן אינטערוויו מיט אים.
זיצנדיג ביי אונז אין אפיס איז ער געווען העכסט אנשטענדיג און באזעצן. מיין ערשטע פראגע:
וואס איז דיין נאמען?
יודא דוד סנדק
וואו ביסטו געבוירן געווארן?
הארטפארד קאנעטיקוט
זענען דיינע עלטערן רעליגיעז?
מיין טאטע לעבט שוין נישט, מיין מאמע איז היינט רעליגיעז.
פארצייל אביסל, פאר די ליינער, עפעס פון דיינע עלטערן און פון דיינע קינדער יארן.
מיין טאטע איז געווארן א יתום פון זיינע עלטערן ביי 5 יאר, מיין טאטע האט געדינט אין די ארמיי ביי די צווייטע וועלט מלחמה, מיין מאמע איז אן אייניקל פון א גרויסן ת"ח פון די גרויסע אידישע שטאט בראד אין פוילן. זיי, מיין מאמעס משפחה, האבן געוואוינט אין וויליאמסבורג, און נאכדעם האבן זיי זיי זיך אריבערגעצויגן קיין הארטפארד, קאנעטיקוט.
ווי רעליגיעז איז דיין מאמע?
זי האלט כשר'ס, שבת, באזונדערע געשיר פאר מילכיג און פליישיג. אלעס איז כשר.
ווי אלט ביסטו?
איך מוז זאגן? אמממ אממממ... (פילט אביסל אומבאקוועם צו ענטפערן...), איך בין אין מיינע 40'ער יארן, איך בין געבוירן אין די 960'ער יארן.
ביסט געגאנגען אין א רעליגיעזן חדר?
נישט עכט. איך בין געגאנגען אין א מאדערנעם דעי סקול, יענער שולע איז געווען בעיקר אויף סעקיולארע לימודים און נאר אביסל האט מען געלערנט וועגן אידישקייט.
ביזט געווען א נארמאל קינד?
אאאממממ... (טראכט... געווארן אביסעל אין א קלעם...) יא, איך בין געווען נארמאל, אלס קינד בין איך געווען הונדערט פראצענט נארמאל... שפעטער האבן איך באקומען א מורא'דיגן חשק צו דאוונען, און טאקע דאוונען ווי א חסיד'ישער איד מיט קולי קולות.
די שולע האט נישט געהאט קיין אנונג וואס ס'ליגט אונטער מיין הויך דאוונען, האבן זיי פרובירט מיך צו קאנטראלירן, אז איך זאל נישט הויך דאוונען ביי די צופרי תפילות וואס מען האט געזאגט אין שולע, אבער כ'האב מיך נישט געלאזט...
ווען האט דיך אנגעכאפט צו ווערן רעליגיעז און פארוואס?
אלס יונגל אין דעם ישיבה וואס כ'האב פריער געזאגט, ווען מ'האט אנגעהויבן לערנען א' ב' האט מיר אנגעכאפט א מורא'דיגן, א מורא'דיגן חשק זיך צו באקענען מער און מער מיט די תורה. ווען כ'בין געווארן עלטער, בין איך אריבער געגאנגען אין די ישיבה "נר ישראל" דבאלטימאר, א ליטווישע ישיבה, הרב רודערמאן איז געווען דער ראש ישיבה און הרב טענדלער איז געווען דער מנהל, נישט דער טענדלער פון מאנסי נאר א ברודער זיינער...
ביזט געווען א גוטער בחור?
אין די ישיבה? אמממממ (קלערט און קוקט אויף מיר...) כ'האב זייער ליב געהאט צו לערנען, כ'בין געווען א גוטער בחור, כ'פלעג אויפשטיין יעדן צופרי און לערנען פרקי אבות פאר'ן דאוונען, און אויך אוצר התפילות. אבער אזויווי כ'האב מער געגלוסט צו א ישיבה וואס האט מער א פריילעכע אטמאספערע, בין איך געגאנגען צו א ישיבה בית שרגא אין מאנסי, וועלכע איז א צוזאמשטעל פון ליטוויש-און-חסידיש אינאיינעם.
רופסט דיך היינט אלס א חסיד?
איך וואלט געזאגט אז כ'בין איינער וועלכער זוכט מער דעם אמת...
וואו וואוינסטו היינט?
אין בארא פארק.
ווי לאנג שרייסטו שוין אזוי אין די גאסן...?
פרעגסט זייער אן אינטערעסאנטע קשיא... ווייל אמממממ... אין די 70'ער יארן ווען כ'בין אוועקגעגאנגען פון ישיבה, האב איך מיך געלאזט וואקסן זייער לאנג די האר, כ'בין דעמאלט געווען צו שטארק אין א פריילעכע שטימונג...
