א היימישע אלמן ענדעקט אלס קריסטליכע מיסיאנער
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14582
א היימישע אלמן ענדעקט אלס קריסטליכע מיסיאנער
ווי נישט אמת די מעשה הערט זיך, אבער א שרעקליכע סיפור ענטוויקלט זיך יעצט און ארץ ישראל ווי א היימישער אלמן מיט זיין געוועזענע ווייב מיט אלע טעכטער וואס לערנען אין בית יעקב זענען קריסטליכע מיסיאנערן.
די דאקומענטן זענען קלאר, מען האלט אינמיטן א מגבית פאר די משפחה פון יתומים און מען שטעלט עס איצט אפ.
ער וואוינט אין גבעה צרפתית, די אינגלעך לערנען אין די מוסדות החינוך, מתחילה האט ער זיך באזעצט אין נחלאות, ווי מען האט מגלה געווען זיין פנים, און תיכף פארשיקט.
ער אלס ״כהן״ האט רח״ל דוכגעפירט פדיוני הבן, פארשטייט זיך אז די אלע דארפן מאכן א ריכטיגן פדיון.
אלס ״סופר״ האט ער געשריבן ספרי תורה און מזוזות רח״ל.
א בילד פונעם גוי.
📎 A4BC2CF5-542C-4E02-8658-36F56AD5F9EB.jpeg
האסט מן הסתם נישט גוט פארשטאנען, שווער צו גלייבן אז סתם א גוי זאל זיך קענען אזוי אריינדרייען אינעם סיסטעם אן דורכגיין א גיור פראצעדור. זעהט אויס ווי סתם א היימישער איד וואס האט זיך (ליידער?) פארליעבט אין יאשקע פאנדראק, נישט געפערליך, מ׳האט שוין געהערט אזאנס. איך האב א שכן וואס האט זיך פארליעבט אין ממ״ש פון חב״ד, מיין זיידע האט זיך פארליעבט אין יט״ב פון 500 בעדפארד, מילא איז וואס? כ׳דארף אויסגליען מיין מויל ווייל כ׳האב געטרינקען וואדקע ביי מיין חבדסקער שכן?! כ׳דארף יעצט איבערמאכן מיין זונ׳ס ברית ווייל מיין זיידע איז געווען סנדק?! ס׳נישט אזוי גרינג צו ווערן א גוי, איך ווייס ניטאמאל צו ס׳נאך דא בתי דין וואס טוען עס נאך... סך הכל זענען זיי כשר׳ע אידן מיט פארדרייטע השקפות.
בחדרי חרדים
"הכהן" הגוי, זה הסיפור שמסעיר הבוקר את הקהילה החרדית בגבעה הצרפתית בירושלים: משפחה אמריקאית מוכרת בקהילה החרדית בגבעה הצרפתית בירושלים התגלתה כנוצרית. אב המשפחה הזדהה ככהן, כתב תפילין ומזוזות, פדה ילדים ואף חיתן זוגות. כעת מתברר, מדובר בגוי למהדרין.
הסיפור מתפרסם לראשונה ב'בחדרי חרדים' וממנו עולה כי לאחר חקירות ודרישות התברר, המשפחה עלתה לישראל מארה"ב באמצעות מסמכים מזויפים. תחילה השתקעה המשפחה בשכונת נחלאות, אך שם סיפורם נחשף והמשפחה עברה להתגורר בגבעה הצרפתית.
המשפחה השתקעה בשכונה הירושלמית והילדים עודם לומדים במוסדות החינוך בשכונה. זאת ועוד, לאחרונה אם המשפחה חלתה את חוליה האחרון, וכל הקהילה התגייסה למענה. לאחר פטירתה, הקהילה אף פתחה קרן צדקה ייעודית, כשכולם נרתמים עבור משפחת העולים הנמצאת בישראל ללא קרובים.
בתקופה האחרונה, בעקבות פעילות עסקנים שונים, התברר כי המשפחה נוצרית ועלתה לישראל בזיוף מסמכים. אב המשפחה הודה לעסקנים, כי מטרתו הייתה להתערות בקהילה החרדית ולהפיץ את דתו בין החרדים.
יוני קיימן תושב בשכונה המעורה בכל הפרטים סיפר הבוקר ל'בחדרי חרדים': "עד עכשיו שמרו את זה בסוד, כי לא רצו שאב המשפחה יברח שוב לשכונה אחרת, ורצו לפעול לשלול ממנו אזרחות. הבוקר, האב התחיל לטשטש עקבות וגם לא שלח את בנותיו ל'בית יעקב' ולכן החלטנו לספר זאת בשכונה, כדי שהתושבים ידעו את הסיפור האמתי ושהוא לא יברח לשכונה אחרת".
