☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נ.י. פאליס שיסט אראפ א מעסער האלטענדע מאן צום טויט (קליפ)

נ.י. פאליס שיסט אראפ א מעסער האלטענדע מאן צום טויט (קליפ)

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1458

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:26 pm

· #34217
נ.י. פאליס שיסט אראפ א מעסער האלטענדע מאן צום טויט (קליפ)
פארגעקומען אין טיימס סקווער נעכטן נאכמיטאג, צענדליגע ביישויער.
קוק דא א ווידעא דערפון.

<a class="postlink" href="http://www.mediaite.com/online/nypd-officers-shoot-kill-knife-wielding-man-in-times-square/">http://www.mediaite.com/online/nypd-off ... es-square/</a>

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:36 pm

· #34220
knife.jpg

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:52 pm

· #34223
ער לויפט בעקווארדס מיט די ווייסע טי שוירט, 40 מינוט שפעטער איז ער אריין אינעם נישט לעבעדיג'ן אשכול

ביי 0:20 בעט זיך איינער אז ער זאל עס אראפווארפן, "They gono shoot you bro"

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 12, 2012 3:07 pm

· #34226
ער איז טאקע א קאקא צודרייטער מאן, אבער דערפאר קומט זיך אים נאכנישט דאס טויט, ס'וואלט פונקט גענוג געווען איין שאס אין די פיס - וואס מען קען פארהיילן - אז ער זאל אראפלאזן דאס מעסער, און דערנאך אים איינזעצן אדער אין תפיסה אדער אין א משוגעים הויז ביז ווילאנג ס'פעלט זיך אויס, כנלענ"ד.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 3:09 pm

· #34229
זיי האבן פראבירט פעפער ספרעי, ס'האט נישט געהאלפן.
פארוואס טאקע מ'שיסט נישט אויף בלויז צו פארוואונדען, פארשטייעך נישט.
אפשר איז שווער צו ציהלן ווען יענער לויפט?

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:55 pm

· #34261
שמואל הלוי
ער איז טאקע א קאקא צודרייטער מאן, אבער דערפאר קומט זיך אים נאכנישט דאס טויט, ס'וואלט פונקט גענוג געווען איין שאס אין די פיס - וואס מען קען פארהיילן - אז ער זאל אראפלאזן דאס מעסער, און דערנאך אים איינזעצן אדער אין תפיסה אדער אין א משוגעים הויז ביז ווילאנג ס'פעלט זיך אויס, כנלענ"ד.


אפשר ווייל דאס איז ביליגער פאר די רעגירונג?
כ'טראכט נאר הויך, כ'ווייס אז ס'איז נישט אמת.

Shmilly » זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:55 pm

· #34263
ווי אזוי הייסט דער וואס מען האט דערשאסן אין ב"פ יארן צוריק פאר האלטן א האמער?

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:56 pm

· #34264
גדעון באש ע"ה