☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » וויפיל איז די שיעור

וויפיל איז די שיעור

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14590

בונה של טוב » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:49 am

· #471707
וויפיל איז די שיעור
דער עולם דא איז אזוי אויפגעברויזט ווען ס׳נעמט זיך א דשאזעף קרויס און רעדט שלעכטס וועגן אונזערע היימישע אידן פאר די וועלט, אבער די חורבן וואס גייט פאר טאג-טעגליך קוקט נישט אויס ווי ס׳גייט איינעם אין די לינקע פאה? איך בין זיכער אז אויב מ׳וועקט זיך נישט אויף און מ׳מאכט אביסל ארדענונג צו פארעכטן די הפקרות׳דיגע פירערשאפט, וועט מען זיך דארפן זארגן וועגן אסך גרעסערע בושות ווי א דשאסעף קרויס.

איך קען פארשטיין פארוואס ס׳דרייען זיך אזויפיל יונגע קינדער וואס זענען פעד אָפּ מיט די ישיבה סיסטעם און זענען בועט, איך קען אפילו פארשטיין אזעלכע עלטערן וואס זייער פערצן יעריג קינד דרייט זיך הפקר און זיי ווייסן נישט וואס צו טון (אין די גוי׳שע וועלט, ווואלטן עלטערן גערופן פאליציי און ווילאנג דאס קינד איז נאכנישט לעגאל אן עדאלט קענען זיי מיט צוואנג עם צוריקברענגען צו די עלטערן, אבער השם ישמרנו אויב ביי אונז וועט מען רופן פאליציי קען עס נאך חלילה עפענען א ״קען פון ווערים״ און שטעלן אין א סכנה די גאנצע משפחה צו ווערן אינוועסטיגעיטעד פון טשיילד פראטעקטיוו סערוויסעס וואס דעמאלס לעקט מען נישט קיין האניג)

אבער ווי ביטער איז צוצוקוקן אז במקום שאין אנשים השתדל להיות איש לאזט מען נאר איבער צו כבוד זיכערס און מאכט הונגעריגע חברה וואס מאכן מער שאדן ווי ריוח. פארוואס טרעפט מען נישט צווישן אונז מענטשן וואס ס׳זאל זיי אנגיין אז יונגע קינדער גייען צוגרינט און טון עפעס ארויסהעלפן די מצב? ס׳רייסט ביים הארץ צו זעהן א יונג קינד ווי רפאל וואס איז קוים פערצן יאר! און קיינער קוקט זיךנישט אום, ער איז הפקר פאר די וועלף. די קינדער דארפן אזא מוסד ווי פייגא לאה לאנדא רעדט פון: וואס זיי ווייסן פון חייכם וימיכם און שטופן נישט צובראכענע קינדער צו טון וואס זיי ווילן אדער זיך אראפצובינדן צו אידישקייט נאר זענען באמת דארטן צו געבן ווארימקייט און סופפארט.

לויט ווי כ׳האב פארשטאנען ארבעטן זיי מיט די עלטערן, אבער ס׳דא אסך עלטערן וואס ווייסן נישט וועגן דעי היימישע ארגאניזעישן KIP און מ׳דארף מענטשן וואס האבן די פעהיגקייט צו מאכן די קאנעקשנס און ברענגען הילף פאר די קינדער בעפאר זאכן ווערן אסך אסך ערגער ווי נאר א יוטוב ווידיאו פון א קרויס יונגל

בונה של טוב » מיטוואך אפריל 28, 2021 9:55 am

· #471708
אין קעיס איינער דא ווייסט נישט וועגן די העלדישע פרוי פייגא לאה לאנדא, קענט איר הערן דא אביסל פון איר
<a class="postlink" href="https://youtu.be/UfNAz-pPisQ">https://youtu.be/UfNAz-pPisQ</a>

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 28, 2021 10:21 am

· #471712
מ'האט שוין אמאל גערעדט איבער איר דא אין שטיבל. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/448638">viewtopic.php?p=448638#p448638</a><!-- l -->

בונה של טוב » מיטוואך אפריל 28, 2021 10:34 am

· #471713
א גרויסן דאנק רביה״ק פאר די לינק. זייער אינטרעסאנטע שמועס

תרמב » מיטוואך אפריל 28, 2021 2:58 pm

· #471741
איך ווייס פון איינער וואס האט גערופן פאליציי פאר זיין קינד אונטער 18 וואס איז געגאנגען צו א בית חינוך ווי די עלטערן האבן נישט געוואלט דאס קינד זאל גיין

בונה של טוב » מיטוואך אפריל 28, 2021 10:27 pm

· #471795
תרמב
איך ווייס פון איינער וואס האט גערופן פאליציי פאר זיין קינד אונטער 18 וואס איז געגאנגען צו א בית חינוך ווי די עלטערן האבן נישט געוואלט דאס קינד זאל גיין


Wow
א דאנק פאר׳ן מיטטיילן.
איז דאס געווען א ווייניגער פרומע מוסד וואס די עלטערן האט נישט געשמעקט?
און וואס האבן די פאליציי געטון דערוועגן?

תרמב » מיטוואך אפריל 28, 2021 11:51 pm

· #471805
איך וויל נישט אריינגיין אין דעטאלן היות ס’איז איינעמס פריוואטע סיטועישאן, אבער סאיז געווען אויף א שוואכערע לעוועל אין די עלטערנס אויגן, און איך גלייב נישט אז די פאליציי האט געקענט עפעס טון חוץ אנווארענען דאס קינד, און אנשרעקן, וואס דאס איז לכאורה געווען די עלטערן’ס ציל מיטן רופן די פאליציי.