בנוסף הבוקר החל אב המשפחה לטשטש את פרופיל הפייסבוק הגוי כשהוא מוחק משם פוסטים, כשבמקביל הם ניהלו פרופיל פייסבוק נוסף - יהודי לכל דבר.
יוני אומר ל'בחדרי': "כשהוא נשאל על ידי החוקרים, הוא הודה שהוא אכן מיסיונר. כעת ערבנו עסקנים שונים, על מנת לפעול נגד המשפחה".
מאיר אייזנשטט תושב נוסף מוסיף ל'בחדרי חרדים': "בחקירות התברר, כי בעוד האשה שנפטרה סיפרו שהיא נולדה לניצולת שואה, התברר כי היא בכלל נולדה לזוג נוצרים, ויש אף את מסמכי ההטבלה לנצרות של ההורים. למזלנו, גילנו את המרמה ממש לאחרונה, כך שהקפאנו את סכומי הכסף שקופת הצדקה אספה על מנת לתמוך במשפחה. אנחנו בהלם גדול".
<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/1212095">https://www.bhol.co.il/news/1212095</a>
רביה''ק זי''עהאסט מן הסתם נישט גוט פארשטאנען, שווער צו גלייבן אז סתם א גוי זאל זיך קענען אזוי אריינדרייען אינעם סיסטעם אן דורכגיין א גיור פראצעדור. זעהט אויס ווי סתם א היימישער איד וואס האט זיך (ליידער?) פארליעבט אין יאשקע פאנדראק, נישט געפערליך, מ׳האט שוין געהערט אזאנס. איך האב א שכן וואס האט זיך פארליעבט אין ממ״ש פון חב״ד, מיין זיידע האט זיך פארליעבט אין יט״ב פון 500 בעדפארד, מילא איז וואס? כ׳דארף אויסגליען מיין מויל ווייל כ׳האב געטרינקען וואדקע ביי מיין חבדסקער שכן?! כ׳דארף יעצט איבערמאכן מיין זונ׳ס ברית ווייל מיין זיידע איז געווען סנדק?! ס׳נישט אזוי גרינג צו ווערן א גוי, איך ווייס ניטאמאל צו ס׳נאך דא בתי דין וואס טוען עס נאך... סך הכל זענען זיי כשר׳ע אידן מיט פארדרייטע השקפות.
מענין לענין, אויף אינסטעגראם איז דא אן אקאונט פון איינער וואס איז קענטליך א היימישער פון ישראל וואס שיינט צו זיין א קריסטליכער פּראסעליטיזאטאר, אין זיין בייא איז דא א לינק צו א היימישע ברית חדשה באידיש, עכ״פ אפגעזען וואס איז באמת די מעשה ספעציפישען פאל, איז זיכער פארהאן היימישע קריסטען פארווארפען אינם גרויסען גלות:
<a class="postlink" href="https://instagram.com/rabbigreen">https://instagram.com/rabbigreen</a>
פיינע נייעס דאס, אויב די מעשה איז אמת ווי בחדרי לייגט עס אראפ איז עס נישט סתם א גוי וואס האט א משפחה מיט קינדער און א ביזנעס און צו דער זייט פארשפרייט ער די גאספעל צווישן היימישע אידן, דו רעדסט פון א מענטש וואס חושט אריין זיין גאנץ לעבן אין זאכן אין וואס ער גלייבט נישט, זיצט אפ גאנצעטע יארן אין כולל, איז זיך מתפלפל אין כתבי רש״ש און כוונות האר״י, שרייבט תפילין און מזוזות, מאכט פדיון הבן׳ס, חופות און קידושין אלס נאר ווייל אפשר וועט ער קענען אויפקלערן נאך א איד..
נישט נאר דאס. זיין גאנצע קערפערליכע געשטעל איז ווי א היימישע איד. איבערוואגיג, ציפלאשעט, קרומע ציינער, א העקעלע נאז און מעגליך נישט דיאודראנטירט אויך... 😂
ס'איז נישט מעגלעך אין דער וועלט אז א גוי ווי פעאיג ער זאל נאר נישט זיין, זאל קענען מאכן אזא אנשטעל. קענען שרייבן תפילין און מזוזות, א זאך וואס פאדערט בקיאות אין א ים מיט דינים, און קיינער זאל נישט באמערקן אז זיין כתב איז נישט על פי הלכה. די מעשה שטעלט זיך נישט אויף מיין שכל. איך גלייב נישט אז ס'איז אמת. מעג אפילו משה רבינו אליין ארופ קומען פון הימל און מיר זאגן פערזענלעך אז ס'איז ריכטיק.