פארוואס האסטו דיך געלאזט וואקסן לאנגע האר?
כ'האב געהאט דעמאלט א פארקרימטע איידיע, אז אויב איך וועל מיך לאזן וואקסן לאנגע האר מיט א קליין קאפל, וועל איך קענען לערנען די תורה מיט פארשידענע אידן וועלכע זענען מיטגעכאפט געווארן מיט די "היפי מואוומענט"... אבער ס'איז געווען א גרויסער טעות פון מיין זייט, און איך האב זייער חרטה דערויף. אין יענע צייט האב איך אנגעהויבן טאנצן און זינגען אין די בארא פארקער גאסן און שפעטער אין פלעטבוש, און נאך שפעטער בין איך געפארן קיין קאליפארניע, מעקסיקא, פלארידא און נאכדעם קיין ארץ ישראל.
אין די אלע אויבנדערמאנטע פלעצער האסטו זיך געפירט אזוי צו שרייען אין די גאסן?...
ניין כ'קען נישט זאגן אז כ'האב אלעמאל געמאכט קולות... אבער רוב פון די צייט האב איך יא געשריגן און געטאנצן.... דו מוזט פארשטיין, אז כ'האב איבעראל געפילט צו טאנצן, כ'האב מיך געפרייט מיט די מתנה וואס דער אויבערשטער האט מיר געגעבן צו לערנען תורה, און דאס האט מיך געמאכט שרייען אין די גאסן, פשוט פאר שמחה...
יעצט ווען איך שריי אין די בארא פארקער גאסן, ווענדט זיך: אסאך מאל שריי איך, צוליב דעם ווייל איך בין מורא'דיג פריילעך אז דער אויבערשטער האט מיר געגעבן איין געלעגנהייט און נאך א געלעגנהייט צוריקצוקומען צו אים און זיין נאענט מיט די תורה, און אסאך מאל שריי איך, ווייל, כ'קען עס נישט אנרופן דיפּרעסט, ווייל איך בין נישט דיפרעסט, אבער איך שריי אלס פארביטערניש, אז כ'האב נישט אויסגענוצט די געלעגנהייט אין די ישיבות וואו איך בין געווען.
האסטו אמאל געהאט א נערוון צוזאמבראך?
ניין, ב"ה קיינמאל.
ביסט אמאל געווען אויף סיי וועלכע אנטי דעפרעסיע מעדיקעישאן?
ניין, ניין, קיינמאל נישט.
ביזט אמאל געווען אויף סיי וועלכע דראג?
ניין ניין, ניין.
וואס טוסטו פאר א לעבן?
יעצט גיי איך ארום און פארקויף ליידיגע טעיפס מיט ווידעאוס... (קוקט זיך ארום ווער עס הערט אלץ אויס און זאגט שטיל...) גיב אכט איך ווייס נישט צי דו זאלסט שרייבן אז כ'פארקויף ווידעאוס (ליידיגע)...
דו וואוינסט אין אן אפארטמענט?
איך וואוין אין א קליינע אפארטמענט.
דו צאלסט רענט?
יא.
וויפיל?
(ער רעכנט חשבונות, נומערן אהין און אהער...) 750$ א חודש.
ביסט אפ-טו-דעיט?
ניין.
וויפיל חדשים ביזטו צוריקגעשטאנען?
רעכנט עודך... צוויי חדשים.
וואסערע סארט מענטש איז דיין לענדלארד?
א חסיד'ישער מענטש, א פיינער מענטש. ער לאזט מיך דארט לעבן כאטש איך בין צוריקגעשטאנען מיט רענט.
וואו עסטו שבת?
שבת? פארשידענע מענטשן רופן מיך. ווי למשל די וויזשניצער פעלדמאנ'ס, די בעלזער איגעל'ס, די מונקאטשער טויב'ס, הרב באלקאני שליט"א.
זיי האבן הנאה דיך צו האבן אלס גאסט אויף שבת?
יא, זייער.
ביזט נאר אין בארא פארק אדער אין אנדערע פלעצער אויך?...
אסאך מאל פאר איך אויף מאנסי, בעיקר איז עס מאנסי און בארא פארק.
פארצייל מיר אן אינטערעסאנטע מעשה וואס דו האסט אמאל געהאט אין די גאס?
(איצט האט ער געבעטן אז מ'זאל אים געבן א פאר מינוט צו טראכטן וואסערע מעשה ער האט אלץ געהאט אין די גאסן...)
כ'קען דיר זאגן אפאר אינטערעסאנטע זאכן. למשל: ווען איך דאווען אין א שיל...
כ'האק אים אריין:
אין וועלכע שיל דאוונסטו?
