גיב אבאכט! - אומגעראכטענע גראסערי פרייזן
איך בין אויפגעשוידערט געווארן (מיינע הענט ציטערן שרייבענדיג דא) ווען אהיימקומענדיג פון גראסעריי קוקענדיג אויפ'ן רעסיט זעהעך אז פאר א
גאלדען פלאוי עפעל סיידער האב איך געצאלט 3.69 !!
אן אומדערהערטע פרייז!
איך קויף כמעט נישט קיין עפעל סדר אינמיטן יאר, אמאל מאכטסעך אבער א-זיך וויל א טשעינטש פון ארענדזש דזשוס, נעם איך אן ע.ס.
די פרייז פאר ע.ס. דענק איך איז אלץ געווען בערך ווי ארענדזש דזש. (2.79 - 3.09)
קודם האביך געמיינט אז ס'א טעות, כ'בין צוריקגעגאנגען צו יענע סטאר, האב איך געזען אז אויפ'ן צעטעל שטייט טאקע 3.69, (פארוואס איז אבער נישט געווען א צעטעל אויף ביידע שעלוון וואו ס'ליגען די עפעל סדר?)
ביניך שפעטער אריבער צו א באקאנטע ביליגע גראסערי, זעה איך ווי ביי זיי איז עס אויך טייערער ווי זייער סטאנדארטן, 3.29.
מוז לכאורה זיין א ס'איז א וועלטליכע זאך. אפשר איז עפעל ארויף?
אלזא זייט געווארענט.
להוי ידוע אז פאר גאלדען פלוי אראנדזש דזשוס צאלט מען אויך נישט קיין סאך ביליגער בעוה"ר.
ווענדט זיך וואו!
איך צאל 2.59 פאר א גאלדען פלאו OJ
און אז איך רעד שוין דארף איך זיך באדאנקען פאר די היימישע סאדע קאמפעני מים חיים, ווי אן אינסיידער געט מיר איבער פרובירט ער זייער שטארק צו האלטן די פרייזן
נידעריג, ווי איר וועט זעהן אין די צייטן ווען פרוכט'ן ווי פיינעפעל און ארענדזש אדער לימאן גייען ארויף וועט זיך עס נישט דערקענען אין די פרייזן אויף
זייערע פייענפעל/ארענדזש/לעמען סאדע'ס.
מהם ילמדו!
וישתו משוגעים וישבעו!
חכם איינער
די סאדע האט קיינמאל קיין ארענזש און לעמאן נישט געזען, אלעס קאלארינג, דאכט זיך אז די קרעיאנס זענען שוין לאנג נישט ארויף....
אזוי, טאקע??... כאנישט געוויסט!!
זר זהבווענדט זיך וואו!
איך צאל 2.59 פאר א גאלדען פלאו OJ
ווי צאלסטו אזוי ביליג? מיין רויבערמאן (ליין: גראסערי מאן) רעכנט גאנצע 3.29 טאלער פאר גאלדען פלוי מאראנצן זאפט.
אין קר"י איז אלעס טייער.
אךי האב געזען אין א קר"י גראסערי רויטע טרויבען פאר 4 דאלער א פונט, אזעלכע פרייזן
זעהט מען נישט אין ברוקלין.
2.59 פטר OJ איז אויך אן אויסנאם אין ברוקלין. די עוורעדזש פרייז איז בערך 3.00
כלומפערשט איז די תירוץ פארוואס מילך און אנדערע גאלדען פלוי פראדוקטן איז טייערער אין קרית יואל, ווייל ס'קאסט דאס ארויסצושלעפן קיין אפסטעיט.
איך ווייס נישט ווי זיי באטלען עס, אבער די מילך פארעם איז זיכער אין אפסטעיט נישט ווייט פון קרית יואל.
לעיקוואד אראנדזש דזשוס געמאכט ביי ג"פ, (אסאך האלטן (וג"א בתוכם) אז עס איז בעסער) איז שוין א לאנגע צייט פאר 1.99 אין א געוויסע ביליגע גראסערי אין וומס״ב
זר, ביסט אין קר"י אויף שבת צוזאם מיט דיין רבי'ן?
ווער איז מיין רבי? איז רי"מ שכטר אין קר"י?
ער איז נישט מיין רבי, אבער צו אים וואלט איך געגאנגען
איך האב נישט א רבי
😢
האסט נישט א רבי?
זר זהבאיך בין לעצטענס אריבער פון סערעט יארמע צו זאבליטוב, כ'שפיר דא מער מיין שורש נשמה.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/35961">viewtopic.php?p=35961#p35961</a><!-- l -->
דאס איז אלץ פארטיי אויס.
איך האב נאך א (מער ערנסטער'ן) זייט צו מיר.
היסטאריקערלעיקוואד אראנדזש דזשוס געמאכט ביי ג"פ, (אסאך האלטן (וג"א בתוכם) אז עס איז בעסער) איז שוין א לאנגע צייט פאר 1.99 אין א געוויסע ביליגע גראסערי אין וומס״ב
די לעיקוואד באטלעך אנטהאלט ווייניגער אראנדזש דזשוס ווי גאלדען פלאו.
איך פארשטיי אז די שעמסט דיך
איי עם סארי, דיין פארטיי לידער
שמעקעדיגדי לעיקוואד באטלעך אנטהאלט ווייניגער אראנדזש דזשוס ווי גאלדען פלאו.
ווי סאך ווייניגער, איך גלויב אז דאס ביסעלע ווייניגער מאכט נישט אזא גרויסע חילוק אין פרייז.
אמת ס'נאר 59 אונסעס
מ'קען נישט זאגן וואלעכע דזשוס איז בעסער, ס'דא ווען לעיקוואד טעיסט מער זיסער. אבער אין אלגעמיין איז גאלדען פלאו בעסער.
איך גלייך אויך דבש פאר א טויש.
וויפיל אונסעס איז די רעגולע?
היסטאריקעראיך פארשטיי אז די שעמסט דיך
איי עם סארי, דיין פארטיי לידער
שעמן פון וואס?
איך זאג דיר די 'גאד האנעסט טרוט', איך באלאנג נישט צו קיין פארטיי.
שמואל הלויוויפיל אונסעס איז די רעגולע?
64
--------
אגב טראפיקאנא'ס דזשוס'ן זענען אויך 59 אונסעס