בן עולם הבא. און די אנדערע מגיבים: איך בין מסכים מיט די אלע וועלכע גלייבן נישט אז ער איז א גוי מבטן ולידה. נאר ענדערש א איד מיט פארקרומטע דיעות. ווייל א גוי וואס שפיעלט די ראלע פון א איד געט זיך אייביג אוועק. אויף דעם איז דא צענדליגער מעשיות...!
אין א געוויסע תקופה מיט עטליכע פערציג יאר צוריק זענען (חסיד'ישע) אידן אטאקירט געווארן . ספעציעל פרייטיג פארנאכטס ווען זיי זענען געגאנגען אין ביהמ"ד מיט שטריימל און בעקישע. האט די פאליציי אריינגעשיקט פאליסלייט פארשטעלט אלס חסיד'ישע אידן אנגעטון מיט שטריימל און בעקישע צו פאטראלירן די גאסן. ספעציעל פרייטיג פארנאכטס.מ'האט זיי אויך געזאגט אז אויב זיי האבן א פראבלעם זאללן זיי אריינקלאפן צו ..."ראביי גלאק"... ען עסקן/שוויצער/בעיבי וועלכער איז געווען נאנט מיט די פאליס פירערשאפט.
פלוצלינג קלאפן זיי אריין צו דעם אויבנדערמאנטן ..."ראביי"... און זיי פרעגן פון איהם..."פארוואס קוקט אונז אן א יעדער מיט אזעלכע בייזע בליקן...? האט ער זיי געענטפערט, שמייכלנדיג...קוק וואס עטס האלטס אין די האנט. א ציגארעטל...! אנגעטון מיט שטריימל און בעקישע...לאל...!
נאך א מעשה איז געווען נאך די ראיאטן פון די שווארצע מערדערס אין קראון הייטס אין 1991 האבן די פאליס מורא געהאט פאר א נקמה פון די אידן. האבן זיי אריינגעשיקט 2 פאליסלייט פארשטעלט אלס מתפללים אין ליובאוויטשער ביהמ"ד. זיי האבן זיך געשאקלט אזוי ווי א יעדער. נאר איין מתפלל האט באמערקט אז זיי האלטן די סידורים פארקערט. האט ער געזאגט פאר די גבאים. מ'האט אויסגערופן אויף לשה"ק אז דער עולם זאלל זיך היטן...!
איך אליינס האב געהאט אן ענליכע עקספיריענס. מיט אן עף. בי. איי. עידזשענט וועלכער איז געווען פארשטעלט פאר א חסיד'ישן יונגערמאן (ווי א קארלינער חסיד). ער האטציך געדרייט אין עטליכע בתי מדרשים. וויזשניץ. שומרי שבת. און סאטמאר. איך האב דאמאלס געוואוינט ביי 53 קארנער 13. איין טאג זעה איך ווי ער נעמט ארויס פון זיין ווען מיט טונקעלע פענסטערס א פעקל ספרים וועלכע זענען איינגעפאקט אין א ברוינע רעפפינג פעיפער מיט אידישע אותויות. ר'האט אראפגעריסן די פאפיר און אריינגעווארפן אין מיין גארבידזש קען. ווען כ'האב איהם געפרעגט פארוואס ער האט דאס געטון האט ער אפילו נישט געכאפט אז ער האט עפעס געטון ראנג. צוערשט האביך גערעדט צו איהם עברית. מיינענדיג אז ר'איז אן איזראעלי. אבער איך האב געזעהן אז ער האט אן אמעריקאנער אקצענט. האביך איהם געפרעגט אין ענגליש זאגט ער מיר..."אויב דו ווילסט וועלל איך עס ארויסנעמען"...!