אין מונקאטש און אין סקווירא, ווען איך דאווען אין מונקאטש, באמערק איך אז דארטן דרייען זיך אלע סארט מענטשן, חסיד'ישע ליטווישע, אמעריקאנער, ספרדים און אפילו מענטשן וואס האבן פראבלעמען, אלקאהאלישע פראבלעמען. דאס דערמאט מיך א ווערט'ל וואס פלעגט אמאל זיין זייער פאפולער אין אמעריקע: "אלע וועגן פירן קיין רוים"... זייט איך האב מיך אנגעהויבן דרייען אין מונקאטש, האב איך אנגעהויבן איינזען אז מען קען זאגן "אלע וועגן פירן קיין מונקאטש"...
האק איך אים אריין (אנדערש וואלט ער נישט געענדיגט...), אבער וואסערע אינטערעסאנטע זאך קענסטו מיר זאגן וואס דו האסט געהאט זייענדיג אין די גאסן? צי האסטו געטראפן אן אינטערעסאנטן מענטש? צי עפעס איז דיר אמאל געשען אין די גאס?
ווען איך דריי מיך אויף די גאסן אויף דער 13'טער עוועניו קען איך טרעפן דעם זעלבן מענטש וואס איך וואלט מיך געשעמט צו צוגיין צו אים אין בית המדרש, אבער ווען זיי זענען אויף דער 13'טער עוועניו פיל איך מיך ווי די אלע מענטשן זענען ביי מיר אין בית המדרש... איך גלייך צו טרעפן סיי וועמען וואס לערנט תורה, אז זיי זאלן מיט מיר אויך עפעס רעדן אין תורה, מיר נאכזאגן א פסוק חומש.
איך קען אמאל זען א חסיד'ישן רב צי א חסיד'ישן רבי'ן אויף דער עוועניו, און צו זיי אויך צוגיין עפעס פרעגן, ווייל, ווי אויבענדערמאנט, זענען זיי אין מיין בית המדרש...
וועלכן רבי'ן האסטו שוין אמאל געטראפן אויף דער 13'טער עוועניו?
דעעשער רבי'ן און וויזשניצער רבינ'ס אייניקלעך.
פון וואנט ווייסטו אז זיי זענען וויזשניצער רבינ'ס אייניקלעך?
איך האב זיי געפרעגט, און אויך קען איך ר' ... פון וויזשניץ, ממילא ווייס איך שוין ווער דער וויזשניצער רבינ'ס אייניקלעך זענען.
אין ביהמ"ד פירסטו דיך אויף נארמאל?..
יא, יא.
ווי א נארמאלער מענטש?
אממממ... אסאך מאל ווען איך דאווען ווער איך זייער עקסיידעט... דאווען איך בקול רם. אסאך מאל וועלן מתפללים מיר זאגן, איך זאל מיך אביסל בארואיגן.
אפשר וואלסטו געגעבן צו פארשטיין פאר די ליינער, וואס טוט זיך אין דיין קאפ ווען דו שרייסט אין די גאסן?...
אסאך זאכן, אבער בעיקר איז עס א געוואוינהייט פון קינדווייז אן, אז ווען איך שריי, צי איז דאס ביים דאוונען, צי אין די גאסן, גייען אלע מיינע זארגן אוועק...
דו זיצט שוין דא אין אפיס איבער א האלבע שעה, דו פירסט זיך אויף העכסט נארמאל... וואס גייט דא פאר, פארוואס שרייסטו?
ס'טוט מיר וויי אז אידן זענען נאך אלס אין גלות.
ווער וואשט דיר דיינע קליידער? (ער איז גאנץ צוזאמגענומען)
אמממ, איך גיי צו א לאנדרי.
קען איינער אויף דער וועלט, דיך אפשטעלן פון שרייען אין די גאסן?
ווען איך זע א רבי'ן אדער אייניקלעך פון א רבי'ן, האלט איך מיך אליין איין, איך קאנטראליר מיך.
אריינגעהאקט... פארוואס?
ווייל ווען איך זע א רבי'ן אדער א רבי'ש קינד, דערמאן איך מיך, אז אלס קינד בין איך געווען א קינד פון א טאטן וואס האט געדינט אין די ארמיי, ווען איך זע א קעניג אדער א פרינץ ווער איך אליין דיסציפלינירט און ממילא אלס דרך ארץ אויס, שטעל איך מיך אפ ווי פאר א גענעראל אדער א סאלדאט פון העכערן ראנג...
איצט האבן מיר זיך געזעגנט, און ווי נאר ער איז ארויס פון אונזער אפיס, איז ער צוריק צום אלטן... והא ראי' – די בילדער...
א פרייליכן פורים
Wow wow זייער אינטערסאנט צו זעהן אז אונטער יעדע מענטש איז דא א געשיכטע, עלטערן, משפחה, א יוגנט וכדומה.
און דו רב גוד ניוז מאך נאך אינטערוויוס!