☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איבערהיפן-שידוכים

איבערהיפן-שידוכים

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14578

אלע צוזאמען » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 5:43 pm

· #471121
איבערהיפן-שידוכים
א רייע מיט קינדער זענען זיי און די יארן, די עלטסטע שוין 27 נאכפאלגענדיג מיט א 24 דערנאך א 22 און די קומענדיגע ביי 18, דאס איז אחוץ די די קליינע ביי זיי און דערהיים, און קליין מיינט מען דא פון 15 אראפ.

דער קוים 18 יעריגע בחור איז אין ישיבה, שוין אינגאנצן דערפרעסט, און פארוואס זאל ער נישט זיין, לויט ווי די משפחה רוקט זיך יעצט, האט ער נישט וואס צו אנהייבן אפילו טראכטן פון א שידוך פאר זיינע חברים פון זיין כיתה האבן דריי אדער פיר קינדער, און אלעס פארוואס, ווייל ביי אונז אין אונזער היימישע קאמיוניטי, גייט מען פאר קיין געלט און די וועלט נישט סקיפן א שוועסטער/ברודער, און פארוואס גייט מען נישט, ''וועגן די גאס גייט שמועסן''.

איי די גאס שמועסט שוין יעצט אין גרויסן, דא קומט די פרישע תירוץ, ''וואס גייט די עלטערע ברודער/שוועסטער זאגן'', האסט אפילו געפרעגט פון די בלאקעדזש צו זי/ער איז מסכים, ניין, פארוואס, ווייל.....

אפשר הייבט מען אן לפּחות פרעגן פון די עלטערע געשוויסטער צו זיי זענען מסכים,אויב זיי זאגן ניין איז case closed, אבער אויב געבן זיי די גרינע ליכט, צו וואס ווארטן, צו וואס נעמען יונגע און זיי בידים פארשימלען, לאזן גרוי ווערן אויפן ישיבה באנק.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 7:04 pm

· #471126
איך פארשטיי נישט מה כל הרעש, איך קען גענוג וואס האבן איבערגעהיפט און וואס מ׳האט איבערגעהיפט, קען טאקע אבער זיין אז די גאס האט געשמועסט, ווייס איך נישט וואס איז פשט.

אלע צוזאמען » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:27 pm

· #471133
כל הכבוד פאר די משפחות וואס זענען געגאנגען צו די אינגערע מיט די עלטערע געשוויסטער'ס רשות, אבער ניין, ס'איז נאך נישט 'די נארמע' און ליידער איז עס נאך א פאני זאך אין אונזער קאמיוניטי

ליב צו וויסן » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:47 pm

· #471135
אלע צוזאמען
כל הכבוד פאר די משפחות וואס זענען געגאנגען צו די אינגערע מיט די עלטערע געשוויסטער'ס רשות, אבער ניין, ס'איז נאך נישט 'די נארמע' און ליידער איז עס נאך א פאני זאך אין אונזער קאמיוניטי


כ'ווייס נישט אויב ס'האט מיט "די גאס וועט שמועסן", כ'מיין ס'האט מער מיט נישט פארשעמען דעם עלטערן.

צו ס'איז ריכטיג די צוגאנג?? ביי די וואס גלייבן אז רחל האט גוט געטוהן מיט אריין נער'ן יעקב, בכדי נישט צו פארשעמען לאה, ביי די האט אזא צוגאנג א שטארקע פשט..

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:48 pm

· #471136
ווענדט זיך צו מען פסקענט ווי לבן אדער יעקב

אלע צוזאמען » דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:55 pm

· #471138
ליב צו וויסן
אלע צוזאמען
כל הכבוד פאר די משפחות וואס זענען געגאנגען צו די אינגערע מיט די עלטערע געשוויסטער'ס רשות, אבער ניין, ס'איז נאך נישט 'די נארמע' און ליידער איז עס נאך א פאני זאך אין אונזער קאמיוניטי


כ'ווייס נישט אויב ס'האט מיט "די גאס וועט שמועסן", כ'מיין ס'האט מער מיט נישט פארשעמען דעם עלטערן.

צו ס'איז ריכטיג די צוגאנג?? ביי די וואס גלייבן אז רחל האט גוט געטוהן מיט אריין נער'ן יעקב, בכדי נישט צו פארשעמען לאה, ביי די האט אזא צוגאנג א שטארקע פשט..

איז אויב די עלטערע איז מסכים מעג מען, יא?! דאן דעם אים א פרעג

אישתישבי » פרייטאג אפריל 23, 2021 1:12 am

· #471146
אמאהל איז דער פראבלעם דער בחור/מיידל, קען העלפען איבערהיפען, אמאהל איז דער פראבלעם די עלטערען קענען נישט טרעפען א פאסיגע משפחה, דאן העלפט נישט איבערהיפען.

איבערהיפען קען אמאהל מאכן אז דער עלטערע וועמען מען היפט איבער וועט זיך פילען גאר שלעכט און קען אים הרג'נען. טאמער אבער איז דער בחור/מיידל זעלבסט פיקי, דעמאלס וועלען זיי געווענליך לאזען.

בקיצור עס איז קעיס ביי קעיס.

אלע צוזאמען » פרייטאג אפריל 23, 2021 2:50 am

· #471149
אישתישבי
אמאהל איז דער פראבלעם דער בחור/מיידל, קען העלפען איבערהיפען, אמאהל איז דער פראבלעם די עלטערען קענען נישט טרעפען א פאסיגע משפחה, דאן העלפט נישט איבערהיפען.

איבערהיפען קען אמאהל מאכן אז דער עלטערע וועמען מען היפט איבער וועט זיך פילען גאר שלעכט און קען אים הרג'נען. טאמער אבער איז דער בחור/מיידל זעלבסט פיקי, דעמאלס וועלען זיי געווענליך לאזען.

בקיצור עס איז קעיס ביי קעיס.

%100 גערעכט, ס'דארף זיין א קעיס ביי קעיס אישו, אבער ס'דארף זיין אן אפציע, ליידער ביי פולע משפחות איז ניטאמאל דא קיין רעדע פון אזא זאך, און פערזענליך ווייס איך פון צוויי פעלער ווי די עלטערע ברודער האט מסכים געווען מרצונו, ער איז געקומען פארשלאגן אז מ'זאל אים סקיפן, אבער די טאטעס און מאמעס האבן נישט געוואלט.

ליב צו וויסן » פרייטאג אפריל 23, 2021 8:37 am

· #471160
אלע צוזאמען
100% גערעכט, ס'דארף זיין א קעיס ביי קעיס אישו, אבער ס'דארף זיין אן אפציע. ליידער ביי פילע משפחות איז ניטאמאל דא קיין רעדע פון אזא זאך, און פערזענליך ווייס איך פון צוויי פעלער ווי די עלטערע ברודער האט מסכים געווען מרצונו, ער איז געקומען פארשלאגן אז מ'זאל אים סקיפן, אבער די טאטעס און מאמעס האבן נישט געוואלט.

ביי אזעלכע פעלער קען נאר די נייע מאריוואנא געזעץ העלפן... 😂