מיט א שיינע פאר יאר צוריק איז געווען א ענליכע מעשה אין לעיקוואוד.
berlbalaguleh
איך אליינס האב געהאט אן ענליכע עקספיריענס. מיט אן עף. בי. איי. עידזשענט וועלכער איז געווען פארשטעלט פאר א חסיד'ישן יונגערמאן (ווי א קארלינער חסיד). ער האטציך געדרייט אין עטליכע בתי מדרשים. וויזשניץ. שומרי שבת. און סאטמאר. איך האב דאמאלס געוואוינט ביי 53 קארנער 13. איין טאג זעה איך ווי ער נעמט ארויס פון זיין ווען מיט טונקעלע פענסטערס א פעקל ספרים וועלכע זענען איינגעפאקט אין א ברוינע רעפפינג פעיפער מיט אידישע אותויות. ר'האט אראפגעריסן די פאפיר און אריינגעווארפן אין מיין גארבידזש קען. ווען כ'האב איהם געפרעגט פארוואס ער האט דאס געטון האט ער אפילו נישט געכאפט אז ער האט עפעס געטון ראנג. צוערשט האביך גערעדט צו איהם עברית. מיינענדיג אז ר'איז אן איזראעלי. אבער איך האב געזעהן אז ער האט אן אמעריקאנער אקצענט. האביך איהם געפרעגט אין ענגליש זאגט ער מיר..."אויב דו ווילסט וועלל איך עס ארויסנעמען"...!
וואס האט ער דא שלעכט געטון?
אויב ער האט געשריבן גיטין אויך דארף מען נאכגיין די חברה אויב ס'איז דא ממזרים רח"ל פון זיינע גיטין.
אויב יא, דארף מען מודיע זיין די עסקנים אין קרית יואל צו אפדעיטן דעם פנקס.
מפיל קינדאויב ער האט געשריבן גיטין אויך דארף מען נאכגיין די חברה אויב ס'איז דא ממזרים רח"ל פון זיינע גיטין.
אויב יא, דארף מען מודיע זיין די עסקנים אין קרית יואל צו אפדעיטן דעם פנקס.
😂 😂
מפיל קינדאויב ער האט געשריבן גיטין אויך דארף מען נאכגיין די חברה אויב ס'איז דא ממזרים רח"ל פון זיינע גיטין.
אויב יא, דארף מען מודיע זיין די עסקנים אין קרית יואל צו אפדעיטן דעם פנקס.
מפיל קינד: דעם פנקס אין קרית יואל דארף מען נישט אפ-דעיטן. ווייל דארט איז עס אן ענין פון פאליטיק. אז מהר"א קר"י האלט אז די קידושין פון שארמאש זענען נישט תופס. ווייל ס'איז געווען שלא ברשותו אין זיין גלילות. האבן די קינדער (אין ערגסטן פאל) א דין פון א ולד פגום. ווייל די מאמע איז געווען א פנויה. אבער דא ביי דעם סופר דער מיסיאנער/סופר אויב ער האט מסדר געווען א גט איז די פרוי נאכאלץ אן אשת איש. און אויב זי האט נאכדעם נאכאמאל חתונה געהאט זענען די קינדער ממזרים, רח"ל.
דאס איז דאך געווען די חכמה פון הרב שלמה גורן, ז"ל. ביי די פרשה פון די לאנגער..."ממזרים"... אין ארץ ישראל. מיט זיין גאונות האט ער מפקיע געווען די קידושין פונ'ם ערשטן מאן. ממילא האבן די קינדער (פון איהר 2'טן מאן) נישט געהאט דעם דין פון ממזרים. די גאנצע (קנא'אישע) וועלט האט איהם פארדאמט. נאר ער האט עס געטון כדת וכדין. ער האט געברענגט דאקומענטן אויפצווייזן אז דער ערשטער מאן איז געווען אינו שפוי בדעתו. ממילא האבן זיינע קידושין נישט תופס געווען. . איז די מאמע געווען א פנויה. און זי האט געמעגט חתונה האבן א צווייט מאל...!
Re: א היימישע אלמן ענדעקט אלס קריסטליכע מיסיאנער
berlbalagulehער האט געברענגט דאקומענטן אויפצווייזן אז דער ערשטער מאן איז געווען אינו שפוי בדעתו. ממילא האבן זיינע קידושין נישט תופס געווען. . איז די מאמע געווען א פנויה. און זי האט געמעגט חתונה האבן א צווייט מאל...!
דאכטצעך אז דער ערשטער מאן איז געווען א גר, און ער האט מבטל געווען זיין גיור מיטן טענה אז ער האט עס נישט געמיינט ערנסט והא ראי' אז ער האט נאכדעם גארנישט געהאלטן.., ממילא איז זיין קידושין גארנישט ווערד..
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
berlbalagulehדי גאנצע (קנא'אישע) וועלט האט איהם פארדאמט. נאר ער האט עס געטון כדת וכדין.
דער סטייפלער, הרב שך, הרב עובדיה יוסף, הרב אלישב, הרב וואזנער, רש"ז אויערבאך, הרב לאנדא, ר"ח שמואלעוויץ, ר"י אבראמסקי, ליובאוויטשע רבי, די אלע זענען געווען די "קנאים" וואס האבן פארדאמט זיין פסק.
אויסער בערל בעל עגלה, ווער נאך האט געשטיצט זיין פסק פון די נישט-קנאישע וועלט?
תוהו ובוהוberlbalagulehער האט געברענגט דאקומענטן אויפצווייזן אז דער ערשטער מאן איז געווען אינו שפוי בדעתו. ממילא האבן זיינע קידושין נישט תופס געווען. . איז די מאמע געווען א פנויה. און זי האט געמעגט חתונה האבן א צווייט מאל...!
דאכטצעך אז דער ערשטער מאן איז געווען א גר, און ער האט מבטל געווען זיין גיור מיטן טענה אז ער האט עס נישט געמיינט ערנסט והא ראי' אז ער האט נאכדעם גארנישט געהאלטן.., ממילא איז זיין קידושין גארנישט ווערד..
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
ער האט גע'טענה'ט אז ס'נישט געווען קיין באווייזן אז ער איז טאקע געווען אן עכטע גר. און ס'געווען עדות אז ער האט געלעבט ווי א גוי. אנדערע האבן געהאלטן אז די עדות איז נישט כשר ווייל זיי האבן מעיד געווען אז זיי האבן געגעסן חזיר צוזאמען מיט אים און אין אדם משים עצמו רשע, אויף וואס גורן האט געדרייט מיטן פינגער אז פלגינן דיבורא...
די איינציגסטער אנגעזענע רב וועלכע האט געהאלטן אז עס איז ריין פאליטיק, איז געווען הרב הנקין זצ"ל. זיין אייניקל איתן הי"ד האט געשריבן א גאנצע ארטיקל וועגן זיין זיידנס מיינונג.
@מפיל קינד האסט פארגעסן אויסרעכענען ר׳ משה פיינשטיין.
(און ליובאוויטשער רבי האט דאכט זיך נישט אריינגעגאנגען אין די הלכהדיגע עספעקט, נאר געהאלטן אז הגר"ש גורן האט בכלל נישט קיין מיינונג וויבאלד ער האט הלכהדיג נישט געטארט ווערן רב.
@ונבנתה העיר?)
הרב הענקין האט נישט געטענה'ט הלכה'דיג (ווי בערל וואס נעמט אן אז גורן איז געווען גערעכט הלכה'דיג...), נאר אז מ'טאר נישט מפקפק זיין אינעם פסק פונעם רב הראשי.
נישט ממש אז מקען נישט מפקפק זיין, נאר עס דארף געטון ווערן מיט רעספעקט, ווי א ת"ח טענהט זיך מיט א צווייטע ת"ח.
איז דער סופר געגאנגען צו די בחירות?
בן-עולם-הבאס'איז נישט מעגלעך אין דער וועלט אז א גוי ווי פעאיג ער זאל נאר נישט זיין, זאל קענען מאכן אזא אנשטעל. קענען שרייבן תפילין און מזוזות, א זאך וואס פאדערט בקיאות אין א ים מיט דינים, און קיינער זאל נישט באמערקן אז זיין כתב איז נישט על פי הלכה. די מעשה שטעלט זיך נישט אויף מיין שכל. איך גלייב נישט אז ס'איז אמת. מעג אפילו משה רבינו אליין ארופ קומען פון הימל און מיר זאגן פערזענלעך אז ס'איז ריכטיק.
געוויסע מיסיאנערן וועלן ספענדן און משקיע זיין יארן אויף יארן כדי זיך צו באקוועם אריענטירן צווישן אידן, פלאצירן קינדער אין מוסדות וכו’, און ערשט א צייט שפעטער אנהייבן מיט די שטיק. דאס איז דאך איינע פון די צילן.
לגבי סופרות; קען זיין אז ער האט געהאט א טיטל ’סופר’ וויבאלד ער האט צוגעשטעלט תפלין ומזוזות פאר מענטשן. ס’מוז נישט זיין אז ער האט בפועל געשריבן. קענסט יעצט אדווערטייזן אז דו ביסט א סופר וואס נעמט אן צו שרייבן תפלין און וועסט באשטעלן די תפלין פון אן אנדערן סופר. יארן קען מען אזוי אנגיין און נאך מאכן געלט אויך...
און מ׳קען שוין מיינען ווי שווער ס׳איז צו זיין א סופר, מ׳דארף נאר קענען צורת האותיות און אויסער דעם קען מען גארנישט אנזעהן (איינער קען זעהן צו דו האסט געשריבן כסדרן צו נישט?). און בכלל מיין איך אז פון זיצן אזויפיל יארן אין כולל האט ער עפעס געמעגט קענען, כ׳גלייב נישט אז ער איז סתם געזעצן אין בניהו שמואלי׳ס כולל אין אריינג׳חלומ׳ט אין אן איבערגעדרייטע אוצרות חיים, מ׳רעדט דא זיכער פון אן ערנסטע תלמיד חכם.
לא אלמן ישראל... 😲
לבי ובשרילא אלמן ישראל... 😲
Pun עמוק 👍
מען ווייסט דען זיכער אז דער מענטש איז א גוי? א מענטש וואס זאגט ער איז א איד האט א נאמנות, אפילו ווען מען ווייסט יעצט זיכער אז ער איז א קריסט ווערט ער נישט א גוי, ביז מען הערט פין אים אז ער איז א מומר.
הלכה'דיג קוקט מען נישט אויף די נייעס, און דאס איז נישט קובע דער מציאות.
תוהו ובוהוberlbalagulehער האט געברענגט דאקומענטן אויפצווייזן אז דער ערשטער מאן איז געווען אינו שפוי בדעתו. ממילא האבן זיינע קידושין נישט תופס געווען. . איז די מאמע געווען א פנויה. און זי האט געמעגט חתונה האבן א צווייט מאל...!
דאכטצעך אז דער ערשטער מאן איז געווען א גר, און ער האט מבטל געווען זיין גיור מיטן טענה אז ער האט עס נישט געמיינט ערנסט והא ראי' אז ער האט נאכדעם גארנישט געהאלטן.., ממילא איז זיין קידושין גארנישט ווערד..
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהו: דאס איז אויך א גוטער ארגומענט. נאר הרב גורן ז"ל האטציך נישט פארלאזט אויף דעם אליין. ער האט געברענגט פעיפערס געסיינט פון א סייקייעטריסט (דאקטער) אז דער מענטש איז נישט ביים קלארן דעת. און דאס איז געווען דער הויפט מאטיוו אויף וואס ער האט געבויעט די הפקעת קידושין...!
נאר ליידער, ס'איז בכלל אריינגעמישט א סאך פאליטיק. און מ'מוז דאך (אין אונזערע קרייזן) איהם אראפמאלן אלס א קל. מוזן דאך זיינע הלכה'דיגע יסודות זיין אפגעפרעגט...!
אין זיין פערזענליכן לעבן איז ער געווען 100% אן ערליכער איד א ירא שמים. ער האט געגעסן פון שחיטת בד"ץ העדה החרדית. און זיין ווייב/רעבעצין איז געגאנגען א שייטל...!
אויב אין די עפנטליכקייט האט ער געטון געוויסע אויפפאלענדע זאכן. דאס האט ער געמוזט טון. ס'איז אפשר נישט געווען אויסגעהאלטן עפ"י שיטה. אבער קיינמאל נישט אקעגן די הלכה...!
ער האט אויך געטון א סאך טובות פאר היימישע אידן. צו ערלעדיגן שווערע קעיסעס מיט א פטור אדער דיחוי פון מיליטער...!
איך האב געזעהן געשריבן אויף טוויטער א ווערטל פון אלי ביתאן, א ווארענונג צו די וואס קלערן נאכצוטון דעם חרדישן מיסיאנער, אז מען זאל פרובירן קודם אריבערצוטוישן א קארלין סטולינער צו ווערן א פינסק קארלינער, אז ס'ארבעט קען מען פרובירן מיט יאשקע...
תוהו ובוהו: איך פארשטיי נישט פונקטליך די עמקות פון דעם דזשאוק. אבער די משמעות (פון דיינע ווערטער) איז אז די קארלין-סטאלינער האלטן אז די פינסק-קארלינער האבן זיך געשמד'ט, ר"ל...!
בערל בעל עגלה: איך וועל דיר מסביר זיין די זשאוק, דו מכוון איז בכלל נישט אז די קארלינע האבן עפעס א שייכות מיטן קריסטנטום ח’’ו, די ווארט איז אז אויב איינער טראכט פון א מעגליכקייט איבערצוטוישן א איד צו ווערן א קריסט זאל ער טראכטן ווי שווער סאיז איבערצוטוישן א חסיד פון איין חסידות צום צווייטן וועט ער זעהן ווי אוממעגליך צו טוישן א חרדי צו א קריסט, עניוועי א זשאוק וואס מ’דארף מסביר זיין פארלירט די גאנצע טעם.
אין זיין לויב קען מען זאגן, אז ער האט געמיינט בלויז אונזער גוט'ס. ווארום די בני יאשקע גלויבן אז מ'האט נישט טשיזעס קרייץ אין הארצן קען מען האבן ערענסטע פראבלעמען אין די עפטער לייף! אלזא, ער האט אונז געוואלט פארזיכערן מיט אן העפי עפטער לייף. וואויל איז זיין חלק בזה (נישט בבא)
Re: א היימישע אלמן ענדעקט אלס קריסטליכע מיסיאנער
די וועקער גייט איר ארויסנעמען פון די חשבון פון היימישע טויטע?[emoji1787]
נאך פרטים וועגן די געשיכטע
<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/s/www.timesofisrael.com/shock-in-jerusalem-community-as-rabbi-outed-as-undercover-christian-missionary/amp/?fbclid=IwAR3y26Vk2xGiPKBf3vnIN2eZywCbxlrvMbY7DZqRawvmbtHEH_Gpmt3Nx6Q">https://www.google.com/amp/s/www.timeso ... _Gpmt3Nx6Q</a>
<a class="postlink" href="https://www.thejc.com/news/israel/exclusive-unmasked-the-christian-missionary-who-went-undercover-as-an-orthodox-rabbi-1.516346">https://www.thejc.com/news/israel/exclu ... i-1.516346</a>
תרמבבערל בעל עגלה: איך וועל דיר מסביר זיין די זשאוק, דו מכוון איז בכלל נישט אז די קארלינע האבן עפעס א שייכות מיטן קריסטנטום ח’’ו, די ווארט איז אז אויב איינער טראכט פון א מעגליכקייט איבערצוטוישן א איד צו ווערן א קריסט זאל ער טראכטן ווי שווער סאיז איבערצוטוישן א חסיד פון איין חסידות צום צווייטן וועט ער זעהן ווי אוממעגליך צו טוישן א חרדי צו א קריסט, עניוועי א זשאוק וואס מ’דארף מסביר זיין פארלירט די גאנצע טעם.
אבער געוויינליך ווען ס'איז דא 2 אדער מערערע חסידות מיט דעם זעלבן אדער ענליכן נאמען מיינט דאס אז די מענטשן פון איין חסידות וועללן האלטן די אנדערע חסידות פאר שקצים און טיפשים. נעם סאטמאר. די ארוני זאלי מחלוקה. וואס איינער זאגט אויפ'ן צווייטן. און די בני יואל (סתם א פאררוקטע גרופ) האלטן אז ביידע זענען שקצים. אדער ביי באבוב און וויזשניץ...! אפילו קלויזנבורג און בעלעד און אלכסנדר איז שוין דא 2 אדער מערער גרופס...!
Re: א היימישע אלמן ענדעקט אלס קריסטליכע מיסיאנער
אן ענליכע געשיכטע אנגעבליך פאסירט דא אין ניו יארק
<a class="postlink" href="https://mobile.kikar.co.il/article/404945">https://mobile.kikar.co.il/article/404945</a>
תוהו ובוהואן ענליכע געשיכטע אנגעבליך פאסירט דא אין ניו יארק
<a class="postlink" href="https://mobile.kikar.co.il/article/404945">https://mobile.kikar.co.il/article/404945</a>
אבער דא איז געווען מיט א מוסלעמענער
מפיל קינדתוהו ובוהוberlbalagulehער האט געברענגט דאקומענטן אויפצווייזן אז דער ערשטער מאן איז געווען אינו שפוי בדעתו. ממילא האבן זיינע קידושין נישט תופס געווען. . איז די מאמע געווען א פנויה. און זי האט געמעגט חתונה האבן א צווייט מאל...!
דאכטצעך אז דער ערשטער מאן איז געווען א גר, און ער האט מבטל געווען זיין גיור מיטן טענה אז ער האט עס נישט געמיינט ערנסט והא ראי' אז ער האט נאכדעם גארנישט געהאלטן.., ממילא איז זיין קידושין גארנישט ווערד..
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
ער האט גע'טענה'ט אז ס'נישט געווען קיין באווייזן אז ער איז טאקע געווען אן עכטע גר. און ס'געווען עדות אז ער האט געלעבט ווי א גוי. אנדערע האבן געהאלטן אז די עדות איז נישט כשר ווייל זיי האבן מעיד געווען אז זיי האבן געגעסן חזיר צוזאמען מיט אים און אין אדם משים עצמו רשע, אויף וואס גורן האט געדרייט מיטן פינגער אז פלגינן דיבורא...
דאס איז נישט קיין דריי פינגער, פלגינן דיבוריה אין אזעלכע פעלער זענען פשוט'ע הלכות.
האסט אמאל געהערט פון פלוני רבעני לרצוני?
אויב איך זאג נישט ..."פלגינן דיבוריה"... איז עס א קעטש-22 סיטואציע.אויב נעם איך (בי"ד) אן זיין עדות'שאפט. אז זיי האבן געגעסן חזיר צוזאמען. ווערט ער אויך א פסול'ע עדות. און זיין עד'ות'שאפט קען נישט גענומען ווערן אין באטראכט...!
berlbalagulehאויב איך זאג נישט ..."פלגינן דיבוריה"... איז עס א קעטש-22 סיטואציע.אויב נעם איך (בי"ד) אן זיין עדות'שאפט. אז זיי האבן געגעסן חזיר צוזאמען. ווערט ער אויך א פסול'ע עדות. און זיין עד'ות'שאפט קען נישט גענומען ווערן אין באטראכט...!
נישט אמת, מען ווערט נאר פסול לעדות מכאן ולהבא, אבער למפרע זענען אלע הגדות עדות כשר.
קומט אויס בשעת ער זאגט עדות איז ער נאך נאמן, נאר די רגע וואס ער ענדיגט מעיד זיין פארלירט ער נאמנות, אבער אויף וואס ער האט יעצט מעיד געוועין איז ער נאך נאמן.
קהל'ס נער
נישט אמת, מען ווערט נאר פסול לעדות מכאן ולהבא, אבער למפרע זענען אלע הגדות עדות כשר.
נישט ריכטיג, אלע פסולי עדות ווערט זייער עדות נפסל למפרע (חוץ עד זומם לרבא, ופסולי עדות דרבנן דצריכין הכרזה).
קהל'ס נער
קומט אויס בשעת ער זאגט עדות איז ער נאך נאמן, נאר די רגע וואס ער ענדיגט מעיד זיין פארלירט ער נאמנות, אבער אויף וואס ער האט יעצט מעיד געוועין איז ער נאך נאמן.
דרך אגב, אפי' אן פלגינן דיבורא וואלט ער נישט געווארן פסול ווייל 'אין אדם משים עצמו רשע', נאר מ'וואלט נישט געקענט אננעמען זיין עדות, ווייל ער איז דאך נישט נאמן צו רעדן אויף זיך.
תוהו ובוהו: איךהאב גערעדט פון די צווייטע זייט פון די עקוועישן. אז מ'נעמט יא אן זיינע רייד...כ'מיין ס'דא א ר' חיים אויף דעם.
קהל'ס נערberlbalagulehאויב איך זאג נישט ..."פלגינן דיבוריה"... איז עס א קעטש-22 סיטואציע.אויב נעם איך (בי"ד) אן זיין עדות'שאפט. אז זיי האבן געגעסן חזיר צוזאמען. ווערט ער אויך א פסול'ע עדות. און זיין עד'ות'שאפט קען נישט גענומען ווערן אין באטראכט...!
נישט אמת, מען ווערט נאר פסול לעדות מכאן ולהבא, אבער למפרע זענען אלע הגדות עדות כשר.
קומט אויס בשעת ער זאגט עדות איז ער נאך נאמן, נאר די רגע וואס ער ענדיגט מעיד זיין פארלירט ער נאמנות, אבער אויף וואס ער האט יעצט מעיד געוועין איז ער נאך נאמן.
קהל'ס נער: וואס זאלל איך טון אז דו ביסט א גרעסערער ליטוואק ווי איך. איך געב אויף...!
berlbalagulehתוהו ובוהו: איךהאב גערעדט פון די צווייטע זייט פון די עקוועישן. אז מ'נעמט יא אן זיינע רייד...כ'מיין ס'דא א ר' חיים אויף דעם.
נישטא קיין אנדערע איקוועישאן.
עס א א פשוט'ע גמרא, מחלו' אמוראים צו מען נעמט גארנישט אן אלץ אין אדם משים עצמו רשע, צו פלגינן דיבוריה.
אבער אננעמען אינגאנצן זיכער נישט.
תוהו ובוהואן ענליכע געשיכטע אנגעבליך פאסירט דא אין ניו יארק
<a class="postlink" href="https://mobile.kikar.co.il/article/404945">https://mobile.kikar.co.il/article/404945</a>
א ווידיאו פונעם בחור
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=SvkhJ-SClq4">https://www.youtube.com/watch?v=SvkhJ-SClq4</a>